שיינע קורצע ווערטער על הפרשה:

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

שיינע קורצע ווערטער על הפרשה:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

פרשת בהעלותך
'א קליין ווארט על הפרשה'
שטייט די וואך סוף פרשה, די מעשה פון מרים מיט די צרעת,
די גמרא זאגט אין (זבחים דף קא:) 'מרים מי הסגירה?' א''ת משה הסגירה, משה זר היה,ואין זר רואה את הנגעים וא''ת אהרן הסגירה, אהרן קרוב הוא, ואין קרוב רואה את הנגעים, (די גמ' גייט לפי שיטות ר' מאיר)
אלא פירט די ברייתא אויס, אלא כבוד גדול חלק לה הקב''ה באותה שעה, און ער האט געזאגט אני כהן ואני מסגירה אני חולטה ואני פוטרה,
די מהרש''א דארט אויפן פלאץ שטעלט זיך פארוואס דארף די גמ' זאגן אן עקסטערע טעם אויף משה, און א עקסטערע טעם אויף אהרן, אהרן איז דאך אויך געווען א ברודער און די גמ' וואלט געקענט זאגן אויף ביידע משום קירבה,
איז דא א באקאנטער ווארט פונעם אסטראווצער רבי, דער מאיר עני חכמים, (סימן י''ח) די גמ' זאגט און יבמות אז גר שנתגייר כקטן שנולד דמי, און אפי' א ברודער מיט א שוועסטער וואס האבן זיך מגייר געווען מעגן זיי חתונה האבן,
און די גמ' יבמות (דף מ''ו) זאגט אז ביי קבלת התורה איז געווען א ריכטיגע גיירות, אויב אזוי איז דאך לכאורה די גאנצע קירבהשאפט בטל געווארן, א''כ איז נישט משה און נישט אהרן געווען קרובים, נאר די אמת איז שטייט אפאר פסוקים פארדעם אז, משה האט געזען כל העם בוכה למשפחותם און רש''י זאגט על עסקי עריות,זיי זענען אסור געווארן חתונה צו האבן מיט די קרובים, פרעגט די מהר''ל און גור אריה, אויב איז געווען א ריכטיגע גיירות פארוואס איז געווען בוכין למשפחותם? ענטפערט ער א גרויסע חידוש אז נאר איינער וואס איז זיך מגייר 'מרצונו הטוב בהתרוממות הדעת' דער ווערט כקטן שנולד דמי, משא''כ אויב איז עס געצווינגענערהייט ווערט מען נישט אזווי א קטן שנולד דמי, און ביי קבלת התורה איז דאך געווען כפה עליהם הר כגיגית, במילא איז געווען א געצווינגע גיירות, אבער ביי משה רבינו שטייט ויעל משה על ראש ההר, איז ער נישט געווארן א גר בכפייה, איז ער יא כקטן שנולד דמי, במילא זאגט די גמרא צוויי אנדערע טעמים.
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: שיינע קורצע ווערטער על הפרשה:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הפלא ופלא

ייש"כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!

נעקסט טיים שרייב א ווארט נישט פרייטאג נאכמיטאג ווען א שיינע עולם איז שוין דא אויף די וועלטל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: שיינע קורצע ווערטער על הפרשה:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

זייער שיין, געוואלדיגע געדאנק פאר יעדע וואך.
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: שיינע קורצע ווערטער על הפרשה:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

מומחה יוחס האט געשריבן:נעקסט טיים שרייב א ווארט נישט פרייטאג נאכמיטאג ווען א שיינע עולם איז שוין דא אויף די וועלטל

פרשת שלח
שטייט די וואך און פסוק (י''ג כ''ח) ווען די מרגלים זענען צירוק געקומען פון א''י האבן זיי געזאגט, 'אפס כי עז העם הישב בארץ והערים בצורות גדולות מאוד וכו' זאגט רש''י בצורות: לשון חוזק ותרגומו, כריכן, בירניות עגולות, ובלשון ארמי כריך-עגול:
מדערציילט נאך פונעם טשיבינער רב, אז מ'האט אמאל געפרעגט פון ר' שלמה קלוגער, וואס א חילוק צו די בירניות איז געווען רינדיכיג, אדער עק'יג,? האט ער גענטפערט אז די משנה זאגט אין נגעים, אז ביי א רינדיכיגע ביית גייט נישט אהן קיין דיני נגעי בתים, און רש''י זאגט און מצורע אז איינער פון די וועגן וויאזוי די א''י'דיגע פעלקער האבן באהאלטן זייער פארמעגן פון די אידן איז געווען, דורך עס באהאלטן און די ווענט, האט הקב''ה געמאכט אז עס איז געקומען נגעים אויף יענע מקום און מהאט עס געטראפן, און דאס האבן די מרגלים געזאגט, עטס מיינטס ענק וועלן טרעפן אוצרות אין די הייזער, עס איז דאך בירניות-רינדעכיג דא גייט שוין נישט אהן קיין דיני בתים
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: שיינע קורצע ווערטער על הפרשה:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: שיינע קורצע ווערטער על הפרשה:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

שר התורה האט געשריבן:פרשת בהעלותך
'א קליין ווארט על הפרשה'
שטייט די וואך סוף פרשה, די מעשה פון מרים מיט די צרעת,
די גמרא זאגט אין (זבחים דף קא:) 'מרים מי הסגירה?' א''ת משה הסגירה, משה זר היה,ואין זר רואה את הנגעים וא''ת אהרן הסגירה, אהרן קרוב הוא, ואין קרוב רואה את הנגעים, (די גמ' גייט לפי שיטות ר' מאיר)
אלא פירט די ברייתא אויס, אלא כבוד גדול חלק לה הקב''ה באותה שעה, און ער האט געזאגט אני כהן ואני מסגירה אני חולטה ואני פוטרה,
די מהרש''א דארט אויפן פלאץ שטעלט זיך פארוואס דארף די גמ' זאגן אן עקסטערע טעם אויף משה, און א עקסטערע טעם אויף אהרן, אהרן איז דאך אויך געווען א ברודער און די גמ' וואלט געקענט זאגן אויף ביידע משום קירבה,
איז דא א באקאנטער ווארט פונעם אסטראווצער רבי, דער מאיר עני חכמים, (סימן י''ח) די גמ' זאגט און יבמות אז גר שנתגייר כקטן שנולד דמי, און אפי' א ברודער מיט א שוועסטער וואס האבן זיך מגייר געווען מעגן זיי חתונה האבן,
און די גמ' יבמות (דף מ''ו) זאגט אז ביי קבלת התורה איז געווען א ריכטיגע גיירות, אויב אזוי איז דאך לכאורה די גאנצע קירבהשאפט בטל געווארן, א''כ איז נישט משה און נישט אהרן געווען קרובים, נאר די אמת איז שטייט אפאר פסוקים פארדעם אז, משה האט געזען כל העם בוכה למשפחותם און רש''י זאגט על עסקי עריות,זיי זענען אסור געווארן חתונה צו האבן מיט די קרובים, פרעגט די מהר''ל און גור אריה, אויב איז געווען א ריכטיגע גיירות פארוואס איז געווען בוכין למשפחותם? ענטפערט ער א גרויסע חידוש אז נאר איינער וואס איז זיך מגייר 'מרצונו הטוב בהתרוממות הדעת' דער ווערט כקטן שנולד דמי, משא''כ אויב איז עס געצווינגענערהייט ווערט מען נישט אזווי א קטן שנולד דמי, און ביי קבלת התורה איז דאך געווען כפה עליהם הר כגיגית, במילא איז געווען א געצווינגע גיירות, אבער ביי משה רבינו שטייט ויעל משה על ראש ההר, איז ער נישט געווארן א גר בכפייה, איז ער יא כקטן שנולד דמי, במילא זאגט די גמרא צוויי אנדערע טעמים.

מעולם תמהתי אויף דעם ווארט ווארום ס׳שטייט דאך אז אהרן מיט זיינע זון און די זקנים זענען אויך געשטאנען אויפן בארג?
דביה תחדי נפשא

שר התורה האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:נעקסט טיים שרייב א ווארט נישט פרייטאג נאכמיטאג ווען א שיינע עולם איז שוין דא אויף די וועלטל

פרשת שלח
שטייט די וואך און פסוק (י''ג כ''ח) ווען די מרגלים זענען צירוק געקומען פון א''י האבן זיי געזאגט, 'אפס כי עז העם הישב בארץ והערים בצורות גדולות מאוד וכו' זאגט רש''י בצורות: לשון חוזק ותרגומו, כריכן, בירניות עגולות, ובלשון ארמי כריך-עגול:
מדערציילט נאך פונעם טשיבינער רב, אז מ'האט אמאל געפרעגט פון ר' שלמה קלוגער, וואס א חילוק צו די בירניות איז געווען רינדיכיג, אדער עק'יג,? האט ער גענטפערט אז די משנה זאגט אין נגעים, אז ביי א רינדיכיגע ביית גייט נישט אהן קיין דיני נגעי בתים, און רש''י זאגט און מצורע אז איינער פון די וועגן וויאזוי די א''י'דיגע פעלקער האבן באהאלטן זייער פארמעגן פון די אידן איז געווען, דורך עס באהאלטן און די ווענט, האט הקב''ה געמאכט אז עס איז געקומען נגעים אויף יענע מקום און מהאט עס געטראפן, און דאס האבן די מרגלים געזאגט, עטס מיינטס ענק וועלן טרעפן אוצרות אין די הייזער, עס איז דאך בירניות-רינדעכיג דא גייט שוין נישט אהן קיין דיני בתים

די מקור פון די מעשה איז אין ספר שיחת חולין פון רבי אברהם איטינגא פון דוקלא אן אייניקל פון רבי שלמה קלוגער רבי אבער די ווארט שטייט אויך אין מחזה אברהם פון בוטשטאטער רב און אין ספר הר צבי ברענגט ער עס אראפ בשם רבי זלמ׳לי פון ווילנא
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: שיינע קורצע ווערטער על הפרשה:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

חמרא טבא האט געשריבן:

ייש''כ פארן מארה מקום, איך האב דאס אמאל געהערט,

ווי שטייט אז אהרן איז אויך געווען אויפן בארג?

אבער דו האסט גוט געברענגט ווייל אין ספר שר התורה (נד״נ...) שטייט אז דער טשעבינער רב האט מפליא געווען די ווארט זאגנדיג אז צו קענען אזאנס צושטעלן דארף מען קענען כל התורה כולה (געדענק נישט פונקטליך די לשון)

פרשת יתרו שמות כ,כד

כ׳האב בטעות פארמישט צווישן די זקנים און די כהנים (זיך טועה געווען מיט סוף פרשת משפטים)

די לשון איז אזוי ''צושטעלן אזא משנה און נגעים צו רש''י דאס האט נאר ר' שלמה געקענט'
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: שיינע קורצע ווערטער על הפרשה:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

דעי נוסח קעניש זיין ריכטיג ווייל מ׳זעהט אנדערע האבן עס אויך צוגעשטעלט...
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: שיינע קורצע ווערטער על הפרשה:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

חמרא טבא האט געשריבן:דעי נוסח קעניש זיין ריכטיג ווייל מ׳זעהט אנדערע האבן עס אויך צוגעשטעלט...

דאס האב איך געהערט! איך ווייס נישט פארוואס עס קען נישט זיין,
עניוועי לאמיר נישט פארקריכן,
חמרא העלף ארויס, זאג אפאר גוטע ווערטער, מיר וועלן זיך דערקוויקן,
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: שיינע קורצע ווערטער על הפרשה:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

שר התורה האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:דעי נוסח קעניש זיין ריכטיג ווייל מ׳זעהט אנדערע האבן עס אויך צוגעשטעלט...

דאס האב איך געהערט! איך ווייס נישט פארוואס עס קען נישט זיין,
עניוועי לאמיר נישט פארקריכן,
חמרא העלף ארויס, זאג אפאר גוטע ווערטער, מיר וועלן זיך דערקוויקן,

גערעכט אזוי שרייבט ער טאקע
אטעטשמענטס
C6122314-CBB2-4606-ABAA-92DE590CF7AE.jpeg
C6122314-CBB2-4606-ABAA-92DE590CF7AE.jpeg (395.89 KiB) געזען 1119 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: שיינע קורצע ווערטער על הפרשה:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

בס''ד
פרשת שלח
איך האב היינט געזען זייער א זיסע ווארט, פונעם 'בנין אריאל',
ער ברענגט אראפ א גמ' און סוטה (דף ל''ד:)
עס זענען געווען עשרה מרגלים, שמונה נטלו האשכול, ואחד תאנה, ואחד רימון, יהושע וכלב לא נטלו כלום.
עס שטייט און מדרש תנחומא,(ס' ח') אז די מרגלים האבן נישט געוואלט נעמען פון די פירות פון א''י האט כלב ארויסגעצויגן זיין שווערד און געסטראשעט אז זיי זאלן נעמען פון די פירות,
איז דאך א סתירה, דא שטייט אז יהושע וכלב האבן נישט גענומען, און אין מדרש שטייט אז ער האט זיי געווארנט זיי זאלן יא נעמען, (אגב, ער שרייבט דארט, ''ונכון הדבר להשוות המחלוקות ולעשות שלום בין החכמים, כי כמו זר נחשב פלוגתא רחוקה כל כך מהיפך להפיך, לכן אומר אני דלא פליגי כלל,)
נאך איין זאך איז שווער, משה רבינו זאגט דאך ולקחתם מפרי הארץ, איז וואס האט יהושע וכלב נישט גענומען?
זאגט די בנין אריאל, אז משה רבנו וואלט געדארפט זאגן 'והבאתם' גייטס אריין און געשעפט און קויפטס א פרי' אבער נישט דאס האט ער געזאגט, ער האט געזאגט 'והתחזקתם'.
ברענגט ער פון א פריערדיגן (איך געדענק שוין נישט ווער,) אז דאס וואס עס שטייט, 'והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ'
איז פשט אז די מרגלים זאלן אראפ רייסן פון די פירות פון די ערד און מיט דעם וועלן זיי מאכן א חזקה אויף א''י
און וועגן דעם טאקע האט מען געשוקט איינס פון יעדן שבט, כדי' יעדער זאל קונה זיין זייער שבט'ס חזקה,
אבער די מרגלים וואס שוין אויפן וועג האבן זיי שוין געטראכט שלעכטס, זיי האבן נאר אינזין געהאט צו ברענגן די משונה'דיגע פירות פאר די אידן כדי' צו ווייזן אז פונקט אזווי די פירות זענען משונה דאס זעלביגע איז מיט זייער פאלק, האבן זיי געברענגט די פירות נאר אפצושרעקן די אידן,
און דאס זאגט די מדרש, אז כלב שלף את החרף שלו, פארוואס, ווייל זיי האבן נישט געוואלט אפרייסן קיין פירות, ווייל זיי זענען נישט געווען אינטערעסירט קונה צו זיין דאס לאנד, זיי איז גענוג געווען די תלושים,
אבער יהושע וכלב האבן יא אינזין געהאט צו מאכן א חזקה,אין משה האט נישט געזאגט 'והבאתם', מדארף עס אהיים ברענגן נאר 'והתחזקתם', מאכטס חזקה, עטס 'קענטס עס דארט לאזן' (אדער אויף עסן דארט)
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
בארדיוב
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 23, 2018 11:12 am

Re: שיינע קורצע ווערטער על הפרשה:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארדיוב »

חמרא טבא האט געשריבן:
שר התורה האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:דעי נוסח קעניש זיין ריכטיג ווייל מ׳זעהט אנדערע האבן עס אויך צוגעשטעלט...

דאס האב איך געהערט! איך ווייס נישט פארוואס עס קען נישט זיין,
עניוועי לאמיר נישט פארקריכן,
חמרא העלף ארויס, זאג אפאר גוטע ווערטער, מיר וועלן זיך דערקוויקן,

גערעכט אזוי שרייבט ער טאקע

און ילקוט שמעוני פרשת שלח שטייט טאקע אז די תירץ פארוואס מען דארף שיקן די מרגלים איז צוליב די מטמוניות וז"ל " אמרו ישראל משה רבינו נשלחה אנשים לפנינו, אמר להם למה, אמרו לו שכבר הבטיחנו הקב"ה ואמר לנו שאנו נכנסים לארץ כנען ויורשין כל טוב שנאמר ובתים מלאים כל טוב, והרי שמעו שאנו נכנסים והם עושין בהן בתי מטמוניות אם מטמינים הן את ממונם ואנו נכנסין ולא נמצא כלום נמצא דברו של הקב"ה בטל, אלא ילכו מרגלים לפנינו, ויראו לנו את הארץ אין כתיב כאן אלא ויחפרו לנו ילכו ויעמדו על מה שחפרו בארץ"
אולי וועגען דעם האט אוסגעפעלט נגעי בתים, אז מען זאל טרעפען די מטמוניות דווקא דארך א נגע. עס האט אויסגעפעלט א כפרה פאר די ווענט און די מטמוניות ווייל זיי זענען געווען נתפל לעוברי עבירה פון לשון הרע - חטא המרגלים.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”