דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

לכבוד שבועות - ארויף ;l;p-
טייל לייענער וועלן מעגליך רעאגירן :?
טייל :grin:
און אנדערע :x
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

[align=center]לרגל פרשת יתרו, ועשרת הדברות[/align]

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
רב טקסט האט געשריבן:דאס וואס איינער פון די מגיבים האט דא דערמאנט די וואס ליינען שטענדיג בטעם התחתון, והזכיר דברי רז"ה. הנה רז"ה כתב שם שראה כן באיזה ספר שכן המנהג באיזה מקום, והמעז פניו לעומתו, בהערות שערי דמעות לספרו שערי תפלה, כותב עליו כעין האי לישנא (אני מעתיק מזכרון, ואם שגיתי יסלח לי), "ולמה לא הזכיר שמו, אלא ודאי הרוצה לשקר ירחיק עדותו".

דער אמת איז אבער אז עס איז דער הייליגער רמ"ע מפאנו בסוף ספר מאה קשיטה:

רז"ה שרייבט שמעתי ממגידי אמת שבאיזה עיר בפולין המנהג כן, איז נישט מסתברא אז ער קומט פון דער רמ"ע (נישט אז דער בעל הדמעות איז גערעכט)


כ'האב דעמאלט געשריבן מזכרון במהירות, יעצט נאכן איבערקוקן, וויל איך זיך מער מסביר זיין.

די מאה קשיטה פון רמ"ע איז צום ערשט געדרוקט געווארן - בשמו - אין מונקאטש בשנת תרנ"ב.
אויב איז די שמועה וואס רז"ה ברענגט, תלוי אין דעם, וואלט עס געדארפט זיין על פי א כתב יד.
ווי אויך וואלט געווען א טעות וואס ער ברענגט בפולין.

אבער דער אמת איז אז דער רוב פונעם מאה קשיטה, איז שוין געדרוקט געווארן בשנת שפ"א, אין סאלוניקי, אונטערן נאמען לקוטי מנחם.
דארט שטייט אויפן שער אז דער מחבר איז ר' מנחם בן יעקב הלוי, הנקרא מוהר"ר מענדיל לעלוויר.
זעה דא מער דערוועגן.

שער ק' פונעם לקוטי מנחם איז גענומען פון מאה קשיטה סי' ק'. דאס איז דער סימן וועגן טעמי עשרת הדברות, וואו עס שטייט אויך אז אונזער מנהג איז אלעמאל צו ליינען בטעם התחתון. זעה בילד
לקוטי מנחם.png
לקוטי מנחם.png (56.36 KiB) געזען 727 מאל


ולא רחוק הדבר אז 'מגידי אמת' וואס האבן דאס געזעהן על שם ר' מענדיל לעלוויר [לעלוב'ער], האבן מעיד געווען אזוי איבער א מנהג באיזה עיר בפולין.
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”