מאמר על פורים - ונהפוך הוא (ר' שמשון פינקוס ז"ל)

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

מאמר על פורים - ונהפוך הוא (ר' שמשון פינקוס ז"ל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

על פי בקשות חברים שטעל איך א מאמר פון ר' שמשון פינקוס ז"ל לכבבוד פורים



פורים - גילוי הקב"ה בתוך הטבע

יצחק אבינו - ונהפוך הוא
פורים ווייסן מיר אלע דער יסוד פון "ונהפוך הוא". וואס באדייט דאס?

מיר געפונען ביי יצחק אבינו אויך עפעס אן ענין פון פורים. סיי אז זיין נאמען איז געווען יצחק וואס באדייט צחוק, כל השומע יצחק לי. און סיי אז זיין הנהגה איז געווען בדרך ונהפוך הוא. אזוי ווערט געברענגט אין ספר פענח רזא בשם המדרש, אויפן פסוק ותשא רבקה את עיניה ותרא את יצחק ותפל מעל הגמל, זאגט דער מדרש ראתה אותו יוצא מגן עדן, ומדוע נפלה מעל הגמל? כי דרך היוצאין מגן עדן רגליהם למעלה וראשם למטה לכן ותפל מעל הגמל. דאס הייסט די סדר ביים ארויסגיין פון גן עדן גייט מען מיט די פיס ארויף און קאפ אראפ – יצחק האט מקיים געווען ונהפוך הוא.

פורים זענען מיר מקיים די פיר מצוות פון מקרא מגילה, משלוח מנות, מתנות לאביונים, און סעודת פורים. לאמיר פארשטיין די שייכות פון ונהפוך הוא צו די דאזיגע פיר מצוות.

חז"ל דערציילן איבער רבי עקיבא אז ווען זיינע חברים די חכמים האבן געוויינט זעענדיג דעם גרויסן חורבן און הרס, האט רבי עקיבא געלאכט. דריי מאל האט דאס פאסירט, איין מאל ווען זיי זענען אריין אין רומי און האבן געהערט די קול המונה פון די גויים התחילו הם בוכים ורבי עקיבא משחק. זיי האבן געוויינט ווייל די גויים זיצן בטח ושאנן ושלוה בשעת בית אלקינו היה לשריפת אש. אבער ר"ע האט געלאכט ווייל "אם למכעיסיו כן ק"ו לעושי רצונו".

די צווייטע מאל איז געווען ווען זיי האבן געזען א פוקס ארויסקומען פון בית קדשי הקדשים, התחילו הם בוכים ור"ע מצחק. זיי האבן געוויינט ווייל במקום שכתוב בו והזר הקרב יומת גייט ליידער א פוקס, שועלים הלכו בו. אבער ר"ע האט זיי מסביר געווען אז דוקא אין דעם שועל געפונט ער א נחמה ווייל "עכשיו שנתקיימה נבואתו של אוריה בידוע שנבואתו של זכריה מתקיימת ועוד ישבו זקנים וזקנות ברחובות ירושלים". האבן זיי אים געזאגט עקיבא ניחמתנו עקיבא ניחמתנו.

די דריטע מאל איז געווען כשחלה רבי אליעזר, און די תלמידים זענען אריינגעגאנגען האבן אלע געוויינט ווייל ספר תורה שרוי בצער, אבער רבי עקיבא משחק, ווייל כל זמן שאני רואה רבי שאין יינו מחמיץ ואין פשתנו לוקה ואין שמנו מבאיש ואין דובשנו מדביש אמרתי שמא חס ושלום קיבל רבי עולמו ועכשיו שאני רואה רבי בצער אני שמח.
וואס באדייט די צחוק פון רבי עקיבא?


צוויי אופנים אנצוקוקן די טבע
די נקודה פון פורים, ימים טובים און אלע מצוות איז, די קשר צווישן הקב"ה און עם ישראל. אבער עס איז פארהאן א גרויסע מחיצה וואס בלאקירט דעם קשר, דאס איז: טבע.

לאמיר אריינקלערן אין איין זאך וואס צייגט אויף דעם. פאר דיין נאז געפונט זיך די גרעסטע מתנה: לופט! אנע לופט וואלט דער מענטש געשטארבן. פארוואס ווערט נישט א מענטש נתרגש פון די מתנה? ער וואלט ווען געדארפט שרייען יישר כח ה' יתברך! די סיבה איז וויבאלד יעדער האט לופט, נישט נאר איך. דער באשעפער גיבט דאך לופט פאר די גאנצע וועלט, נו באקום איך אויך אזויווי יעדער.

ווען איר קויפט אין געשעפט א באטל מילך, טראכט מען זיכער איז הקב"ה האט צוגעשיקט צום געשעפט 500 באטלעך פאר די געגענט און אויך איך בין צווישן זיי. אבער דער אמת איז הקב"ה האט מיט אהבה צוגעשיקט איין באטל ספעציעל פאר דיר – נאר וויבאלד מיר לעבן אין א עולם פון חושך והסתרה, האט הקב"ה באהאלטן דעם פאקט דורך צושטעלן נאך איבריגע 499 באטלעך...

פונקט אזוי איז ביי לופט, נאר אין א גרעסערן פארנעם. הקב"ה האט צוגעשטעלט א פארציע לופט ספעציעל פאר דיר, נאר ער האט א סיבה פארוואס ער וויל מסתיר זיין די עוצם החסד דערפאר האט ער צוגעשטעלט נאך ביליאנען לופט פארציעס פאר אנדערע מענטשן. אבער בעצם דארף א מענטש וויסן אין זיין געדאנק אז די מדובר דא איז פון א חסד עליון וואס ווערט געטון ספעציעל פאר דיר!

און די נקודה, איז דער "ונהפוך הוא" פון יום הפורים! ווייל אין פורים ווערט נתגלה די אמת לאמיתה וויאזוי מיר זאלן אנקוקן די וועלט, אז דער מילך האט הקב"ה באהבה מזמין געווען אין דעם גראסערי בלויז פאר דיר!


מקרא מגילה - לְגַלוֹת
אצינד לאמיר צוריקקומען צו די פיר מצוות פון פורים און עס אפלערנען אינאיינעם מיט די נייע "ונהפוך הוא".

די ערשטע איז קריאת המגילה, מגילה איז א לשון פון גילוי, אנטפלעקן. אלע ימים טובים דערהייבן מיר זיך העכער די טבע, אבער חג הפורים איז אנדערש, פורים לערנט אונז צו ברעכן די קאוד פון די טבע און אנערקענען אז אונטער דעם ליגט די עוצם החסד והאהבה צווישן מיר און הקב"ה. די גאנצע מעשה פון מגילה דרייט זיך ארום דעם ציר.

למשל לאמיר נעמען איין ווארט וואס חז"ל דערציילן דארט (אסתר רבה כא יב). "כשבת המלך אחשורוש על כסא מלכותו אשר בשושן הבירה." פארוואס האט אחשורוש קובע געווען זיין כסא אין שושן און נישט אין בבל אזויווי די פריערדיגע מלכים? ווייל ער האט געגלוסט צו די שטול פון שלמה המלך, אבער ער האט אויך געוואוסט אז ער קען זיך נישט דארט ארויפזעצן ווייל ער וועט כאפן שטויסעס פון די לייבן. וואס האט ער געטון? ער האט זיך געלאזט בויען אליין אזא שטול, די זעלבע מאדעל. האט ער געשיקט צו די קונסטלער פון פרס צו בויען דעם שטול נאר וויבאלד דער שטול איז געווען אזוי שווער און גרויס איז נישט געווען מעגליך עס אריבערצופירן צוריק קיין בבל, האט ער מחליט געווען מען גייט טוישן די הויפשטאט קיין שושן, ווער זאגט ס'מוז זיין אין בבל.

אבער מיר אלע ווייסן שוין פארוואס הקב"ה האט מסבב געווען זיין מלוכה קיין שושן, ווייל מרדכי הצדיק איז דארט געזעסן! פשט איז, אז באלד ביים אנהויב פון מגילה ווען מיר ליינען די אומשולדיגע ווערטער "על כסא מלכותו אשר בשושן" אנטפלעקן מיר אז די גאנצע טבע ווערט געפירט ארום מרדכי הצדיק. יא, עס הייסט מגילה ווייל עס טוט מגלה זיין די ריכטיגע מציאות.

פאר די זעלבע סיבה ווערט נישט דערמאנט די נאמען פון השי"ת אין די גאנצע מגילה. ווייל אין די רגע וואס עס שטייט ארויס שמו ית' בגלוי, איז דעס שוין אן ענין פון למעלה מהטבע, אזוינס וואס האט פאסירט אין יו"ט פסח. אבער פורים טוט אונז מגלה זיין אז אפילו זאכן פון טבע, פון חשכות, אבער דער שפיץ דערפון איז אלעס אהבה. "ונהפוך הוא" אלעס וואס איר זעט אין די טבע איז בלויז אהבה.

וואו זעט מען מער אהבה, פורים אדער פסח?
בחג הפסח האט אונז הקב"ה דערהויבן העכער די טבע העכער אונזער עולם, אבער אין פורים טוהן מיר איינזעהן הקב"ה אין יעדן פרט פון די טבע. די חילוק קען מען פארשטיין פון די פאלגענדע מדרש.

ווען ס'יז געקומען די צייט אז משה רבינו דארף אוועקגיין פון די וועלט, האט הקב"ה גערופן צו די נשמה: "בתי, מאה ועשרים שנה קצבתיך היותך בגופו של משה עכשיו הגיע קצך לצאת, צאי אל תאחרי". האט די נשמה פשוט נישט געהאלטן דערביי "איני רוצה לצאת ממנו". האט הקב"ה איר געזאגט, קום און איך וועל דיך ארויפטראגן לשמי השמים העליונים, איך וועל דיר זעצן תחת כסא כבודי ביי די כרובים ושרפים וגדודים. אבער די נשמה טענה'ט ווייטער זי וויל נישט גיין, צווישן מלאכים איז נישט אינטערעסאנט פאר איר, ווייל די צוויי מלאכים וואס זענען אראפגעקומען אויף דעם עולם זענען צום סוף דורכגעפאלן, אבער בגופו של משה איז דא מער קדושה. "בבקשה ממך, תניחני בגופו של משה" האט זי געבעטן.

די נשמה וויל ליבערשט די גוף פון משה, ווי צו וויילן צווישן מלאכים וכרובים, ווייל דארט האט זי מער קדושה און מער קירבה צו השי"ת! דוקא דא אין עולם הטבע!

אט דער סוד ווייסן אויך די מלאכים, זיי ווייסן דעם אמת. נאר מיר מענטשן ווייסן נישט דעם אמת, ווייל מיר לעבן מיט די פיס אראפ אויף דער ערד, און די קאפ ארויף צום הימל, מיר גלוסטן צום הימל. אבער יצחק אבינו איז געווען פונקט פארקערט, ער איז געווען רגליו למעלה וראשו למטה, זיין קאפ האט געווירבעלט מיט איין מטרה, צו טרעפן הקב"ה דוקא דא למטה בעולם הטבע אפילו עס קוקט אויס ווי מדת הגבורה, דאך האט ער געהייסן יצחק מלשון צחוק, ער האט געלאכט פון די וועלט, די גאנצע וועלט טראכט פארקערט אבער יצחק ווייסט דעם אמת אז הקב"ה געפונט מען דא, אין יעדן טראפן לופט, אין יעדן באטל מילך. אויך רבי עקיבא האט געלאכט בעת אנדערע האבן געוויינט, ווייל ער זיי יעדעס מאל געוויזן אז דוקא דא אין די חשכות הטבע ליגט די געוואלדיגע אהבת ה' לעמו ישראל.

אזוי דארפן מיר אלע קוקן אויף די טבע. דער אייבערשטער וויל זיך באהאלטן אין 499 מילך באטלעך, אבער דו דארפסט וויסן אז דיין באטל איז גאר א ספעציעלע מתנה בלויז פאר דיר, על כל נשימה ונשימה תהלל י-ה.


פורים - על שם הפור
נאך א פלאץ וואו מען זעהט די נקודה איז ביי די גורל פון פורים, על שם הפור.

א גורל איז דאך לכאורה א שטארק טבע'דיגער זאך, ווייל איינער מוז דאך געווינען, נו קען מען טראכטן אז דער געווינער איז א צופאל, א פשוט'ער טבע. אבער דער אמת איז פונקט פארקערט, א גורל איז גאר די פעולה פון הקב"ה בכבודו ובעצמו.

מיר ווייסן ביי די שבטים ווען יעדער האט פארלאנגט די בעסטע חלקי הארץ, האט דער אייערשטער געהייסן מאכן א גורל, איך וועל שוין קעיר נעמען - אך בגורל יחלק הארץ. יום כיפור ווען מען דארף שיקן לעזאזל, נו וויאזוי איז דען מותר פאר א כהן צו שיקן א שעיר פאר עשיו, פאר יענע חברה פאר ע"ז. האט דער אייבערשטער געהייסן מאכן א גורל אחד לה' וגורל אחד לעזאזל – נאר הקב"ה קען דעס טון.

און נאך אן אינטערעסאנטער ענין טרעפט מען אין יהושע, ווען די בני ישראל האבן מועל געווען בחרם האט יהושע געווארפן א גורל צו טרעפן דעם שולדיגן, איז עס אויסגעפאלן אויף עָכָן. האט עכן געטענה'ט די אויבענדערמאנטע טענה, הלמאי איינער האט דאך געמוזט ארויסקומען אינעם גורל איז דאס בכלל נישט קיין ראיה אים צו באשולדיגן. האט אים אבער יהושע געענטפערט: "בני שים כבוד לה' אלקי ישראל" זיי מודה על האמת און זיי נישט מוציא לעז אויף א גורל, ווייל א גורל איז דבר השם.

דעס איז די מהות פון פורים – על שם הפור, לערן דיך פון א גורל וואס קוקט אויס ווי די גרעסטע טבע, אבער באמת ליגט דארט די אהבה פון השי"ת. ווי די מהר"ל זאגט (תפארת ישראל פנ"ג) אז ווען הקב"ה האט חותם געווען די אידן למיתה הרי זה נחשב למיתה ממש, נאר הערשט נאכדעם מתוך אהבתו ית' האט הקב"ה באשאפן פונדאסניי א נייע פאלק, מיט א נייע קבלת התורה. דעס איז די גאנצע מהות פון פורים – על שם הפור, און אזוי הייבן מיר אן די ערשטע מצוה פון פורים - מקרא מגילה, וואס דאס טוט מגלה זיין אהבת הקב"ה בתוך הטבע.


מתנות לאביונים ומשלוח מנות – צוויי סוגים של חסד
אצינד לאמיר צוריקגיין צו די מצוות פון מתנות לאביונים און משלוח מנות.

נאכדעם וואס מיר האבן מקיים געווען מקרא מגילה, די מצוה יסודית פון פורים, דארפן מיר נעמען די התעוררות של אהבה און עס אריינלייגן אין עפעס א חפץ. אזוי שטייט אין שיר השיריםח "אם תעירו ואם תעוררו את האהבה עד שתחפץ", ליגט דא דער יסוד אז ווען עס קומט צו א מענטש א התעוררות פון אהבה זאל מען עס בפועל מהפך זיין צו א כלי, א חפץ של מצוה.

א מתנה דרוקט אויס אהבה. דאס קען מען טון אין צוויי וועגן. איינס איז ווען דיין חבר נויטיגט זיך אין א פעדער למשל, קויפסטו אים א שיינע פעדער אים ארויסצוהעלפן, און איז אינאיינוועגס מחזק די קשר ידידות. די צווייטע וועג איז ווען דיין חבר נויטיגט זיך נישט אין גארנישט אבער דו קויפסט אים א מתנה בלויז צוליב אהבה, למשל בלומען, קיינער דארף עס נישט מען האט נישט דערפון קיין נוצן, אבער עס ברענגט ארויס די נאנטקייט און אהבה.

דאס זענען די צוויי מצוות, וואס טוהן אויסדרוקן ביידע וועגן פון מתנות. די מצוה פון מתנות לאביונים מיינט אז דער מקבל נויטיגט זיך אין עפעס, עס פעלט אים עפעס, ער איז א אביון דערפאר גיב איך אים א מתנה. דער מצוה פון משלוח מנות אבער צייגט אויף דער צווייטער וועג, מען גיבט א מתנה אפילו עס פעלט אים גארנישט, די איינציגסטע סיבה איז בלויז צוליב אהבה. דעס איז דער יסוד ההבדל פארוואס מתנות לאביונים גיבט מען פאר צוויי און משלוח מנות נישט. ווייל אויב שיקסטו משלוח מנות פאר יעדן איינעם, די גיבסט פאר די גאנצע שטאט אהבה, איז דאס א פגם אין דיין אהבה, דו מיינסט עס נישט ערענסט ווייל די גיבסט פאר יעדן איינעם. משא"כ מתנות לאביונים וואס מען גיבט פאר דער וואס נויטיגט זיך דערין איז אדרבה, ווי מער מען גיבט אלס חשוב'ער איז עס.

דער אייבערשטער פירט זיך אויך אזוי מיט אונז. עס איז פארהאן צוויי סוגים פון חסד, איינס איז ער מעניק בחסדו הגדול ווייל מיר נויטיגן זיך דערין, למשל א מלבוש וואס א מענטש דארף האבן איז א מתנה ממלא צו זיין דעם חסרון. אבער דער שיינער מאשני אויפן מלבוש, דאס איז שוין נישט עפעס וואס א מענטש דארף האבן אבער דער אייבערשטער שיקט עס אלס משלוח מנות, בלויז צוליב זיין גרויס אהבה.

מיר אידן וואס זענען מקיים והלכת בדרכיו, איז תיכף נאך קריאת המגילה ווען מיר אנערקענען שוין די מהות פון די גאנצע טבע און די אהבה פון הקב"ה אין זיינע שטענדיגע מתנות, דערפאר זענען מיר תיכף מקיים אט די צוויי סוגים פון חסד. נאר כמובן קען מען דאך נישט גיבן פאר הקב"ה קיין מתנות, ממילא זענען מיר עס מקיים "איש לרעהו" פאר די קינדער פון הקב"ה.


סעודת פורים - חיים
דער מסילת ישרים צום סוף (פרק כו) איז מבאר די גרויסע מדריגות פון רבי פנחס בן יאיר – קדושה המביאה לידי תחיית המתים, שרייבט ער בזה"ל: "הנה הדבק בו יתברך דביקות גמור יוכל למשוך ממנו יתברך אפילו משך החיים עצמם שהוא מה שמתייחס לו בפרט יותר מן הכל".

אין די ווערטער פון רמח"ל ליגט אן ענין עמוק, אבער מען קען עס פארשטיין בפשטות אויך. די סדר פון די וועלט איז זיך צו זארגן אויף מארגן, א מענטש וועט קויפן היינט צוויי ברויט און איינס אוועקלייגן. אבער איין זאך קען מען נישט אוועקלייגן, דאס איז די לעבן אליינס. א מענטש לעבט נישט פון איין רגע אויפן צווייטן, עס איז נישט פארבינדן די לעבן פון די יעצטיגע סעקונדע צו די לעבן פון די קומענדיגע סעקונדע. ווען איינער גייט דורך א הארץ אפעראציע ה"י און מען מוז אפשטעלן די פונקציע פונעם הארץ, וועט מען נישט אפשטעלן דאס לעבן נאר מ'וועט אפשטעלן די הארץ, ווייל מען קען נישט שטארבן אויף א פופצן מינוט און נאכדעם צוריק לעבן. דאס לעבן קומט דירעקט פון הקב"ה יעדע רגע ורגע א נייע לעבן.

די מערסטע ווען מען שפירט דאס לעבן, די חיות וואס הקב"ה גיסט אריין אינעם מענטש איז ביים עסן. ווען א מענטש איז הונגעריג און הייבט אן עסן שפירט ער תיכף בעסער, דאס איז א גלייכע ליניע צווישן דעם מענטש אין הקב"ה בכבודו ובעצמו.

צו דער זעלבער צייט האבן מיר דעם כלל פון "וישמן ישרון ויבעט", אז דוקא בשעת האכילה קען מען צוקומען צו שכחת השי"ת. א פשוט'ע משל איז, גיבט א קוק אויף די חילוק פון די פאר-ברכה ביז די נאך-ברכה... דאס איז א סימן אז דוקא עסן איז אזא שטארקע קשר צווישן דעם מענטש און הקב"ה. דעריבער אצינד נאך קריאת המגילה ווען מען האט שוין באקומען די הכרה אז די גאנצע טבע פירט השי"ת, יעצט האט מען מתקן געווען די מצוה פון סעודת פורים, יעצט קען מען גיין עסן און טרונקן, און דאס וועט זיין דער גרעסטער איבערצייגונג אז אונזער לעבן קומט דירעקט פון השי"ת.


שמחה ומשתה – מצות השמחה
פורים האבן מיר א באזונדערע מצוה פון שמחה, אבער עס איז אינגאנצן אן אנדערע סארט שמחה פון יעדן יום טוב. דער גרי"ז זצ"ל שרייבט (ספר עמק ברכה), אז די שמחה פון יעדן יום טוב איז די שמחה מיט די מצוות פון הקב"ה, למשל ושמחת בחגך, נגילה ונשמחה בך, וישמחו בך ישראל. אבער די שמחה פון פורים איז שמחה לשם שמחה אן קיין אנדערע תכלית, מיר פרייען זיך בלויז מיט זיך אליין, מיט די טבע און מיט די לעבן וואס הקב"ה איז אונז מעניק שטענדיג.

פשט איז אזוי. זיצן אידן און זינגען בדביקות צמאה לך נפשי, קומט אריין א קינד און פרובירט "מאכן פריילעך" דורך טאנצן אויפן טיש וכדו'. אויב שיקט מען אים אוועק זאגנדיג נישט דעס מיינט פורים, היינט דארף מען זינגען צמאה לך נפשי... איז דאס נישט אויסגעהאלטן, און להלכה נישט ריכטיג. ווייל די מצות היום איז שמחה, אפילו מען פארשטייט נישט וואס דאס מיינט. און מצות אתרוג פארשטייט מען דען יא? לולב פארשטייט מען יא? נאר וואס דען, דאס איז די מצוה צו זיין בשמחה, די עצם השמחה דאס איז די מצוה.


בין ארור המן לברוך מרדכי
דאס איז די גאנצע נקודה פון פורים, מגלה צו זיין דעם אייבערשטען דא אין זיך אליין, אין די אטעם, אין די עסן, דאס איז די שמחה. וויסן אז דעס וואס איך לעב, איך טאנץ, איך עס און טרונק, איך בין פרייליך, דאס איז אלעס פון הקב"ה בכבודו ובעצמו – ווייל ער איז "אלקים חיים" וואס גיבט לעבן שטענדיג.

און דער תחושה דארף גיין עד הסוף, ביז שכרות ממש. דעס זאגט אונז רבא אז ווען א מענטש קומט צו שכרות, וועט ער זאגן ווערטער וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געזאגט "עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי", פונקט פארקערט פון אגאנץ יאר, ונהפוך הוא.

דהיינו, ביז אהער האבן מיר טאקע גערעדט פון אסאך גוטע זאכן, פון מתנות און סעודות, אבער די וועלט האט אויך צרות וואס איז א חלק פון די מערכה. פורים זאגט רבא, קומט דער מענטש צו די הכרה שלימה אז "ברוך המן", וואס איז פשט? המן באדייט די טיפסטע חלקי החושך, ער האט דאך געוואלט מאבד זיין די נר ישראל, די לעכטיגקייט פון די וועלט. אבער ווען א מענטש איז אזוי שטארק מכיר - אפילו מתוך שכרות - אז הקב"ה פירט די גאנצע טבע גוט אדער שלעכט, קען ער זיין א מברך על הרעה און זינגען "ברוך המן" ווייל הכל מאתו ית'.

און "ארור מרדכי" וואס איז פשט? מרדכי באדייט דער צדיק. געווענליך ווען א מענטש איז מתפלל און ווערט נישט געהאלפן גייט ער צו א צדיק, ילך אצל חכם ויבקש עליו רחמים, פארוואס? ווייל ער קען נישט אליין. אבער פורים קענסטו שרייען ארור מרדכי, ווייל היינט דארף מען נישט צוקומען צו א צדיק, נישטא קיין שום מחיצות פון טבע וואס זאל מפסיק זיין צווישן מענטש און הקב"ה – דו קענסט אליינס:). אבער מען זאל זיין געווארענט ווייל אזא הכרה קומט נישט דורך שכל, ווען א מענטש איז וואכעדיג טאר ער דאס נישט זאגן ווייל ער איז אן אפיקורוס. דאס גרייכט מען נאר דורך שכרות ווען די שכל ארבעט נישט.

אזא מצב געפונען מיר ביי מתן תורה. ווען השי"ת האט עטליכע מאל גערעדט צו די אידן דורך משה, והיו נכונים ליום השלישי, און נאכדעם ביי רד העד בעם פן יהרסו. אבער ווען עס קומט דער מינוט פון מתן תורה האט השי"ת אליינס גערעדט צו די אידן כביכול, וידבר אלקים את כל הדברים האלה. פונקט ווי א שדכן גייט אוועק פון די חופה איבערצולאזן די חתן וכלה אליינס צווישן זיך, אזוי האט יעצט משה איבערגעלאזט די אידן מיט השי"ת אליינס, ער וויל אליינס רעדן צו די אידן.

אט אזא קירבה האבן מיר פורים, נישטא קיין שום נקודה פון א מחיצה. מען רעדט גלייך צו הקב"ה און מען אנערקענט אז יעדע פעולה קטנה אפילו המן, איז אויך משמים!


פורים – עת רצון
פורים איז א מורא'דיגער טאג, די הימלען זענען אפען, עס איז ווי א מציאה לאחר יאוש ווען הקב"ה האט כביכול געטראפן בנו יחידו לאחר יאוש. דער אר"י הק' שרייבט אז דעס וואס האט דעמאלטס פאסירט בשעת הנס דפורים, חזר'ט זיך איבער יעדעס יאר ממש. דערפאר איז א באזונדערע מצוה פון "כתבוני לדורות" אזויווי מרדכי האט טאקע געטון בשעתו, ער האט ארומגעשיקט די מגילה "וישלח ספרים אל כל היהודים". אזא השפעה פון חסד איז נישט געווען אפילו בשעת מתן תורה, ווייל אין פורים איז געווען א קבלת התורה מרצון, מתוך קירבת הלב צו הקב"ה, און דער מצב געשעט יעדע יאר.

די מטרה פון מגילה איז, אויפצודעקן דעם אייבערשטען. מען קען אין איין גלאז וואסער אריינלייגן מער דביקות ווי א ביליאן יאר פון עולם הבא! דא איז דער עולם של דביקות. יעדע אטעם, איז א גאר ספעציעלע און פערזענליכע מתנה פון הקב"ה דירעקט צו דיר, אפילו ער גיבט עס פאר נאך א מיליאן מענטשן, אבער על כל נשימה ונשימה תהלל י-ה, דאס איז נאר פאר דיר מתוך אהבתו ית'.
און דאס איז דורך לאכן, "לשחוק אמרתי מהולל". יצחק אבינו האט געלאכט ווייל ער האט איבעראל אויף די וועלט געזען דעם אייבערשטען אפילו אין די חושך, אפילו אין המן, אלעס ווערט געפירט דורך הקב"ה. לעב מיט דעם און אזוי זיי מקיים די מצוות היום.

* * *
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

ייש"כ הרב שוועמל
איז מעגליך א ?PDF
א דאנק פון פאראויס.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

יישר כח הרב שוועמל. די זכות זאל דיר אנטקעגן קומען.

פורים - Copy.pdf
(144.42 KiB) געווארן דאונלאודעד 329 מאל
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

יישר כח גדול שוומעל און ענדע.

די טייערע ווערטער פון ר' שמשון זצ"ל וועט זיכער באלייכטן אונזער פורים.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

ייש"כ ענדע
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

געוואלדיגע רייד!

ישר כח שוועמעל פארן נעמען די מיה צי איבערטייטשען די הייליגע שמועס פון ר' שמשון זצ"ל!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

שמאטע האט געשריבן:געוואלדיגע רייד!

ישר כח שוועמעל פארן נעמען די מיה צי איבערטייטשען די הייליגע שמועס פון ר' שמשון זצ"ל!
קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 12, 2011 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמח »

תג נוצער האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:געוואלדיגע רייד!

ישר כח שוועמעל פארן נעמען די מיה צי איבערטייטשען די הייליגע שמועס פון ר' שמשון זצ"ל!
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

הערליך שיין! גאר שטארק נתרגש געווארען פון די רייד.
זייער שיין מעתיק געווען. תודה רבה
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
בן יועזר
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 3:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן יועזר »

הערליך שיין! גאר שטארק נתרגש געווארען פון די רייד.
זייער שיין מעתיק געווען. תודה רבה
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הערליך שיין מיט א זאפטיגן שפראך געשריבן
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

א ריזן יישר כח שוועמל.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ארויף לקראת החג
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

יעלה ויבא
אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 25, 2011 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dont care »

שכוח ס׳מוירעדיג יעצט געליינט
קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע »

שוועמל האט געשריבן:ארויף לקראת החג
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”