לקוטים וענינים לפרשת פנחס

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי מעל בני ישראל, במדרש רבה בדין הוא שיטול שכרו:

האב איך געזעהן און חתם סופר תורת משה, 7 פרושים אויף דעם, לכאורה ווערט שוין אראפגעברענגט איינס פון דעם, ואתכם הסליחה. איך וועל עס שרייבן בקיצור, איך האף עס איז גענוג קלאר מ'קען שרייבן הגהות:

1.לכאורה שכר מצוה בהאי עלמא ליכא,פארוואס האט פנחס יא בדין הוא שיטול שכרו?, זאגן די מפורשים אז די באשעפער איז נישט עובר אויף בל תלין, ווייל ווען דארף מען באצאלן יענע טאג ווען ער אליין הייסט, אבער די תורה איז דאך געגעבן געווארן דורך א שליח דורך משה, במילא איז די באשעפער נישט עובר, אבער די כהנים הנגשים אל ה' וואס זענען געשטאנען במחיצה זיי האבן יא געהערט מפי הגבורה אליין באקומען זיי יא שכר בהאי עלמא במילא פנחס בן אלעזר בן אהרן "הכהן" בדין הוא שיטול שכרו.

2. לכאורה שכר מצוה בהאי עלמא ליכא,וויאזוי פנחס בדין הוא שיטול שכרו בעוה"ז,קען זיין, ווייל א מענטש באקומט נישט קיין שכר ווייל אפשר וועט א מענטש נאך טוהן עבירות, אבל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו, פנחס האט מקדש געווען שם שמים און מזכה געווען את הרבים, בדין הוא שיטול שכרו.

3. שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, אבער די שכר מצוה פון א צדיק איז איין זאך, אז ער זאל קענען טוהן נאכאמאל די זעלבע מצוה, אבער אזא מצוה ווי דעם האט פנחס נישט געוואלט טוהן נאכאמאל (ער האט נישט געוואלט עס זאל פארקומען אזא מעשה), אויב אזוי בדין הוא שיטול שכרו, ווייל ער באקומט דאך נישט די געהעריגע שכר פארדעם בהאי עלמא, ווייל ער קען נישט טוהן נאכאמאל די זעלבע מצוה.

4.שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, פארוואס טאקע?, ווייל שכירות אינה משלמת אלא לבסוף, און א צדיק ענדיגט דאך נישט ווייל אגאנצן צייט וויל ער טוהן נאך א מצוה, יעצט וויבאלד זיי ענדיגן נישט אויף דו וועלט במילא בעטן זיי נישט זייער שכר אויף דו וועלט אבער רשעים זיי טראכטן אז וואס זיי טוען איז לפנים משורות הדין, בעטן זיי זייער שכר אויף די וועלט, אבער פנחס האט זיכער געבעטן אז אזא מצוה זאל אים נישט אינטער קומען נאכאמאל, במילא איז יעצט די סוף פון די מצוה בדין הוא שיטול שכרו.

5. (אביסל ענדליך ווי די פריערדיגע, ארויסגעברענגט אויף א אנדערע בחינה), שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, פארוואס טאקע?,ווייל שכירות אינה משלמת אלא לבסוף, נאר ווען מענדיגט אינגאנצן טוהן די מצוה, א מענטש דארף אייביג ווארטן מתי יבא לידי ואקימנה וכיון שנאנס ולא עשאה מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה, סוי איז א איד קיינמאל נישט פערטיג מיטן מצוה איז מען נישט עובר אויף בל תלין, יעצט אלע מצות לאמיר נעמען למשל תפילין, קען מען קיינמאל נישט ענדיגן, ווייל תיכף ווען מען ענדיגט צופרי לייגן תפילין, איז די מצוה צו ווארטן און האפן ווען וועל איך שוין קענען לייגן נאכאמאל תפילין אזוי ווייטער וחוזר חלילה, אבער די מעשה דא ביי פנחס איז אויף דעי מצוה האט ער נישט געווארט נאכאמאל צו טוהן, נאר פונקט פארקערט מען דארף מתפלל זיין אז אזא זאך זאל מער נישט פארקומען ביי אידישע קינדער, בדין הוא שיטול שכרו, ווייל דעי מצוה האט זיך שוין גענדיגט.

6.בדין הוא שיטול "שכרו" שכרו של אהרן, ווייל לכאורה פארוואס האט פנחס באקומען כהונה גדולה עס איז דאך אויך דא אלעזר ואיתמר, איז די תירץ, פארוואס האט "אהרן" באקומען כהונה גדולה ווייל ער האט זיך מזרז געווען מיטן שליחות פון באשעפער מער ווי משה רבינו (ביים קומען קייין מצרים הלא אהרן אחיך יהיה...), די זעלבע זאך יעצט האט "פנחס" זיך מזרז געווען מער ווי אלע קינדער אוחז מעשה אבותיו בידו, בדין הוא שיטול שכרו ק"ו ממדה פורעניות שהרי מדה טובה מרובה.

7.לכאורה שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, וויאזוי האט די באשעפער געגעבן פאר פנחס שכר אויף די וועלט, איז די תירץ אז ער האט נישט באקומען די שכר פון די מצוה, נאר און זכות אבות האט ער באקומען כהנה, און עס שטייט די עיקר זכות אבות גיט השי''ת פאר די קינדער אז זיי גייען אין די וועגן פון די עלטערן. יעצט וויבאלד פנחס איז געגאנגען בדרכי אבותיו, בדין הוא שיטול השכר פון זכות אבות.
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

פרשת פנחס ע''ח
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: לקוטים וענינים לפרשת פנחס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

געזען אין ליקוטי הרי"ם פונעם חידושי הרי"ם זצ"ל:
שבת היא ברית שלום, ובאמת זה שקלקל ואין לו במה לתקן משום שהוא מקולקל בכל, מ"מ שבת הוא ממקום גבוה אשר בשבת יוכל לתקן, כמש"כ ושמרו בנ"י את השבת לעשות את השבת כו' ברית עולם. ובשם הרה"ק ר' יעקב יצחק הלוי זצ"ל מלובלין, ששבת זה [פרשת פנחס] הוא טוב לבני הנעורים, אשר יוכל להיות להם תיקון בשלימות. עכלה"ק.
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: לקוטים וענינים לפרשת פנחס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

אין אגרא דפרקא ברענגט ער אראפ א טייער ווארט פין היינטיגער בעל הילולא הרה"ק רבי שלמה קארלינער זי"ע: אויפן פסוק תחת אשר קנא לא-לקיו ויכפר על בני ישראל. נאמר לי משם קדוש ישראל, ה"ה הרב הקדוש מה"ר שלמה מקארלין זצללה"ה הי"ד, שאמר בשם המדרש, בשעה שאמר הקדוש ברוך הוא לאליהו שיצטרך להיות בכל מילה שבישראל, אמר אליהו אתה ידעת שאני מקנא לשמך יתברך, הנה אם יהי' הבעל ברית בעל עבירה, לא אוכל לסבול להיות שם, והבטיחו השי"ת שיכפר להבעל ברית, ואז יהי' ריקן מעבירות. והשיב עוד, אפשר יהי' המוהל בעל עבירה, הבטיחו השי"ת שיכפר גם לו. השיב עוד, אפשר יהי' הקהל העומדים שם בעלי עבירות, ולא אוכל לסבול, הבטיחו השי"ת שיכפר לכלל הקהל. כן שמעתי שיצאו הדברים מפי הק' הנ"ל. ונ"ל שזה מרומז בפנחס זה אליהו, תחת אשר קנא לא-לוקיו ויכפר על בני ישראל, כי הואיל ומדתו קנאה, והוצרך להיות אצל כל ברית ולא יוכל לסבול, על ידי זה גורם הכפרה לישראל, כי הוצרך השי"ת להבטיחו כנ"ל.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

זיידעניו האט געשריבן:טעמים פארוואס לייענט מען פרשת
פנחס אין די ימי המצרים
- א -
דער טעם פארוואס ס'קומט אויס,אז מ'לייענט פרשת פנחס אין די טעג פון"בין המצרים", איז לויט ווי ס'ווערט געברענגט אין נאמען פון הרה"ק מלובלין זצ"ל אז ווען משיח וועט קומען, וועט שבעה עשר בתמוז זיין דער ערשטער טאג יו"ט, און ט' באב וועט זיין דער לעצטער טאג יו"ט, און די טעג פון בין המצרים וועט זיין ווי חול המועד. (דער ראפשיצער רב זצ"ל האט צוגעלייגט אז עס וועט זיין עטוואס אנדערש, תשעה באב וועט זיין ווי די ערשטע טעג יו"ט, שבעה עשר בתמוז ווי די צווייטע טעג יו"ט, דער גאנצער יאר אינדערמיט ווי חול המועד, און די דריי וואכען ווי געווענליכע טעג). דעריבער לייענט מען אין די טעג פרשת פנחס וואו ס'ווערט דערמאנט די קרבנות פון די ימים טובים, ווייל די טעג וועלן בקרוב נתהפך ווערן צו ימים טובים, וואו ס'שטייט אין פסוק (ירמי' ל"א) והפכתי אבלם לששון, בב"א.
(הרה"ק מרוזשין זצ"ל)
- ב -
נאך א טעם, ווייל דורך דעם וואס מ'לייענט די פרשה פון די קרבנות וואס אידן פלעגן מקריב זיין בזמן שבית המקדש היה קיים, כאפט אן א בענקעניש צום בנין בית המקדש השלישי, און דאס ערוועקט רחמים אויבן אין הימל אז דער בית המקדש זאל שוין געבויט ווערען בקרוב.
(שפת אמת)

- ג -
נאך א טעם, ווייל אין די טעג קלאגן די אידן אויפ'ן חורבן בית המקדש, און ס'איז מעגליך אז מ'זאל אין די טעג אריינפאלן ח"ו אין א טרויער און עצבות ר"ל, וואס דאס איז א געפערליכע מדה, דעריבער לייענט מען די פרשה פון ימים טובים וואס ברענגט אריין אין הארץ שמחה און האפענונג אז בקרוב וועלן מיר דערפרייט ווערן.
(בני יששכר)
- ד -
עס קומט אויס אז אין אלע יארן פאלט אויס דאס ליינען פרשת פנחס אין די וואכן פון בין המצרים, ווייל אין מדרש ווערט געברענגט אז דער אויבערשטער האט צוגעזאגט פאר אברהם אבינו אז ווען אידן וועלן לייענען פאר אים די פרשיות הקרבנות, וועט פאררעכנט ווערן ווי גלייך מ'איז מקריב בפועל די קרבנות. הגם יעדן טאג זאגט מען פארשידענע פרשיות פון קרבנות, אבער עס קומט קיינמאל נישט אויס אז מ'זאל דאס לייענען אין א ספר תורה מיט אלע הלכות, דערפאר, דוקא אין די טעג ווען ס'איז בטל געווארן די קרבנות בעוונותינו הרבים, האט מען מתקן געווען צו לייענען די פרשיות כדי דערמיט זאל פאררעכנט ווערן ווי גלייך מיר האבן מקריב געווען די קרבנות.
(מאור ושמש)
- ה -
מ'קען זאגן נאך א טעם פארוואס מיר לייענען די פרשה אין די טעג פון בין המצרים, לויט ווי דער מהר"ל מפראג ערקלערט א טעם פארוואס מ'עפענט די טיר ביי שפוך חמתך, ווייל ווען ס'איז מסוגל מתפלל צו זיין אויף די גאולה ווילן מיר מרמז זיין דאס וואס מיר האבן בקבלה אז פאר משיח וועט קומען וועט אליהו הנביא אונז פארבערייטן און מודיע זיין אז משיח איז שוין אונטערוועגנס. דאס ווייזן מיר אויך מיט דעם וואס מיר לייענען פרשת פנחס אין די טעג פון בין המצרים, ווייל חז"ל זאגן דאך פנחס זה אליהו הנביא זכור לטוב, זענען מיר מתפלל אין די טעג פון בין המצרים אז אליהו הנביא זאל שוין בקרוב מבשר זיין די בשורה טובה אויף וועלכע מיר ווארטן שוין אזויפיל יאהר.
(דברי יואל)

די ערשטע טעם שטייט אויך אין בני יששכר (תמוז אב מאמר ב' סוף אות ב')
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

בוידעם האט געשריבן:
לעווי האט געשריבן:איך האב יארן צוריק געהערט א ווארט פון אדמו"ר מזלאטושוב נתני' שליט"א.

רש"י שרייבט אויף בקנא את קנאתי, 'שקצף הקצף שהי' לי לקצוף' ע"כ.

בלעם האט געזאגט אין פרשת בלק, מה אקב לא קבא קל, מה אזעום לא זעם ה'. זאגן חז"ל אז בלעם האט געוואוס אז קל זועם בכל יום, וכמה זעמו, רגע. האט ער געוואלט מכוון זיין צו שעלטען דוקא אין דער רגע מיט די ווארט 'כלם', און אזוי אומצוברענגן כלל ישראל ח"ו. אבער דערווייל האט די אייבישטער ברוב רחמיו וחסדיו נישט זועם געווען אין יענע טאג און פארדעם האט בלעם נישט געקענט שעלטן.

וואס איז טאקע פשט אז די אייבישטער כביכול רעגט זיך? פארוואס? נאר די תי' איז ווייל עס שטייט לעולם ירגיז אדם יצר טוב על יצר הרע, כדי בייצוקומען די יצר הרע מוז די מענטש מאכן א רוגזה. אבער בעצם אילמלא הקב"ה עוזרו לא יוכל לו. די אייבישטער איז זועם יעדען טאג פאר איין רגע, און דאס איז עוזר אז אלע רוגזה'ס יענע טאג אקעגן די יצר הרע זאלן אים בייקומען. און ווען נישט וואס די אייבישטער איז זועם א יעדע טאג וואלט מען טאקע נישט געקענט בייקוען די יצר הרע.

אין יענע טאג האט די אייבישטער נישט געוואלט זועם זיין כדי בלעם זאל נישט קענען שעלטן. וואס איז געשעהן? פלוצלינג האבן די אידן מער נישט געקענט בייקומען זייער יצר הרע און ויחל העם לזנות וגו'. פנחס זעענדיג אז די אידן זינדיגען אויף אזא געפערליכע אופן האט באלד געכאפט וואס דא איז געשעהן, ער האט פארשטאנען אז עס פעלט די געטליכער רוגזה צו קענען בייקומען די יצר הרע. האט ער מחליט געווען אז ער וועט מוזן מקנא זיין מיט אזא שטארקע רוגזה דקדושה כדי די אידן זאלן קענען האבן די כח צו מרגיז זיין זייער יצר טוב אויף זייער יצר הרע. איז ער מיט א רוגזה דקדושה געקומען און געטון וואס ער האט געטון. און די מעשה האט זיך אפגעשטעלט.

דאס איז פשט שקצף הקצף שהיה לי לקצוף. ער האט דאך מגביר געווען די רוגזה אויף די יצר הרע אנשטאט די אייבישטער ווייל די אייבישטער האט דאך נישט זועם געווען אין יענער טאג.

דאס ווארט קומט פון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע

די ווארט שטייט אין ספר מהרי״ד בשם זיין פאטער דער מיטעלע בעלזער רב זצ״ל (אגב אינעם ספר טללי אורות איז ער עס בטעות מייחס צום שר שלום) און ער אליינס איז מוסיף צו דעם אז דאס איז פשט אין רש״י בדין הוא שיטול שכרו ווייל די סיבה פארוואס שכר מצוה בהאי עלמא ליכא איז ווייל ווען נישט דער סיוע פון קל זועם בכל יום וואלט דאך דער מענטש נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון משא״כ פנחס וואס האט נישט געהאט דעם סיוע כנ״ל איז טאקע בדין הוא שיטול שכרו ודפח״ח
דביה תחדי נפשא
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”