ו' חקת - וואס איז דער מקור

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

ו' חקת - וואס איז דער מקור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

היינט האב איך ארויפגעשטעלט א מעלדונג אויף גוגעל-טאלק: "א גוטן ערב שבת, ו' חקת - וואטש אוט", אינזין האבנדיג די באקאנטע זאך אז ו' חקת איז א מסוכן'דיגער טאג. פרעגט מיר איינער אן אויפן מקור הדבר, ביטע העלפט מיר ארויס.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

עס שטייט אין דער לעצטער מגן אברהם, אין או"ח הל' תענית סי' תק"פ.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח גדול, והא לשונו: כתב התניא ביום הששי פ' חקת נהגו יחידים להתענות, שבאותו היום נשרפו כ' קרונות מלאים ספרים בצרפת. ולא קבעו אותו בימי החדש, מפני שמתוך שאלת חלום נודע להם שיום הפרשה גורם גזירת התורה, זאת חקת התורה מתרגמינן דא גזירת אורייתא. וגם בשנת ת"ח נחרבו שני קהילות גדולות באותו היום כמ"ש בסליחות שחבר בעל השפתי כהן עכ"ל.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ס'האט מיך געוואונדערט אויף דיר קרעמער אז דו ווייסט נישט.

לעניננו, כ'ניט געדענקט אז דער מגן אברהם אליינ'ס זאגט די סיבה פאר'ן נישט דאס באשטימען בימי החודש, אין קאפ איז מיר געלעגן אז סיז א מחצהש"ק אדער וואס. עניוועי שערקויעך קרעמער...
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אויף מיר איז קיין פלא, ווייל ס'גאנצע לעבנסטעג האב איך געלערנט גמרא רש"י (אין אנדערע ווערטער: שולחן ערוך ליידער נישט). אבער אויף דיר - וואס דו האסט קענטיג יא דורכגענומען דעם שו"ע - איז שווער, היתכן צו פארטוישן א מפורש'ע מגן אברהם מיט א מחצית השקל.
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

רעדענדיג, דערמאן איך זיך א אינטערעסאנטע מאנסע וואס איז זיך פארלאפן יארן צוריק,

ווער עס האלט מיך נישט ביים אויסהערן, וועט נישט וויסן די מעשה, ווייל עס איז נאך קיינמאל נישט געווען געטייפט.

עניוועי, א אמת'ע מעשה איז עס.

איינמאל, בין איך אלס קינד (יא אמאל געווען) געוועזען אין העמפשיך (אזוי פלעגט עס רופן די סאקמערע רבי זצ"ל) ניו העמפשער בלע"ז
זייענדיג אזוי אין ביהמ"ד צוטערענדיג צו גיין אויפן גאס- ווייל עס איז געווען ו' חוקת דעמאלט,-העריך אפאר אינגעלייט שארן זיך אזוי צו, צו אן עלטערן איד,
יא, דעמאלט איס עס נאך געווען פאר עלטערע אידן, די לעקטער אין שוהל האט געברענט א גאנצן טאג, ווייל עס איז געווען פאר ווועם.
דער שמש האט נאכנישט פארקויפט קיין נאש, ווייל עס איז נישט געווען פאר וועם.
הקיצור, נישט מעריך צו זיין, זענען אבער עטליכע יונגעלייט יא דארטן געווען, און זיי האבן יא געוואלט הוליען,
פרעגן זיי אים (דעם עלטערע איד, שוין פארקראכן) אויב אינדערהיים האט מען אויך געוויסט אז ו' חוקת איז א שרעקעדיגע טאג?

קראצט ער זיך אזוי דעם שטערן, טראכט, בייגט זיך אהער, בייגט זיך אהין, לייגט אראפ דעם קאפ, אבער עס גייט נישט, ביז ער נעמט שוין א חומש, אפשר דאס העט צוהעלפן?
ער מישט אהער און אהין, ביז....ביז..... ער אזא שפרונג אויף, און רופט הויך אן, איך ווייס וואס עטץ רעדטס ו' חוקת ארויף, ו' חוקת אראפ,

הע.....גיט ער זיך א קרעכץ אינטער.... ו' משפטים, געדענק איך איז געווען א שרעקעדיגע טאג, אוי איז דאס געווען שרעקעדיג. און דער אלטער האט זיך אזוי געווארפן פאר פחד,
ווי גלייך ער שטייט נאך יעצט אונטערן קאנטשיק.

און פון דעמאלט דערמאן איך מיך דע מעשה 2 מאל א יאר.ו' חוקת, און ו' משפטים.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

חחחחחחחח, גוט גוט דרך-אגב, קיעפ אפ.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

חחחח, א גוטע מעשה.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

דרך אגב,

ישר כח פאר דיי שמייכל.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

נישט 'דרך אגב' נאר טאקע "בכוונה תחלה" וויל איך דיר באגריסן און פרעגן: זאג'זשע, פארוואס ריקט איר זיך ארויס מיט אזא גוטס אזוי נאר 'דרך אגב'דיג'??? כ'מיין נאך אלעם זענען דאך זוינע ווערטעליך פון די סעמעטענעס און פארצוג אין דער קרעטשמע, טא צו וואס באהאלט איר דאס פון אונזער פארגעניגן? גיבט ארויס נאך!...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דרך אגב, אז כ'רעד שוין יא, וויל איך זאגן, אז כ'האב שטארק געשמייכלט פון דעם איד.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך ברענג ארויף דעם אלטן אשכול, מנהלים בטע אריינפאסטירען די תגובות פונעם נייע אשכול פארן אויסמעקן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פויער האט געשריבן:מען האט ליידער פארברענט אסאך ספרי תורה אין די טאג
די צדיקים האבן געזאגט אז עס האט צו טוהן מיט די סדרה פון די וואך
ווייל די תרגום אויף זאת חוקת התורה זאגט דא גזירת אורייתא


זעליג האט געשריבן:עיי' מג"א סי' תקפ סק"ט
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער מגן אברהם ברענגט אין סימן תק"פ, "כתב התניא ביום ששי פרשת חקת נהגו היחידים להתענות שבאותו היום נשרפו כ' קרונות מלאים ספרים בצרפת". דער תניא שרייבט אז פרייטאג פרשת חקת, פירן זיך געוויסע מענטשן צו פאסטן, ווייל אין דעם טאג זענען פארברענט געווארן צוואנציג וועגענער פיל מיט ספרים אין מדינת פראנקרייך. די גוים האבן געמאכט א גזירה אז מען זאל פארברענען אלע אידישע ספרים. די חכמים האבן קובע געווען אז יעדן יאר פרייטאג פרשת חקת, זאלן פאסטן די מענטשן וואס האבן כח.

די מפרשים פרעגן, פארוואס האט מען באשטימט די תענית אויף פרייטאג חקת, פארוואס האט מען עס נישט באשטימט אויף דעם טאג פון די חודש ווען עס איז געשעהן די מעשה, אזוי ווי אלע אונזערע ימים טובים און תעניתים זענען געשטעלט לויט די טאג פון די חודש וואס די זאך איז געשעהן?

ענטפערן די מפרשים, אז די חכמים פון יענע צייט האבן געמאכט א שאלת חלום אין הימל און מען האט פאר זיי מגלה געווען אז דעם טאג פון די וואך האט גורם געווען דעם ביטערע גזירה און נישט דעם טאג פון די חודש. א ראי' אז עס האט צו טוען מיט דעם טאג פון די וואך פון פרשת חקת, ווייל אונקלוס זאגט אויף די ווערטער, "זאת חקת התורה", "דא גזרת אורייתא", דאס איז די גזירה פון די תורה, מרמז צו זיין אז די גזירה פון פארברענען די תורה איז געווען אנגעהאנגען אין ו' חקת.

זאגט דער מגן אברהם ווייטער, "גם בשנת ת"ח נחרבו שני קהלות גדולות באותו היום", אויך אין יאר ת"ח זענען חרוב געווארן צוויי גרויסער אידישע קהילות און טויזענטער אידן זענען געהרג'עט געווארן אין דעם טאג פון ו' חקת.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

קרעמער האט געשריבן:אבער אויף דיר - וואס דו האסט קענטיג יא דורכגענומען דעם שו"ע - איז שווער, היתכן צו פארטוישן א מפורש'ע מגן אברהם מיט א מחצית השקל.
ראביי קרעמער,
סאכדעס האט גארנישט פארטוישט.
צדיקים האבען געזאגט אז דער מחצית השקל איז א גולגול פונעם מגן אברהם. און ער איז נאכאמאל אראף געקומען מרחיב זיין
זיין חיבור וואס איז זייער בקיצור
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דעם פרייטאג איז ר"ח.
וואס טוט זיך מיטען תענית ו' חקת?
איז עס נדחה לגמרי, אדער מעפאסט אן אנדערע טאג?
the SCY is the limit
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

עלה נעלה
תמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמים »

איז דא א ענין נישט צו גיין שווימען און ו' חקת?

יא. מיין שוואגער איז א קארסערוויס דרייווער, ער טאטשט נישט קיין קאר; ער זאגט עס איז היינט א סכנה צו דרייוון, ו' חוקת
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

היי יאר איז אויסגעקומען אן אינטערעסאנטער היכי תמצא, אז בני חו"ל זאלען פאסטן אן אנדערען טאג ווי די בני ארץ ישראל
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איינער (כ'מיין אז ר' שמחה) האט עס דערמאנט אין אנאנדער אשכול.
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

ו' חוקת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

שלום וברכה אייך חשוב'ע געלערענטע חברים כ"א בניקו יברך.

היות עס קומט מיר אויס צו רייזן דעם פרייטאג ו' חוקת וואלט איך געוואלט
וויסן די ענינים איבער דעם טאג, איך ווייס עס זענען פארהאן מענטשן וואס
היטן זיך ספעציעל אין דעם טאג מכל נודנד סכנה. וויל איך וויסן:

א) וואס איז דער מקור דערצו?

ב) איז דער ענין לייכטער דער נאכט אור ליום ו' חוקת ווי דער "יום", אדער
זענען ביידע אייניג לענין זה?

ג) איז דער ענין מער הארב אין אזא יאר ווען חוקת איז א סדרה פאר זיך און
נישט מחובר צו בלק?

יישר כח למפרע!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

תמים האט געשריבן:איז דא א ענין נישט צו גיין שווימען און ו' חקת?

כמדומני שהסיפור עם הקדושת ציון מ'באבוב וגיסו רבי חיים יעקב מ'לימאנאוו שכמעט נטבעו, אירע ביום ו חקת.
ועמך כולם צדיקים
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

לא בו' חקת רק בו' תמוז, וכמדומה שידוע בבאבוב אף השנה, ומעולם לא שמעתי שהי' בעש"ק
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ערגעץ האב איך געזען געדריקט אז אשת הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זיע"א האט געזאגט אז זי האט מקובל פון איר טאטע וואס ער האט געהאט בקבלה פון די טשערנאביל'ער מגיד, אז אין ו' תמוז זאל מען נישט גיין אין טייך. ווייסט איינער ווי דאס שטייט?
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

למעלה משבעים האט געשריבן:ערגעץ האב איך געזען געדריקט אז אשת הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זיע"א האט געזאגט אז זי האט מקובל פון איר טאטע וואס ער האט געהאט בקבלה פון די טשערנאביל'ער מגיד, אז אין ו' תמוז זאל מען נישט גיין אין טייך. ווייסט איינער ווי דאס שטייט?

ס'איז געדרוקט אין לוח מעגל השנה - סקווירא, בשם ס' רועה נאמן.

---
מסתמא איז עס א טעות און ס'דארף שטיין ו' חוקת.

ווייל ווי דער מג"א ברענגט האט עס צו טון מיט די טאג פון די וואך און נישט מיטן יום החודש.
לעצט פארראכטן דורך בשמים אום זונטאג יוני 26, 2011 12:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”