ביים איבערבליקן דעם אשכול זע איך אז "אייער קיכל" האט דאס שוין אנגעפרעגט, אבער קיין תשובה איז נישט געקומען.
אייער_קיכל האט געשריבן:שלום וברכה אייך חשוב'ע געלערענטע חברים כ"א בניקו יברך.
היות עס קומט מיר אויס צו רייזן דעם פרייטאג ו' חוקת וואלט איך געוואלט
וויסן די ענינים איבער דעם טאג, איך ווייס עס זענען פארהאן מענטשן וואס
היטן זיך ספעציעל אין דעם טאג מכל נודנד סכנה. וויל איך וויסן:
א) וואס איז דער מקור דערצו?
ב) איז דער ענין לייכטער דער נאכט אור ליום ו' חוקת ווי דער "יום", אדער
זענען ביידע אייניג לענין זה?
ג) איז דער ענין מער הארב אין אזא יאר ווען חוקת איז א סדרה פאר זיך און
נישט מחובר צו בלק?
יישר כח למפרע!