מיט א טיפערן בליק פרשת ואתחנן-נחמו (אבות פרק ד') תשע"ב

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm

מיט א טיפערן בליק פרשת ואתחנן-נחמו (אבות פרק ד') תשע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניקעל פון אהרן הכהן »

נַחֲמוּ נַחֲמוּ עַמִי יֹאמַר אֱלֹקֵיכֶם...!

בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

לעצטע וואך האבן מיר אדורך געשמועסט דעם כל המתאבל על ירושלים זוכה ורואה בשמחתה, אז דער אבילות, דער בכיה, דער געוויין פון א איד, דארף זיין נאר אויף דעם וואס מיר זענען שוין אזוי לאנג פארטריבן פון אונזער טאטעס טיש, תשעה באב זענען מיר אלע געזיצן אויף די ערד און געוויינט אז השי"ת זאל שוין אויפבויען די מויערן פון ירושלים... מיר האבן מיט געשפירט מיט די צער השכינה, אויף דעם וואס איר הייליג נאמען איז אזוי פארשוועכט אויף די וועלט, דאס אז אזוי פיל פון השי"ת קינדער ווייסן בכלל נישט ווער זייער טאטע איז, ועל כולם, אויף דעם וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג אז עס זאל שוין מקוים ווערן דעם והיה ה' למלך על כל הארץ...

קוים זיך אָפגעווישט די טרערן, און מיר שטייען יעצט אין די טעג וואס רופט זיך שבעה דנחמתא, דער שבת רופט זיך 'שבת נחמו' על שם די הפטורה וואס מיר ליינען, די ווערטער וואס דער נביא ישעי' זאגט פאר די אידישע קינדער נַחֲמוּ נַחֲמוּ עַמִי יֹאמַר אֱלֹקֵיכֶם, טרייסט אייך, טרייסט אייך, זאגט השי"ת וכו'. ליידער אבער זיצן מיר שוין אין דעם ביטערן גלות פאר באלד 2000 יאר און מיר בעטן ביי השי"ת ולירושלים עירך ברחמים תשוב נעם אונז צוריק אהיים... לאמיר פארשטיין אויב אזוי ווי קענען מיר פראַווענען א שבת נחמו? ווי קענען מיר זיך טרייסטן ווען מיר זענען נאך נישט געהאלפן געווארן, ווען מיר זענען נאך אין דעם ביטערן גלות, מיט וואס זאלן מיר זיך טרייסטן? (איבריג צו שרייבן אז ארויספארן פון שטאט אדער אהיים קומען פון קעמפ אויף שבת, איז נישט די נחמה וואס די נביא ישעי' האט געמיינט)?!

שבת נחמו געפאַלט איעדעס יאָר אין פרשת ואתחנן, איז דאך פשוט אז אין די פרשה ליגט דער שליסל צו אונזער נחמה, אונזער טרייסט. אז מ'קוקט זיך ארום אין ספר דברים ספעציעל אין די פרשה פון ואתחנן זעט מען כסדר ווי השי"ת בעט די אידן אז זיי זאלן היטן די תורה און מצות, און השי"ת זאגט צו אז, אויב זיי וועלן היטן די תורה און טוען זיין ווילן וועט זיי זייער גוט זיין, און ספר דברים ווערט דערמאנט 44 מאל די ווארט "לְמַעַן" וואס מיינט ווייל אדער וועגן, דאס הייסט השי"ת שטעלט פאָר פאר כלל ישראל א געשמאקע געשעפט אז פשוט ס'לוינט זיך צוצוהערן וואס משה רבינו זאגט און באפעלט, צו היטן די תורה און גיין אין השי"ת'ס וועג, "ווייל" ס'גייט גוט זיין, ס'וועט קומען גוטע צייטן, ווי די פסוקים זאגן: לְמַעַן תִּחְיוּן וְטוֹב לָכֶם וְהַאֲרַכְתֶּם יָמִים בָּאָרֶץ... לְמַעַן יִיטַב לָהֶם וְלִבְנֵיהֶם לְעֹלָם... אֲשֶׁר יִיטַב לְךָ וּלְבָנֶיךָ אַחֲרֶיךָ וּלְמַעַן תַּאֲרִיךְ יָמִים... וּלְמַעַן יַאֲרִכֻן יָמֶיךָ... אֲשֶׁר יִיטַב לְךָ וַאֲשֶׁר תִּרְבּוּן מְאֹד... לְמַעַן יִיטַב לָךְ וּבָאתָ וְיָרַשְׁתָּ אֶת הָאָרֶץ הַטֹּבָה... לְטוֹב לָנוּ כָּל הַיָּמִים לְחַיֹּתֵנוּ כְּהַיּוֹם הַזֶה.

שטעלט זיך לכאורה די פראגע מען רעדט דאך נישט דא צו קיין קליין-קעפיגע מענטשן, די תוה"ק רעדט צו א דור דעה וואס האט נאך מיטגעהאלטן די נסים ונפלאות פון יציאת מצרים, קריעת ים סוף, מתן תורה, ווי מיר געפינען אין די פרשה (וואס מיר ליינען תשעה באב) ווי משה רבינו גייט דורך די אלע נסים און פירט אויס "אַתָּה הָרְאֵתָ לָדַעַת כִּי ה' הוּא הָאֱלֹקִים אֵין עוֹד מִלְבַדּוֹ" אלע אידן האבן געזעהן מיט א קלארקייט אז השי"ת איז דער באשעפער פון די וועלט, אויב אזוי וואס פעלט אויס די אלע צוגעזאָגעכצער פון: אז ס'וועט זיין גוט, די וועסט לעבן לאַנג וכו', ווען א מענטש ווייסט קלאר אז ס'איז דא איין באשעפער וואס איז די איין איינציגע כח אויף די וועלט, האט ער אזא מין רייץ און גלוסטעניש אליינס צו דינען השי"ת בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשְׁךָ וּבְכָל מְאֹדֶךָ מיט זיין גאנצע לייב און לעבן, וואס פעלט דעמאלטס אויס די אלע הבטחות?

נאכמער איז שווער אז מ'קוקט אביסל טיפער זעט מען ווי דער פסוק שטעלט פאָר אביסל פון די גוטע צייטן וואס קומט: לָתֶת לָךְ עָרִים גְּדֹלֹת וְטֹבֹת אֲשֶׁר לֹא בָנִיתָ... וּבָתִּים מְלֵאִים כָּל טוּב אֲשֶׁר לֹא מִלֵּאתָ וּבֹרֹת חֲצוּבִים אֲשֶׁר לֹא חָצַבְתָּ כְּרָמִים וְזֵיתִים אֲשֶׁר לֹא נָטָעְתָּ וְאָכַלְתָּ וְשָׂבָעְתָּ... השי"ת גייט געבן גרויסע שטעט פעלדער און וויינגערטנער וואס זענען גרייט און פארטיג זיך אריינצוציען ווי מ'זאגט "רעֶדי טאָ מאָוו אִין" און מ'וועט קענען עסן און טרינקען ממש א מחיה! קוקט אויס ווי די גוטע לעבן פון וואס די פסוקים רעדן איז פשוט צו מאכן א לעבן אין גשמיות, פרעגט זיך הזאת נעמי? ווי קען זיין אז מ'רעדט צו א דור דעה פון נאַרישע ערדישע הנאות?

חצקל מיט זיינע צוויי חברה שמואליק און צבי'קא ארבעטן שווער אין פעלד, די לעצטערע טעג האט זיך די פעלד שטארק פארשפרייט און עס איז דא א געוואַלד מיט ארבעט, שטייען זיי שוין אויף גאָר פרי, דאווענען ותיקין און גלייך דערנאך לאזן זיך אין פעלד אריין ...מען נעמט זיך צו די ארבעט און צוזאמען נעמען זיי ארויס פון גאַראַדזש דעם גרויסן טרעקטאַר-גראָז שניידער, חצקל זעצט זיך ארויף אויבן אין דער הייך, ער וועט דרייווען דעם גרויסן טראק ...שמואליק גיי ברענגט גאֶזאַלין פאר די טרעקטאר, און די צבי'קא שטיי פון פארענט און קאנטראליר ווי מען דארף פארן און מאך זיכער אז אלעס גייט על הסדר...
אזוי ארבעטן זיי פלייסיג... ריזיגע בינטלעך מיט ווייץ זענען שוין פאַרפאַקט אויפן וועג צו ווערן אפגעשיקט צו אלע עקן וועלט, פלוצלינג באמערקט חצקל פון דער הייעך ווי עטליכע שיינע קאַרס פארן ארום לעבן די פעלדער ...שמואליק געב נאר א קוק ווער זענען די חברה, נאכן באטראכטן עטליכע מינוט די סיטואציא טראכט חצקל: זיי קומען צו אונז?! וואס קענען זיי ווילן? אפשר זענען זיי פון די שטאט, און זענען געקומען אפנעמען די שטייערן? ניין די שטאט חברה קומען נישט מיט אזעלכע קארס! נו, חברה שפרינגט ארויף לאמיר אהין פארן זעהן וואס די חברה ווילן, זיי כאַפן זיך אלע ארויף אויפן טרעקטאר און מען פארט! האללא איך קען אייך אפשר העלפן? אוי איך דאנק אייך, גאט האט אייך געשיקט! מיר זענען פארלוירן, שוין עטליכע שעה וואס מיר וואנדערן דא ארים צווישן די פעלדער אָן קיין צייכן פון א וועג ארויס, עס ווערט שוין שפעטער און שפעטער מיר זענען שוין געווארן גאר באזארגט און פלוצלינג זענט איר אזוי ארויס געוואקסן פון ערגעטץ ווי?! ב"ה!

חצקל: איר זענט נישט די ערשטע און נישט די לעצטע, איעדע שטיק צייט האבן מיר די געלעגנהייט ארויס צוהעלפן מענטשן וואס ווערן דא פארלוירן, עס איז א ריזן שטח און איינמאל מען פאָרט דא אריין איז נישט דא קיין וועג ארויס, זאגט מיר ווי אהין דאַרפט איר אָנקומען? קיין סעֶנטאַראַמינגא, ...וואס קיין סעֶנטאַראַמינגא? דאס איז זייער ווייט פון דא! איך מיין אז איר זאלט דא ביי אונז איבער שלאָפן און זיך אביסל אָפרוען און מארגן צופרי מיט די הילף פון השי"ת וועט איר ווייטער פארן. א שיינעם דאנק, א איד איז קיינמאל נישט אליין, חצקל זאגט: שמואליק גיי שטעל צו עפעס ווארעמס צועסן, צבי'קא גיי גרייט צו עטליכע בעטן פאר די עולם צום שלאפן... נאכדעם וואס דער עולם האט אפגעגעסן האט חצקל זיי גענומען אויף גאר א דעטאלירטן באזוך איבער די פעלדער, געוויזן די נפלאות הבורא אלע געשמאקע פירות, איעדע בלעטעלע מיט זיינע חכמות, דער דארף מער זון שטראַלן, און דער דארף מער שאָטן, דער דארף וואַסער, און דער דארף טריקעניש, ער האט זיי געגעבן גאנצעטע שיעורים אין הלכות פלאנצן...

נאך די גאנצע טור טראכט דער הויפט פון די דעלאגאציא צו זיך: דער חצקל זעט מיר אויס צו זיין עפעס אויסער ווי געווענטליך, א מענטש וואס איז מלא חכמה און פארשטאנד אין די אלע ענינים פון נאטור, ער איז גאר שטארק באיינדרוקט געווארן פון חצקל'ן און ער רופט זיך אָן חצקל איך האב פאר דיר א געוואלדיגע המצאה אזוי ווי איך זעה אז די ביסט גאר א קלוגע געלונגענע מענטש, וויל איך דיר נעמען צו מיר, איך וויל אז די זאלסט קומען ארבעטן ביי מיר אין פאבריק, ווי מיר טוען פאברעצירן כל מיני נאטורליכע מעדעצינען און געזונהייט פראדוקטן, די וועסט אנפירן אונזער גאנצע געשעפט, די זעהסט מיר אויס צו זיין אסאך מער געלונגען ווי צו פארברענגן דעם גאנצן טאג דא אינעם פעלד, זיצנ'דיג אויפן טראקטאר און שניידן די גראז, זארג זיך נישט די וועסט פארדינען אוצרות מיט געלט, די וועסט קענען מיט דיין חכמה ארויס העלפן גאר אסאך אנדערע מענטשן...

חצקל ווייסט נישט וואס צו טוען ער שטייט דארט אזוי פארפרוירן... פלוצלינג רופט זיך אָן איינע פון די חברה, חצקל פארוואס טאנצסטו נישט פאר שמחה? ענדליך האסטו באקומען די בשורה וואס די וואַרטסט שוין אזוי לאנג, אז די וועסט קענען לעבן רואיג און געשמאק אויף הערן מיט די שווערע ארבעט, נאר נוצן דיין חכמה און קלוגשאפט...! און מיט דעם וועט נאך צו קומען א שיינע פרנסה וועסט העלפן זיך, די משפחה און אסאך אנדערע?! אבער חצקל קוקט צוריק מיט א תמימות און פרעגט: וואס גייט אבער זיין מיט די פעלד? מיט די טראקטאר? ווער גייט שניידן די גראָז?! ווער וועט זיך אומקוקן אויף די קיען און שעפעלעך...!

מיר זענען נישט קיין סאך אנדערש פון דעם חצקל, מיר זיצן דא אין דעם ביטערן גלות שוין אזוי פיל יאר פארזינקן איעדער מיט זיינע געשעפטן, מיר טראכטן אפילו נישט פון קיין וועג ארויס, פלוצלינג הייבן מיר אויף די אויגן און דער נביא ישעיה קומט צו גיין, אין די הפטורה פון נחמו עמי און איז אונז מבשר די גאָר פרייליכע בשורה, עַל הַר גָבֹהַ עֲלִי לָךְ מְבַשֶּׂרֶת צִיּוֹן הָרִימִי בַכֹּחַ קוֹלֵךְ מְבַשֶּׂרֶת יְרוּשָׁלִָם הָרִימִי אַל תִּירָאִי אִמְרִי לְעָרֵי יְהוּדָה הִנֵּה אֱלֹקֵיכֶם, הִנֵּה ה' אֱלֹקִים בְּחָזָק יָבוֹא וּזְרֹעוֹ מֹשְׁלָה לוֹ הִנֵּה שְׂכָרוֹ אִתּוֹ וּפְעֻלָּתוֹ לְפָנָיו, כְּרֹעֶה עֶדְרוֹ יִרְעֶה בִּזְרֹעוֹ יְקַבֵּץ טְלָאִים וּבְחֵיקוֹ יִשָּׂא עָלוֹת יְנַהֵל, השי"ת זאגט פאר ישעי' הנביא גיי ארויף אויף א הויכן בארג, שריי אויס פאר די שטעט פון יהודה מיט א שטארקע קול, אט איז ענקער באשעפער! ער איז דא! מיט א שטארקייט קומט ער, און ווי א פאַסטוך וואס קומט צוזאַמען נעמען זיין סטאַדע שאָף, ער וועט ענק נעמען אויף זיין שויס און ארויפטראגן צו זיין הייליגען פאלאץ! דער אידעלע הערט די געוואלדיגע פרייליכע בשורה אבער ער קוקט צוריק מיט גלות'דיגע אויגן נו! נו! אוודאי וויל איך מיטגיין אבער... ווי קען איך גיין, איך בין נאך נישט גרייט, וואס וועט זיין מיט מיין נייע קאר, הויז, פארמעגן?!

טייערע חבירים מיט אזא צוגאנג האט משיח חלילה נישט צו וועם צו קומען, עס פארלאנגט זיך פון אונז ארויס צו ווייזן אונזער אמונה, מיר דארפן זיך דערוועקן התעוררי התעוררי און אויסגיסן אונזער הארץ מיט פרייד אויף די געוואלדיגע בשורה וואס דער נביא זאגט אונז, אזא מין פרייד אז מיר ווייסן ניטאמאל וויאזוי מען עסט עס, אבער אונזער הארץ ווערט צוגאסן פון שמחה אזש ס'גיסט זיך אריבער פון אלע זייטן ...ענדליך ענדליך נאך אפאר טויזענט יאר גלות, גייען מיר צוריק אהיים מיט אונזער טאטען צוזאמען, ענדליך גייט זיך אויפהערן די טונקעלקייט און חשכות אין וואס די וועלט זיצט שוין אזוי לאנג, די גאנצע וועלט גייט ענדליך איינזען אז דער איד איז יא גערעכט, ס'איז דא נאר איין באשעפער, און נאר זיין תורה דארף מען פאלגן, ווי דער נביא זכריה זאגט אונז: כֹּה-אָמַר ה' צְבָאוֹת בַּיָּמִים הָהֵמָּה אֲשֶׁר יַחֲזִיקוּ עֲשָׂרָה אֲנָשִׁים מִכֹּל לְשֹׁנוֹת הַגּוֹיִם וְהֶחֱזִיקוּ בִּכְנַף אִישׁ יְהוּדִי לֵאמֹר נֵלְכָה עִמָּכֶם כִּי שָׁמַעְנוּ אֱלֹקִים עִמָּכֶם אין יענע טעג וועלן אלע פעלקער קומען צולויפן צום איד, אָנכאַפן די עק פון זיין קלייד און אים בעטן ...נעם מיך מיט דיר ...נעם מיך מיט דיר, ווייל מיר האבן געהערט אז השי"ת איז מיט ענק.

ווען מ'טראכט אריין וויאזוי די וועלט גייט אויסזעהן, דארף זיך א איד פרעגן די פראגע ווי קען מען נישט ווערן בשמחה פון אזא הערליכע טרייסט, נאכן זיין פארוואַגעלט פון אונזער טאטנס טיש, נאכן זיך ארומוואַלגערן באלד 2000 יאר אונטערן טיש ביי די אומות העולם און כאַפן פון די ברעקלעך וואס פאַלן אראָפ אויף דער ערד, גייען מיר אהיים מיט אויפגעהויבענע קעפ צוריק קיין ירושלים עיר הקודש, די שטאט ציון ווערט ווידער די הויפשטאט פון די וועלט, אונזער טאטע אבינו שבשמים גייט וואוינען צווישן אונז, ער גייט האבן א דירה אין אונזער געגנט, דער בית המקדש השלישי ווערט אויפגעבויעט און די השראת השכינה קומט אראפ צווישן אונז אויפן פולסטן פארנעם, ווי די פסוק זאגט "וְשָׁכַנְתִּי בְּתוֹךְ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְהָיִיתִי לָהֶם לֵאלֹקִים, וְיָדְעוּ כִּי אֲנִי ה' אֱלֹקֵיהֶם אֲשֶׁר הוֹצֵאתִי אֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם לְשָׁכְנִי בְתוֹכָם אֲנִי ה' אֱלֹקֵיהֶם:", איעדער איד וועט וויסן מיט א אויסטערלישע קלאָרקייט בלב ובנפש אז ה' הוא האלוקים, ס'איז נאר דא איין באשעפער אויף די וועלט, נישט נאר די אידן וועלן לעבן דערמיט נאר די גאנצע וועלט, נאר ווי דער פסוק זאגט לְמַעַן דַעַת כָּל עַמֵי הָאָרֶץ כִּי ה' הוּא הָאֱלֹקִים אֵין עוֹד, אלעס וועט וויסן און פארשטיין אז ס'איז נישט דא א אנדערע כח אויף די וועלט, אלע וועלן שטראמען צו אונזער הייליג הויז, דער פאלאץ פון די וועלט, דער פלאץ פון ווי עס קומט ארויס תורה און משפט, צו לערנען און פארשטיין געבן פאר די וועלט, איעדער וועט זיין מיט די אויגן און אויערן אָנגעשפיצט צו וויסן און הערן וואס מען זאגט אין ציון וירושלים, די אמאָליגע גלאַנץ פון שלמה המלך'ס צייטן וועט צוריק קומען און וועט נאך זיין טויזענט מאָל שענער.

די קידוש השם וואס גייט ארויסקומען פונעם בית המקדש איז דאָך אומבאשרייבליך, די טאג טעגליכע אפענע ניסים, די סנהדרין וואס גייען זיצן אין לשכת הגזית און אויסקלאָרן איעדע שווערע ספק אויף די וועלט, די אורים ותומים וועט ווייטער באלייכטן און אריינשיינען אין אידישע הערצער, די כהנים און לוים וואס זענען ביז יעצט געווען אָן א דזשאַב, וועלן צוריק קומען זיך אָנטוען די הערליכע קליידער, שפילן די צענדליגער אינסטרומענטען, טוען די טעגליכע עבודת התמיד און הדלקת המנורה און ווייטער אראפ ברענגן ברכות און ליכטיגקייט פאר די גאנצע וועלט, די מזבח מיט די כפרת עוונות, די לעכטיגע ימים טובים מיט די מיליאנען עולי רגל וואס קומען זיך צוזאם אויף איין פלאץ מיט פאראייניגטע הערצער, צו פארברענגן מיט געזאנג און טענץ בשמחת בית השואבה, זיך פרייען מיט אונזער טאטן און הימל, מיר וועלן ברענגן ביכורים און תודה צו דאנקן השי"ת פון טיפן הארץ, די ליבשאפט פון השי"ת צו זיינע קינדער וועט מען קענען טאַפן מיט די הענט און אריינאטעמען אין די לופט, די גן עדן התחתון וועט ווידער זיין אפען פאר די וועלט.

כלל ישראל וועט נאר זיין פארנומען צו באשיינען און באהערליכן דאס לעבן מיט תורה און מצוות, צוויי דריטל פון די תרי"ג מצות וועט צוריק קומען אויפן פולסטן פארנעם, פון אלע זייטן וועלן זיך אנפאנגען פרישע חברותות צו לערנען און פארשטיין דעם דבר ה', מען וועט מער נישט זיין אינטערעסירט אין פאָליטיק אדער מחלוקת, נאר מיט פולסטן מאָס ליבשאפט פון איין איד צום צווייטן, מ'וועט גיין אין גאַס און זעהן ווי יענקל האַלזט ארום א איד, ווען מען פרעגן יענקל ווער איז דער איד? ...וואס הייסט ער איז מיין ברודער, מיר זענען קינדער פון איין טאטען, איך האב אים ליב, די אלע שטותים און הבלים וואס מיר זענען פארנומען וועט זיך אויפהערן... איעדער יחיד וועט זיך אויפהערן ארומדרייען פאַרזויערט, צומישט און אָנגעצויגן, די קאָפ און אונזער מנוחת הנפש וועט צוריק זיין אויפן פלאץ, מ'וועט אָנהייבן שמייכלען מיט א פולן מויל, איעדער איד וועט זיך פילן דערהויבן און ארומגענומען מיט די שכינה הקדושה, מ'וועט געדענקן און שפירן השי"ת'ס ליבשאפט איעדע רגע פונעם טאג טעגליכן לעבן. אוי! ווי פרייליך ווערט דער איד'עלע נאר טראכטנדיג דערפון...!

טייערע חבירים ווען די תוה"ק רעד צו אונז וועגן חיים-לעבן, וועגן גוטס, וועגן אריכות ימים, מיינט עס נישט "מאכן א לעבן", אדער פארן אויף וואקאציע וכו' עס מיינט א לעבן פון נצח נצחים, א לעבן וואס איז אויף אייביג, ווען די תוה"ק רעד פון א גוט לעבן רעד מען פון אמת'ע אינערליכע גוטסקייט, וואס דאס איז צו זיין אינאיינעם מיט די שכינה הקדושה, און הנאה האבן פון איר ליכטיגקייט, וואס דאס איז אונזער תכלית אויף די וועלט ...להתענג על ה' ולהנות מזיו שכינתו, וואס צו די פולסטע פארנעם דערפון וועלן מיר נאר קענען זוכה זיין ווען משיח וועט קומען, ווען מיר וועלן זיך צוריק פאראייניגען מיט אונזער טאטע, די תוה"ק רעד דירעקט צו אונזער דור, די תורה פארציילט אונז די אלע גוטס, ווייל השי"ת וויסט ווי פארזינקן זיינע קינדער וועלן זיין אין די שפעטערדיגע גלות'ן און ווי ווייט מיר וועלן זיין פון באגרייפן די גליק וואס רופט זיך "ולהנות מזיו שכינתו", דערפאר זאגט ער אונז און האלט און איין איבערחזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל טוט דעם רצון ה' עטץ זאלטס היטן תורה ומצוות "למען" ווייל דעמאלטס וועט איר זוכה זיין צו אלע גוטס, און צום סוף געט די תורה א ווארף אריין אויף אונזער מדריגה אז נישט נאר וואס מ'וועט זיין אזוי פארבינדן מיט די שכינה אויף די העכסטע שטאפלען נאר אפילו די אלע גשמיות'דיגע הנאות ווי אנגעגרייטע שטעט פעלדער און וויינגערטנער, עסן און טרינקען, וועט אויך זיין, אלעס וועט זיין אויפן בעסטן פארנעם, אלעס וואס דארפסט האבן צו קענען גרינגער דינען השי"ת וועט זיין.

שבת נחמו איז דער שבת פון טרייסט און האפענונג אויף בנין בית המקדש השלישי אויף די גאולה העתידה, דער שבת וואס מיר פארשטייען אז אלע אונזערע שמחות, פארגעניגענס, און האפענונג'ס, זענען ווי ברעקלעך צו די שמחה וואס וואַרט אונז אפ לעתיד לבא ווען משיח וועט קומען... לאמיר זיך נישט באקוועם מאכן אין זיך אָנכאפן אין די נארישע צייטווייליגע פארגעניגענס, נאר לאמיר בענקן און קעמפן, זיך אָנפילן מיט האפענונג און שמחה מיט אמתע פרייד אז אט אט גייען מיר שוין צוריק אהיים צום טאטענס טיש צו די אמתדיגע גליק וואס ווארט אונז... לאמיר צולייגן א אויער א ביסל געפיל צו הערן ווי ס'איז קול דודי דופק, אונזער טאטע קלאפט און דיר ער קוקט אריין דורך די שפאלטנס, אט אט הנה זה בא...דארטן וועלן מיר זוכה זיין צו אלע גליק אין די וועלט, דארט וועט ענדליך מקוים ווערן דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, והיה ה' למלך על כל הארץ ביום ההוא יהיה ה' אחד ושמו אחד...

טייערע חבירים! נאכן הערן אזא בשורה דארפן מיר ארויס גיין אין א פייערדיגע טאנץ, זינגן דעם אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח מיט שמחה, ואע"פ שיתמהמה עם כל זה אחכה לו בכל יום שיבוא, יא אמת עס נעמט שוין אזוי לאנג, אבער מיט דעם אלעם הערן מיר דעם קול פון די נביא: "אט איז די באשעפער! ער איז דא! מיט א שטארקייט קומט ער"... עס ווענד זיך אין אונז, מיר זענען דער וואס קענען עס צוריק אויף בויען... לאמיר זיך גרייטן מיט שמחה און פרייד, ווייל ברידערלעך אט אט שוין מען גייט... מיט פרייליכע הערצער אז מיר זענען צוריק מיט אונזער גרויסן טאטען אויף אייביג!

לסיכום געדענק:
• א לעבן פון הצלחה און סוקסעס איז טאקע גוט אבער ארעם קעגן די אמתע גליק, וואס ווארט אונז אפ... השראת השכינה...!
• טאנץ פאר פרייד טראכטענדיג וויאזוי די וועלט גייט אויסקוקן... ויקבלו כלם את עול מלכותך...!
• ברידער'לעך לאמיר דערהערן די נבואה... נחמו נחמו עמי, טרייסט אייך... ווייל אט אט גייען מיר אהיים!
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

הערליך הערליך שיין
איזי
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7405
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: מיט א טיפערן בליק פרשת ואתחנן-נחמו (אבות פרק ד') תשע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

זייער שיין
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: מיט א טיפערן בליק פרשת ואתחנן-נחמו (אבות פרק ד') תשע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

מאסיוו…!
הערליכע שריפט!
שטארק…!
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”