יו"ט פסח

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רשע מה הוא אומר מה העבודה הזאת לכם: דער רשע פרעגט פון זיינע עלטערן: עסן דעם קרבן פסח דארפט איהר טאקע אליין, אבער פארוואס פלאלטאגאט איהר זיך מיט שחט'ן און בראטען, - דאס וואלט מען דאך געקענט הייסען די קנעכט צו טוהן? "מה העבודה הזאת לכם"?! - פארוואס דארפט איהר אזוי שווער ארבעטן, ווען איהר קענט באפעהלן אנדערע דאס צו טוהן? אויף דעם זאלט איהר איהם ענטפערן: ווען דער אייבערשטער איז אראפ געקומען קיין מצרים ביי מכת בכורות צו ראטעווען די אידישע בכורים, וואלט ער דאס אויך געקענט טוהן דורך א שליח. אבער ער האט דאס אליין געטוהן, - דערפאר טוהן מיר אויך אלעס אליין! (כתב סופר)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ואף אתה הקהה את שיניו: פארוואס זאל מען געבן פאר דעם רשע פונקט דעם שטראף פון אייליג מאכען זיינע ציין? נאר דער ענין איז, אז דער רשע טענה'ט אז מען קען דינען דעם באשעפער נאר מיט דאווענען און לערנען. אבער אז מען קען דינען דעם באשעפער אויך מיט עסן און טרינקן און אנדערע זאכן, - פון דעם האלט ער נישט. דערפאר פרעגט דער רשע: "מה העבודה הזאת לכם"? - צו וואס דארפט איהר די גאנצע עבודה פון עסן מצה, מרור און טרינקען וויין? דאס איז בכלל נישט אנגענומען ביי דעם אייבערשטן"! זאגט דער בעל ההגדה: "ואף אתה הקהה את שיניו" - אויב ביי דיר איז נישט דא קיין עבודה פאר דעם באשעפער דורך עסן און טרינקן, דאן דארפסטו נישט האבן קיין ציין!! (עבודת ישראל)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

חכם מה הוא אומר וכו' רשע מה הוא אומר וגו': לכאורה דארף מען פארשטיין וואס איז די חילוק צווישען דעם שאלת החכם און דעם שאלת הרשע? דער תירוץ איז, ביי דער שאלת החכם שטייט "כי ישאלך" בנך מחר "לאמר" מה העדות וגו', זעהט מען פון זיין שאלה אז ער פרעגט א שאלה און ער ווארט אויף א תשובה מען זאל אים ענטפערען, אבער דער רשע זאגט וואס ער האט צו זאגן און ער ווארט נישט אפילו צו הערן א תשובה און א טעם, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "כי יאמר אליכם בניכם מה העבודה הזאת וגו' און ער אנטלויפט, ער וויל אפילו נישט וויסען דעם טעם, איינער וואס פרעגט קשיות סתם לקנתר איז א רשע. (מהרי"ד מבעלזא)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רשע מה הוא אומר מה העבודה הזאת לכם וכו' בעבור זה עשה ה' וכו' אלו היה שם לא היה נגאל: דער חת"ם סופר זי"ע זאגט בדרך הלצה, מיר עסען דאך נישט ביז נאך דעם סדר, און מיר מאכען פארשידענע שינוים ביים סדר כדי די קינדער זאלן אויף זיין און רעדן וועגן יציאת מצרים, דער רשע האט נישט קיין געדולד צו דערציילן אזוי לאנג יציאת מצרים ער וויל שוין עסן, פרעגט ער "מה העבודה הזאת לכם" וואס דארף מען אזוי לאנג רעדן וועגן יציאת מצרים, לאמיר שוין עסן, זאלסטו אים זאגן, אין מצרים איז געווען די בני אפרים.... זיי האבען נישט געהאט קיין געדולד צו ווארטן ביז הקב"ה וועט זיי אויסלייזן... זענען זיי ארויס געגאנגען פאר די צייט, האבען די פלישתים זיי אלעמען איסגע'הרגעט, זאג אים "בעבור זה עשה ה' לי' בצאתי ממצרים" ווייל איך האב געהאט געדולד וועגן דעם בין איך ארויס פון מצרים "אלו היה שם לא היה נגאל" ווען די וואלסט דארטן געווען אין מצרים.. וואלסטו אויך נישט געהאט קיין געדולד... וואלסטו דאך ארויס געגאנגען צוזאמען מיט די בני אפרים וואלסטו ממילא נישט געווארן אויסגעלייזט. (חת"ם סופר)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אלו היה שם לא היה נגאל: מ''זאגט פארן רשע אלו היה שם לא היה נגאל, אויב ער וואלט דארט געווען וואלט ער נישט געווארען אויסגעלייזט, מ'וויל מרמז זיין פאר'ן רשע אז ער זאל תשובה טוהן, וועגען דעם זאגט מען איהם אלו היה שם אויב דו וואלסט געווען אין מצרים, וואלסטו טאקע נישט געקענט תשובה טוהן, ווייל דעמאלס האבען מיר נאכנישט געהאט די תורה, איז נאכנישט געווען די ענין פון תשובה, אבער היינט אז מיר האבען די תורה, דארפסטו טאקע תשובה טוהן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

תם מה הוא אומר: דער תם זאגט מה זאת, וואס איז דאס וואס נעכטען האב איך גארנישט פארשטאנען, און יעצט מיט אמאהל פארשטיי איך אלעס, אויף דעם ענטפערט מען איהם, ס'איז גארנישט קיין חידוש, ואמרת אליו, זאלסטו איהם זאגען, כי בחוזק יד הוציאנו ה' ממצרים, דער אייבערשטער האט אונז ארויסגענומען פון מצרים, און דעמאלס איז דאך געווען א מורא'דיגע גלוי שכינה, אזוי ווי עס שטייט "ראתה שפחה על הים מה שלא ראה יחזקאל בן בוזי" (א שפחה אין די קלענסטער מדרגה האט געהאט גלוי שכינה,) איז היינט, פסח ביינאכט , אזוי הייליג, אז עס איז אויך דא א מורא'דיגע גלוי שכינה, אזוי ווי ביי יציאת מצרים, וועגען דעם קענסטו משיג זיין די אלע זאכען היינט ביינאכט. (שפע חיי"ם)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ושאינו יודע לשאול את פתח לו: די מפרשים פרעגן פאר וואס שטייט א לשון נקבה "את" פארוואס שטייט נישט "אתה" נאר דער סדר איז, אז א מאן רעדט ווייניג און א פרוי רעדט אסאך, צו רעדן קורץ איז בעסער, ווי די גמרא זאגט אין מס' פסחים אז א מענטש זאל לערנען מיט זיינע תלמידים בלשון קצרה, אבער ביי סיפור יציאת מצרים איז דאך "כל המרבה משובח" דארף א מענטש אננעמען דעם לשון נקבה און רעדן אסאך און אלעס מסביר זיין פאר דעם שאינו יודע לשאול וועגן דעם שטייט "את" בלשון נקבה. (תקון שבת)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ושאינו יודע לשאול את פתח לו: א יוד וואס קען נישט בעטן און ער קען נישט דאווענען פארן אייבערשטן ווייל זיין הארץ איז פארשטאפט און זיין נשמה איז דערווייטערט פון זיין פאטער אין הימל - "את פתח לו" - זאלסט דו באשעפער איהם עפענען דאס הארץ און מוח, און דערנענטערן זיין נשמה אז ער זאל וויסען ווי אזוי צו דאווענען פאר דיר. (מהר"י מבעלזא)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יכול מראש חודש תלמוד לומר ביום ההוא: דא לערנט אונז דער בעל הגדה א מוסר השכל, עס זענען דא א טייל מענטשן וואס לייגען אפ זיך צו פארבעסערן פון טאג צו טאג, זיי זאגן איך ווארט אויף א נייעם זמן, אדער א נייעם חודש. דער יצר הרע לאזט איהם נישט תשובה טהון ער שטופט אים אפ שטענדיג. איז דער בעל הגדה מרמז "יכול" איך וואלט געוואלט מיינען, "מראש חודש" ווען עס הייבט זיך אן א נייע וואך וכדו', ווען דער קאפ איז פריש אהן דאגות, "תלמוד לומר ביום ההוא" אין יענעם טאג, דאס מיינט אין דעם טאג וואס די באקומסט דעם הרהור תשובה זאלסטו שוין אנהייבן אנהייבן צו טוהן עבודת השי"ת. "יכול מבעוד יום" איך וואלט געוואלט מיינען אז ווען מען פילט א גרויס ליכטיגקייט - אבער יעצט ווען מ'איז נאך פארשמירט מיט עבירות קען מען נישט אנהייבן, - "תלמוד לומר ... בשעה שיש מצה ומרור מונחים לפניך" ווען עס איז דא מצות (מצוות), און מרור (יצר הרע) פאר דיר, אפילו דער יצר הרע איז נאך מיט דיר דארף מען אנהייבן צו דינען דעם אויבערשטען בשלימות פון היינט. (זרע קודש)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יכול מראש חודש תלמוד לומר ביום ההוא: דער קלויזענבורגער רב זצ"ל פלעגט זאגען פאר די בחורים אין די ישיבה אז ביז ערב פסח מוזען זיי בלייבען אין ישיבה און זיצען און לערנען, ער פלעגט דאס אריין טייטשען אין די ווערטער, יכול מראש חודש, איך וואלט געוואלט מיינען אז מ'דארף שוין אויפהערן לערנען ראש חדש ניסן, תלמוד לומר ביום ההוא, זאלסטו וויסען אז דו דארפסט לערנען ביז יענע טאג (ערב פסח) אי ביום ההוא, אויב איך זאג דיר אין יענע טאג, יכול מבעוד יום, וואלט איך געמיינט אז ווען עס איז נאך טאג מעג מען שוין אוועק גיין פון די גמרא, תלמוד לומר בעבור זה וגו' שיש מצה ומרור וגו' ווען עס ליגט שוין אלעס גרייט אויפן טיש, דאס הייסט ביינאכט, דעמאלסט ערשט קענסטו גיין צום סדר.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יכול מראש חודש תלמוד לומר ביום ההוא: אויב א מענטש וויל פסח ביינאכט קענען דערצעהלן פון יציאת מצרים מיט קדושה און טהרה, דעמאלס מוז ער זיך צוגרייטען צו דעם פון ראש חודש ניסן. דאס זאגט דער בעל ההגדה: "יכול" - אז דו ווילסט קענען דערצעהלן פון יציאת מצרים, "מראש חודש" - מוזטו זיך שוין צוגרייטען צו דעם פון ראש חודש. און דעמאלס, "תלמוד לומר" - וועסטו קענען זאגן, "ביום ההוא" - פסח ביינאכט. (תפארת שלמה)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בעבור זה לא אמרתי: דער ווארט זה איז דאך 12, ז' איז 7 און ה' איז 5, דאס קומט מרמז זיין אויף די 12 מצוות וואס מען איז מקיים פסח ביינאכט, 4 כוסות, כרפס, נטילת ידים, כזית מוציא, כזית מצה, מרור, חרוסת, כורך און אפיקומן. (אבודרהם)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מתחילה עע"ז היו אבותינו, ועכשיו קרבנו המקום: א יוד דארף אייביג וויסען אז אפילו ער איז געווארען דערווייטערט פון די אייבערשטען דארך זיינע חטאים, פארלאזט איהם דער אייבערשטער קיינמאהל נישט און וויל איהם דענענטערן צו זיך. (גבורות ישראל)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שהקב"ה חשב את הקץ לעשות: די גזירה פון דער אייבערשטער איז געווען אויף פיר הונדערט יאהר און צום סוף זענען די אידן נאר געווען אין מצרים "רדו" צוויי הונדערט צעהן (210) יאר, ווייניגער מיט הונדערט און ניינציג (190) יאר, אזוי ווי עס באטרעפט דאס ווארט "קץ". אין מדרש ווערט טאקע געברענגט אז דער שר של מצרים האט געטענה'ט אז די אידן האבען נאך נישט געענדיגט דעם באשטימטן זמן, נאר דער תירוץ דערויף איז, הקב"ה האט גערעכנט די פיר הונדערט יאר פון ווען די אבות האבן שוין געוואוסט פונ'ם גלות, השי"ת האט גערעכנט זייער צער און ווייטאג איבער זייערע אייניקלעך'ס גלות ווי דער גלות אליין. דאס זאגט דער בעל הגדה, מיר דארפן לויבן השי"ת פאר זיינע חסדים מיט אונז, "שהקב"ה חשב את הקץ" השי"ת האט גערעכנט דאס וואס די אבות האבן אין די יארען "קץ" זיך מצער געווען און געטראכט וועגען גלות, "לעשות" ווי גלייך עס וואלט טאקע געווען במעשה ממש. (קדושת לוי)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וגם את הגוי אשר יעבדו דן אנכי: לכאורה איז שווער, פארוואס איז פרעה מיט זיין פאלק געווען שולדיג פאר דעם וואס זיי האבן געארביט מיט די אידן דאס איז דאך געווען די גזירה פון דער אייבערשטער ביי דעם ברית בין הבתרים "כי גר יהיה זרעך בארץ לא להם ועבדום וענו אותם" נאר דער תירוץ איז אזוי, אויב די גזירה וואלט געווען ארויסגעזאגט געווארען בפירוש און בפרטות צו וועלכען פאלק די אידן זאלן זיין פארשקלאפט - "בארץ מצרים" דעמאלס וואלט פרעה אין די מצריים געווען ריין פון א שטראף ווייל זיי האבן מקיים געווען די גזירה פון השי"ת, אבער די גזירה איז געווען סתם, נישט זאגענדיג אונטער וועלעכע פאלק, יעדער פאלק האט זיך געקענט ארויסדרייען פון דעם מיט א טענה אז נישט אויף זיי איז געזאגט געווארן די גזירה, איז פרעה געקומען און האט זיך דאס אויסגעקליבן מיט זיין אייגענען רצון, צו מאכן די אידן ארבייטען, דעריבער איז אים געקומען דער עונש. (רמב"ם סוף פרק ו ה"ת)

דער ראב"ד ענטפערט א אנדערע תירוץ, אז פרעה און די מצריים האבן פארדינט זייער שטראף, ווייל ווען משה רבינו איז געקומען זאגן אין נאמען פון באשעפער אז זיי זאלן ארויס לאזן די אידן פון מצרים, האבן זיי נישט געוואלט ארויסשיקען די אידן, און געזאגט אז זיי פרעגן נישט נאך דעם אויבערשטען, ווען זיי וואלטן תיכף ארויסגעשיקט די אידן פון זייער לאנד וואלטן זיי נישט געשטראפט געווארן מיט די מכות, און זיי וואלטן נישט געווארן איינגעזונקען אין ים.

נאך א טעם, ווייל דער אויבערשטער האט נאר געזאגט "ועבדום וענו אותם" אז מען וועט מאכן די אידן ארבייטן, אבער זיי האבען געארבייט מיט די אידן מיט זייער שווערע ארבייט, גע'הרג'ט די אידן און דערטרונקען די אידישע קינדער אין וואסער, דערפאר האבן זיי באקומען די שטראפן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

והיא שעמדה לאבותינו ולנו: ו' מיינט די ששה סדרי משנה - ה' מיינט די חמשה חומשי תורה - י' מיינט די עשרת הדברות - א' מיינט אחד אלוקינו. "והיא" די תורה וכו' וואס מיר וועלן מקיים זיין "שעמדה לאבותינו ולנו" דאס איז בייגעשטאנען אז מיר זאלן געהאלפן ווערן (אברבנאל)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו: "שלא אחד" - אז יודן האלטן זיך נישט אין איינעם מיט אחדות און ליבשאפט - "עמד עלינו לכלותינו", דאס טוהט אונז פארלענדען. (שפת אמת)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם: מען טרעפט פיל מאל אז ווען די רשעים האבן געוואלט שלעכטס טוהן פאר די אידן, האט השי"ת צוגעפירט אז פון זיי אליין איז ארויס געקומען א ישועה פאר די אידן. פרעה האט געהייסן אריינווארפן די אידישע קינדער אין וואסער און צום סוף האט דער רבונו של עולם צוגעפירט אז דווקא זיין טאכטער האט געראטעוועט משה רבינו פון וואסער, און משה רבינו איז אויפגעוואקסן אין הויז פון פרעה. אויך ביי המן הרשע וואס האט אויפגעשטעלט א הויכן בוים פון פיפציג איילן אויפצוהענגן מרדכי, און צום סוף האט מען אויפגעהאנגען המן אליין אויף דעם בוים, דאס מיינט דער בעל הגדה, והקב"ה מצילנו "מידם" פון זייערע הענט אליין קומט ארויס די הצלה פאר די אידן. (מפרשים)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

צא ולמד: ווען מען זעצט זיך אוועק לערנען די הייליגע תורה, דארף מען ערשט "ארויסגיין" און זיך אפשיידען פון אלע גשמיות, און נישט אינזינען האבן די אייגענע גוף און גליסטענישן. "צא" - אז דו וועסט ארויסגיין פון די גשמיות, "ולמד" - דעמאלטס קענסטו זוכה זיין צו לערנען און פארשטיין די הייליגע תורה. (רבי אהרן קארלינער זי"ע)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ארמי אובד אבי וירד מצרימה: וואס איז דער שייכות פון לבן ארמי צו דעם גלות מצרים, נאר מען זעהט אז דער גלות מצרים האט זיך גענומען דורך דעם וואס מען האט פארקויפט יוסף'ן קיין מצרים, און די שבטים האבן אים פארקויפט ווייל זיי האבן געזעהן אז יעקב מאכט אים גרעסער פון זיי. ווען לבן וואלט נישט אויסגעטוישט רחל מיט לאה, וואלט דאך יעקב אבינו חתונה געהאט מיט רחל וואלט יוסף געווען דער בכור פון אלע שבטים (נישט נאר דער בכור פון רחל), און דעמאלטס וואלטן די שבטים נישט מקנא געווען יוסף'ן, ווייל די בכורה וואלט דאך געווען זיינס מן הדין, קומט דאך אויס אז לבן הארמי מיט דעם וואס ער האט אויסגעטוישט לאה פאר רחל - דאס האט צוגעברענגט אז יוסף זאל נישט זיין דער בכור - דאס האט גורם געווען, אז "וירד מצרימה", איז דאך טאקע לבן הארמי דער שילדיגער. (מפי השמועה)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ארמי אובד אבי: "ארמי" איז א לשון פון פטאפלזען. אז מען פיהרט זיך אין די וועג פון לבן הארמי מיט פטאפלזען און שווינדלען, דעמאלס - "אובד אבי", פארלירט מען די זכות אבות און זיי באשיצען אונז נישט ח"ו. (חידושי הרי"ם)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויהי שם לגוי מלמד שהיו ישראל מצוינים שם: די אידן זענען געווען אויסגעצייכנט דארט, מען האט דערקענט אויף זיי אז זיי זענען אידן, זיי זענען געגאנגען מיט בארד און פיאות, זייערע מלבושים זענען געווען אנדערש ווי די גוי'שע מלבושים, זייער שפראך איז געווען אנדערש פון די גוים, זיי האבן געוואוינט אויף א באזונדער פלאץ. (עיין רש"י, וריטב"א)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבבה כצמח השדה (סוטה יא): די גמרא זאגט אויף דעם פסוק רבבה כצמח השדה נתתיך, אז די אידן זענען צוגעגליכן צום שפראצונג פון די ערד, ווייל די אידישע ווייבער האבן באהאלטען די קינדער אויפן פעלד. ווען די מצריים האבן געזעהן די קינדער אופן פעלד, האבן זיי געוואלט הרג'ענען די קינדער, האט דער אויבערשטער געמאכט א נס אז זיי זענען איינגעזונקען געווארן אין די ערד, די מצריים האבן געברענגט אקסן און געאקערט אויף זיי, אבער זיי זענען נישט גע'הרגט געווארן, ווען די מצרים זענען אוועק האט דער אויבערשטער געמאכט אז די אידישע קינדער זענען ארויסגעוואקסען פון די ערד אזוי ווי גראז, דאס מיינט דער פסוק "רבבה כצמח השדה נתתיך". (חת"ם סופר)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וירעו אותנו המצרים: דער גרעסטער אומגליק פאר די יודען אין מצרים איז געווען, אז די גוים האבען זיך געוואלט מתחבר זיין צו זיי, וירעו איז א לשון פון "רעים", פריינדשאפט, וירעו אותנו המצרים, די מצרים האבען זיך געוואלט מתחבר זיין צו אונז, דאס האבען מיר נישט אויסגעהאלטען. (רבי יחיאל יעקב קאז'ניצער)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויענונו כמה שנאמר וישימו עליו שרי מסים: די רשעים די מצריים האבן געזוכט מבטל צו זיין די אידן פון לערנען די תורה הקדושה, "שרי מסים" באטרעפט 660, אזוי ווי די ווערטער בטול תורה וואס באטרעפט אויך 660, צו זאגן אז דאס איז געווען די כוונה פון די מצריים, נישט צו לאזן לערנען די אידן. (שפתי כהן)
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”