אורה ושמחה וששון האט געשריבן:העלפט אונז וואס פירן ערשטע מאל אליינס א סדר.
ועלעכע הגדה האט גיטע קלארע אנווייזינגען מיט וואס נאכציזאגן.
חג כשר ושמח תמיד.
איך האב אליינס גזוכט א פאר יאר א קלארן מהלך פארן סדר נאכט, ביז איך בין בזהש"י אנגעקומען צו די הגדה פונעם "חיד"א". די וואס זענען רגיל אין ספרי חיד"א ווייסען זיין מהלך פון זאגען גרינגע זיסע גדאנקן וואס איז אויך כולל ר"ת און גמטריות. בפרט איז ער זייער שטראקער מלקט פון פארשטופטע ספרים אדער ספרים וואס איז בכלל נישט גדרוקט געווארן נאר ער האט עס געזהן בכ"י בשעת זיינע נסיעות ארום די וועלט ואכמ"ל.
בנוגע די סדר נאכט גייט דער חיד"א משך רוב פון די הגדה מיט דעם געדאנק אז דער עיקר פון דעם יו"ט פסח איז צו געבען שבח והודיה לה' פארן ארויסנעמען פון מצרים נאך 210 יאר און האט נישט געווארט אז עס זאל זיך ענדיגן די גאנצע 400 יאר וואס ער האט גשוואוירן בברית בין הבתרים. בעצם דאס ארויסנעמען פון מצרים האט דאך דער אייבישטער צוגעזאגט פאר אברהם אבינו און אויף דעם וואלט מען נאכנישט געדארפט מאכען אזא גרויסען יו"ט אז הקב"ה איז מקיים זיין שבועה. אבער אויף דעם אז הקב"ה האט ארויסגענומען די אידען פון מצרים באלד נאך רד"ו שנים אויף דעם דארף מען שוין אינמאל לויבען און דאנקן.
די סבה פארוואס הקב"ה האט ארוסגצויגן פאר די אנגעגעבענע צייט איז דא כמה וכמה טעמים ווי למשל קושי השיבעוד, ריבו העם, עבדו ביום ובלילה וכו' וכו'.
עכ"פ דער חיד"א גייט די גאנצע הגדה מיט דעם מהלך צו מבאר זיין אז אלעס איז מרומז אויף איינע פון די טעמים פארוואס מען איז ארויס פאר די צייט.
תיכף ביים אנהייבען די סימנים פון קדש ורחץ איז ער מסביר אז יעדע סימן איז מרמז אויף אן אנדערע טעם, ווי אויך משך די הגדה באציט ער זיך אויף דעם ענין.
די שיטה האט ביי מיר אריינגברענגט א רואיגקייט און א מסודרקייט ווי אזוי צוגיין צום סדר. איך הייב אן מיט דעם הקדמה פון די סימנים און אזוי כסדר ביי אלע שטיקלעך קום איך כסדר צוריק צום יסוד אז מען דאנק דעם רבונו של עולם פארן ארויסנעמען פון מצרים אחר רד"ו שנים. עיין שם כי נעמו.
אוודאי לייגט מען שוין צו אנדערע ענינים וואס איך האב מקובל פון מיין טאטע און שווער נ"י אבער איך ניץ דעם מהלך פונעם חיד"א אלץ א בריח התיכון פארן סדר, און איך רעקאמענדס עס פאר א מתחיל.