יו"ט פסח

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

בערך 1200 יאהר צירוק האט געלעבט איינער "חוי הבלכי". ער איז געווען פין די וואס דער מדרש רופט אהן אזעלכע בשם ליצני הדור. ער איז אויפגעקומען מיט אן המצאה אז קריאת ים סוף איז געווען א נאטירלעכע געשעהעניש אז משה רבינו האט געוויסט ווען די וואסערען וועלן ווערען זייער נידריג מיטען low tide און דעמאלס וועט מען אריבער דעם ים און די מצריים האבען דאס נישט געוויסט.

דער אבן עזרא דרוקט זיך אויס זייער שארף אקעגען איהם מיט זיינע השקפות.
און שמות י"ד כ"ז שרייבט ער
ישתחקו עצמות חוי הכלבי [ער דרייט אויס אותיות און רופט איהם אהן בשם כלב] שאמר כי משה ידע את מיעוט הים ברדתו, ועת רבותו בעלותו בהמשכו, והוא העביר עמו במיעוט המים כמשפטו, ופרעה לא ידע מנהג הים על כן טבע, ואלה דברי שגאון, כי מנהג הים ברדתו לא ייבש מקום, וישארו חומות מים מימינו ומשמאלו, כי הכל ייבש, ועוד כי לא יתברר סוף רדת הים ותחילת עלותו רק אחר שעות, ועוד לא השלימו ישראל לעבור, עד שטבע פרעה וחילו
the SCY is the limit
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שכוח רעב שמחה, הערליך ידיעה.
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

איך זעה אז די גבאי ביהמ"ד איז זייער פארנומען און ער האט עס נישט געהאט צייט ארויפצוברענגן

וועל איך עס מעלה זיין

לכבוד יו"ט פסח
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

א משכיל איז געקומען צום בריסקער רב ז"ל ער האט געוואלט האבן א הסכמה אויף א ספר וואס ער האט ארויסגעגעבן, האט אים דער בריסקער רב געזאגט אז ער קען נישט געבן א הסכמה ווייל עס שטימט נישט מיטן דקדוק אנווייזנדיג עטליכע פלעצער אינעם ספר וואס איז נישט מדוקדק, זאגט אים דער משכיל איך פארשטיי נישט פאריגע וואך איז געווען א חסידישער איד מיט א ספר וואס איז פול מיט דקדוק פעלער'ס מתחילתו ועד סופו און דער רב האט אים געגעבן א ווארימע הסכמה, האט ער אים געזאגט איך וועל דיר ענפערן מען זאגט אין די הגדה די ארבעה בנים, די שאלת החכם איז מה העדות וכו' אשר צוה ה' אלוקינו אתכם אין ער באקומט א שיינע ווארימער תירוץ, די רשע פרעגט מה העבודה הזאת לכם באקומט ער א פסק לכם ולא לו די ערגסטע ממש, די חכם האט דאך אויך געזאגט אתכם פארוואס אים כאפט מען נישט ביים ווארט, נאר דער רשע וואס איז א גאנץ יאר פארנומען מיט דקדוק שרייט מען אן, משא"כ דער חכם וואס לערנט א גאנץ יאר אין זיין קאפ ליגט אים נישט אין דקדוק איז נישט געפערליך, הערנדיג דאס האט דער משכיל פארשטאנען אז ער וועט קיין הסכמה נישט קריגן איז ער אנטלאפן, האט אים דער בריסקער רב ז"ל געלאזט צוריק רופן, האט דער משכיל געמיינט אז ער האט זיך בארעכנט ער וויל אים יא געבן א הסכמה איז ער געקומען צו לויפן, אריינקומענדיג זאגט אים דער בריסקער רב ז"ל יעצט איז מיר פארענפערט געווארן נאך א קשיא, אז מען רעדט צו אים פארוואס זאגט מען נישט לכם ולא לך בלשון נוכח פארוואס רעדט מען בלשון נסתר, נאר ווען מען פאנגט אן צו רעדן צו אים אנטלויפט ער ממילא קען מען צו אים נישט רעדן מוז מען רעדן צו די ארומיגער עולם.
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

פארוואס שטייט נישט אחד צדיק ואחד רשע, זאגט רבינו הקדוש זי"ע אז צו זיין לעבן א רשע און נישט נשפע צו ווערן דארף מען זיין א חכם.

פשוט פשט פארוואס מען זאגט נישט פאר די רשע, ווייל פאר אפיקורס ישראל טאר מען נישט ענטפערן כ"ש דפקר טפי, ממילא דארף מען זאגן פארן ארומיגע עולם זיך מחזק זיין מיט די אמונה, אבער אים ענפערט מען בכלל נישט.
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35248
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

farshlufen האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע אפטייטש פון די ווארט אפיקומן, פון ספר התשבי פון ר' אליהו בחור:

ענדליך האב איך געזען אין מעשי ה' אויף די הגדה: [פארוואס איז דער פירוש נאך קיינמאל געדרוקט געווארן אינעווייניג אין די הגדה?]
אטעטשמענטס
1.JPG
2.JPG
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35248
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35248
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אנדי פעטיט האט געשריבן:איך האב געהערט פון מיין רבי אין חדר,

די רשע טענה'ט אז ווען די אייבישטער וואלט געוואלט אז מ'זאל לאזען וואקסען די בארד דאן פארוואס האט די אייבישטער נישט געמאכט אז מ'זאל געבוירען ווערן דערמוט?

פארדעם הקהה את שיניו און זאג אים אז ווען די אייבישטער וואלט געוואלט אז דו זאלסט האבן ציינער וואלט ער דיר געמאכט געבוירען ווערן דערמיט.

דאס שטייט ערגעץ בשם החיד"א ז"ל, אבער לאו מר בר רב אשי חתים עלה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

מעשיות לפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

דאס איז מעשיות וואס איך האב געקליבן פון ליקוטים דא און דארטן פון פסח איך האף אז מען וועט הנאה האבן דערפון
אטעטשמענטס
מעשיות 1 לפסח.pdf
(240.34 KiB) געווארן דאונלאודעד 351 מאל
יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

מעשיות לפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

יקותיאל האט געשריבן:דאס איז מעשיות וואס איך האב געקליבן פון ליקוטים דא און דארטן פון פסח איך האף אז מען וועט הנאה האבן דערפון
אטעטשמענטס
מעשיות לפסח 2.pdf
(196.95 KiB) געווארן דאונלאודעד 305 מאל
יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

יו"ט פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

שיינע ליקוט פארן סדר
אטעטשמענטס
שיינע ליקוט פארן פסח סדר 1.doc
(203 KiB) געווארן דאונלאודעד 337 מאל
יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

מעשיות לפסח 3
אטעטשמענטס
מעשיות לפסח 3.doc
(208 KiB) געווארן דאונלאודעד 258 מאל
יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

יו"ט פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

נאך א שיינע מעשה
אטעטשמענטס
ווי אזוי איך בין געווארן אויסגעלייזט.doc
(63 KiB) געווארן דאונלאודעד 302 מאל
יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

יו"ט פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

פאר קינדער 1
אטעטשמענטס
וועג פסח נייע 3.doc
(205.5 KiB) געווארן דאונלאודעד 280 מאל
יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

פאר קינדער
אטעטשמענטס
וועג פסח נייע 5.doc
(196.5 KiB) געווארן דאונלאודעד 263 מאל
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

יקותיאל, אדאנק!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

זעהר שיינע זאכן!

רבותי כאפט אריין בחנם!

יישר כח, זלמי
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

ארויף געברעינגט אויפן אויבערפלאך לכבוד יו"ט פסח הבעל"ט.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

אינעם ספר הסדר הערוך, ברעינגט בשם די גר"א, אז די קשיא פין מה נשתנה הלילה הזה? איז פשט, שבכל הלילות אלע נעכט איז מען פטור פין רוב מצות אזוי ווי תפילין, ציצית, אא"וו. משא"כ די נאכט.

נאך מער לייגן זיי צו אז די "לילה" איז געווען כיום יאיר אז מען איז מחייב מיט אזוי סך מצוות אזוי ווי בייטאג. נאך א זאך, אין אלגעמיין זענען "נעכט" בבחינת נקבה, ווייל נשים זענען דאך אויך פטור פין רוב מצוות.

זאגט די גר"א אז בעצם איז דער ווארט לילה א לשון נקבה, אבער וויבאלד עס עס איז צוגעלייגט די ווארט הזה, דאס מאכט עס פאר א לשון זכר. איז פשט אזוי, מה נשתנה הלילה, פארוואס איז אנדריש די נאכט אז די חייבים זענען "הזה" בבחינת זכר, דהיינו אז מען איז מחייב בכמה מצוות?

קען מען אפשר מוסיף זיין, אויף דעם וואס די גמרא זאגט אין מסכת פסחים דף קח, אמר ר' יושע בן לוי, נשים חייבות בארבעה כוסות הללו, שאף הן היו באותו הנס. דאס קען זיין פשט אין די קשיא פין מה נשתנה הלילה הזה? מה נשתנה הלילה, וואס איז א לשון נקבה, אין אנדערע ווערטער פארוואס זענען די נשים מחייב במצוות הלילה, בבחינת "הזה" אזוי די אנשים? אויף דעם איז די תירוץ עבדים היינו, דהיינו שאף הם היו באותו הנס.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

א גוט ווארט געזען יעצט אין ענגליש. וועל איך עס מעתיק זיין כלשונו:

A MODERN TAKE ON THE FOUR (FIVE) SONS
You can look at the four sons as four generations of Jews in America today. The first generation of
eastern European Jewry who emigrated to America at the turn of the century are represented by
THE WISE SON. This is the Jew who grew up with a strong connection to the Jewish way of life. His
commitment to Judaism is unshakable.
HIS SON, THE SECOND GENERATION, is represented in the Wicked Son. This is the rebel who
wants to succeed in his new life and take on Western values. Although he has grown up in a home full
of Jewish values and an integrated Jewish life, he rejects this in favor of integrating into Western
society and becoming accepted as the new American.
HIS SON, THE THIRD GENERATION, is represented by the Simple Son. This child has spent Seder
nights at his grandparents' table and has seen his grandmother light the Shabbat candles. He has a bit
of knowledge picked up at Hebrew school, but he doesn't know the meaning behind any of the
symbols and is not motivated to go beyond what he sees.
HIS SON, THE FOURTH GENERATION, is represented in the "One who doesn't know how to ask."
This child does not have memories of his great grandparents. He celebrates the American holidays
and other than knowing that he is a Jew, has no connection whatsoever to Judaism. He sits at a
traditional Seder night and does not even know what to ask because it is all so foreign to him.
TODAY THERE IS A FIFTH SON, who is o in India or out at the movies on Seder night, not even
aware that Passover exists. Anyone sitting at the Seder table is still connected to the Jewish people
and heritage just by being there.
אורה ושמחה וששון
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 4:27 pm

הגדות רעקאמאנדציעס-פירן ערשטע מאל אליינס א סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורה ושמחה וששון »

העלפט אונז וואס פירן ערשטע מאל אליינס א סדר.
ועלעכע הגדה האט גיטע קלארע אנווייזינגען מיט וואס נאכציזאגן.
חג כשר ושמח תמיד.
סעילעסמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעילעסמען »

אורה ושמחה וששון האט געשריבן:העלפט אונז וואס פירן ערשטע מאל אליינס א סדר.
ועלעכע הגדה האט גיטע קלארע אנווייזינגען מיט וואס נאכציזאגן.
חג כשר ושמח תמיד.

זייער א שווערע שאלה
קודם זאלסטו האבן צו די האנט די הגדה וואס דיין טאטע ניצט ביים סדר...
איך האב געזען אז קינדער שפיל קומט ארויס מיט א הגדה "צו זאגן אין דערציילן"
ספעציעל פאר'ן ראש המסובין
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

אורה ושמחה וששון האט געשריבן:העלפט אונז וואס פירן ערשטע מאל אליינס א סדר.
ועלעכע הגדה האט גיטע קלארע אנווייזינגען מיט וואס נאכציזאגן.
חג כשר ושמח תמיד.

! ! !
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

אורה ושמחה וששון האט געשריבן:העלפט אונז וואס פירן ערשטע מאל אליינס א סדר.
ועלעכע הגדה האט גיטע קלארע אנווייזינגען מיט וואס נאכציזאגן.
חג כשר ושמח תמיד.

די אשכול קען דיר צינוץ קומען
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
ביידעלע
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידעלע »

אורה ושמחה וששון האט געשריבן:העלפט אונז וואס פירן ערשטע מאל אליינס א סדר.
ועלעכע הגדה האט גיטע קלארע אנווייזינגען מיט וואס נאכציזאגן.
חג כשר ושמח תמיד.

איך האב אליינס גזוכט א פאר יאר א קלארן מהלך פארן סדר נאכט, ביז איך בין בזהש"י אנגעקומען צו די הגדה פונעם "חיד"א". די וואס זענען רגיל אין ספרי חיד"א ווייסען זיין מהלך פון זאגען גרינגע זיסע גדאנקן וואס איז אויך כולל ר"ת און גמטריות. בפרט איז ער זייער שטראקער מלקט פון פארשטופטע ספרים אדער ספרים וואס איז בכלל נישט גדרוקט געווארן נאר ער האט עס געזהן בכ"י בשעת זיינע נסיעות ארום די וועלט ואכמ"ל.

בנוגע די סדר נאכט גייט דער חיד"א משך רוב פון די הגדה מיט דעם געדאנק אז דער עיקר פון דעם יו"ט פסח איז צו געבען שבח והודיה לה' פארן ארויסנעמען פון מצרים נאך 210 יאר און האט נישט געווארט אז עס זאל זיך ענדיגן די גאנצע 400 יאר וואס ער האט גשוואוירן בברית בין הבתרים. בעצם דאס ארויסנעמען פון מצרים האט דאך דער אייבישטער צוגעזאגט פאר אברהם אבינו און אויף דעם וואלט מען נאכנישט געדארפט מאכען אזא גרויסען יו"ט אז הקב"ה איז מקיים זיין שבועה. אבער אויף דעם אז הקב"ה האט ארויסגענומען די אידען פון מצרים באלד נאך רד"ו שנים אויף דעם דארף מען שוין אינמאל לויבען און דאנקן.
די סבה פארוואס הקב"ה האט ארוסגצויגן פאר די אנגעגעבענע צייט איז דא כמה וכמה טעמים ווי למשל קושי השיבעוד, ריבו העם, עבדו ביום ובלילה וכו' וכו'.
עכ"פ דער חיד"א גייט די גאנצע הגדה מיט דעם מהלך צו מבאר זיין אז אלעס איז מרומז אויף איינע פון די טעמים פארוואס מען איז ארויס פאר די צייט.
תיכף ביים אנהייבען די סימנים פון קדש ורחץ איז ער מסביר אז יעדע סימן איז מרמז אויף אן אנדערע טעם, ווי אויך משך די הגדה באציט ער זיך אויף דעם ענין.
די שיטה האט ביי מיר אריינגברענגט א רואיגקייט און א מסודרקייט ווי אזוי צוגיין צום סדר. איך הייב אן מיט דעם הקדמה פון די סימנים און אזוי כסדר ביי אלע שטיקלעך קום איך כסדר צוריק צום יסוד אז מען דאנק דעם רבונו של עולם פארן ארויסנעמען פון מצרים אחר רד"ו שנים. עיין שם כי נעמו.

אוודאי לייגט מען שוין צו אנדערע ענינים וואס איך האב מקובל פון מיין טאטע און שווער נ"י אבער איך ניץ דעם מהלך פונעם חיד"א אלץ א בריח התיכון פארן סדר, און איך רעקאמענדס עס פאר א מתחיל.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”