תורות און ווערטלעך לכבוד פורים

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

טאקע געוואלדיג!!
אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרויזאק »

אחשורוש האט געזאגט פאר אסתר "עד חצי המלכות"

וואס האט ער זיך אזוי ג'עקשנ'ט אויף דעם חצי המלכות?
נאר נאך אזא משתה היין איז אחשורוש געווען אנגעזאפן, שיכור ווי לוט. האט ער דאך געזען דאפעלט.
האט ער געוואוסט אז אויב וועט ער צוזאגן דעם גאנצן מלכות, וועט ער אוועקגעבן דאפעלט וויפיל ער פארמאגט.
האט ער נאר צוגעזאגט נאר חצי מלכות, וועט ער נאר אוועקגעבן דאס גאנצע וואס ער פארמאגט...

(געהערט פון ר' נפתלי משה ווייס, פ"ר ביים דינובער רבי'ן)
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

הזקן אדמורי"ם דפורים רב המפורסם רבי שלום קעססלער שליט"א האט במשך די יארען עכטע געשמאקע ארגינעלע ךלומדישע פורים תורה וואס מקען זיך האלטן אין די זייטן. א שאד עס איז נאר אויף טעיפ.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

הערליכע סחורה האט זיידעניו דא אנגעגאסן.
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

מאשקע האט געשריבן:טאמער יא, וועל איך אריינסקענען א בלעטל פון שו"ת זנבות האחשתרנים...

כ'וויל עס טאקע סקען עס אריין
yield the right of way
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

משה רבינו הרי נולד בז' אדר, ולפי חשבון היתה ה'ברית מילה' שלו בפורים.
אם כן קשה, למה לא נקרא 'מרדכי' על שם מרדכי הצדיק, כמנהג העולם שבפורים קוראים הילד על שם מרדכי?
וי"ל דאיתא בחז"ל, שמשה רבינו נולד מהול, אם כן המילה היתה בשעת לידתו, שהוא ז' אדר, ושפיר נקרא 'משה' על שם 'משה רבינו' שיומא דהילולא שלו חל בז' אדר.

***

במגילת אסתר (ט, טז) איתא: 'ונח' מאויביהם. וכן להלן (פסוק יז-יח) 'ונח' בארבעה עשר, 'ונח' בחמשה עשר.
וקשה איך בא 'נח' הצדיק במגילת אסתר, הלא פרשת 'נח' הוא בתחלת החורף, ופורים [עת קריאת המגילה] הוא באמצע החורף?

אלא שאיתא בחז"ל, ש'המן הרשע' כשנצרך לעץ גדול [גבוה חמישים אמה], הלך להרי אררט, ולקח מעצי 'תיבת נח', ע"כ.
אם כן כשבא 'המן' לקחת את העץ, התנגד 'נח' לזה בכל תוקף, משום שידע כוונתו שרוצה לתלות עליו מרדכי. לכן אחז 'נח' את העץ, ולא רצה להניחו,. ו'המן' התחיל למשוך את העץ, ומשך את 'נח' עמו, ומשכו ב'מגילה'. לכן קנה מקומו ב'מגילת אסתר'.


***

היה פעם יהודי שתמיד היה שמח, ובמיוחד היה מגלה שמחה יתירה עם כניסת חודש אדר. שאלוהו: הרי פורים הוא יום אחד בלבד, ולמה אתה שמח חודש שלם?

השיב היהודי:

"אני אסביר לכם. בצעירותי תמהתי למה החליט המן-הרשע להרוג את כל היהודים ביום אחד דוקא? ומה היה איכפת לו אם ייהרגו היהודים בכמה ימים? אלא לא לחינם נקרא שמו 'המן- הרשע'. בסתר ליבו הוא חשש שמא יעשה הקב"ה נס ועצתו תופר, ואז יעשו היהודים את היום הזה לחג. לכן קבע את הגזירה ליום אחד בלבד, כדי שאם יהפוך היום הזה לחג, לא יהיה אלא חג בן יום אחד בלבד.

"אבל אני הרי מבין את מחשבתו של המן-הרשע ולכן אני שמח כל החודש וכל השנה"...


****

ונחתם בטבעת המלך איך מגיע הנחתם האופה לטבעת המלך?
אל תחשבו הרבה כי תתעייפו ולא תהיה תשובה, זה מפורש בהמשך 'אין להשיב'

****

געאייניגט פאר אייוועלט

מה זה 'וחפוי'
תשובה מי שראה אותו מרחוק אמר חה חה חה כשהוא התקרב הוא אמר פוי...


****

נודע לפורים רוב מה באמת היה במשתה של אחשורוש מה שהפרתמים לא מוכנים לספר בשום אופן
חור כרפס-כרפס עם חורים, אחוז בחבלי בוץ-אחוז בחבלים של בוץ, וארגמן- שהיה אפשר ליהרג מזה, על רצפת- הכל נפל שם על הרצפה, ושש ודר וסוחרת- זעקס אויס גידארטע סחיירה

כל זה מאוצרותיו של ר' יום טוב ערליך ז''ל.

****


שאלו פעם את הפורים רב, למה המן הכין למרדכי עץ גבוה 50 אמה, מה, 30 אמה לא הספיקו?
אז הרב' ענה שלמעשה, הכין המן את העץ עבור עצמו, והרי אמרו חז"ל: "מרחיקין את הנבלה מן העיר חמישים אמה"...



****


כתוב בתרגום שני שכל עשרת בני היו נראים אותו דבר, מאיפוא התרגום לקח חידוש כזה?
תשובה: הרי יש שאלה חזקה איך יש עשרת בני המן מה עם מעשר בהמה? אלא המן באמת פתח את השער והתחיל לספור אחד שתים שלש אולם ויזתא נשאר ויזתא והוא קפץ פנימה בחזרה והרי ההלכה שאם קפץ אחד מן המנויים בחזרה פנימה והתערבב בין היתר כולם פטורים, ולכן נשאר עשרת בני המן, עכשיו אם כל אחד היה נראה אחרת הם לא היו מתערבבים, מזה לקח התרגום שכולם נראו אותו דבר.



*****

אחשורוש היה חסיד כי התחיל "מהודו"

*****



וחמת המלך שככה וחמתו בערה בו, אז מי היתה חמותו שככה או בערה בו?
תשובה: זו מושתי וזו מאסתר

בהקשר לזה מסופר שאחד שאל את כ"ק אדמו"ר הפני מנחם זיע"א מי היתה חמותו של אחשוורוש שככה או בערה וענה לו שושתי הגיע משני נשים כדכתי' גם וושתי המלכה עשתה משתי נשים...

*******


למה לוקח ל"נטורי קרתא" הרבה זמן לקרוא את המגילה? כי הם עושים רעש עם גראגער בכל "מדינה"


****


באיזה פסוק נוהגים הרומעניא לקרוא בטעמי איכה? "ובבזה לא שלחו את ידם"...


****

מרובה מידה טובה ממידת פורענות במגילה רואים שגם לאחר הנצחון הגדול של אסתר ומרדכי ולאחר שאת בית המן נתנו לשליטת מרדכי דבר אחד לא היו יכולים לשנות את הכתב אשר נכתב בשם המלך ונחתם בטבעת המלך את זה אין להשיב כי "מלכא לא מתחליף" עיניני המלך לא ניתנים להזזה ומרובה מידה טובה שכל העינינים שהמלך המשיח כתב וחתם ובטבעת המלך שיחות נ"א נ"ב המוגהות בשם המלך אין להשיב לא שייך הזזה וחזרה אחורה אלא לעורר בנו אמונה עד דלא ידע למעלה מטעם ודעת במלך ימיד נזכה למרדכי שבדורנו שיצא מלפני המלך מלכו של עולם בלבוש מלכות מלך ביופיו ורבים מעמי הארץ מתיהדים ומכריזים לפניו יחי אדוננו מורנו ורבנו מלך המשיח לעולם ועד וכל התלויים על עץ הדעת טוב ורע ירדו ויעלו לעץ החיים ולחמישים אמה לשער החמישים ונהפוך הוא מרב בניו יהיה רצוי לרב אחיו ועד לכל אחיו שהרי מלך אחד יהיה ולא יחצו לשתי ממלכות והיתה להוי' המלוכה לחיים ולברכה!!!


****


שאלה: איך יודעים שאנשי שושן היו חרשים?
תשובה: כתוב במגילה: "ויהי בימי אחשורוש, who? אחשורוש"!


****
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח יש להוסיף [די ערשטע ווארט וועגן משה / מרדכי קומט אויך פון ר' יו"ט ערליך? איך געדענק עס נישט אויפן שושנת יעקב טעיפ]
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

באקומען פריער אין אימעיל:
אחשורוש האט געזאגט פאר אסתר "עד חצי המלכות ותעש", זאגט די גמרא דערויף אז אחשורוש האט איר געגעבן אנצוהערן אז ער איז גרייט אויף אלעם חוץ בנין בית המקדש.
לכאורה, פון וואו האט אחשורוש געוואוסט אז אסתר איז א אידישע, זי האט דאך נישט אויסגעזאגט איר אפשטאם, אין אסתר מגדת את עמה ואת מולדתה? פארוואס זאל זי בעטן אויפצובויען דעם ביהמ"ק?
נאר עס שטייט אין די מדרשים, אז פאר קבלת התורה איז דער אייבערשטער ארומגעגאנגען צו אלע פעלקער און געפרעגט צו זיי ווילן מקבל זיין די תורה, פאר יעדן האט הקב"ה געזאגט די שווערסטע מצוה פאר זיי.
לכאורה, ביי די אידן זעען מיר נישט אז דער אייבערשטער זאל זאגן פאר דעם א שווערע מצוה?
נאר וואס דען? דער אייבערשטער האט געזאגט "הגבל את ההר וקדשתו" אידישע קינדער זאלן נישט צוקומען נאנט צום בארג. דאס איז שוין זייער א שווערע מצוה פאר א איד... אז מען זאגט אים גיי נישט דא, וויל ער דייקא יא גיין... אז עס שטייט א צעטל "וועט פעינט" וועט ער דייקא אנכאפן זען צו עס איז טאקע פעינטיג... ממילא איז דאס געווען דער שווערער נסיון פאר די אידישע קינדער פאר קבלת התורה.
מיט דעם איז שוין פארענטפערט, אחשורוש האט באפוילן אז קיינער טאר נישט אריינקומען אן רשות און אסתר המלכה איז יא אריין, מוז זיין אז זי איז א אידישע...
(קרעדיט: שלמה לייב וויינבערגער מק"י)
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

ממה שלקטתי ואספתי לפני כמה שנים לכבוד פורים.


א) ר' אייזל סלאנימער ז"ל איז אמאל געקומען אין שול האט ער געזען, ווי איינער האט געעפענט דאס סידור'ל, אנגעהויבן דאווענען גלייך פון "הודו", געמישט די בלעטלעך ווי א ווינד-מיהל, געטוהן א קוש דעם סידור'ל און – ואיננו! האט זיך ר' אייזל אנגערופן: יעצט איז מיר ערקלערט געווארן די אסתפקתא אין דער גמרא מגילה, צי "הודו וכוש רחוקות מהדדי" אדער "סמוכות זו לזו" – איך זעה, אז זיי זענען זייער נאנט איינע צו די אנדערע, בסך הכל אייניגע מינוט וועג...

ב) א פרייער האט געפרעגט א רב: פארוואס האט מען פאר די עשרת בני המן געדארפט אויפשטעלן א תלי', מען האט דאך זיי געקענט מכבד זיין מיט עשר מכות? – האט דער רב געענטפערט מיני' ובי', ווען מ'וואלט זיי איינגעטיילט די מכות לויט'ן סדר, וואלט "ערוב" אויסגעפאלן פאר "דלפון" און א קימא לן האבן מיר, אז א "דלפון" קען קיין "ערוב" נישט זיין.

ג) צו ר' אבעלע פאסאווילער ז"ל איז געקומען א געפאלענער בעל-הבית נעמען פון איהם א בריוו צו זאמלען נדבות פאר הכנסת-כלה, האט ער איהם געגעבן א בריוו, דער בעל-הבית האט נעבעך פון גרויס צרות גענומען זיך צום כוס, אזוי אז ער האט פארלוירן דעם בריוו, האט מען דאס איבערגעגעבן ר' אבעלע'ן, ווען דער בעל-הבית איז געקומען צו איהם נאך א צווייטען בריוו, רופט זיך ר' אבעלע אהן צו איהם: פארוואס זאגט מען עפעס שיכור ווי לוט (עירובין ס"ה, הגיע לשכרותו של לוט), און נישט ווי נח (בראשית ט' כ"א), נאר דער תירוץ איז: נח האט קיין טעכטער נישט געהאט האט ער געמעגט טרינקען, אבער דו לוט, וואס דו האסט קינדער חתונה צו מאכן, ווי קומסטו צו שיכור'ן? ביסטו דאך א אמת'ר שיכור, ר' אבעלע האט איהם געגעבן א צווייטן בריוו, נאר בתנאי ער זאל שוין מער נישט טרינקען...
שכל קומט מיט די יארן...
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

ד) ר' נח בדחן איז געשטאנען אויף א רבי'שע חתונה און גע'דרש'נט פורים תורה, דער רבי האט שטארק נהנה געווען, האט ער געזאגט פאר'ן משמש: גיט איהם א גלעזל וויין! נח האט זיך מ'כלומר'שט באליידיגט און געזאגט: ביי נח'ן שפיעלט דען א ראלע א גלעזל וויין, נח איז געווען דער ערשטער וויין-פלאנצער! (ויטע כרם וישת בתוך אהלו), זאגט דער רבי – טא גיט איהם א גלעזל בראנפען!, רופט זיך אהן נח: י"ש, דורשין אותו לגנאי ביי נח'ן, פונדעסטוועגן – כאפט ער זיך צוריק – י"ש מרבותינו, י"ש פון א רבי'ן דורשין אותו לשבח – און האט געטרונקען לחיים.

ה) דער מלבי"ם ז"ל, האט אמאהל דערהאלטען פורים "משלוח מנות" פון א חברה אסימיליאטארען א צורה פון א חזיר געמאכט פון צוקער, האט זיי דער מלבי"ם ז"ל זיי צוריק געשיקט זיין אייגענע פאטאגראפיע, און האט צוגעשריבען: איר האט מיר געשיקט אייער צורה, שיק איך מיין צורה. איבער א יאהר האבען זיי איהם וויטער געשיקט א צורה פון א דבר אחר, האט ער זיי צוריק געשריבען: עס איז מיר גארנישט איינגעפאלען, אז איהר האט מיר אזוי ליעב, אז דעם ביסן פון מויל האט איר מיר אויך אוועקגעגעבן...

ו) ר' שלמה'לע אלטער ז"ל א ברודער פון דעם "שפת אמת" ז"ל, האט אמאל געברענגט "משלוח מנות" פון שפת אמת צום "חי' הרי"ם" ז"ל, האט דער חי' הרי"ם ז"ל געזאגט צו איהם: מ'פירט זיך דאך אז מען גיט דעם "שליח" פאר דעם וועג, איך וועל דיר געבן פאר דעם וועג דעם טעם פארוואס מ'גיט פארן וועג, ווייל פורים איז דאך א זכר אויף "מחיית עמלק" וואס אויף איהם שטייט אין פסוק "אשר קרך בדרך" דעריבער גיט מען פאר'ן "דרך"...

ז) דער "מחנה לוי" ז"ל האט אמאהל געזאגט אין פורים, אויף דעם וואס חז"ל זאגען, אז המן'ס טאכטער האט ארויפגעגאסען אויף זיין קאפ א כלי מיט אומריינקייט (מגילה ט"ז), אז עס איז אויסגעהאלטען על פי דין, ווייל די חז"ל זאגען, "המן מן התורה מנין שנאמר המן העץ" (חולין קל"ט:), און די חז"ל זאגען עץ הדעת חטה הי' (ברכות מ.), און די מעשה פון המן איז דאך געווען אין פסח (זעה רש"י מגילה ט"ו), און דער דין איז "המוצא חמץ בפסח כופה עליו את הכלי" (פסחים ה')...
שכל קומט מיט די יארן...
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

ח) דער אפטער רב פלעגט פיינט האבען געלט, ווען די שטאט מענטשן האבן איהם געשיקט משלוח מנות אסאך געלט, האט ער זיך זייער געפרייט, און מען האט דערקענט אז עס איז ביי איהם זייער חשוב, האט איהם זיין זוהן געפרעגט היתכן, דו האסט דאך פיינט געלט? – האט ער געענטפערט – היינט דארף איך דאך געבן "מתנות לאביונים" און אז איך וועל גארנישט מאכן קיין עסק פון דעם געלט, וועלן דאך מיינע מתנות אויך נישט האבען קיין חשיבות, איבער דעם האב איך היינט געמוזט ליעב קריגן דאס געלט, און דערנאך וועל איך עס צוטיילן ארימע לייט.

ט) דער רבי ר' בונם ז"ל האט געזאגט אויף דעם זוהר אז יום כיפורים מאכט כ'פורים' אזוי ווי פורים, מיט וואס איז פורים גרעסער פון יום כיפור, נאר ווייל די חז"ל זאגען "חייב אדם לבסומי בפוריא עד דלא ידע כו'" אין דער עינוי פון דעם איז גרעסער ווי דער עינוי פון גוף...

י) צום רבי'ן ר' מאיר'ל פרעמישלאנער ז"ל איז אמאהל געקומען א איד א פעל הענדלער, און זיך פאר איהם באקלאגט אז דער פרייז פון פעל איז זייער געפאלן, און ער האט גראד ליגן א גרויסן קוואנטום סחורה, אזוי אז עס שטייט איהם צו פארלירן כמעט דאס גאנצע פארמעגן, האט דער פרעמישלאנער ז"ל געענטפערט: "עס שטייט דאך – "ליהודים היתה אורה" – אז א יוד האט ליגען פעל... (עור) "ושמחה וששון" – זאל ער זיין פרייליך און לוסטיג "ויקר" – וויל עס וועט טייערער ווערן, און דער פרייז איז טאקע פיעל געשטיגען, אזוי אז ער האט פארקויפט די סחורה מיט א גרויסן רווח...

יא) דער רבי ר' אברמ'עלע סלאנימער ז"ל האט געזאגט, "הקורא את המגילה למפרע לא יצא" (מגילה י"ז), אין יעדען דור, דארף דעם מענטש זיין גלייך ווי ביי איהם אליין וואלט געווען דאס נס פון פורים, אבער אז ער ליינט די מגילה "למפרע" אז אמאל איז אזוי געווען, דאן "לא יצא"...

יב) דער טריסקער מגיד ז"ל האט אמאל געזאגט אום פורים, רבונו של עולם, "אם החרש תחרישי בעת הזאת" וועסט אונז נישט אויסלייזן פון גלות, "רוח והצלה יעמוד ליהודים ממקום אחר" איינער וועט ווערן א אינדזשינער, איינער א דאקטער א.א.וו., "ואת" די תורה, וואס זי איז פון א' ביז ת' די אותיות א"ת, "ובית אביך" דאס דאווענען וואת די אבות האבען מתקן געווען (ברכות כ"ו) "תאבדו" וועט חלילה פארלוירן גיין, ומי יודע אם לעת כזאת, ווען דו וועסט שוין וועלן אויסלייזן, "הגעת למלכות" ווייל "אין מלך בלא עם"...
שכל קומט מיט די יארן...
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

יג) א מחבר וואס האט געמאכט א פירוש אויף קהלת האט געברענגט זיין חיבור אויף הסכמה צו ר' אייזל חריף ז"ל, האט ער אריינגעקוקט אין ספר איז איהם נישט געפאלען דאס חיבור, רופט ער זיך אהן: דו האסט געמאכט דאס זעלבע זאך וואס דער מלבי"ם ז"ל האט געמאכט אויף די מגילה, נאר דער חילוק איז, דער מלבי"ם ז"ל האט געמאכט פון אחשורוש וואס ער איז געווען א מלך טיפש (מגילה י') א חכם שבחכמים, און דו האסט געמאכט פון דעם חכם שבחכמים א טפש שבטפשים...

יד) דער רבי ר' בונם ז"ל פון פרשיסחא האט געטייטשט, "ישנו עם אחד מפוזר ומפורד בין העמים" (אסתר), המן האט געזאגט צו אחשורוש "ישנו" זייער גאנצע "ישות" איז, די איינע זאך האבען זיי, וואס "עם אחד" וואס זיי האלטען זיך צוזאמען, איז די עצה, "מפוזר ומפורד בין העמים" זאלסט זיי צושפרייטן צווישן די פעלקער, וועלן זיי שוין נישט האבען קיין ישות אין זיך...

טו) נאך האט ער געזאגט, "ודתיהם" זייער דת איז, "שונות מכל עם" אז זיי זאלען זיין פארענדערט פון אלע פעלקער...

טז) א משכיל א לוטוואק האט געפרעגט אין א חוזק טאן א גאון, פונוואנען האט געשטאמט זרש, המנ'ס ווייב? – האט ער געענטפעט – פון ליטא, ווייל דער תרגום מאכט אויף "ארורה" "ליטא", און עס שטייט דאך "ארורה זרש"...

יז) א רב האט געזאגט, פארוואס פארצייטענס האט מען גערופען "אסתר תענית" און היינטיגע דייטשען רופען "תענית אסתר", ווייל אין יעדען תענית עסט ער ("אסתר" מאכט – עסט ער)...

חי) א מגיד האט געזאגט פארוואס וועט פורים קיינמאל נישט בטל ווערן (ירושלמי מגילה), ווייל די המן'ס און ויזתא'ס וועלן קיינמאל נישט אויסשטארבען, נאך מעהר צייט מען האט המן אויפגעהאנגען אויפ'ן בוים, האבען אנגעהויבן צו וואקסן אסאך המן'ס...

יט) א גאון האט געזאגט, דעם טעם וואס שטייט אין דער מגילה "יעשו עץ גבוה חמשים אמה" וואס עפעס פונקט פופציג איילן? ווייל די חז"ל זאגען אין מסכת מגילה אז דעם בוים האט ער געגרייט פאר זיך, און די חז"ל זאגען "מרחיקין את הנבילה חמשים אמה" (ב"ב כ"ב)...

כ) א גאון האט געזאגט דעם פשט פון דער מגילה, "ודתיהם שונות מכל עם, ואת דתי המלך אינם עושים, אם על המלך טוב יכתב לאבדם", המן האט געזאגט צו אחשורוש, זייערע אלע ימים טובים זענען פון דעם, וואס ווען א מלכות מאכט אויף זיי א גזירה און זיי ווערן ניצול מאכן זיי א יום טוב, אזוי ווי פון פרעה מיט זיינע גזירות האבן זיי יעצט א פסח, און זיי דערמאנען פרעה אלע וויילע, "ודתיהם שונות מכל עם" פון יעדען פאלק האבן זיי א פארשידענעם יום טוב מיט פארשידענע דינים, "ואת דתי המלך אינם עושים" פון דיר האכן זיי נאכנישט קיין יום טוב, "אם על המלך טוב יכתב לאבדם" אויב דיר געפעלט מאך א גזירה זיי צו פארלירן, וועלן זיי דאך אוודאי ניצול ווערן, און זיי וועלן אוודאי מאכן א יום טוב, וועלן זיי דיך כסדר דערמאנען...
שכל קומט מיט די יארן...
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

כא) מען האט געפרעגט דעם ווילנער גאון ז"ל, אחשורוש האט געהאט 127 מדינות, וויפיעל האט ער געהאט פון זיי אויף דעם ים, און וויפיעל אויף דער יבשה? האט ער געענטפערט פון דער מגילה אליין איז דאס געדרינגען, עס שטייט "וישם המלך מס על הארץ ואיי הים" "מס" באטרעפט הונדערט, דאס איז געווען "על הארץ אויף דער יבשה, "ואיי" באטרעפט 27 "על הים"...

כב) דער באוואוסטער יודישער שתדלן ר' משה מאנטעפיארי האט געפרעגט דעם "חידושי הרי"ם" פארוואס זעט איר נישט אז די חסידים זאלן זיך לערנען די לאנד שפראך, די סנהדרין האבן דאך אויך געמוזט קענען די "שבעים לשונות" און די ישועה פאר די יודן איז דאך אויך געקומען נאר אדאנק דעם וואס מרדכי היהודי האט פארשטאנען די פרסיים שפראך, פון בגתן ותרש? (זעה מגילה דף י"ג ע"ב), האט דער חידושי הרי"ם ז"ל געענטפערט: אדרבה פון דאנען איז א ראי' אז מען דארף נישט לערנען די לאנד שפראך, ווייל בגתן ותרש האבען זיך דאך נישט געהיטען צו רעדן זייערע פלענער קעגן אחשורוש ווען מרדכי הערט, איז דאך א ראי' אז זיי האבן פארשטאנען אז יודן לערנען זיך נישט די לאנד שפראך, האט ר' משה מאנטעפיארי ווידער געפרעגט, אבער זיי מודה אז א מנהיג ביי יודען דארף יא קענען, ווייל מרדכי האט דאך געקענט, האט דער "חי' הרי"ם" געענטפערט: אודאי דארפט איר טאקע קענען די לאנד'ס שפראך, כדי איהר זאלט זיך קענען משתדל זיין פאר די יודען אין א עת צרה...

כג) עס שטייט אין דער מגילה אז אסתר המלה האט געזאגט "וצומו עלי ואל תאכלו ואל תשתו שלשת ימים לילה ויום גם אני ונערותי אצום כן" ווייל די חכמים ז"ל האבען געזאגט אז דער וואס עסט נישט דריי מעת לעת רצופים דאס טרעפט אהן צוויי און זיבעציג שעה, פיהלט זיך אים פון דעם מויל, איבער דעם האט אסתר געזאגט "אני ונערתי אצום כן", וואס "כן" באטרעפט נאר זיבעציג מער נישט, ווייל אז זי וועט אויך פאסטן צוויי און זיבעציג שעה עס הייסט דריי מעת לעת וועט זי דאך נישט געפונען חן ביי דעם מלכות, אבער דאס האט זי געזאגט "וצומו עלי ואל תאכלו ואל תשתו שלשת ימים לילה ויום" דאס איז צווי און זיבעציג שעה, "גם אני ונערותי אצום כן" איך וועל אויך פאסטען זיבעציג שעה אזוי ווי "כן" באטרעפט, ווייל ובכן אז איך וועל פאסטען צווי און זיבעציג שעה "אבא אל המלך אשר לא כדת" וועל איך שוין קומען צום מלך נישט אזוי ווי דער דין, ווייל איך וועל דאך שוין האבן ריח הפה, "וכאשר אבדתי אבדתי" אזוי ווי איך בין פארלוירן געווארן פון מיין טאטנ'ס משפחה, אזוי וועל איך פון דעם מלך אויך פארלוירן ווערן.

כד) ויאמר המלך לחכמים יודעי העתים, "יודעי העתים" – פלעגט זאגען ר' בעריש מייזליש – מיינט מען די דיפלאמאטען, וועלכע בייטען אפט זייערע מיינונגען און איבערצייגונגען, צופאסנדיג זיך צו דער צייט, לויט ווי דער ווינט בלאזט...
שכל קומט מיט די יארן...
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

אה... אן אוצר מלא!
ישר כח זושאלע, א פרייליכן פורים!
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח זושא'לע, מאכט אונז א שמחת ערב פורים.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

א גרויסען ייש"כ זושא'לע פאר מוסיף זיין.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

וואס האט דער פאריאריגע פורים רבי מחדש געוועהן?
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

ארויפגעברענגט לכבוד חודש אדר
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

ישלהוסיף האט געשריבן:וואס האט דער פאריאריגע פורים רבי מחדש געוועהן?
נאשער
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 9:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאשער »

יישר כח זושעלע. האסט נאך פאר היי יאהר?
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

תורת און ווערטלעך לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

דער הייליגער יו"ט פורים איז שוין ממשמשין ובאים, די שלושים יום קודם החג האבן מיר שוין פארפאס, אבער די שיטה פין רשב"ג וואס זאגט שתי שבתות קען מען נאך מקיים זיין.

אלזא עפענען מיר די געהעינגל פאר כל קהלא קדישא הדין, צו שרייבן תורת אין טרעפליכע ווערטער אויף פורים, מגילה אין אלעס ארום. דאס וועט זיין א געוואלדיגע תועלת פאר עטליכע סיבות.

ערשטענס, די אלע בעה"ב וואס גיין ארויס על המחיה ועל הכלכלה זאלן באקומען א טעם אין יו"ט פורים וואכן בעפאר, אזוי אז ווען פורים קומט אן וועט עס האבן אנאנדערע באדייט ווי פין די וואס טאנצען אריין אינעם יו"ט ווי א יון אין די סוכה.

והשנית, ס'קומט זייער אסאך אויס צו זיין פורים מיט אסאך מענטשען. אזוי ווי די הלכה איז, אז מען דארף טרינקען יותר מלימודו, דרייען זיך ארום א שיינע פאר אידן בגילופין פורים, אין אז מען איז בגילופין איז נכנס יין יצא סוד, ווי שיין איז צו שטיין לעיבן א תלמיד חכם וואס האלט שוין נאך א פאר כוסות, עס איז א פלעזשער צו שטיין לעיבן אים, ער שיסט פין זיך עמערס תורה, משא"כ פארקערט. נו אז מען וועט פילעווען אין שיינע ווערטלעך וועט מען האבן א טעם פין תורה.

בקשה: ביטע לייגען די פסוק אין דעם ענין, אז אייער חבר זאל קענען גרינג טרעפן דאס ענין וואס ער זוכט.
ובזה החלי
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

שמחה ומשתה לא קיבלו עליהו - בעינין צדקה ומתנות לאביונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

די גמרא זאגט אין מסכת מגילה דף ה' עמוד ב, שמחה ומשתה ויו"ט לא קיבלו עליהו, זאגט אויף דעם די מנות הלוי ובמקום יו"ט הוסיפו עליהם מתנות לאביונים. זאגט די הייליגע חתם סופר אז ביי יו"ט זעיהט מען נישט קיין ענין פין מתנות לאביונים נאר מען דארף איינליידענען דעם עני צו זיך אינדערהיים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק ושמחת אתה וביתך והאלמנה והגר וכוי', אין די סיבה דערצו איז ווייל די תורה האט געוואלט אז עס זאל זיין מקרבא הנייתא, ער זאל זיך נישט דארפן אנשטרעיגען אנצוגרייטען א מאלצייט, אין אנדערע ווערטער עס איז א גרויסע טובה פארן ארימאן, אבער פארן בעה"ב איז עס נישט אזוי בא'טעם'ט, ווייל עס קען אים אריין קומען א עצבות אין טראכטען אז אזוי ווי די וועלט איז דאך א גלגל החוזר קען ער דאך איין טאג ווערן אן ארימאן, דאס האבן די חכמים געוואלט פארמיידען אין יו"ט פורים אז עס זאל נישט זיין קיין שום עצבות אין נאר פרייליך האבן זיי דאס נישט מקבל געווען אין געהייסן שיקן מתנות לאביונים.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 06, 2013 5:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטן דור »

והימים האלה נזכרים ונעשים: מרדכי הצדיק האט אויסגעפויעלט אז אין די טעג אז מען איז מזכיר און מען האט אינזין א חבר איז עס נעשים מען וועט פון הימל טוען.
אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דע מה שתשיב »

א רמז צו דעם מנהג אז מען דארף טרינקען פורים ביינאכט ביז'ן עלות השחר, פון א קלארע משנה אנהויב מסכת ברכות, ווייל אין פסחים האבן מיר געלערנט: "דער וואס טרינקט זיין כוס אויפאיינמאל איז א גרגרן, דער וואס טרינקט עס צוטיילט אין צוויי מאל - איז עס מדת דרך ארץ, און לויט דעם זאל מען צוטיילן דאס טרינקען אויף האלב. און די משנה זאגט דאך בפירוש - כל מה שאמרו חכמים עד חצות (האלב), מצותה עד שיעלה עמוד השחר... דעריבער דארף מען טרינקען ביז'ן עמוד השחר.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

דע מה שתשיב; דאס איז א גוטס! נהנתי.
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”