תורות און ווערטלעך לכבוד פורים

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תורות און ווערטלעך לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

שלא לבייש מי שאין לא....
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

קען מען לייגן פורים תורות אויכעט?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

טאמער יא, וועל איך אריינסקענען א בלעטל פון שו"ת זנבות האחשתרנים...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

דאס יאר האט עס געזייגט בלעז.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איינס - וועגן די טשולענט - האט טאקע געזייגט, אבער די אנדערע - וועגן כל העולם כולו בילדער - איז גראדע יא גוט געווען.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

גלייב מיר אז די צווייטע איז מיר שוין נישט באטעמ'ט געווען צו ליינען, כאב נאר געליינט ראשי פרקים, און סיהאט מיר אויך נישט אויסגעזעהן געפערליך גוט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מאשקע;

ביטע סקען אים אריין, כ'האב נישט די זכיה געהאט דאס צו ליינען היי יאר.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

גראדע האב איך באמערקט אז ער האט דארט עפעס גערעדט פונעם קרעטשמע,
עט'ס אויך ?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

פורים תורות - (תנו כבוד לתור'א')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

און מעגל טוב פון חיד"א ברענגט ער א פורים תורה וואס ער האט גיהערט און אמסדערדאם.

' הש"ס מקשה כתי' כבד את או"א למען יאריכון ובשלוח הקן למען יטב לך והארכת הרי שא"ל אביו עלה לבירה והבא לי גוזלות ועלה לבירה ושלח את האם ונטל את הבנים ובחזירתו נפל ומת היכן אריכות ימים של זה? והש"ס מתרץ, אבל לו נראה לתרץ קושית הש"ס דגבי כיבוד אב ואם כתיב 'על האדמה' ולכן זה שעלה לסולם ולא היה על האדמה נפל ומת '
לעצט פארראכטן דורך scy4851 אום דינסטאג פעברואר 19, 2008 10:13 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
the SCY is the limit
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

המן זאגט צו אחשורוש
ישנו עם אחד מפוזר ומפורד בין העמים בכל מדינות מלכותך ודתיהם שונות מכל עם ואת דתי המלך אינם עושים ולמלך אין שוה להניחם. אם על המלך טוב יכתב לאבדם ועשרת אלפים ככר כסף אשקול על ידי עושי המלאכה להביא אל גנזי המלך.

המן האט געבעטן אחשורוש "לאבדם" צו מאכען פארלירן די אידן, האט אחשורוש געזאגט, אז איז גארנישט ווערט ווייל מען וועט זיי טרעפן און מקיים זיין השבת אבידה און צוריק געבן מיט א סימן

זאגט המן, ניין ! ביי אידן איז נישט שייך השבת אבידה
ווייל ……

ישנו – זיי זענען "ישן" – אלט, און בכותל ישן הרי אלו שלו

עם אחד – איינס איז נישט קיין מנין, איז די מנין נישט א סימן

מפוזר – פירות מפוזרין געט מען נישט צוריק

מפורד – זיי זענען אויסגעשפרייט און שפרינגן ארון איז די מקום נישט א סימן

בין העמים – צווישן די גוים, און די הלכה איז כר' שמעון בן אלעזר ברוב כנענים

בכל מדינות מלכותיך – דיין קעניגרייך איז דאך מלכות פרס און דארט טאר מען נישט מקיים זיין השבת אבידה

ודתיהם שונות – מען קען זיי נישט גלייבן ווי א צורבא מרבנן ווייל זייער לערנען איז אנדערש פון אלע פעלקער

שונות מכל עם – זיי זענען משנה במילייהו מער פון אלע פעלקער און אויב א צורבא מרבנן איז משנה מער פון דריי מאל געט מען איהם נישט צוריק

ואת דתי המלך אינם עושים – גייט נישט אן ביי זיי די הלכה פון מלך אחד און שלשה מלכים

ולמלך אין שוה – זיי זענען נישט שוה פרוטה און ביי ווייניגער פון א פרוטה איז נישט דא השבת אבידה

להניחם – זיי זענען ספק הניח וואס לכתחילה לא יטול

דערפאר ….

אם על המלך טוב יכתב לאבדם – קען מען זיי מאכען פארלירן

ועשרת אלפים ככר – זיי זענען נישט ווי ככרות של בעל הבית ווייל עס איז עשרת אלפים ככר און ווער עס באקט צען טויזענט ברויט אויף איין מאל איז זיכער א נחתום

אבער המן האט נישט געלערנט אין ווינער ישיבה כתה ד' האט ער נישט געקענט טייטשן די פסוקים

ונהפוך הוא
מען טייטשט פארקערט

ישנו עם אחד – זיי זענען באחדות אוןש ותפי נינהו ולא מיאש

מפוזר ומפורד בין העמים – זיי זענען צווישען גוים אבער זיי דערקענען זיך עקסטער אזוי ווי ביי נהר בירן

ודתיהם שונות מכל עם – און כל דבר שיש בוי שינוי חייב להכריז

ואת דתי המלך אינם עושים – זיי טוהן נישט די געזעצן פון מלך פרס, און זענען יא מקיים השבת אבידה

ולמלך אין שוה להניחם – זיי זענען נישט קיין הינוח, נאר א אבידה וואס מען געט יא צוריק (מען האט זיי נישט אויפגעלייגט אין גלות פאר אייביג)

איי וועסטו פרעגן ….
ועשרת אלפים ככר – איז עס דאך ככר של נחתום

ניין ….
ככר כסף - אין די ברויט, איז געווען געלט ומצא ככר ובתוכו מעות חייב להכריז

להביא אל גנזי המלך – און קודם שנפתחו האוצרות חייב להכריז

קען מען נישט מאכען פארלירן די אידן
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- ונחתום בטבעת המלך -
די אלע "נחתומים" בעקערס זענען געקומען דורך די באפעל פון דעם קעניג, פון דא איז א ראיה אז פורים עסט מען גוטע געבעקס ווי המן טאשן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- ונח מאוביהם -
מאכט זיך א הארבע שאלה ווי קומט נח אריין אין די מגילה ער איז דאך געווען איבער 1000 יאר פאר דעם? די זעלבע איז אויך דא א שאלה, אין די גמרא שטייט "המן מן התורה מנין", ענטפערט די גמרא "המן העץ" וואס שטייט און בראשית. יעצט איז די שאלה פארקערט "ווי קומט אריין המן" אין חומש בראשית? מ'קען ענטפערן ביידע שאלות מיט איין תירוץ. ווען המן האט געזוכט א לאנגען האלץ פון חמשים אמות האט ער געזוכט ביז ער האט דאס געטראפן און די תיבה פון "נח" און חומש בראשית. האט המן גענומען שלעפן פון דארט דעם בוים, המן האט אריין געשלעפט נח און די מגילה, און נח האט אריינגעשלעפט "המן" און חומש בראשית ...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- המן הרשע האט נישט איבער געלאזט קיין קדיש זאגער -
עס איז באקאנט די קשיא, פארוואס נאך מגילת רות, קהלת, שיר השירים זאגט מען קדיש, און נאך מגילת אסתר זאגט מען נישט קיין קדיש ! נאר די תירוץ איז: ווייל המן האט נישט איבער געלאזט קיינער ווער עס זאל זאגן קדיש נאך איהם...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- לכאורה איז שווער א שטארקע קשיא -
המן הרשע איז דאך געווען א חיה רעה, און חיות ועופות זענען מחוייב מיט כסוי הדם, דעמאלסט פארוואס האט מען נישט צוגעדעקט המן'ס בלוט ? אויב וועסטו וועלן זאגן, אז המן איז אויך געווען א בהמה, איז נאך אלץ שווער, ווייל די הלכה איז אז א כוי וואס איז א ספק חיה וספק בהמה איז מחוייב מיט כסוי הדם, און אוודאי המן וואס ער איז א בהמה מיט א חיה צוזאמען איז ער מחוייב מיט כסוי הדם ? נאר מיקעו עס פאר ענטפערן מיט דעם וואס עס שטייט אין מגילה אז המן האט געגעבן "עשרה אלפים ככר כסף", איז ווי קומט צו אזא אפגעריסענע ארימאן און א פארשעמטער עבד כנעני אזוי פיעל געלט ?
מוז מען דאך זאגן אז ער האט דאס גע'גנב'ט, און אויף צו גנב'ענען אזוי פיעל געלט מוז מען דאך זיין א "גנב במחתרת" ער האט מסתמא גע'גנב'ט באהאלטענערהייט, וואס ער איז גרייט געווען צו הרג'ענען, און ביי איהם איז דאך דער דין אז "אין לו דמים", ד.מ. אז ער האט נישט קיין בלוט נאר זיין בלוט איז "קעטשופ" וממילא אויף "קעטשופ" איז נישט שייך קיין כיסוי הדם.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- בונדלעך אין פורים -
דער רמ"א אין סימן תרצ"ה ס"א, ברענגט אז עס אין א מנהג צו עסן פורים "זרעונים" (ארבעס), מ'קען זאגן דער טעם דערפון, ווייל פורים איז דאך דער זמן פון "מחיית עמלק", וואס שטייט אין פרשת זכור, און ביי א "זכר" עסט מען דאך ארבעס"
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- ויבהלו להביא את המן אל המשתה אשר עשתה אסתר -
דארף מען פארשטיין פארוואס האט מען איהם געדארפט ברענגען, האט ער דען נישט געקענט גיין אליינ'ס! נאר עס ווערט געברענט אין די ספרים אז ה'צילה נ'פשי מ'שפת שק"ר איז - ראשי תיבות - "המן", און עס איז באקאנט אז "שקר אין לו רגלים", קומט דאך אויס אז המן האט נישט געהאט קיין פוס, ממילא איז שוין זייער גוט פארוואס מ'האט איהם געדארפט ברענגען, ווייל ער האט נישט געקענט גיין אליינ'ס.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- בעטן געלט פורים -
ווי איז מרומז אין די מגילה "אז מ'דארף בעטן געלט אין פורים ? נאר די תירוץ איז אז עס שטייט "מטות זהב" מטות איז טייטש בעטן, און זהב טייטש גאלד, אבער בדרך רמז מיינט עס "בעטן געלט".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- הענגן המן -
פארוואס האט מען גע'הרג'ט המן הרשע פונקט מיט די שטראף פון הענגען ? נאר וויבאלד עס איז געווען זייער שמוציג פון די "משלוח מנות" וואס זיין טאכטער האט איהם באווארפן, האט ער זיך געדארפט אויסטריקענען, דערפאר האט מען איהם געהאנגען.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- והמלך והמן ישבו לשתות -
דארף מען פארשטיין, עס שטייט חור "כרפס" וגו' און אז מען האט געגעסן "כרפס", אין דאך אוודאי געוועהן דעמאלסט פסח ביינאכט, איז אויב אזוי, ווי אזוי האבן זיי געטרינקען זיצעדיגעהייט, מ'דארף דאך זיצן אנגעלאנט? נאר באמת שטייט אין די מגילה אז עס איז געווען זעקס היסב בעטלעך, "על גלילי כסף ועמודי "שש" מטות זהב וגו'" און "אחשורוש" מיט די "זיבן שרים" וואס איינער פון זיי איז "המן" איז דאך צוזאמען אכט, איז ממילא וויבאלד פאר המן און אחשורוש האט זיך יעדער געדארפט ביקן, ווערן די זעקס שרים אנגערופן תלמידים, און דער דין איז "תלמיד לפני רבו אין צריך הסיבה", ממילא האבן די שרים זיך נישט געדארפט אנלענען און אזוי ווי פורים איז "ונהפך הוא" האט מען געמאכט פארקערט או המן און אחשורוש האבן זיך נישט געדארפט אנלענען.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- וימלא המן חמה -
ד.מ. המן האט זיך אנגעפילט מיט צארן, דארף מען פארשטיין: ווי האט המן געהאט אזוי פיעל פלאץ זיך אנפילן ? נאר מ'מוז זאגן אז ער האט געהאט זייער אסאך טאשן, און דערפאר עסן אונז טאקע פורים "המן טאשן".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- געשטויסן המן -
עס שטייט אז מרדכי האט דערלאנגט א שטויס פאר המן, דארף מען פארשטיין פארוואס פונקט א "שטויס" ? נאר המן איז געוועהן ווערט מ'זאל איהם פארברענען, און א זאך וואס שטייט צו פארברענען איז כיתותי מיכתת שיעוריה דאס מיינט זיין שיעור איז צושטויסן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- לאמיר ביידע צוריק גיין -
א רב איז אמאל אריין געגאנגען אין א פארק פון שיינע ביימער שעפען אביסל פרישע לופט, ווי ער וויל אריין גיין אין דעם פארק, קומט צו א גוי און רופט זיך אן צום רב "אנטשולדיגט ס'שטייט דא געשריבען אז "אידן" און "הינט" טארן נישט אריין גיין אין דעם פארק, - רופט זיך אן דער רב "אויב אזוי לאמיר ביידע צוריק גיין" ...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- זיך נישט וועטן מיט א פערד -
א גלח פארט מיט א אידישע בעל עגלה אינטער וועגנ'ס פראבירט דער גלח איבער צו רעדן דעם בעל עגלה, ער זאל זיך שמד'ן אין דערביי וועט ער אים נאך צוגעבן פיל געלט, רופט זיך אן דער בעל עגלה, יעצט בין איך זיכער אז די סחורה וואס די לייגסט מיר פאר איז נישט קיין גוטע, ווייל מיין טאטע האט מיר אויסגעלערנט, אויב א מענטש וועט זיך וועלן וועטען זיין פערד מיט דיין פערד, אין נאך צוגעבן געלט, איז א סימן אז זיין פערד איז גארנישט ווערט .
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- דין תורה -
א בעל אכסניא האט גערופן זיין שכן צו א דין תורה, ער זאל אים באצאלן פאר א סעודה, ווייל ער איז געשטאנען ביים אפענעם פענצטער פון זיין געשעפט, און האט הנאה געהאט פון די גוטע ריחות פון אלע מאכלים, דער דיין האט גענטפערט, אז ער וועט מאכן א פשרה, וויבאלד ס'איז נישט געווען מער ווי א ריח, און ס'פעלט גארנישט פון דעם בעל אכסניא, דעריבער זאל ער אים קלינגען מיט מטבעות, און זיין אויער זאל דאס זיין ווי באצאלט פאר די געשמאקע ריחות וואס ער האט געהאט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- ושתיה כדת -
א שיכור האט זיך אמאל אנגערופן אז ער איז מקנא שלמה המלך, פארוואס? שטעלט אייך פאר אז שלמה המלך האט געגעבן פון זיין קידוש כוס פאר טויזנט ווייבער, און ער האט נאך געדארפט טרינקען פון דעם רוב כוס, נו ווי גרויס איז געווען דער כוס?.
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”