משפחת הכהנים לבית ראפאפארט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב דרך המלך,

כנראה שגם לרא"פ גראדשטיין חתן ר' עקיבא איגר היה חתן בשם ר' דוב בעריש רפ"פ, והוא לא היה האב"ד ראווא בעל דרך המלך (שאכן הדרך המלך היה גיסו של רא"פ) ור' בעריש חתנו של רא"פ גראדשטיין היה אבי ר' עקיבא מלייפציג אבי ר' דוד המקדש דוד.

על משפחת גראדשטיין ראה פה:
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... 423#p62423
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

כפי מיטב ידיעתי היה רב אחד בשינאווע ששמו היה ר' דובעריש רפאפורט, והוא הרב מראווע שהיה מקודם רב בשינאווע

וא''כ עכ''פ ואופן יש טעות בדברי הדעת קדושים שם
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

יעצט האב איך געזען דיין תגובה אין אוצר החכמה, זע איך טאקע אז די בויסט דיין גאנצע יסוד אויפן דעת קדושים.
און היות דו אליינ'ס האסט שוין דארט מעורר געווען אז עס איז א טעות אז דער ראווע רב איז געווען א איידעם ביי ר' פישעל
נאר כפי הנראה האסטו געוואלט מחדש זיין אז שינאווער רב איז איינער אנדערש.
אבער דאס איז א טעות גמור, כמבואר היטב בהתולדות שבשו''ת דרך המלך
ממילא נפל כל הבנין, ועלינו לברר איך הי' ר' עקיבא רפאפורט נכד מרבן של ישראל הגרע''א
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דרךהמלך האט געשריבן:יעצט האב איך געזען דיין תגובה אין אוצר החכמה, זע איך טאקע אז די בויסט דיין גאנצע יסוד אויפן דעת קדושים.
און היות דו אליינ'ס האסט שוין דארט מעורר געווען אז עס איז א טעות אז דער ראווע רב איז געווען א איידעם ביי ר' פישעל
נאר כפי הנראה האסטו געוואלט מחדש זיין אז שינאווער רב איז איינער אנדערש.
אבער דאס איז א טעות גמור, כמבואר היטב בהתולדות שבשו''ת דרך המלך
ממילא נפל כל הבנין, ועלינו לברר איך הי' ר' עקיבא רפאפורט נכד מרבן של ישראל הגרע''א


סבר וקיבל, מכותלי תגובותיך נראה וניכר שכבודו יודע בברור, ואדרבא קריינא דאיגרתא, איר הייסט דאך נאכען דרך המלך ושמא קא-גרים, אפשר קענען מיר דא אויפגעלאכטען ווערן מיט אייער אנוועזנהייט.
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

אזוי זוכענדיג אין אוצר החכמה אינפארמאציע אויף ר' עקיבא רפאפורט בין איך אנגעקומען צו דעם

היות איך האב אבער נישט יעצט קיין עקסעס אהין, בין איך נישט צופיל קלוגער געווארן
אפשר וועט איינער פון די מעמבערס דארט, אונז קענען מגלה זיין צו דארט ווערט נתבאר זיין יחוס
www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?159021&$201209240001578
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

זעהט וואס איך האב געשטעלט דא.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:איבער ר' ראובן רפפאפארט פון טארנאפאל וואס מ'האמיר דערמאנט שוין דער וואס האט געדרוקט דעם מנחת חינוך, ער איז געווען א זון פון ר' בצלאל רפ"פ ב"ר ארי' ליב מראדימישלא ממלא מקום אחיו ר' שמחה הכהן רפ"פ הנ"ל שעבר משם לפודהייץ ב"ר נחמן ב"ר חיים הכהן רפ"פ.


רבי ראובן כהן ראפפאפארט מטארנאפאל כתב גם הערות על ספר "באר הגולה" שמחברו לא נודע:
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?52&
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

מיללער האט געשריבן:ר' חיים קרייזווירטה אב"ד אנטווערפן האט איבערגעדרוקט די שו"ת ר"ח כהן מזקינו, ער איז געווען אן אייניקל דורך ר' ישראל אברהם כהן רפפאפורט ממאגנישוב

וועמענס זון איז געווען ר' ישראל אברהם ממאגשינוב? וויאזוי גייט די יחוס פון אים ביז ר"ח הכהן?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
ר' חיים כהן רפפאפורט אב"ד אוסטראה בעמח"ס שו"ת מים חיים נכד לר"ח כהן מלבוב, האט געהאט א זון ר' יעקב וועלכע האט אים ממלא מקום געווען ברבנות העיר אוסטראה.



מנוחת כבודו בקראקא?
viewtopic.php?p=893837#p893837


פאמיליעמירעלס האט געשריבן:אויבן שטייט יודא ליב ראפאפארט
אונטן חיים הכהן ראפאפארט אשר הי' מלפנים אב"ד אוסטראה.
נאכדעם נכד התנא ... עטרת ... מענדל.

בילד

ר' חיים הכהן ראפאפארט הי' אב"ד אוסטראה. עד פטירתו ל חשון ת"ר.
בנו ר' יעקב הכהן הי' מקודם רב טוטשין אח"כ ראבד סאטנוב, וסוף ימי אביו הי' ראבד אוסטראה ומילא מקומו בשנת ת"ר לאחר פטירת אביו עד שנפטר הוא בשנת תרכ"ב.
הוא הביא לדפוס הספר שו"ת מים חיים לאביו‬, והוסיף בה חידושים מדילי'.


למעשה זאגן די יודע דבר אז די מצבה איז פון אן אנדערע משפחה עיי"ש
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

פריילאך האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:הרב פריילאך,
איר האט דעם ספר? אפשר שרייבט ער מער פונקטליך די יחוס צו ר' ברוך אא"וו



היינט אין ביהמ"ד, האב איך א בליק געטוהן, איז דא דארט אינעם פארנט פון ספר שמלות בנימין, די תולדות שמלות בנימין, געשריבן דורך הגה"צ ר' משה יודא כ"ץ בעל ויגד משה, איידעם ביים ויגד יעקב זצ"ל, (שטייט דארט די יחוס איז בכת"י ביי די סאמבאטהעלי רב שליט"א, היינט וויען) שרייבט ער: בנימין זאב כ"ץ הנקרא וואלף ראפאפארט בן הג"מ יצחק איצק כ"ץ מלייפניק ב"ר וואלף פירדא ב"ר ברוך ראפאפארט אב"ד פירדא.

אויך שרייבט ער דארט די שמלת בנימין איז געווען א איידעם ביי ר' דוד באסקאוויץ מאויבן ישן (-וואס מיינט דאס?), און ר' דוד האט געהאט נאך א איידעם הרה"ג ר' וואלף בן בעל המחצית השקל, ר' דוד פלעגט זיך אפט רימען: ווען איך רוק זיך ארויס ארויס מיט מיין צוויי "וועלף", ציטערט פון מיר די גאנצע וועלט.

תולדות הגה"ק רבי בנימין וואלף רפאפורט זצ"ל אב"ד פאפא בגליון עלים לתרופה (פר' ויקרא תשע"ג)
אטעטשמענטס
רבי בנימין וואלף רפאפורט.pdf
(106.07 KiB) געווארן דאונלאודעד 185 מאל
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

יעלהברוש האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:א חתונה בריוול פון תרצ"ה פון קראקא, דער חתן שבתי הכהן ראפאפארט ב"ר אהרן פון קראקא, די כלה דינה ב"ר מאיר האלפערין ממיקאלאיוב.

ווייסט איינער מער איבער די משפחה?


ר' אהרן רפפורט הוא בנו של ר' יצחק חיים רפפורט (אב"ד אסטראוו) מקראקא גיסו של ר' אברמלה מסוכטשוב.
הבן ר' שבתי נקרא על שם אבי ר' יצחק חיים - ר' שבתי רפפורט אב"ד דומברובה (חותנו של הכוכב מיעקב).

כנראה הי' לו לר' יצחק חיים בן בשם ר' יודא ליב שמנו"כ בקראקא, כך יוצא מנוסח המצבה שהביא לנו ברוב טובו הרב מסקרענטאן פה.
יונה כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה כהן »

ווי אין אנדערע חלק פון אייוועלט איז שוין געווען דער גילוי פון מיין נאמען. האט מיר איינע פון די ניק'ס דא איינגעלאדנט צו געבען א תגובה ותשח"ל

אחי הגדול החכם השלם מהור"ר דוד שמחה כהן רפאפורט שיחי' איז דער מו"ל פון ספר שו"ת דרך המלך און אין דער הקדמה איז אריין הרבה עמל ויגיעה אז עס זאל זיין נקי מכל פסולת. עס איז אויף היברו בוקס, און דארט קען מען אלס טרעפן. נאך א קליינע הערה, מיין שוועסטער'ס זוהן הרב המפורסם בידיעותיו בחקר יחוס ה"ה הג"ר דובעריש וועבער האט זיכער געמאכט אז עס זאל זיין 100% קראנט בלי צל של ספק.

איך בין נישט קיין מומחה בעניני יחוס כאטש איך ליין מיט גרויס תשוקה אלעס וואס קומט ארויס איבער מיין משפחה. איבער וואס עס שטייט אין "דעת קדושים" איבער הרב דובעריש משינאווא און די שייכות צו משפחת גראדשטיין (און אויך רע"א) קומט מיר פאר ווי טעות. ואפרש שיחתי:

מיין זיידע דער דרך המלך איז געווען רב מקודם בשינאווא ולפי מה שקיבל א"א ע"ה נתן בעל ד"ה זכות חזקת רבנות בשינאווא במתנה לבעל דברי יחזקאל זי"ע. אף שבימים ההם היה הזכות הנ"ל שוה הרבה כסף כנהוג בגאליציע אז.

דער דרך המלך איז געווען אן איידעם ביי הג"ר עזריאל מאיר גראדשטיין שהיה נגיד ות"ח גדול ומראשי הקהילה בעיר לובלין, האדמו"ר הג"ר לייב'עלע אייגער זצ"ל איז אויך געווען אן איידעם ביי ר' ע"מ הנ"ל.אין איינע פון די כתבי עת (המליץ?) ווערט געברענגט די נייעס אודות פטירתו של הר"ר עזריעל מאיר און דארט ווערט פארציילט אז ער איז געווען א מתנגד קנאי קעגען חסידות. די קאצקער חסידים האבען זיך פארלייגט אים צו ווייזען א לעקציע און האבען ר' לייבעלע פארשלעפט קיין קאצק...ונעשה תלמידו ואח"כ של האיזביצער (ואכהמ"ל) ווען דער אינגערמאן איז א היים געקומען פון קאצק -אנני יודע אם זה ממש אמת- אבער דארט שטייט אז דער שווער האט אים געוואלט ממש אראפ ווארפן פון דאך...צום סוף האט ער אים ארויס געווארפן פון שטיבּ און ר' לייב'עלע האט געלעבט חיי צער ודוחק דאמאלס.

דער דרך המלך איז געווארן א חסיד פון צאנז נאך דעם וואס זיין שווער האט שוין נישט געלעבּט. עס איז כדאי אנצומערקן אז ווען עס האט אויסגעבראכען די מחלוקה קעגען ר' לייב'עלע אייגער היתכן ער מאכט שפּעט ברית'ן, האט דאמאלס הג"ר צדוק הכהן אפגעשריבען א לאנגע תשובה, אז חבירו ועמיתו ר' לייבל'עלע איז גערעכט. צום סוף פון די תשובה געפונט מען אויך די חתימה פונעם דרך המלך. אז מ'ווייסט די שייכות איז נישט קיין וואונדער ווי קומט אהין א חתימה פון דעם דרך המלך, ער האט זיך פשוט אנגענומען פאר'ן שוואגער.

ר' לייב'עלע אייגער זצ"ל האט א נאמען געגעבן זיין זון און ממלא מקום "עזריאל מאיר" נאך זיין שווער, און דער דרך המלך האט א נאמען געגעבן פאר זיין אייניקל מיין זיידע אויך דעם נאמען "עזריאל מאיר" כהן רפאפורט ששימש לאח"ז כאב"ד מילניצא (והיה המו"ל ספר משובב נתיבות -מבעל הקצות) כנראה האבען זיי דאך געהאלט אז דער נאמען איז א חשוב'ע נאמען. [ר' עזריאל מאיר גראדשטיין אליין איז אויך געווען אן אייניקל פון ר' חיים כהן רפאפורט ועוד..]

עכ"פ עס איז א שטארקע סברה אז אין דעת קדושים איז דא א צימישעניש צוליב דריי סיבות 1) שינאווא 2) משפחת גראדשטיין 3) משפחת אייגער
ס'איז שווער צו גלייבען אז די דריי עלעמעטען איז נאר א פערצאפאל ותרי יוסף בן שמעון איכא
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

א דאנק ר' יונה פאר די אינטרעסאנטע אינפארמאציע.
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

ספר מנחה בלולה מאת רבי אברהם מנחם הכהן רפא מפורט
ווירונה שנת שנ"ד (ערשטע אידישע ספר געדרוקט דארט)
אטעטשמענטס
mm.jpg
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

סמל המשפחה בספר הנ"ל
אטעטשמענטס
mm.jpg
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

אמנם זה הספר השלישי שנדפס שם אבל זה אכן הספר הראשון שנמצא איתנו כהיום.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אין וואשינגטאן סעמעטערי נעבן בי פי
אטעטשמענטס
IMG_0337.JPG
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

פייש קרויז האט געשריבן:ר' שרגא פייבוש פרענקל אב"ד גינץ רוסקא, נפטר ג' אדר ב' תקפ"א, [חידושיו מובא בספר אחיו זבד טוב], טאטע פון הצדיק המפורסם ר' שמואל קאמאדער מדאראג בעל אמרי שפר, און אין אמרי שפר איז ער מעתיק שטיקלעך פון זיין טאטע'ס ספר, תלת גוונין דשרגא, כפי הנשמע איז דאס לעצטענס אפגעקויפט געווארן פון אייניקלעך פון מכון ירושלים, און גייט געדרוקט געווארן.

וואו האלט זיך יעצט מיטן ספר, איז עס שוין געדריקט געווארן?
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

און דעי לינק שטייט קלאר די יחוס פון ר' עקיבא רפאפורט (אבי המקדש דוד) צום רע"א

ר' שמואל בירנבוים חתן הגרע"א
חתנו ר' שמעון הכהן רפאפורט
בנו ר' עקיבא הכהן רפאפורט (מינסק ודאנציג)
http://www.loebtree.com/birnbaum.html
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

חותן רבי שמחה כ"ץ ראפפורט זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

יוראפ האט געשריבן:בין איך שוין ווייטער דא מיט א טיץ קשיות (כ'האב נישט געטראפן אז מען זאל רעדן דערפון דא)
ווער איז געווען דער שווער פון רבי שמחה ראפאפארט זצ"ל; אין נצר משרשים שטייט שהי' חתן רבי ישראל ספינחווער. ערגעץ אנדערש האב איך געזעהן שהי' חתן רבי דוד כתבן מזאלקאווא (חתן הש"ך בזוו"ש).

איטשע האט געשריבן:עס איז גראדע דא א דריטע דעה אויך, אבער לעניננו.
ער איז געוען אן איידעןם ביי ר' ישראל סווינסער, אזוי ווערט געבערנגט אין עטליכע גאר אלטע מגילת יוחסין'ס.
לגבי ר' ישראל, איז דא איין מקור וואס שרייבט אשז ער איז געווען א זוהן פון הקצין ר' מרדי יאלעס פון קראקא (א מחותן פונעם רבי ר' העשיל פון דארט), אבער לכאורה איז דאס אויך נישט ריכטיג.


אין תולדות אנשי שם (תרל"ה) שטייט "ש״ב גאון ישראל מהרש״ך רפאפורט אבד״ק לובלין הנ"ל היה חתן הגאון המפורסם בדורו מו״ה ישראל סווינחער אבד״ק דובנא".
אין ספר תולדות אברהם (תרמ"א) שטייט "הגאון מוה' ישראל סווינסער אבד"ק לאצק ופרנס דד״א, חותנו של הגאון מוה׳ שמחה כהן ראפפורט אבד״ק לובלין... והאחים הנ"ל הם בני של הגאון המפורסם מוה׳ מרדכי יאליס אבד״ק קראקא".
אזוי שטייט אויך אין די הקדמת המחבר פון מגן דוד טאלנא (לא מצאתי הדפוס שנכתב כך, אבל כך ראיתי מביאים משם).

אין דור ישרים פון ר' יוסף כ"ץ שרייבט ער – אן קיין מקור – אז רבי שמחה איז געווען אן איידעם ביי רבי שמואל שמעלקי ז"ק מאוסטראה זצ"ל, און אלע כותבי יחוס די לעצטע 100 יאר שרייבן אים נאך.
ווי דערמאנט ברענגט ער נישט קיין מקור אויף דעם, און איינע פון די ראיות לסתור האב איך געזען ברענגן אז הגאון רבי נפתלי כ"ץ בעל סמיכת חכמים – וואס איז געווען אן איידעם ביי רבי שמואל שמעלקי ז"ק זצ"ל – שרייבט נישט אויף רבי שמחה "גיסי". (איני יודע היכן מזכירו).

דאס אז רבי שמחה איז געווען איז אן איידעם ביי רבי דוד כתבן האב איך אין ערגיץ נישט געזעהן, נאר דאס יא, רבי שמחה האט געהאט א זוהן רבי נחמן אן איידעם ביי רבי דוד כתבן.

אלס א לימוד זכות אויף'ן דור ישרים קען זיין אז ער האט זיך טועה געווען מיט רבי משה מאיר ראפפורט זצ"ל, א ברודער פון רבי שמחה, וואס ער איז געווען אן איידעם ביי רבי שמואל שמעלקי זצ"ל, וואס אזוי שטייט אין אנשי שם (לבוב תרנ"ד) און אין דעת לנבונים (מונקאטש תרנ"ט).
אפשר פון דארט האט זיך גענומען די טעות.

* * *

איז באקאנט די תולדות און יחוס פון רבי ישראל זצ"ל?
סווינסער? סווינחער? אבד"ק דובנא? אבד"ק לאצק?

ווער איז דער רבי מרדכי יאליס אבד"ק קראקא?
איך זעה אים נישט אין לוחות זכרון.

און רבי איטשע, וואס איז דאס וואס דו שרייבסט אז ס'איז נישט קלאר?
בארייכער מיינע ידיעות איעם נושא ביטע.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

שאץ מאץ האט געשריבן:אין די הקדמה פון ס' מנחה בלולה (א פי' אויף רש"י) וואס מ'האט לעצטנס איבער געדריקט וואס ער אליין איז געוועהן דער אבי משפחת ראפאפורט, שטייט אז דער ערשטע פון די משפחה מיט דעם נאמען איז געוועהן ר' אברהם רפא פון די שטאט פורט, איז עס געווארן רפא - פורט.


איז דאס רבי אברהם בעמח"ס עמודי הגולה, אבי אביו של בעל הקול שמחה?
און וואס איז די קירבת המשפחה פון די צוויי? (בעל מנחה בלולה ורבי אברהם מעיר פורט).
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
חוקר משפחות
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר משפחות »

מתי לראשונה נזכר יחוס משפחת רפאפורט לעזרא הסופר?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

1. ר׳ מרדכי יאלעס איז נישט געווען רב אין קראקא
2. ס׳ווערט נערגעץ נישט דערמאנט אז ר׳ מרדכי יאלעס האט געהאט א זוהן מיט׳ן נאמען ישראל, און ס׳ווערט נערגעץ נישט דערמאט איז ר׳ ישראל סוויניכער איז געווען א זוהן פון ר׳ מרדכי יאלעס, בלויז אויף איין ארט, ס׳ תולדות אברהם. היות אינ׳ם ספר איז דא נאך גרייזן, און זייענדיג דער איינציגער מקור דערצו, איז דאס זעהר א שוואכער מקור.
3. אז דער משפחה איז זיך מתיחס צו עזרא הסופר איז דא עטליכע מקורות, 1. רד״ל אין עליות אלי׳, זיין מוטער אדער באבע איז געווען א רפאפורט. 2. אין עיר מבצר ברענגט אז די משפחה האט געהאט א מג״י ביז רבי אלעזר בן עזריה, וואס איז געווען דור עשירי צו עזרא הסופר. ס׳איז דא נאך, אבער די צוויי זענען די צווייי בעסטע מקורות דערצו.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

חותנו של רבי שמחה כ"ץ ראפפורט זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

משיח האט געשריבן:אין תולדות אנשי שם (תרל"ה) שטייט "ש״ב גאון ישראל מהרש״ך רפאפורט אבד״ק לובלין הנ"ל היה חתן הגאון המפורסם בדורו מו״ה ישראל סווינחער אבד״ק דובנא".
אין ספר תולדות אברהם (תרמ"א) שטייט "הגאון מוה' ישראל סווינסער אבד"ק לאצק ופרנס דד״א, חותנו של הגאון מוה׳ שמחה כהן ראפפורט אבד״ק לובלין... והאחים הנ"ל הם בני של הגאון המפורסם מוה׳ מרדכי יאליס אבד״ק קראקא".
אזוי שטייט אויך אין די הקדמת המחבר פון מגן דוד טאלנא (לא מצאתי הדפוס שנכתב כך, אבל כך ראיתי מביאים משם).

אין מגן דוד דפוס לעמבערג תרל"ט שרייבט דער מביא לבית הדפוס רבי יוסף האלבערטאהל: "אשת אא"ז הגאון שמחה ר"פ הנ"ל היתה בת הגאון רשכבה"ג מו"ה ישראל אבד"ק לבוב".
אזוי שטייט אויך אין דבר משה (תרכ"ד): "זקנתי אשת א"ז הגאון מוהר"ש ראפפורט הנ"ל היתה בת הגאון מוה' ישראל ז"ל אבד"ק לבוב".
איז רבי ישראל סווינסער געווען אבד"ק אין לבוב??
שנית, איז ער געווען אזא מפורסם בדורו אז ער באקומט אזא טיטול רשכבה"ג וואס כמעט קיינער באקומט נישט דארט?


משיח האט געשריבן:אין דור ישרים פון ר' יוסף כ"ץ שרייבט ער – אן קיין מקור – אז רבי שמחה איז געווען אן איידעם ביי רבי שמואל שמעלקי ז"ק מאוסטראה זצ"ל, און אלע כותבי יחוס די לעצטע 100 יאר שרייבן אים נאך.
ווי דערמאנט ברענגט ער נישט קיין מקור אויף דעם, און איינע פון די ראיות לסתור האב איך געזען ברענגן אז הגאון רבי נפתלי כ"ץ בעל סמיכת חכמים – וואס איז געווען אן איידעם ביי רבי שמואל שמעלקי ז"ק זצ"ל – שרייבט נישט אויף רבי שמחה "גיסי". (איני יודע היכן מזכירו).


הגאון בעל סמיכת חכמים שרייבט אין די הקדמה:
נהירנא כד הוינא טליא, היינו מסובין בבית המשתה הגדול, גדולי עולם היו שם בק"ק לויצק משתת המפורסם המנוח הרב הגדול מהר״ר ישראל ז״ל, נכדו הנשואה לבן הגאון המפורסם מהר״ר משה ז״ל שהיה אב׳׳ד בק״ק הוראדני, והיו מסובין כמו עשרה רבנים, כבוד שני הרבנים הנ׳׳ל, וכבוד הרב המופלא המנוח מהר"ר מרדכי ר׳ אברהמ'ש מלבוב, וכבוד הרב המופלג מהר"ר שמחה הכהן שהוא כעת אב"ד ור"מ בק"ק הוראדני יצו', וכמה רבנים מופלגים מקהלות קטנות, וגם אני בתוכם במסיבה ההיא, ונשאלה שאלה זו לפנינו דהיינו שיצאה מפה קדוש של הגאון המנוח מהר"ר משה ז״ל הנ״ל על הא דאמרינן...

ברענגט ר' ישראל משה בידערמאן מלעטשנא זצ"ל אין זיין קונטרס איבער די תולדות פונעם בעל כוס ישועות דריי ראיות:
א. אז רבי שמחה איז נישט געווען אן איידעם ביי רבי שמעלקי ז"ק, ווייל דער סמיכת חכמים שרייבט נישט אויף אים "גיסי" כנ"ל.
ב. אז ס'איז שווער אנצונעמען אז ער איז געווען אן איידעם ביי רבי ישראל סווינסער, ווייל דער סמיכת חכמים דערמאנט זיי ביידע אין די זעלבע שטיקל און ער שרייבט נישט חתנו (א.ה. לעניית דעתי איז עס א שוואכע טענה, ווייל ער דערמאנט נישט אזויפיל פרטים, און ער דערמאנט זיי אפילו נישט איינס נעבן צווייטען).
ג. אז אפשר פון דעם אז רבי שמחה האט זיך משתתף געווען ביי די משתה (א חתונה פון רבי ישרא'לס אן אייניקל) איז א ראי' אז ער איז טאקע יא אן איידעם ביי רבי ישראל.


איז באקאנט וועמענס חתונה דאס איז געווען?

פרובירנדיג אויסצורעכענען ווער זענע געווען די רבנים משתתפים ביי די חתונה האב איך געפונען אזוי:

רבי משה אבד"ק הוראדני איז ווארשיינלעך רבי משה ב"ר אברהם מגזע צבי, מח"ס תפארת למשה, (עיר גבורים לרבני הוראדני דף 42),
ער האט געהאט אן איידעם רבי ברוך כ"ץ ראפפורט אבד"ק פיורדא, שהי' בן רבי משה מאיר כ"ץ ראפפורט זצ"ל וואס ער איז געווען א ברודער פון רבי שמחה כ"ץ הנזכר, און א שוואגער מיט'ן סמיכת חכמים (ביידע זענען געווען איידימער ביי רבי שמעלקי ז"ק כנ"ל).
אולי וועגן דעם זענען זיי אלע געווען ביי די חתונה??

רבי מרדכי רבי אברהמ'ש מלבוב איז לכאורה רבי מרדכי כ"ץ ראפפורט ב"ר אברהם בעל איתן האזרחי, וואס ווערט דערמאנט אין סוף ספר איתן האזרחי אלס "האב"ד דק"ק סטעפאן וק"ק לויצק", און ווערט אויך דערמאנט אין אנשי שם לרבני לבוב.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

מי היה חותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

של רבי פנחס סאמעטער זצ"ל....?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”