גלייבן סיפורי צדיקים - מעשיות וואס שטימען נישט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיגוט »

קיקיון האט געשריבן:פאר מיר הפעוט איז די מעשה פון א זא שמיעס ביי א אסיפת רבנים אביסעל מאדנע
וואס איז געווען דער דיון ביי די אסיפה? ווי אזוי איז די מעשה אריין אין א ערנסטען דין ודברים
די אלע רבנים האבען געדארפט האבען אז מען זאל זיי אויפמערקזאם מאכען
אז עס שטימט נישט? ווער האט דערציילט די מעשה ? א בעה"ב וואס איז
פונקט דארט געווען?

אין ספר ומשה היה רועה ווערט געברענגט אז דאס איז געווען ביים חנוכת הבית פון סיגוט'ער בית המדרש אין בארא פארק
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

מיללער האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
די מעשה שטימט?
מיר גייט עס נישט אין קאפ אז דער כת"ס זאל דאס זאגעו

בישיבת חת"ס למדו חסידים?

איך ווייס פון איינעם דער זיידענער מענדיל
און פין איינעם וואס דער טאטע ? /זיידע ? האט אים געוואלט שיקעו און ער האט נישט געוואלט וועגען דער לבוש
אבער נישט דאס באדערט מיר חסידים איז שוין געווען בימי משה רבינו וללוי אמר וכ'
מיר באדערט אז אין די ישיבה פון חת"ס זענען געווען "נישט למדנים"
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

סיפר לי איש נאמן מתושבי העיר ניו יורק רבתי, שהגיע פעם אל ביתו נאווה קודש של מרן הרבי הקדוש בעל 'ויואל משה' מסטמאר זצוק"ל זי"ע, ובאותה עת היה מוקף יהודי זה בחבילי טרדין: אשתו חלתה במחלה קשה והרופאים לא הצליחו להעלות לה מזור, וכן בעקבות הוצאות הרפואה המרובות לווה כספים רבים, וחובותיו עלו והשתרגו למעלה ראש! – ואם לא די בזאת, הרי כתוצאה מן הריצות הרבות אחר הרופאים והביקורים התכופים בבתי חולים, הזניח אחד הילדים בבית את לימודיו, הוא ירד וירד עד שהוכרחו 'לזרוק' אותו מן החיידר, ה' ירחם!

היהודי אפוף הצרות נכנס לחדרו של הרבי הקדוש, והחל בוכה ומבכה במר נפשו על רוב צרותיו, באומרו שהוא כמעט על סף ייאוש! אין הוא יודע במה יגש לטפל קודם, אם באשתו החולנית, או בסילוק חובותיו הרבים, או בסידור הילד בתלמוד תורה – כשבכל שלושת הבעיות גם יחד אין לו מושג ואינו יודע כיצד ואיך לטפל בהם? ומה ניתן לעשות כדי להמציא פתרון של ממש לצאת מן הסבך.

נכמרו רחמיו של הצדיק על האיש המדוכא, ואמר לו: צא נא בבקשה אל חדר ההמתנה, המתן נא קמעא, ואראה מה אוכל לעשות בנידון. חזר האיש ויצא אל חדר ההמתנה הגדול, נטל ספר תהלים לידו, והחל להתפלל ולהתחנן לפני השם יתברך להושיעו מכל צרותיו.

והנה לפתע נכנס אחד מגדולי עסקני הרפואה המפורסמים שבניו יורק, ניגש היישר אל האיש וביקש את כל הפרטים אודות מחלתה המסתורית של אשתו, מתי החלה, ומה כבר עשו בנידון, אצל איזה רופאים ביקרו, ובאילו תרופות השתמשו, ובאיזה בית חולים שוכבת היא עכשיו – ויצא בהבטחה ברורה לעשות הכל כדי להשיבה לאיתנה!

לא חלפה שעה קלה, ובעוד האיש מתמוגג בדמעותיו על ספר התהלים, נכנס גביר גדול, אחד העשירים המפורסמים שבניו יורק, אף הוא ניגש היישר אל האיש וביקש לנקוב בסכום המדויק של כל חובותיו, ותיכף הוציא פנקס שיקים מהודר מאמתחתו ותחב לידי האיש מתנה הגונה ביותר שיש בה כדי לכסות את כל החובות עם עוד יתרה רבתית נאה…

חלפה שעה נוספת, כשהאיש ממשיך ומתפלל בתפילותיו הזכות, מודה לפני השי"ת על העבר וצועק על להבא, והנה נכנס 'מלמד' אחד, מחשובי המלמדים שבאותו חיידר של הילד, וביקש לקבוע עבורו שעה אחת ביום שיוכל ללמוד עם הילד, ולקחת אותו תחת חסותו. והבטיח להחזירו אל החיידר ולדאוג אישית להעלותו בחזרה אל מסלול הלימודים כראוי לו!

התברר אפוא, שבכל אותן שעות ישב הרבי הקדוש בחדרו פנימה, והפעיל את כל כוחותיו ואת קשריו המסועפים כדי להביא את העסקן הרפואי לפני האיש, לסדר את ענין מחלת אשתו. ואת הגביר הגדול, כדי להסדיר את כל חובותיו. ואת המלמד הנכבד לפתור את הבעיה עם הילד התלמיד הקשה. – וכך פתר הרבי הקדוש על אתר את כל בעיותיו בעיותיו של האיש.

אחר כל זאת, כשכבר חלפו להם בינתיים בערך כשלוש שעות, נקרא שוב האיש אל חדרו של הרבי פנימה, במאור פנים הודה לרבי נרגשות על כל העזרה הגדולה שדאג עבורו.

אך הרבי מצידו עדיין לא נחה דעתו, והשתוקקות לבו ההומה לגמול חסד ולהטיב עם ישראל בערה בו, והוא שאל את האיש: מה עוד יכול אני לעשות למענך?

היהודי השתומם לשאלתו של הרבי, ואמר בהכנעה גדולה שהוא מודה בכל לב לרבי על כל מה שעשה למענו עד עתה, ואינו יודע מה עוד יש לו לבקש…

אך הרבי לא הרפה, הוא חשב קמעא, התנמנם על כיסאו לרגע קט כדרכו בקודש, ולפתע ננער ואמר: הלא עד עתה גמלתי חסד רק עם גופך, ומה עם הנשמה? וכי בשביל נשמתך לא צריך לדאוג? – הנה מעניק אני לך בזה, את כל העולם הבא שלי שנוצר ממצוות גמילות חסדים זו, שעסקתי בה למענך בשלוש השעות האחרונות! קח נא את שכר המצוה הזו, שיהא בידך מן המוכן לאחר מאה ועשרים!



מיר גייט דאס נישט אין קאפ
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


israelm
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 24, 2013 3:37 am

קאצעק מעשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israelm »

דער מעשה ווערט געבראכט אין ספר קאצעקע מעשיות פון אליעזר בערגמאן
די פראגע איז: צי מ'קען פארלאזן אויף די מעשה מיט די פאטשיילע:

אין קאצק איז געווען א וואסער-טרעגער, א גרויסער עם הארץ, א גראבער יונג, ער האט נישט געקענט קיין צורה פון אן אלף. צו דעם ער איז געווען א גרויסער פרומער, יידישקייט האט ער אפגעהיט מיטן גאנצן פייער פון זיין נשמה. האט געוואלט עפעס תפילה טאן צו גאט, און נישט געקענט.

איינמאל האט ער אין בית מדרש דערהערט דאס ווארט 'טמא', ער האט נישט פארשטאנען וואס מיינט עס, אבער איז אים דאס ווארט אריין אין זכרון, און ער האט זיך געכאפט צו דעם ווארט, און פון דאמאלסט אן דאס ווארט טמא איז געווען ביי אים די גאנצע תפילה.


ביי אים איז דאס וואט. 'טמא' געווארן א גאנצע 'תפילה׳, טאג און נאכט, האט ער געהאלטן אין איין מורמלען: טמא, טמא, טמא, טמא. אן א סוף. צום מיינסטן פלעגט ער דאס ווארט בענוצן צום דאווענען. אין דער פריה פלעגט ער ארויסגיין אונטער די שטאט, דארט האט ער געהאט א גרוב, פלעגט ער אנהויבן אריבערשפרונגען איבערן גרוב, און שרייען מיטן גאנצן כח: ״טמא, טמא. זיין גאנצע נשמה האט ער אריינגעלייגט אין דעם ווארט. וואס ער האט געוואלט אויסדרוקן, האט ער אויסגעדרוקט מיט דעם ווארט.
אז מענטשן פלעגן דורכגיין נעבן גרוב, פלעגן זיי זען און הערן, ווי ער שרייט און טאנצט איבערן גרוב מיט מסירות נפש, מיטן גאנצן כח, שווייס האט זיך אים ארויסגעשלאגן טאנצענדיג, און שרייענדיג: טמא טמא. מער ווי א שעה פלעגט ער אזוי שפרינגען, און דערנאך אהיים גיין א פריילעכער - אפגעדאווענט.
מיט די מענטשן וואס פלעגען דורך גיין, און אפלאכן פון אים, פלעגט ער זיי אויסמיידן, נישט געוואלט מיט זיי קיץ משא ומתן נישט האבן.
אזוי האט ער זיך געפירט א צייט מיט יארן.


די גאנצע שטאט האט אים שוין געקענט, יינגלעך פלעגן אים נאך שרייען: ״טמא״. ער פלעגט קיינעם נישט טשעפען, נישט באליידיגן, גיין זיין וועג.
איינמאל ווען ער האט געהאלטן אין מיטן שפרינגען און שרייען 'טמא', איז דורך געגאגגען דער קאצקער רבי זצ״ל, זעט ער ווי הער וואסערטרעגער שפרינגט מיט מסירות נפש, און שרייט מיט אלע כוחות: 'טמא.
האט דער רבי אויף אים רחמנות געקראגן, דער רבי האט פארשטאנען אד דער וואסערטרעגער מיינט נישט מיטן ווארט 'טמא' קיין שום שלעכטס, האט עס דעם רבין אנגענומען ביים הארץ, פאר וואס זאל ער גלייכער נישט שרייען: טהור?
פרעגט דער רבי דעם וואסערטרעגער: וואס שרייסטו? איך דאווען, ענטפערט דער וואסערטרעגער. אזוי, זאגט דער רבי, גוט, הער אויס, וואס איך וועל דיר זאגן: פון היינט אן, זאלסטו מער נישט שרייען 'טמא', נאר 'טהור', געדענק! זאג: טהור, טהור, טהור.
טהור, טהור, טהור, טהור, טהור, טהור! שרייט דער וואסערטרעגער.
גוט זאגט דער רבי, געדענק!, פון היינט פארגעס דאס ערשטע ווארט, און שריי טהור!

דער רבי איז אוועקגעגאנגען, דער וואסערטרעגער האט אנגעהויבן מיט מער היץ צו שרייען: טהור! אזוי האט ער געשריגן א 10 מינווט.
אין מיטן האט ער זיך פארמיליעט, און פארגעסן דאס ווארט\ אויך דאס ערשטע ווארט זיינס, האט ער שוין געהאט פארגעסן, ביז ער האט אנגעהויבן פלאפלען אן אומפארשטענדלעך ווארט.'טמור'...
ער האט געפילט אז דאם איז נישט דאס צווייטע ווארט, און נישט דאס ערשטע, ער האט אנגעהויבן וויינען: דער רבי האס מיר אומגליקלעך געמאכט, נישט איך געדענק דאס צווייטע ווארט, נישט איך געדענק דאם ערשטע.
האט ער זיך מיישב געווען: כ׳וועל נאך לויפן נאכן רבין, און גענומען שרייען: רבי, געוואלט, האט אויף מיר רחמנות, שטייט! ער האט דעם רבין אנגעיאגט ביים טייך, זעט ער ווי דער רבי נעמט א רויטע פאטשיילע לייגט א נידער אויפן וואסער, און הייבט אן שווימען, איז ער אויך צו צום וואסער, און האט אויך אזוי געטאן, אויסגעשפרייט זיין טיכל אויפן וואסער, און אנגעהויבן נאך שווימען און שרייען: רבי, רבי, איך האב פארגעסן אייער ווארט, און איך געדענק נישט מיין ערשט ווארט, לערנט מיר צוריק אויס מיין 'ווארט'.
דער רבי האט זיך אומגעקוקט, זעט ער ווי דער וואסערטרעגער שווימט אים נאך אויף א פארטשיילע, איז דער רבי שטארק, נתפעל געווארן, ער האט פאשטאנען אז דאס איז צוליב זיין תמימות און צדקות, האט דער רבי גענומען שרייען צו איהם: שריי צוריק טמא, טמא!

יא יא - טמא, טמא, טמא, טמא, טמא, טמא, טמא! דער וואסערטרעגער איז אהיים געלאפען מיט גרויס שמחה, און שרייט ביז'ן היינטיגען טאג טמא! דאס איז א כח פון א יידיש ווארט.
שלומעלע
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומעלע »

israelm האט געשריבן:דער מעשה ווערט געבראכט אין ספר קאצעקע מעשיות פון אליעזר בערגמאן
די פראגע איז: צי מ'קען פארלאזן אויף די מעשה מיט די פאטשיילע:

וואס איז דער שאלה? אזא טאלנטפולע שרייבער, קען מען עם דען נישט גלייבען?
פתי יאמין.jpg
פתי יאמין.jpg (86.73 KiB) געזען 2821 מאל

נאר אפאר ווערטער וואס הלל צייטלין שרייבט וועגען דעם בוך
111.jpg
111.jpg (110.02 KiB) געזען 2821 מאל
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

די מעשה באלאנגט אין סיפורים וגולגוליהם פון מונדשיין, ער וואלט עס שיין מסדר געווען.
israelm
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 24, 2013 3:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israelm »

יישר כח
אין וועלכן ספר פון הלל צייטלין ווערט געבראכט הנ"ל
מורגנשטרן
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2013 3:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מורגנשטרן »

שלומעלע האט געשריבן:
israelm האט געשריבן:דער מעשה ווערט געבראכט אין ספר קאצעקע מעשיות פון אליעזר בערגמאן
די פראגע איז: צי מ'קען פארלאזן אויף די מעשה מיט די פאטשיילע:

וואס איז דער שאלה? אזא טאלנטפולע שרייבער, קען מען עם דען נישט גלייבען?
פתי יאמין.jpg

נאר אפאר ווערטער וואס הלל צייטלין שרייבט וועגען דעם בוך
111.jpg

זו הדמות הכותבת על קאצק. בזיון.
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

Re: גלייבן סיפורי צדיקים - מעשיות וואס שטימען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

איך האב נישט געטראפן די ריכטיגע פלאץ ווי דאס צו לייגן, לייג איך עס דא.

איך האב אמאל געהערט א מעשה אז א בדחן האט געזאגט פארן בעל התניא, וואס איז דער חילוק פון מיר און דער רבי?

דאס וואס איך ווייס, ווייסט דאך דער רבי אויך.
דאס וואס דער רבי ווייסט נישט ווייס איך אויך נישט.

דער איינציגסטער חילוק איז נאר וואס דער רבי ווייסט, און איך ווייס נישט, אבער וואס איז דאס קעגן וואס נישט איך און נישט דער רבי ווייסן

(איך שרייב עס פון זכרון ממילא קען זיין אז ס'איז נישט מדיוק)

למעשה אין חב''ד דערציילט מען די מעשה אן די לעצטע הוספה

Capture.JPG
Capture.JPG (56.44 KiB) געזען 1697 מאל


פון ווי קומט דער לעצעטער שטיקל פון די מעשה?

ווייסט איינער דער מקור?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: גלייבן סיפורי צדיקים - מעשיות וואס שטימען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דער רידב"ז איז געווען 60 יאר אלט ווען ער האט זיך באזעצט אין צפת
Untitled.jpg
Untitled.jpg (648.76 KiB) געזען 1554 מאל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


סוד שיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2020 4:06 pm

Re: גלייבן סיפורי צדיקים - מעשיות וואס שטימען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוד שיח »

בענין המעשה אשר הרה"ק מרוזין זיע"א אמר קרא עלי מועד שעליו אותו עם רשת, ואמר איבשטער אידן דארפן נישט דער יום טוב מה המקור שהילדים שיחקו ועילו אותו על רשת?
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

Re: גלייבן סיפורי צדיקים - מעשיות וואס שטימען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

סוד שיח האט געשריבן:בענין המעשה אשר הרה"ק מרוזין זיע"א אמר קרא עלי מועד שעליו אותו עם רשת, ואמר איבשטער אידן דארפן נישט דער יום טוב מה המקור שהילדים שיחקו ועילו אותו על רשת?

איך כאפ נאכנישט די קשיא... :roll:
סוד שיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2020 4:06 pm

Re: גלייבן סיפורי צדיקים - מעשיות וואס שטימען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוד שיח »

איפה המקור של הסיפור הזה?
כנראה אתה לא יודע לקרוא רק אידיש זה לא הבעיה שלי איך אתה לומד חומש?
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

Re: גלייבן סיפורי צדיקים - מעשיות וואס שטימען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

אה, לא שמתי לב להבעיה שלך...
דאכט זיך אז אייער שאלה איז געווען וואו עס איז די מקור אז די קינדער האבן געשפילט מיטן נעץ און אים ארויפגעברענגט...
סוד שיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2020 4:06 pm

Re: גלייבן סיפורי צדיקים - מעשיות וואס שטימען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוד שיח »

זה מה ששאלתי
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

Re: גלייבן סיפורי צדיקים - מעשיות וואס שטימען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

פיין, איך וועל נאכגעבן אז די פרט האט נישט [ווייס איך נישט] קיין מקור, קען זיין מען האט פלעין געווארפן באבקעס.... סאו וואס איז יעצט?
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4637
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

Re: גלייבן סיפורי צדיקים - מעשיות וואס שטימען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

דער מקור איז פון דער ריי"ץ פון לויבאוויטש וואס ברענגט עס נאך פון זיידען דער צ"צ . ווערט געבריינגט איו טעמי המנהגים הלכות ת"ב
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: גלייבן סיפורי צדיקים - מעשיות וואס שטימען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

דער צמח צדק האט פארציילט א מעשה פונעם ריזשענער? פאסיג אין דעם אשכול...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

איך ווייס נישט צו די סיפור שטייט שוין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ספר אור למאיר
היום הגיע הספר מדפוס ראשון אלי
יחד עם מאמר זה
[email protected]


בשייכות צו דעם ווי אזוי דער רבי (בעל דברי יואל מסאטמר) האט אין אלגעמיין שטארק מפקפק געווען אויף נישט קראנטע מנהגים און סיפורי מעשיות, איבערהויפט אויב איז עס געווען קעגן די הלכה, איז אין פלאץ צו פארצייכענען וואס איך האב געהערט פון הרה"ח ר' משה אלי' עסטרייכער ע"ה וועלכער איז אנוועזנד געווען ביי א באזוך פונעם רבי'ן ביים קיוויאשדער רב הגה"צ רבי אלעזר שפירא זצ"ל, ווי פאלגנד:
איידער דער רבי האט געזאלט אריבערקומען באזוכן דעם קיוויאשדער רב, איז דער קיוויאשדער רב געזעסן מיט זיינע בני המשפחה און געשמועסט איבער א מעשה וואס ווערט געברענגט אינעם ספר "אור למאיר" (פ' יתרו) פון זיין עלטער-שווער [בזיוו"ר] הגה"ק רבי מאיר יהודה מבוקאווסק זצ"ל, אז הרה"ק רבי מענדל מרימנוב זי"ע האט אמאל אין יום הקדוש געענדיגט דאס דאווענען פריער ווי יעדעס יאר, אין א צייט וואס האט אויסגעזען פאר די מתפללים אז עס איז נאך טאג, און ער האט געהייסן ברענגען טרונקען צו אויספאסטן, זאגנדיג אז ער זעט אין הימל אז מ'האלט שוין נאך די נעילת שערים, און דער אייבערשטער האט שוין פארגעבן יעדן'ס עוונות.
דער קיוויאשדער רב האט געצווייפלט איבער די ווארהייט פון דעם סיפור, וואס זעט אויס פון אויבן-אויף אקעגן די הלכה, און מען האט באשלאסן אז היות דער רבי דארף יעצט אריבערקומען אהער, וועט מען אים פארלייגן און פרעגן וואס איז זיין חוות דעת איבער דעם סיפור.
א קורצע צייט דערויף איז דער רבי אריינגעקומען און האט זיך געזעצט ביים טיש, און האט באמערקט דארט ליגן דעם ספר "אור המאיר" פון הרה"ק רבי וואלף מזיטאמיר זי"ע, האט זיך דער רבי אנגערופן: "דער ספר איז 'אור המאיר' פון רבי וועלוועלע פון זיטאמיר, אבער עס איז אויך דא א ספר מיט אן ענליכע נאמען 'אור למאיר' פונעם בוקאווסקער רב, דארט שטייט א מעשה אין פרשת יתרו פונעם רבי'ן ר' מענדעלע מרימנוב, אויף וועלכע איך וואלט געקענט שווערן א שבועה דאורייתא אז ס'איז שקר".
דער רבי האט זיך באצויגן איבער די דערמאנטע מעשה, און האט זיך אנגערופן מיט א קאך: דאס וואס עס שטייט דארט איז 'דברים שלא שמעתן אוזן מעולם'. דאס איז זיכער שקר וכזב. ווי קען מען זאגן אזא זאך וואס איז קעגן די הלכה?!. און אפילו מען וועט עס אפלייקענען, איז עס שוין געדרוקט אין א ספר – האט דער רבי צוגעגעבן מיט ווייטאג.
איינער פון די אנוועזנדע האט זיך אנגערופן בפניו פונעם רבי'ן, אז זיי האבן אצינד בייגעוואוינט אן אפענעם רוח הקודש, ווייל א קורצע וויילע איידער דער רבי איז אהערגעקומען, האט מען דא אין שטוב געשמועסט איבער די ווארהייט פון דעם צווייפלהאפטיגן סיפור, און מען האט באשלאסן אז ווען דער רבי וועט אריבערקומען וועט מען אים פרעגן זיין חוות דעת איבערדעם. און ווי נאר דער רבי איז אריינגעקומען האט דער רבי פון זיך אליין אנגעהויבן צו רעדן דערפון, אנדעם וואס קיינער זאל דאס נישט ארויפברענגען נאכאמאל.
הערנדיג דאס האט זיך דער רבי אנגערופן בנועם לשונו: "ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן, אפילו די מעשה וואס האט יעצט פאסירט, פון דא ביז צו די טיר, איז שוין אן אנדערע מעשה... אזוי גייען היינט די מעשיות!"
[אין ספר "אביר הרועים" עמ' פ"ב ווערט צוגעלייגט אז דער קיוויאשדער רב וועלכער איז געווען אן אייניקל פון הרה"ק בעל אור למאיר זצ"ל האט שפעטער חוקר געווען ווי אזוי אזא טעות'דיגע מעשה האט געקענט אריינפאלן אינעם ספה"ק, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז אט דאס איז נישט געשריבן געווארן דורכ'ן מחבר זעלבסט, און די ריכטיגע ווערסיע פון די מעשה איז ווי פאלגנד: דער רבי ר' מענדל'ע מרימנוב פלעגט יעדעס יאר אריינציען מיט'ן תענית יום הקדוש עטליכע שעה'ן אין די נאכט אריין, און ערשט דעמאלט האט ער געמאכט הבדלה און האט אויסגעפאסט. אבער יענעם יאר איז געווען אן אויסנאם אז ער האט נישט אזוי לאנג מאריך געווען ווי יעדעס יאר, און ווען די חסידים האבן זיך געוואונדערט דערויף האט ער זיי געענטפערט אז ער האט געזען אין די עולמות העליונים אז די טויערן האבן זיך שוין צוגעשפארט און דער אייבערשטער האט פארגעבן זייערע עוונות. אבער נישט ח"ו אז דאס איז געווען בעיצומו של יום הקדוש.
עס איז ווירקליך באקאנט ווי שטארק דער רבי ר' מענדל'ע מרימנוב האט מקפיד געווען מיט'ן תענית יום הכיפורים, און ער האט קיינמאל נישט מתיר געווען צו אויספאסטן סיידן אין א פאל פון פיקוח נפש ממש. ווי דער רבי ר' מענדל'ע פלעגט זאגן אז וויבאלד עס שטייט אין די תורה הק' אז מ'דארף פאסטן אין דעם טאג, איז פשט אז דער עצם פאסטן שפייזט דעם גוף אויף א טבעיות'דיגן אופן, און דערפאר טאר מען בשום אופן נישט מיקל זיין דערין. ווי אויך פלעגט ער זאגן אז דער תענית יום הכיפורים איז מסוגל אויף אריכות ימים ווייל דאס שפייזט און היילט אויס די אלע אברים פונעם מענטש.
(א חשוב'ער מורה הוראה שליט"א האט אונז אנגעמערקט, אז אינעם ספר 'אור למאיר' גופא שטייט נישט בפירוש אז די מעשה איז געווען בעיצומו של יום, נאר דער לשון דארט איז ווי פאלגנד: "הרב הק' מהר"ם מרימנאב פעם אחת הקדים תפלתו ביום הכיפור, עד שנראה להאנשים המסתופפים בצלו שעוד הוא יום". – איין יאר יום הקדוש האט ער מקדים געווען און פריער געענדיגט דאס דאווענען, אזוי ווייט אז פאר די מענטשן וואס פלעגן זיך מסתופף זיין בצל קדשו [און זענען געווען געוואוינט יאר יערליך צו ענדיגן דאס דאווענען גאר שפעט אויפדערנאכט] האט זיך "געדאכט" אז עס איז נאך טאג.
עס איז אויך פארהאן א רעקארדירטע טעיפ פון הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זצ"ל וואו ער פרובירט צו מיישב זיין די מעשה, אז אינדערהיים פלעגט מען אויך אין די שפעטע אוונט-שעה'ן נאך זאגן אז עס איז "גרויס טאג". אבער געוויס איז שוין במציאות נישט געווען טאג אינדערצייט וואס דער רבי ר' מענדל'ע האט ערלויבט פאר זיינע חסידים אויסצופאסטן)].
אטעטשמענטס
GL8.jpg
GL8.jpg (533.9 KiB) געזען 900 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: גלייבן סיפורי צדיקים - מעשיות וואס שטימען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

אויף די רוח הק' פון די מעשה קען מען אויך שווערן א שבועה דאורייתא אז עס איז שקר... [כנראה האט דאס דער רבי געמיינט ''פון דא ביז צו די טיר'' וכו]


די מעשה איז געווען אז דער קיווישאדער האט געלאדעדנט דעם רבין פאר א ברית און ספעציעל געלאזט דעם ספר אויפן טיש כדי עס זאל ווערן א שמועס דערפון.
Potatoes
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 16, 2021 11:01 am

Re: גלייבן סיפורי צדיקים - מעשיות וואס שטימען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potatoes »

יש מבין האט געשריבן:אויף די רוח הק' פון די מעשה קען מען אויך שווערן א שבועה דאורייתא אז עס איז שקר... [כנראה האט דאס דער רבי געמיינט ''פון דא ביז צו די טיר'' וכו]


די מעשה איז געווען אז דער קיווישאדער האט געלאדעדנט דעם רבין פאר א ברית און ספעציעל געלאזט דעם ספר אויפן טיש כדי עס זאל ווערן א שמועס דערפון.


Ok
Potatoes are used in every kitchen and no one is allergic to it
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: גלייבן סיפורי צדיקים - מעשיות וואס שטימען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קעפל: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

Ban Mazel האט געשריבן:אריינגעכאפט א דאפעלטע ברכה
און וויען האט נאך די ערשטע וועלט קריג געוואוינט אן אלטער יוד וועלכער האט אלץ בחור משמש געוועהן בקודש אלץ הויז בחור ביי ר' שלמה קלוגער פלעגט דער יוד דערציילן די מעשה:
................ האב איך אים געענפערט "ניין רבי איך האב אכטונג געגבען נישט אריינצושניידען אין די גאל אבער פארוואס איז דער רבי מיך אומזיסט חושד? ווייל איך בין אן אלטער בחור און דערצו א פארלאזטער יתום קומט דער רבי מיט מיר טשעפען פארוואס קומט דאס מיר? אזוי האב איך אויסגעגאסען מיין ביטער הארץ אויף דעם ווערטל וואס ער האט מיט מיר געמאכט.
ווען ער האט דאס געהערט האט ער מיך גענומען איבערבעטן אויף אלע אופנים אבער ס'האט גארנישט געהאלפען און איך האב מיך נישט געלאזט איבערבעטן, ביז ענדליך האט ער מיר געפרעגט וואס ווילסטו איך זאל פאר דיר טוהן כדי דו זאלסט מיך מוחל זיין? האב איך אים געענפערט "איך בין אן אלטער בחור, א יתום, און ס'גייט מיר נישט קיין שידוך אויב דער רבי וועט מיך בענטשן אז איך זאל שנעל ווערן א חתן און אז איך זאל דערצו לעבען א גוט לעבן מיט נחת און אריכת ימים וועל איך אייך מוחל זיין, דער רבי האט מיך געבענטשט מיט אלע ברכות און איך האב אים מוחל געוועהן.................
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: גלייבן סיפורי צדיקים - מעשיות וואס שטימען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

קיקיון האט געשריבן:קעפל: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

Ban Mazel האט געשריבן:אריינגעכאפט א דאפעלטע ברכה
און וויען האט נאך די ערשטע וועלט קריג געוואוינט אן אלטער יוד וועלכער האט אלץ בחור משמש געוועהן בקודש אלץ הויז בחור ביי ר' שלמה קלוגער פלעגט דער יוד דערציילן די מעשה:
................ האב איך אים געענפערט "ניין רבי איך האב אכטונג געגבען נישט אריינצושניידען אין די גאל אבער פארוואס איז דער רבי מיך אומזיסט חושד? ווייל איך בין אן אלטער בחור און דערצו א פארלאזטער יתום קומט דער רבי מיט מיר טשעפען פארוואס קומט דאס מיר? אזוי האב איך אויסגעגאסען מיין ביטער הארץ אויף דעם ווערטל וואס ער האט מיט מיר געמאכט.
ווען ער האט דאס געהערט האט ער מיך גענומען איבערבעטן אויף אלע אופנים אבער ס'האט גארנישט געהאלפען און איך האב מיך נישט געלאזט איבערבעטן, ביז ענדליך האט ער מיר געפרעגט וואס ווילסטו איך זאל פאר דיר טוהן כדי דו זאלסט מיך מוחל זיין? האב איך אים געענפערט "איך בין אן אלטער בחור, א יתום, און ס'גייט מיר נישט קיין שידוך אויב דער רבי וועט מיך בענטשן אז איך זאל שנעל ווערן א חתן און אז איך זאל דערצו לעבען א גוט לעבן מיט נחת און אריכת ימים וועל איך אייך מוחל זיין, דער רבי האט מיך געבענטשט מיט אלע ברכות און איך האב אים מוחל געוועהן.................

וואס שטימט נישט דא?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: גלייבן סיפורי צדיקים - מעשיות וואס שטימען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

sheetrock האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:קעפל: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

Ban Mazel האט געשריבן:אריינגעכאפט א דאפעלטע ברכה
און וויען האט נאך די ערשטע וועלט קריג געוואוינט אן אלטער יוד וועלכער האט אלץ בחור משמש געוועהן בקודש אלץ הויז בחור ביי ר' שלמה קלוגער פלעגט דער יוד דערציילן די מעשה:
................ האב איך אים געענפערט "ניין רבי איך האב אכטונג געגבען נישט אריינצושניידען אין די גאל אבער פארוואס איז דער רבי מיך אומזיסט חושד? ווייל איך בין אן אלטער בחור און דערצו א פארלאזטער יתום קומט דער רבי מיט מיר טשעפען פארוואס קומט דאס מיר? אזוי האב איך אויסגעגאסען מיין ביטער הארץ אויף דעם ווערטל וואס ער האט מיט מיר געמאכט.
ווען ער האט דאס געהערט האט ער מיך גענומען איבערבעטן אויף אלע אופנים אבער ס'האט גארנישט געהאלפען און איך האב מיך נישט געלאזט איבערבעטן, ביז ענדליך האט ער מיר געפרעגט וואס ווילסטו איך זאל פאר דיר טוהן כדי דו זאלסט מיך מוחל זיין? האב איך אים געענפערט "איך בין אן אלטער בחור, א יתום, און ס'גייט מיר נישט קיין שידוך אויב דער רבי וועט מיך בענטשן אז איך זאל שנעל ווערן א חתן און אז איך זאל דערצו לעבען א גוט לעבן מיט נחת און אריכת ימים וועל איך אייך מוחל זיין, דער רבי האט מיך געבענטשט מיט אלע ברכות און איך האב אים מוחל געוועהן.................

וואס שטימט נישט דא?

דער בראדער ראב"ד ומ"מ האט נישט געוויסט אז דער בחור איז א מדוכא?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: גלייבן סיפורי צדיקים - מעשיות וואס שטימען נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

ער האט נאר געמאכט א ווערטל, און ער האט נישט געטראכט אז דער בחור וועט עס נעמען ערענסט און ווערען געטשעפעט פון דעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”