משפחת הרבנים לייטער

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

פון דער באשרייבונג אויף ר' מענדיל האגער, איז משמע אז דער דעלעגאציע איז לכאורה געווען אויפצוטרייבן שטיצע און אקטיוויטעטן פאר די אגודה אדער א באוועגונג דאס גלייכן.
אטעטשמענטס
מנדל האגר2JPG.JPG
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואו זעהסטו אגודה? שטייט דאך ברחל בתך הקטנה מזרחי.

שוין א בעלזא מעשה אויך אריינגעכאפט אינאיינוועגס..
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

ר' משה נחום ור' שלום, בני ר' דוד דוב לייטער אב"ד זוואלוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

פון די קינדער פון ר' דוד דוב בפרט (און פון די בני משפחת לייטער בכלל) ווערט לכאורה די ווייניגסטער געשריבן אויף דיע צוויי ברידער - וואס, לויט זייער שוועסטערקינד ר' משה לייטער [ב"ר מיכל אב"ד דונאיוב] (אין קונ' סגולה שבסוף ס' שו"ת שאילת שלום) זענען אויך געוועהן א שווער מיט איין איידעם: ר' משה נחום (דער יונגסטער זוהן) איז געוועהן איין איידעם ביי ר' שלום'ן, בעל בתו מ' פערל.

ר' משה נחום ווערט קוים דערמאנט אין די ספרים פון זיינע קרובים - חאטש זיין מציבה אין פארהאנען; ר' שלום ווערט אין ערגעץ נישט דערמאנט אויזער כנ"ל.

איך זוך שוין עטליגע טעג, און איך האב גארנישט דערווייל געטראפן. איז דא אייניקליך פון ר' משה נחום און ר' שלום? עס איז דארט משמע אז יא - וואו זענען זיי? (עס איז משמע דארט אבער אז עס סענען נישט געבליבן קיין אנדערע קינדער פון ר' שלום.)

ווייסט איינער עפעס מער?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אגב, א קליינע הערה: לפי דברי ר' משה לייטער הנ"ל, מוז מען זאגען לכאורה אז ר' משה נחום לייטער האט געהאט צוויי זיווגים: איינע די וואס ווערט דערמאנט אין די עלליס איילענד רעקארדס וואס הרב בן-בוזי האט געברענגט אויבן (Anna, וואס דאס באדייט בדרך כלל 'חנה'), און בזו"ש מ' פערל הנ"ל.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

א בריוו אין מריה אום 1913, פון הר' משה לייטער (פון דינייעוו) וועגן די אומדערטרעגליכער צושטאנד אין גאליציע צוליב דער מלחמה, און וועגן דאס אויסוואנדערונג.
אטעטשמענטס
Capture.PNG
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

שער בלאט פון שו"ת "ציון לנפש חיה" להגאונים רבי נתן נטע לייטער זצ"ל ובנו רבי זאב וואלף לייטער זצ"ל - פריש איבערגעדריקט דאס יאר תשע"ד ע"י בנו ונכדו הרב אבא לייטער שליט"א
אטעטשמענטס
IMG_1783.JPG
לעצט פארראכטן דורך יציב פתגם אום מיטוואך יוני 25, 2014 7:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

שער בלאט פון די תולדות המחברים אין שו"ת "ציון לנפש חיה" בעריכת הרב איתמר מצגר
אטעטשמענטס
IMG_1786.JPG
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

בן בוזי האט געשריבן:ר' יחיאל מיכל לייטער אב"ד דונאיוב, - מאונט ציון סעמעטערי.

ר' יחיאל מיכל איז געבוירן בשנת תרכ"ד לאביו ר' שלום לייטער דומ"ץ בבובריק וועלכע איז געפארן צו ר' בעריש אלעסקער זוהן פונעם דברת שלמה מלוצק, ער איז נתייתם געווארן פון זיין פאטער און נתגדל געווארן ביי זיין ברודער ר' דוד דוב אב"ד זוואליב, ביי די 15 יאהר האט ער מחבר געווען דעם ספר מזכרת אהבה צוזאמען מיט א חבר, ער האט באקומען סמיכה פון ר' יעקב יצחק יוטעס פון לבוב, פון ר' חיים שמחה אב"ד בובריק, און פונעם מהרש"ם מבערזאן. בשנת תר"נ איז ער אויף גענומען געווארן אלס אב"ד אין דונאיוב ווי ער האט משמש געווען ביזן ערשטן קריג, דאן איז ער נאך פארשידענע וואנדערונגען אנגעקומען בשנת תר"פ קיין אמעריקא ווי ער האט געדינטאין ביהכ"נ מחזיקי הדת אנשי זלאטשוב, ס'דא פון איהם נאך א ספר דרכי שלום.

הג"ר יחיאל מיכל ווערט אויפגענומען אלץ רב אין 'מחזיקי הדת אנשי זלאטשוב' אום זומער שנת תרפ"א
אטעטשמענטס
Leiter.jpg
Leiter.jpg (34.83 KiB) געזען 3555 מאל
לחיים ולברכה!
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ס'איז דא צוויי באקאנטע לייטער ברודערס אין בארא פארק,רעדט זיך עס פון די זעלבע משפחה?.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מודעה אין דער מארגען זשורנאל 27 דצמבר 1920, וועגן דאס אנקומען אהער פון הגאון דער דענייעווער רב
אטעטשמענטס
[The Jewish Morning Journal - דער מארגען זשורנאל] 27 דצמבר 1920.png
[The Jewish Morning Journal - דער מארגען זשורנאל] 27 דצמבר 1920.png (12.25 KiB) געזען 3485 מאל
[The Jewish Morning Journal - דער מארגען זשורנאל] 27 דצמבר 1920.2.png
[The Jewish Morning Journal - דער מארגען זשורנאל] 27 דצמבר 1920.2.png (21.68 KiB) געזען 3485 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מי הה"ג רבי מאיר לייטער, רב בברוקלין שנזכר פה - רביעי ברשימה?
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 92&hilite=
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:מי הה"ג רבי מאיר לייטער, רב בברוקלין שנזכר פה - רביעי ברשימה?
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 92&hilite=


מיללער האט געשריבן:דא אין ניו יארק איז געווען נאך די קריג נאך א רב בשם ר' שמעון לייטער מח"ס ילקוט חדש:
http://www.hebrewbooks.org/3391
זיין טאטע איז געווען ר' יהודה לייב ב"ר דוב לייטער.

איז דאס פון די זעלבע משפחה?

היינט האט ר' ברוך אמסל ארויפגעשטעלט די מציבה פון זיין זון ר' נתן לייטער:
http://kevarim.com/rabbi-nosson-leiter/
אינעם ספר הנ"ל דערמאנט ער די זוהן; ר' מאיר און ר' משה אליהו
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

בן בוזי האט געשריבן:שוין א לענגערע צייט וואס כ'זוך אינפארמאציע וועגן דער ר' משה נחום לייטער הנ"ל מזבאלוב, איצט האב איך אפגעפונען די עלליס איילענד רעקארד פון אום, איז אזוי; ער איז געקומען אהער אליינס (שפעטער געברענגט בני ביתו און משפחה), דארט שטייט אז ער איז געקומען אויפן רוף פון די Hebrew Press Association, און געקומען איז ער מיט נאך צוויי חברים פון רבי'שע אפשטאם, ר' מנדל האגער-אויף איהם און משה נחום שטייט רעוורענד (העמיר געבן די כבוד צו ידען נפלא לבית האגער "תרנגול" זאל מוסיף זיין וואס ער ווייסט דערוועגן), און נחמן זיידמאן אויף וועמען ס'שטייט דר. נחמן זיידמאן איז געווען אן איידעם אין אוסטראה ביי ר' אברהם ספרד ב"ר יעקב יוסף השני מאוסטראה.

כמה יוסף בן שמעון איכא בשוקא...
דער דר. נחמן זיידמאן איז געבוירן בשנת תרמ"ח, דרייצן יאר נאך די פטירה פון רבי אברהם מקיניוב.
ער קען אפשר זיין אן אייניקל פון רבי נחמן זיידמאן חתן רבי אברהם מקיניוב.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

רבי נתן נטע ובנו רבי אליעזר לייטער

פון דא
אטעטשמענטס
הרב-נתן-נטע-והרב-אליעזר-לייטר-1-300x200.jpg
הרב-נתן-נטע-והרב-אליעזר-לייטר-1-300x200.jpg (13.09 KiB) געזען 2149 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2681
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

איך בין געווען לעצטנס ביי שמחה ווי עס האט אויפגעטרעטן א ראביי חיים לייטער וואס איז די רב אין מענעלעפען, ניו דזשערסי.

ער איז מעגליך משפחה צו די אויבערדערמאנטע רבנים.

http://unionhillcongregation.org/about- ... s-message/
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

הוספת פרטים על שלום ור' נחום משה בני ר' דוד דוב, ועל בנות ר' דוד דוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

בן בוזי האט געשריבן:שוין א לענגערע צייט וואס כ'זוך אינפארמאציע וועגן דער ר' משה נחום לייטער הנ"ל מזבאלוב, איצט האב איך אפגעפונען די עלליס איילענד רעקארד פון אום, איז אזוי; ער איז געקומען אהער אליינס (שפעטער געברענגט בני ביתו און משפחה), דארט שטייט אז ער איז געקומען אויפן רוף פון די Hebrew Press Association, און געקומען איז ער מיט נאך צוויי חברים פון רבי'שע אפשטאם, ר' מנדל האגער-אויף איהם און משה נחום שטייט רעוורענד (העמיר געבן די כבוד צו ידען נפלא לבית האגער "תרנגול" זאל מוסיף זיין וואס ער ווייסט דערוועגן), און נחמן זיידמאן אויף וועמען ס'שטייט דר. נחמן זיידמאן איז געווען אן איידעם אין אוסטראה ביי ר' אברהם ספרד ב"ר יעקב יוסף השני מאוסטראה.

דער גאנצער ענין דארף לכאורה א הסבר.

הסרפד האט געשריבן:פון די קינדער פון ר' דוד דוב בפרט (און פון די בני משפחת לייטער בכלל) ווערט לכאורה די ווייניגסטער געשריבן אויף דיע צוויי ברידער - וואס, לויט זייער שוועסטערקינד ר' משה לייטער [ב"ר מיכל אב"ד דונאיוב] (אין קונ' סגולה שבסוף ס' שו"ת שאילת שלום) זענען אויך געוועהן א שווער מיט איין איידעם: ר' משה נחום (דער יונגסטער זוהן) איז געוועהן איין איידעם ביי ר' שלום'ן, בעל בתו מ' פערל.

ר' משה נחום ווערט קוים דערמאנט אין די ספרים פון זיינע קרובים - חאטש זיין מציבה אין פארהאנען; ר' שלום ווערט אין ערגעץ נישט דערמאנט אויזער כנ"ל.

איך זוך שוין עטליגע טעג, און איך האב גארנישט דערווייל געטראפן. איז דא אייניקליך פון ר' משה נחום און ר' שלום? עס איז דארט משמע אז יא - וואו זענען זיי? (עס איז משמע דארט אבער אז עס סענען נישט געבליבן קיין אנדערע קינדער פון ר' שלום.)

ווייסט איינער עפעס מער?


פאר עטליכע יאהר צוריק האב איך דא געפרעגט עטליכע פראגעס בנוגע ר' משה נחום וחותנו/אחיו ר' שלום, בני הרה"ג ר' דוד דוב לייטער אב"ד זוואלוב. דער ענין איז מיר שפעטער קלאהר געווארן, נאך זיך שרייבן/דורך שמועסן מיט פארשידענע מבינים (נכדי ר' נטע ב"ר דוד דוב, נכד ר' שמעלקא טויביש חתן ר' דוד דוב, נכד גיסו של ר' שלום ב"ר דוד דוב, און ענדליך מיט נכד ר' משה נחום (אבער נישט נכד ר' שלום), וגם אני הק' האב איך מוסיף נופך געוועהן (בעיקר העלפן די אלע דערמאנטע זיך טרעפן...), און צוזאמן זענען מיר געקומן צו א קלאהרקייט. יעצט וואס איך רוים אויף מיינע כתבים, און איך זעה אז קיינער מכל הנ"ל האלט נישט ביים באשרייבן דעם נושא, איז שוין צייט אז איך זאל עס מיט טיילן מיט'ן עולם.

(ר' משה נחום'ס אייניקליך, בפרט נכדיו מזו"ש, זענען מקפיד אז מען זאל זיי נישט פערזענליך באשרייבן, ממילא וועט דא זיין פארהוילן א ביסל, ואתכם הסליחה.)

ר' משה נחום לייטער ב"ר דוד דוב אב"ד זוואלוב, ווי איך האב געבראכט אויבן, איז געוועהן כנראה דער יונגסטע זוהן פון זיין פאטער. ווען ער האט חתונה געהאט בזו"ר אין תער"ב, איז זיין פאטער אוועק אין יענעם טאג (י"ז חשון), ווי עס דעמאלטס געווארן באשריבן אין מחזיקי הדת און קול מחזיקי הדת, און מען האט איהם ממנה געוועהן אלץ ממלא מקום בו ביום (אבער בפועל, שרייבט מען – ע"פ פנקס הקהלות פון יד ושם, כמדומה – איז ער נאר געוועהן א מו"ץ אין זוואלוב).

וועגן זיין ערשטן זיווג מ' חנה (באשטעטיגט ביי איר אייניקל אז זי האט אזוי געהייסן) איז נאך אלץ נישט אסאך באקאנט – זי איז אוועק יונג, עס הייסט ביי די עטליכע דרייסיג. פון איר האט ער געהאט איין טאכטער, מ' חיה (יתכן אז זי לעבט נאך, ואם כן: תחי' עמו"ש). סיי די מוטער סיי די טאכטער האבן געהייסן אויף ענגליש Anne, למען הרבות צומישעניש... מ' חיה מאן איז אוועק לעצטענס, און זי האט חאטש צוויי זיהן, שותו"מ.

שפעטער האט ער חתונה געהאט מיט זיין פלומעניצע מ' פערל, בת אחיו ר' שלום

ר' שלום ב"ר דוד דוב לייטער הנ"ל. דער איינציגסטע זוהן וואס האט נישט משמש געוועהן ברבנות. וועגן ר' שלום האבן זיינע אייניקליך און פלומעניקעס פון ביידע זייטן גארנישט געוואוסט במסורה; אלץ וואס איך ברענג פון זיי איז צוזאמן געשטעלט פון פארשעריי.
ר' שלום ליגט אין וויען ווי ער איז אוועק אין תרצ"ג, אלט 58 יאהר. פון זיין מצבה (נישט געקריגן קיין רשות ארויף צו שטעלן דעם בילד) איז קלאהר אז מען רעדט פון ר' שלום ב"ר דוד דוב. פון סיי די מצבה און סיי די חברה קדישא רשימות (איתא ב-JewishGen) זעהט מען אז ער האט געוואוינט אין קאמינקא - דאס שטימט מיט וואס מען האט אויבן געבראכט פון Ellis Island רשימות, אז ר' משה נחום'ס זוו"ש איז געוועהן פון קאמינקא. איז יעצט, אין די קאמינקער מעטריקל טרעפן מיר איינער ר' שלום לייטער וזו' העניא בת ר' דניאל מונד אב"ד מיקאלאיוב, וואס איידער זיין רבנות אין מיקאלאיוב האט געוואוינט אין קאמינקא, וואו ער איז געוועהן איין איידעם. (גראדע פון די מעטריקל זעהט מען אז ר' שלום איז ווארשיינדליך געווארן איין איידים ביי איהם נאך וואס זיין שווער איז אריבער קיין מיקאלאיוב, ויש לישב.) אין די וויענער מעטריקל ווערט טאקע באשטעטיגט אז ר' שלום ב"ר דוד דוב לייטער מזוואלוב האט חתונה געהאט מיט מ' העניא בת ר' דניאל מונד אב"ד מיקאלאיוב. (כאמור, ביי נכדי גיסו ר' אליעזר ליבר מונד (ב"ר דניאל) אב"ד מיקאלאיוב - לע"ע עיין עליו כאן - האט מען נישט געוואוסט פון דעם, אבער בכלל האבן זיי ווייניג מקבל געוועהן וועגן ר' אליעזר ליבר'ס משפחה.)
פון ר' שלום'ס קינדער טרעפן מיר ר' שמחה הי"ד, וואס האט געוואוינט אין קאמינקא זיין מוטער מ' העניא הי"ד, ר' שלום'ס אלמנה, ביז דעם קריעג (ער ווערט אויך דערמאנט אין ס' מאורות נתן פון דודו ר' נטע לייטער אב"ד לבוב); מ' פערל, אשת דודה ר' משה נחום; אברהם וואלף (ווערט דערמאנט אלץ בחור בספר ציון לנפש חיה לדודו הנ"ל, בתוך תשובות בנו האב"ד פיטסבורג) – וואס איז געווארן מיט איהם שפעטער טרעפט מען נישט.
צוריק צו ר' משה נחום – פון זיין צווייטן זיווג מ' פערל האט ער געהאט איין טאכטער, וואס איר אידישע נאמן טרעף איך נישט אתי בכתובים מכל הנ"ל, אבער אויף ענגליש האט זי געהייסן Dorothy, כאמור. זי האט חתונה געהאט מיט פלוני, זיך באזעצט אין א שטעטל אין ניו דזשערזי, ווי זיי האבן מנדב געוועהן אין תשל"ז, צום יונג-איזראעל קהלה דארטן, א ספר תורה לע"נ איר טאטע הרב ר' משה, איר זיידע הרב ר' שלום, און איר עלטער-זיידע [בעצם זיידע אויכעט!] הרב ר' דוד דוב:
Leiter donation 1977 redacted.png
Leiter donation 1977 redacted.png (54.25 KiB) געזען 2050 מאל
(נעמן פארמעקט ע"פ פקודת צאצאיהם כנ"ל)

זי האט געהאט מיט איהם א זוהן אין א טאכטער. דערנאך איז זי אוועק, אינגערהייט, סוף תש"ל יאהרן. איר מאן לעבט נאך; ער האט נאך א מאהל חתונה געהאט און האט מער קינדער מזו"ש.

איך טרעף נישט ביי מיר פארשריבן ווען מ' פערל איז אוועק אדער וואו זי ליגט.

===

בנוסף צו דעם, האב איך געטראפן אין די פוילישיע מעטריקל אויף ר' דוד דוב'ס טעכטער:

1. מ' מרים (אשת ר' שמעלקא טויביש אב"ד יאס וחמות ר' יואל אשכנזי אב"ד יאס) איז פאר דעם געוועהן די פרוי פון איין אלטער אלמן (40 יאהר עלטער!) ר' יונה פיש פון לעמבערג, יליד קריסניפאל, און האט געהאט דריי טעכטער מיט איהם (לכאורה זענען זיי אוועק אינגערהייט – אבער ביי טייל פון די טעכטער ווערט נישט געצייכנט אזוי!) אין די תר"מ יאהרן בערך. הערשט פון ארום תר"נ אין ווייטער טרעפט מען איר אלץ אשת ר' שמעלקא טויביש. דער יאסער רב'ס אייניקליך האבן נישט געוואוסט פון דעם.
2. ר' דוד דוב האט אויך געהאט א טאכטער מ' ציפרה אשת ר' מרדכי [שמואל?] לאנגנער, ויל"ע.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תמונות בני משפחת לייטער לדורותם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אין מאורי גליציה איז פארהאן א צוזאם-געשטעלטן בילד, געמאכט דורך איינער פון די משפחה ככל הנראה, פון צוואנציג מיטגלידער פון משפחת לייטער, וואס פיל פון זיי זענען דערמאנט געווארן דא. אין אוצה"ח איז דער סקען'ס קוואליטעט שלעכט. אין 'דאס אידישע ווארט' אויף היברובוקס האב איך געטראפן א בעסער'ס, און איך ברענג עס דא לתועלת הקוראים:
Leiter Family - Y.Vort - Vunder.png
Leiter Family - Y.Vort - Vunder.png (300.41 KiB) געזען 2049 מאל

(עכ"ז אויב האט איינער א פאפירענעם מאורי גליציה און קען מאכן א בעסערע סקען, נא ונא, ביטע טוהט אזוי.)

אין די דריטע שורה טרעפן מיר ר' שלום מקאמינקא (ערשטער מצד שמאל) וחתנו-אחיו ר' משה מזוואלוב-ניו יארק (דריטער מצד שמאל). וונדר איז נישט מסביר ווער דער 'הרב שלום מקאמינקא' איז, אבל לפי הנ"ל איז שוין קלאהר אז מען מיינט ר' שלום ב"ר דוד דוב.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

עוד קצת על מ' ציפרה בת ר' דוד דוב אב"ד זבאלוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן:בנוסף צו דעם, האב איך געטראפן אין די פוילישיע מעטריקל אויף ר' דוד דוב'ס טעכטער:

1. מ' מרים (אשת ר' שמעלקא טויביש אב"ד יאס וחמות ר' יואל אשכנזי אב"ד יאס) איז פאר דעם געוועהן די פרוי פון איין אלטער אלמן (40 יאהר עלטער!) ר' יונה פיש פון לעמבערג, יליד קריסניפאל, און האט געהאט דריי טעכטער מיט איהם (לכאורה זענען זיי אוועק אינגערהייט – אבער ביי טייל פון די טעכטער ווערט נישט געצייכנט אזוי!) אין די תר"מ יאהרן בערך. הערשט פון ארום תר"נ אין ווייטער טרעפט מען איר אלץ אשת ר' שמעלקא טויביש. דער יאסער רב'ס אייניקליך האבן נישט געוואוסט פון דעם.
2. ר' דוד דוב האט אויך געהאט א טאכטער מ' ציפרה אשת ר' מרדכי [שמואל?] לאנגנער, ויל"ע.

אין רשימות אין סטרעליסק טרעפן מיר אזיאש (=יהושע) מרדכי לאנגנער בעלה של מ' ציפרה בת ר' דוד דוב הנ"ל, ועדיין צ"ע.
אין יזכור ביכל פון סטרעליסק ווערט דערמאנט איינער ר' יהושע ב"ר יצחק לאנגנער, אבער אין סטרעליסק האט געקאנט זיין עטליכע צווייגן פון משפחת לאנגנער/לאנגענויער, כמובן.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

איך זוך אנצוקומען צו צאצאי ר' משה לייטר רב בברוקלין בעל ספר דרש דרש משה ושא"ס, ווייסט איינער?
אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1769
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

Re: משפחת הרבנים לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זזה »

בן בוזי האט געשריבן:ר' יחיאל מיכל לייטער אב"ד דונאיוב, - מאונט ציון סעמעטערי.

ר' יחיאל מיכל איז געבוירן בשנת תרכ"ד לאביו ר' שלום לייטער דומ"ץ בבובריק וועלכע איז געפארן צו ר' בעריש אלעסקער זוהן פונעם דברת שלמה מלוצק, ער איז נתייתם געווארן פון זיין פאטער און נתגדל געווארן ביי זיין ברודער ר' דוד דוב אב"ד זוואליב, ביי די 15 יאהר האט ער מחבר געווען דעם ספר מזכרת אהבה צוזאמען מיט א חבר, ער האט באקומען סמיכה פון ר' יעקב יצחק יוטעס פון לבוב, פון ר' חיים שמחה אב"ד בובריק, און פונעם מהרש"ם מבערזאן. בשנת תר"נ איז ער אויף גענומען געווארן אלס אב"ד אין דונאיוב ווי ער האט משמש געווען ביזן ערשטן קריג, דאן איז ער נאך פארשידענע וואנדערונגען אנגעקומען בשנת תר"פ קיין אמעריקא ווי ער האט געדינטאין ביהכ"נ מחזיקי הדת אנשי זלאטשוב, ס'דא פון איהם נאך א ספר דרכי שלום.

ר' יחיאל מיכל איז געפארן קיין סטרעטין און טשארטקוב, און קיין בעלזא צום מיטעלער און פריערדיגער רב.

נפטר געווארן כ"ב שבט תרצ"ג

(קרעדיט פון דער פון ר' יחיאל מיכל בילד פאר אור הצפון - בעלזא כסלו תש"ע.)
אטעטשמענטס
liter.PNG
liter.PNG (44.39 KiB) געזען 794 מאל
קליקט דא צו זען Today's Deals

https://amzn.to/3RBAKiD

For the deals go to check out
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

בן בוזי האט געשריבן:רבי נתן נטע ובנו רבי אליעזר לייטער

פון דא

רבי נתן נטע ברבי יחיאל מיכל אב"ד דונאיוב - בעמח"ס רבותינו שבגולה.
צו באמערקן צווישן ש"ב רבי נתן נטע מלעמבערג בעמח"ס שו"ת מאורות נתן ברבי דוד דוב אב"ד זוואלוב, און טאטע פון רבי זאב וואלף פין פיטסבורג.
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: משפחת הרבנים לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

פאר צוויי וואכען צוריק איז נפטר געווארען הרב לייטער וואס האט געוואנט באחרית ימיו אין סקרענטאן פענסילוועניע
Rabbi Nosson Zvi Leiter, Z’L
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

Re: משפחת הרבנים לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

דאכט זיך ר' אהרן פלאהר זיידע פון הרה"ג ר' חיים איז געווען אן איידעם ביי עפעס א לייטער, איז עס די משפחה?
אם לא עכשיו אימתי
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: משפחת הרבנים לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

חתימת הגאון ר' שלמה אברהם רזעכטע, חותמת הרב זאב וואלף לייטער אב"ד פיטסבורג. עצי אלמוגים דפו"ר זולצבאך, תקל"ט.


https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/app ... A2?lang=he
i24.jpg
i24.jpg (275.79 KiB) געזען 330 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בן בוזי האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2013 1:39 pm
שוין א לענגערע צייט וואס כ'זוך אינפארמאציע וועגן דער ר' משה נחום לייטער הנ"ל מזבאלוב, איצט האב איך אפגעפונען די עלליס איילענד רעקארד פון אום, איז אזוי; ער איז געקומען אהער אליינס (שפעטער געברענגט בני ביתו און משפחה), דארט שטייט אז ער איז געקומען אויפן רוף פון די Hebrew Press Association, און געקומען איז ער מיט נאך צוויי חברים פון רבי'שע אפשטאם, ר' מנדל האגער-אויף איהם און משה נחום שטייט רעוורענד (העמיר געבן די כבוד צו ידען נפלא לבית האגער "תרנגול" זאל מוסיף זיין וואס ער ווייסט דערוועגן), און נחמן זיידמאן אויף וועמען ס'שטייט דר. נחמן זיידמאן איז געווען אן איידעם אין אוסטראה ביי ר' אברהם ספרד ב"ר יעקב יוסף השני מאוסטראה.

דער גאנצער ענין דארף לכאורה א הסבר.
איז דער ר' משה נחום אפשר דער וועלכער ווערט דא באצייכנט אלס "לעמבערגער רב" פון ניו יארק?
https://tile.loc.gov/storage-services/s ... 1/0198.pdf
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-04-14 180051.png
Screenshot 2024-04-14 180051.png (209.6 KiB) געזען 15 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”