זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זארעכפעפער האט געשריבן:מעשוגענע קרעטשמע...
איך האב קיין צייט נישט. איך כאפ זיך נאר אריין דא דארט כאפן א שנאפס, א טרינק
ברוינפן, זיך צו דערקוויקן דאס הארץ, און גארנישט! איינמאל איך בין אינווענדיג
ווערט אויף מיר די טיהר פארהאקט, ס'לאזט מיך נישט ארויס. ווי איראניש ס'זאל נאר
נישט קלינגען איז דאס אבער פארט א פאקט. יעדן מאל ווען איך באריר די קלאמקע פון דער
קרעטשמע, איז דאס יעדן מאל באזונדער מיט א פעסטע החלטה אז "איך סטעפ בלויז אריין א
טרינק צו טאן פונעם קליינעם ברוינפן גלעזל וואס ליגט דארט אין דער זייט, און כ'האף
ביז א פינעוו מינוט צו זיין אינדרויסן". אבער וואס, ווי, ווען. איינמאל די קרעטשמע
האט מיך אריינגענארט, אויף אינווענדיג צו, און שטייצעך נאכן שלינג ברוינפן, ווער
איך ווי פאר שיכורט, פשוטו כמשמעו פארשיכורט, כ'פארגעס מיך וואו כ'שטיי איין און
כ'קען זיך נישט צוריק האלטן, ווי צו זאגן: "זארעכ דו מוזט דא עפעס אריינווארפן".
איי דו מעשוגענער זארעכ, זעסטאך אז נעכטן האט פאסירט דאס זעלביגע, טא וואס קומסטע
נאכמאל? ווילסטו ס'זאל פאסירן כדרך ס'האט פאסירט נעכטן? נו, א קשיא אויף א
מעשוגענעם, ומפטירן כדמאתמול...

עניוועי, באגעגענענדיג זיך מיט דעם נייעם ר' שמחה'ן שליט"א, איז מיר דער רייץ
געוואקסן צען אין צאל. הלמאי, יהודי זה בא לבית מלוני ולא אקבל פניו? און אויב איז
דאס נאך נישט גענוג געווען, האב איך זיך נאך למען הקרעטשמע געמוזט גאר באגעגענען
מיט אטא די תגובה, וואו איך ליין גאר אז ר' שמחה איז א איד מדור הקדום, א איד וואס
האבן געזען די אויגן פונעם הייליגן רבי'ן זצוק"ל. איר באגרייפט די זכי'?

איך טראכט צו מיר, במה אקדם את פניו? איך קען דאך דאס נישט אדורך לאזן אזוי בלך
ושוב! אבער, רבונו של עולם, קיין צייט צו שרייבן מגילות פארמאג איך דאך נישט, טא
וואס טוה איך דא? א געדאנק פארלויפט מיר אריבער, איך זאל אים צואווייזן אטא דער
ארטיקלוואס כ'אב געשריבן דעם פארגאנגענעם כ"ו אב, און זאל ער כאטש זען וויאזוי מיר
אינגעלייט גערן און דארשטן אז אזעלכע סארט אידן ווי עס איז ר' שמחה, צו לאנגע
געזונטע יארן, זאלן עפענען פאר אונז זייערע זעק זכרונות און אונז איבער געבן אביסל
מאותם ימים המבורכים. איבערהויפט, לויט ווי איך זע, זענט איר דאך א איד א יודע ספר,
וואס כמובן זכרונות פון אזא איד וועלכע איז באגלייט מיטן חן פון א דעת תורה שהיפך
דעת בעל הבית, טראגן מיט זיך א באזונדער חשיבות וחן דקדושה.
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

בני היכלא האט געשריבן:
ירבו משוגעים כמותך בישראל, מערער און גרעסער, יעדעס ווארט דיינע דא, איז להפליא
ממש להפליא, פשוטו כמשמעו, ווער דען אויב נישט זארעכ, וואס זיין אפשאצונג אויפן
סאקמער רב, ליגט אונז נאך אלע די ביינער, זאל באגריסן אזא חשוב'ן גאסט ווי עס אונז
אונזער ר' שמחה, וואס מיר דא האבן די זכי', צו זען די סקרין, וואס האט געזען די
קיבארד, וואס האט געפילט די פינגערס, וואס איז מחובר צו די אויגן וואס האבן נאך
געזען דעם הייליגן רב.. אשרינו אשרינו, מה נעים גורלינו.

ר' שמחה, לייג עס אביסל אראפ, כפי יכולתך, זאל מען כאטש
וויסן, וואס דארט האט זיך געטון, דא איז אלעס אינגעלייטלעך
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

scy4851 האט געשריבן: .
איך וועל פרובירען צו ערפילען ענקער בקשה. גלייבטס מיר אז עס איז נישט גרינג

ווען אזויליכע זכרונות קומען אויף, פאלט ארויף א מין בענקשאפט, עס איז שווער דאס
מסביר זיין,

איך גידענק אמאל איז גיווען א גרויסער אסיפה אין די אלטע אגודה בילדינג אויף 14
עוועניו אין באראפארק, עס איז גיווען בין הזמנים אין חודש ניסן, אין די וואס האבען
דאס אראנדשירט האבען אהינגעשלעפט ר' יעקב קאמינעצקי וואס ער אז שוין דענסטמאל
גיווען טיף אין די תשעים יאהרען.
ווען מען האט איהם מכבד גיווען צו רעדען האט ער גיזאגט אז עס איז איהם שווער צו
רעדען וועגען זיין שוואכקייט אבער ער וויל נאר איין זאך זאגען

"דער עולם זאלל אן נעמען א ברכה פין אן אלטען יוד. איך האב נאך גיקענט יודען וואס
זענען גיבוירען גיווארען 160 יאהר צוריק."

דערנאך האט ער זיך אוועקגיזעצט.

נעמט אין באטראכט אזוילעכע ווערטער!
ער האט גיקענט יודען וואס האבען גילעבט בזמן הישמח משה, בזמן החתם סופר, עס גיט א
צוטער נאר צו רעדען דערפון.

וויא עטס שטעלטס אראף דער יונגקייט פון דעם עולם דא, פול איך מיך כמעט אזוי.
פון מיינע בחור'שע יארן האב איך נאך גיקענט יודען וואס האבען זיך נאך גיווייגט ביים
הייליגען שינאווער רב, ביים ערשטען בלוזשעווער רב, אין אזוי ווייטער.

לעצט פארראכטן דורך scy4851 אום פרייטאג אוגוסט 28, 2009 1:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

בני היכלא האט געשריבן:
ר' שמחה, יישר כח פאר די ווארימע דיבורים, און מיר נעמען אן די ברכה אייערע, וואס
דאס קומט נאך פון איינער וואס האט געקענט אידן מדור הקודם, מיר ווילן בעטן דעם אב
בחכמה ובשנים, רבי ר' שמחה, אז מיר ווייסן טאקע עס קומט אן שווער, אבער אז איר זענט
שוין דא, סיי ווי, אמאל אז עס מאכט זיך אייך א גוטע מינוט, מיט די ריכטיגע דיבורים,
ווארפטס עפעס אריין, אינעם נושא, דער עולם לעכצט צו הערן עפעס, ס'איז נאך פארבליבן
עפעס אפאר טאג צום סייום השובבים. און די זעלבע איז מיט אנדערע זמני קודש חגים
ומועדים, ווי א פורים ביים רבין וכהנה וכהנה..

שכרך הרבה מאד, די אפרישיעישן פון אייער פרובירן ערפילן די בקשות, איז אין לשער...

the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

קרעמער האט געשריבן:
עס מוז נישט זיין אז אונזער ר' שמחה האט זיך געהאדעוועט אין וויליאמסבורג און
געווייקט אין סאקמער, עס קען זיין אז ער האט זיך פערצופאל פארוואלגערט איינמאל ביי
א שובבי"ם תורה און דאס ליגט אים גוט איינגעקריצט אין די ביינער.

ר' שמחה;
יעדע הגה פה אייערע ווערט ביי אונז אויפגענומען מיט אכט און שעצונג, לאזט אייך הערן
און מיר וועלן מקבל זיין.
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

scy4851 האט געשריבן: גירעכט.
אוך האב נישט גיווינט אין ווילימסבורג גופא.
מור האבען גיווינט אוף VERNON AVE איין בלאק נאך MYRTLE דער גאסס הייבט זיך אהן ביי
NOSTRAND
(היינט פאנגט מען וייטער זיך אהין ציען, פאר א 50 יאר צוריק איז די גאנצע געגענט
גיווען פיל מיט יודען. מיין זון ווינט אויף SPENCER מיט א 20 יאהר צוריק וואלט מען
זיך נישט דערוואגט דארט צי גיין אפילו אין מיטען טאג)
מיר האבען גידאווענט ביים באטור רב אויף HART ST. עס האט זיך נאכדעם גיעפענט א
סאקמער שטיבעל, און מיין טאטע ע"ה איז אריבער גיגאנגען דארט דאווענען. דענסטמאל איז
שוין דער באטור רב נישט גיווען דארטען. דער לינזער רב (פון באראפארק 15 עוועניו)
האט דענמאלץ גיהאט דאס בית מדרש.
מיין טאטע ע"ה האט גיהאט א 'סיט' אין סאקמער ביים רבי'ן און בית מדרש און אלע ימים
טובים איז ער גיגאנגען אהין דאווענען. (א פלענעם שבת פלעגט ער נישט צו גיין ווייל
ער האט גיארבעט עבודת פרך ממוצאי שבת ביז פרייטאג נאכמיטאג און עס איז איהם גיווען
שווער צו גיין איעדע וואך אבער ימים טובים אדער א ספעציעל שבת וויא למשל פרשת שקלים
פלעגט ער יא גיין)
מיין מאמע ע"ה פלעגט נאכקומען מיט מיר און מיין יונגערען ברודער, און דארכשניטלעך
ביי קריאת התורה זענען מיר שוין גיווען אין בית מדרש.
עס קומט מיר צוריק דעם רבי'ןס ליינען (ער האט אליינס גיליינט)
אך! שבועות די אקדמות מיטען טלית איבער דעם שטראמעל מיט א קול חוצב להבות אש, אך!
אימפארגעסליך!

סוכות! זיין הלל מיט די נענועים! ספעציעל די צוויטע נענועים ביי אנא ה', דער עולם
שטילער הייט גיברימט דער ניגון הידוע וואס איז מקובל פון בעל התניא.
ווי יונג איך בין גיווען האט עס גיהויבען. עס איז שווער דאס מסביר צי זיין און
ווערטער.
איך טראכט אסאך מאל ביי מיר און איך רעדט מין מיינע חברים וועגען דעם אז עס איז
שוין אדארך גילאפען א יובל יאהרן פון יענע טעג(מען שמוסט פון שנת תשט"ז, תשי"ז,
תשי"ח) אין עס שטייט נאך אלץ פאר די אויגען.
...ההמשך יבא
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

scy4851 האט געשריבן:

זיידעניו האט געשריבן:

די סאטמארע רבי זל פלעגט נאכן שובבים תורה צומאל מאכן א
ווערטל פאר זיינע ארומיגע צומאל פלעגט עס זיין ידיד נפשי להבדיל בין חיים לחיים
ר' חיים הערש יקאבאווישט און אמאל אנדערע


ווען איך האב אנגיפאנגען גיין אין חדר האב איך נאך גיווינט אין דער איסטסייד.
סאקמער האט דענמלס גיהאט צויי קלאסען איו דעם חרדים בת מדרש אויף 5 סט'
מיין עברי רבי איז גיווען ר' ליפא יאקאבאוויטש.
איז דער ר' חיים הערש משפחה מיט איהם?

און נאך וואלט איך גיוואלט וויסען, ווער עס ווייסט פון וועמען איך רעדט, אויב ר'
ליפא איז נאך דא.
א פאר יאר צוריק האט מיין שכן גימאכט א שמחה און עטליכע געסט זענען איינגישטאנען
ביי מיר. פון שמוסען מיט זיי איז ארויסגיקומען אז איינער איז גיווען אן אייניקעל
און ער האט מיר גיזאגט דענמאלס אז ער איז נאך דא.


דער פראגע איז שוין נישט נוגע, ווייל מיר וויסען אז ר' ליפא ע"ה איז שוין נישט בין החיים
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:
ר' שמחה,

שטיקער היסטאריע, לעבעדיגע בילדער, ממש מעין עוה"ב, א הארציגען יישר-כח פאר'ן נעמען
די מיה איבערצוגעבן פאר אונז יונגער דור, וועלכע מיינסטענס האבן נישט זוכה געווען
צו קענען דעם רבי'ן ז"ל , אייער אנוועזנהייט איז אונז א כבוד.

א דאנק נאכאמאל.

הק' יעקב דוב מיללער בשם חברי הקרעטשמע

[נ.ב. ר' יאסל, דער זיידעניו לכאורה האט אדער געמיינט צו זאגן ידיד נפשו (פונעם
רבי'ן) אדער ידיד נפשי נאר נישט אין איין עלטער, אדער שפילט ער כאי' ער איז פון
יענע גענעראציע ופיו הכשילו]




יאסל האט געשריבן:
ידיד נפשו פונעם רבי'ן עט מען זאגן אויף ר' יונתן שטייף ז"ל אדער אפילו ער אויך
נישט
אין זיכער נישט ר' חיים הערש
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

scy4851 האט געשריבן: אז איך האב שוין דערמאנט חרדים אין דער איסטסייד, וועל איך צושטעלען אז אינז הא'מער
דארט גידאווענט. צו פול גידענק איך נישט פון דארט ווייל איך בין גיווען גאר יונג,
אבער איך ווייס פון מיין טאטען ע"ה אז ר' חיים ז"ל, א זין פון ר' ישעי' טשעחובער,
אן אייניקעל פון הייליגען דברי חיים האט דארט גידאווענט.
עס איז דא א חלקע אויפען בית החיים און לאנג איילענד נישט ווייט פון דער צעהלעמער
חלקא וואס דאס איז דער אלטער חרדים חלקא. דער ר' חיים ז"ל ליגט דארט.
איך דערמאן עס דא כדי אז עס קומט אויס פאר איינעם צו זיין און דעם געגענט זאל ער
וויסען אז ער האט דארט א גילגענהייט מתפלל זין ביים ציון פון א רעכט אייניקעל פון
צאנזער רב.
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:

יאסל האט געשריבן:ידיד נפשו פונעם רבי'ן עט מען זאגן אויף ר' יונתן שטייף ז"ל
אדער אפילו ער אויך נישט
אין זיכער נישט ר' חיים הערש


איך פרוביר אים נאר צו פארענטפערן, אבער דו ביזט גערעכט מיט דיין טענה.

ר' שמחה,
ר' ליפא יאקאבאווישט לאויט"א (ע"ה) איז געווען מיין מלמד אויך מיט יארן שפעטער, פאראיאר
האביך אים געזעהן אין מיאמי אין א גוט'ן צושטאנד ב"ה, (לאויט"א), דאכציך אז ער איז א
ווייטע קרוב, אויב בכלל עפעס, מיט די גרויסע סאטמארע יאקאבאוויטש משפחה פון וועם ר'
חיים הערש איז געווען א מיטגליד.
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

scy4851 האט געשריבן:

מיינע זכרונות המשך...
אזוי וויא איך האב דערמאנט אז, נארמאל, שבת איז מייו טאטע ע"ה נישט גיווען ביים
רבי'ן
איך האב גיהאט א פעטער וואוינען אין ווילימסבורג.
ווען איך גיווארען א ביסעל עלטער, אין דענסמאל הא'מער שוין גיוואוינט אין באראפארק,
פלעג איך פון צייט צו צייט גייען צו מיין פעטער אויף שבת.

דער טיש פרייטאג נאכט.
עז איז בימים ההם נאך נישט גיווען דער גאר גרויסער עולם וויא שפעטער, איז ביים טיש
האט מען גיקענט גאנץ גיט זעהן אין הערען.
עס איז דא א טעף פון ר' חיים קויףמאן ז"ל פון מאנטשעסטער פון א כ"א כסלו שמועס.
ער רעדט דארט פון אן אייגענער איבערלעבינג במחיצת קדשו פון רבי'ן זי"ע.
ער איז אמאל אהיימגיפארען קיין ענגלאנד פון אמעריקא און ער איז גיווען צוזאמען מיטן
רבי'ן אויפען שיף. עס קומט פרייטאג נאכט אין ער האט זיך צוגישטעלט מיט די יודען
וואס זענען גיפארען ציזאמען מיטען רבי'ן צום שבת טיש.
דער רבי פאנגט אהן זונגען שלום עליכם מיט דעם ניגון הידוע, אין דער עולם איז שא,
שטיל, קיינער העלפט נישט, קיינער זונגט נישט מיט.
דערציילט ער אז עס איז איהם גיווען זייער מאדען און ווען ער האט באקומען א
גילעגענהייט האט ער גיפרעגט פון איינעם , וואס איז גיווען פשט אין דעם וואס עס האט
זיך אפגישפילט, פארוואס האט מען גילאזט דעם רבי'ן זינגען אליינס ,ואין קול ענות?
האט מען איהם גיענטפערט, אז די רביצין האט גיבעטען אז היות זי האט נאך קיינמאל נישט
גיהערט זיין שלום עליכם און יעצט מיט אזא קליינער עולם האט זי א שעת הכושר, אלזא
בעט זי אז ווען דער רבי פאנגט אן שלןם עליכם זאלל קיינער נישט מיטזינגען אזוי וועט
זי איהם קענען הערען


פון ווען איך בין גיווען ביים טיש, גידענק איך נישט אז דער רבי זאל אליינס זונגען
אשת חיל.
פון מיינע זכרונות גידענק איך אלץ דער רבי מכבד זיין ר' יוסל אשכנזי מיט אשת חיל.
דרך אגב, עס אינטערעסאנט אז דער זעלבער מנהג האב איך גיזעהן ביים באבאוער רב ר'
שלמה זצ"ל. ער האט אויך נישט אליינס אנגיפאנגען נאר ער האט אלץ מכבד גיווען זיין
זין ר' נפתלי זצ"ל מיט אשת חיל.
נחזור לענינינו.
ביי אשת חיל גידענק איך וויא דער רבי האט זיך נייגעריגהייט ארום גיקוקט אויפען
עולם, ער האט זיך גידרייט צו זיין רעכטע אין לינקע זייט באמערקען ווער עס איז ביים
טיש.
און דערנאך קידוש. מען קען דאס נישט בשרייבען.
איינער האט ארויפגילייגט זיין קידוש אין 'היכל הנגיגה' אשכול. עס קומט נישט צו דאס
וואס אינז הא'מער גיהאט די זכיה צו זעהן.

ההמשך יבא...
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

scy4851 האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:
ידיד נפשו פונעם רבי'ן עט מען זאגן אויף ר' יונתן שטייף ז"ל
אדער אפילו ער אויך נישט...


ר' יאסל,
פארוואס נישט?
עטץ דא ווייסט'ס אז דער רבי זי"ע האט גיגעסען פריוואט שמיני עצרת און די סוכה?
און עטץ ווייסט'ס פארוואס?


מיללער האט געשריבן:

ניין ר' שמחה, מיר ווייסן נישט (איך נישט) פארוואס האט דער רבי געגעסן פריוואט
שמ"ע?


יאסל האט געשריבן:

scy4851 האט געשריבן:
האט געשריבן:פון ווען איך בין גיווען ביים טיש, גידענק איך נישט אז דער
רבי זאל אליינס זונגען אשת חיל.
פון מיינע זכרונות גידענק איך אלץ דער רבי מכבד זיין ר' יוסל אשכנזי מיט אשת חיל.
דרך אגב, עס אינטערעסאנט אז דער זעלבער מנהג האב איך גיזעהן ביים באבאוער רב ר'
שלמה זצ"ל. ער האט אויך נישט אליינס אנגיפאנגען נאר ער האט אלץ מכבד גיווען זיין
זין ר' נפתלי זצ"ל מיט אשת חיל.
נחזור לענינינו.


אין סיגוט איז דער מנהג אז מאיז מכבד איינע פון די יונגע קינדער אדער אייניקליך
עיין מושיען של ישראל ווי ער באשרייבט ווי די רבי אלץ קליין יונגל פלעגט צי זינגן
אשת חיל



יאסל האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:

יאסל האט געשריבן:
ידיד נפשו פונעם רבי'ן עט מען זאגן אויף ר' יונתן שטייף ז"ל
אדער אפילו ער אויך נישט...


ר' יאסל,
פארוואס נישט?
עטץ דא וייסט'ס אז דער רבי זי"ע האט גיגעסען פריוואט שמיני עצרת און די סוכה?
און עטץ ווייסט'ס פארוואס?



ר' יונתן אלץ אויבערלענדער האט געגעסן אין די סוכה
ווידער די רבי האט בפירש נישט געגסן אין די סוכה
נאר ווען דער ציבור איז געווארן גרעסער האט ער געפירט טיש אין די סוכה

the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זארעכפעפער האט געשריבן:
ר' שמחה,
א יישר כח אייך פארן זיך נעמען די מיה און אונז אביסל מיטטיילן מיט אייער בינטל זכרונות. ודיו אלו ימי וכל מי כנישותא וועל איך אין מיין בעסטן ווילן נישט מעגליך זיין אראפצוגעבן אין שריפט דעם גרויסן דאנקבארקייט וואס מיר האבן צו אייך, מיט דעם וואס איר, אלס א לעבעדיגער עד ראי', טוהט אונז אביסל אראפמאלעווען אייערע זכרונות.

מיר תינוקת'לעך, וועלכע האבן שוין ליידער נישט די זכי' געהאט צום רבי'ן זצ"ל, קענען זיך נישט אין וויסטן חלום מדמה זיין וויאזוי עס האט אויסגעזען א שבת, א יום טוב און אפי' א פשוטער וואכן טאג, ביים רבי'ן. וויפיל מיר זאלן נאר הערן, וויפיל מיר זאלן נאר ליינען, וויפיל מיר זאלן זיך נאר מדמה זיין, איז אלעס אפס ואין! ווייל אז מ'האט דאס נישט מיטגעלעבט קען מען דאס נישט באגרייפן.

דעריבער, אז ס'געפונט זיך אפ א גוטהארציגער איד וועלכער באוויליגט זיך צו עפענען פאר אונז זיין פארשלאסנער זאק זכרונות, איז דאס פאר אונז א געוואלדיגע פארגעניגן שאי אפשר לתאר עלי גליון.

איין זאך איז זיכער וואס מיר זעהן, די אלע אידן וואס האבן דאס מיטגעלעבט, לעבן נאך דערמיט. ביי די אידן וואס האבן מיטגעלעבט יענע תקופה, גייט נישט פארביי קיין טאג וואס זיי זאלן נישט רעדן, דערמאנען, אדער מעלה זיין זכרונו הקדוש. ס'איז עד להפליא. ס'קוקט עפעס אויס ווי דאס מתיקות וואס די אידן האבן זיך איינגעקויפט אין יענע טעג איז געווען באגאסן מיט אזא מין איבערפלוס אז אפי' היינט צוטאגס, שטייענדיג שוין א צייט אפשניט פון יארן יארן, איז עס נאך אלץ נישט אויסגעוועפט. הפלא ופלא.
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

scy4851 האט געשריבן:
איך האב גיהאט א מימע ע"ה וואס איז גיווען או ערשטע קאזין מיט ר' מיכאל בער ווייסמאנדעל ז"ל.
עפעס פון דעם קורבת'שאפט האט מיין פעטער (זאלל מאריך ימים ושנים זיין) גיקרוגען א נאנטקייט צו ר' 'ונתן שטייף ז"ל. כווייס נישט וויאזוי
מיין פעטער פון ווען ער איז גיווארען אן אלמו איז ער גיקומען צו מיין מאמען ע"ה זיין וינגערען שוועסטער. מיט זיין אסאך קומען צו אינז אין הויז האט ער מיר אמאל דערציילט אז ער איז גיווען ציזאמען מיט ר' יונתן א שמיני עצרת ביים רבי'ן גיזעגענען פון די סוכה און דער שמועס האט זיך ענוויקעלט צו א געפלאנטערטע אין א לאנגער פילפול צוישען רבי'ן אין ר' יונתן אויף דעם נושא פון עסען שמיני עצרת און די סוכה אין דער מנהג בי חסידים אז מען עסט נישט.
ער האט מיר דערציילט אז דער פילפול איז אנגעגאנגען איבער א שעה און דער גאנצער עולם האט נאר ציגיקוקט און באוינדערט דעם מצב וואס איז פאר זייערע אויגען וויא די צוויי זענען זיך מפלפל.
פון וואס ער האט גיהערט דערנאך, האט דער רבי נעקסטע יאר אנגיפאנגען עסען ביי זיך פריוואט שמיני עצרת און די סוכה.

איז צירוק קומען צו ר' יאסעל'ס תגובה. פארואס קען מען נישט זאגען אויף ר' יונתן ידיד נפשו?
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זארעכפעפער האט געשריבן:
..איין זאך איז זיכער וואס מיר זעהן, די אלע אידן וואס האבן דאס מיטגעלעבט, לעבן נאך דערמיט. ביי די אידן וואס האבן מיטגעלעבט יענע תקופה, גייט נישט פארביי קיין טאג וואס זיי זאלן נישט רעדן, דערמאנען, אדער מעלה זיין זכרונו הקדוש. ס'איז עד להפליא. ס'קוקט עפעס אויס ווי דאס מתיקות וואס די אידן האבן זיך איינגעקויפט אין יענע טעג איז געווען באגאסן מיט אזא מין איבערפלוס אז אפי' היינט צוטאגס, שטייענדיג שוין א צייט אפשניט פון יארן יארן, איז עס נאך אלץ נישט אויסגעוועפט. הפלא ופלא.
scy4851 האט געשריבן:
דער אמת איז אז מיר מיט מיינע חברים אליינס ווינדערען זיך וויא אזוי דאס איז.

the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

בני היכלא האט געשריבן:

יאסל מיינט צו זאגן אז דער רבי האט נישט געהאט זיינס גלייכן, און אלעס איז געווען תלמידים וחסידים, אפילו די אלטע חסידים וואס זענען געווען נאנט, אבער ר' יונתן איז דאך געווען א גדול בתורה מאד ובמעשים וגם בנסתר ידיו לו רב, איז ער אפשר געווען, אבער דאך מ'רעדט דאך פון רבין, ס'זאגט זיך נישט אזוי גרינג א ידיד נפש.
דאס איז צו פארענטפערן יאסל'ן.
אגב ביסטו יאסל דער גבאי?

מ'קען זאגן אז ר' מיכאל בער איז געווען דעם רבינ'ס א אמת'ער ידיד.

ר' שמחה ר' שמחה, איר ברענגט דא אריין שמחה, ווייל כידוע מפי ספרים וסופרים, וועט מען זיך דערהאלטן אין די עיקבתא דמשיחא, נאר דורך רעדן און דערציילו די עבודות הקדושים פון די צדיקים הקודמים, ווי דער בעל שם טוב איז געקומען לאחר פטירתו צו זיין זון ר' הערש, און געזאגט אז מ'זאל רעדן פון זיין עבודה און נישט פון מופתים, און האט געוויזן אז ער איז געווען אויף א שפיץ בארג און אונטערן בארג איז געווען א טיפערטאל, און האט זיך אראפגעווארפן מיט כח אין טיפער תהום אז ס'איז נישט געבליבן קיין גאנץ ביינדל, אזוי האט ער געדינט דעם אייבערשטן.

און טאקע דאס וואס דו באשרייבסט דיינע זכרונות, איז דאך טאקע ריין עבודתו הק' פון רבינו הקדוש זי"ע, וויאזוי ער האט געברענט און געקאכט ביי די מצות ה', און זיין חיות דקדושה ביי די הייליגע ימים טובים מיט די מורא'דיגע תפלות..

מיר שלינגען מיט דורשט יעדעס ווארט דיינע, קוק נישט אויף קיין שוועריגקייטן, ווייל זעלטן ס'זאל זיך אזא שטארקע אפקלאנג הערן דא, מיט אזא ערנסטקייט אויף א איד'ס א באשרייבונג.
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

scy4851 האט געשריבן:
זארעכ,
די דארפרסט פארשטיין אז מיר זענען אויפגיוואקסען אין יענע תקופה ווען אונזערע עלטערען זענען אהערגיקומען פון דעם חרבן EUROPE אלץ פארלוירען, אליינס , און מען דארף אנפאנגען ניי.
מיט א מתנה פון הימעל האט מען אינז איבערגילאסט דעם פערזענליכקייט פון דור הקודם. (קיין יונגער מאנטשיק איז דער רבי נישט גיווען אין יודען אין זיינע יאהרן זענען זייער וויינג זיך גיקענט ארויסגליטשען פון די קלויען פון דער דייטש ימש"ו.)
האט אבער דער רבש"ע, ברוב רחמיו וחסדיו, אינז נישט איגאנצען פארלאסט, אין האט מיטגישיקט מיט אינזערע עלטערען פון עמק הבכה דעם גרויסען פטרון, אין היינט נאך 60 יאהר זעהט מען וואס פאר חסדי השם דאס איז גיווען.
איז ממילא מיינע עלטערען ע"ה אין זיירע חברים האבען ארויף גיקוקט אויפען רבי'ן וויא זייער טאטע. און,און א טאטען פארגעסט מען נישט. קעו זיין אז איבער דעם ברענט נאך אותן הימים שטארק אין זכרון, ווייל אונזערע עלטערען האבען דאס איינגיברענט אין אינז דורך אינז זעהן זייער טופען צוגיבינדענקייט צום רבי'ן
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

יאסל האט געשריבן:
בני היכלא האט געשריבן:
מ'קען זאגן אז ר' מיכאל בער איז געווען דעם רבינ'ס א אמת'ער ידיד.

סקען אפשר זיין אז דער רבי האט ר' מיכאל בער געהאלטן פאר א ידיד
אבער ער זעלבסט האט זיך זיכער גהאלטן פאר א חסיד

בני היכלא האט געשריבן:
איז עס דען א סתירה?
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

scy4851 האט געשריבן:
רבותי,
פליז האטץ גידולט מיט מיר. אוך האב נאך אין מיין לעבען נישט גישריבען אזויפיל געפילען אין איין טאג.
עס האט זיך עפעס גיעפענט א צינור, איך פארשטיי עס אליינס נישט.
איך וועל אבער מוזען נעמען א 'ברעיק' עט ליסט ביז מארגען
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

קרעמער האט געשריבן:

מורי ורבותי. מיר דארפן דא געבן א גרויסארטיגן לחיים פאר דעם העכט וואס האט זיך אזוי אריינגעגליטשט אין אונזערע הענט. שוין עטליכע יאר וואס די קרעטשמע פונקציאנירט, אבער אזא פישל האבן מיר נאכנישט דערווישט. א איד פון פריערדיגן דור, א איד וואס איז גרייט מיטצוטיילן מיט אונז שנוקעס (רובא דמינכרא פון אונז - ואני הקטן בתוכם - זענען שוין געבוירן נאכן רבי'נס פטירה) זיינע עראינערונגען פונעם אלטן נישט-ווייטן אמאל. עס רייסט זיך ארויס אן אמת'ע שבח והודאה צום אלמעכטיגן אז ער האט אונז אהערגעשיקט ר' שמחה'ן להחיות לנו לפליטה גדולה.

טייערער ר' שמחה: מיר פארשטייען און אנערקענען אז עס קומט אייך אן שווער דאס שרייבן, עס קען גאר זיין אז איר זענט בכלל נישט רגיל צו טייפן אזויפיל אידישע בוכשטאבן... מיר האפן אבער אז איר וועט ממשיך זיין מיט אייערע ערצעהלונגען, וועלכע זענען ביי אונז ווירקליכע מים קרים על נפש עייפה, און מיר לעכצן דערויף ווי א פישל נאך א פרישע טראפן וואסער.

(אגב, איך וואוין היינט צוטאג אין בעדפארד סטייוועסענט, ווייס איך אביסל וואס איר רעדט פון "מען האט נישט דארט געקענט גיין אפילו בייטאג"... טעגליך האב איך צו זעהן און צו הערן פון די טייערע שכנים... השי"ת זאל האלטן די רעכטע האנט אויף אלע אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם).
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זיידעניו האט געשריבן:
יענע צייטן איז אלעס געווען איין טשאלענט טאפ מער ווייניגער מען האט גפרייט צוזאמען און געטרויערט צוזאמען
עס איז געווען ווי איין משפחה

------

אויך איבער ענין פון רבין'ס ידודות מיט זיינע מענטשען גיי זיי מסביר די ליבליבכקייט וואס מען פלעגט באקומען פונעם רבין ביים אריינגיין זיך אדורךשמועסן אדער סתם ביי א קוויטל ובפרט ווען מען האט גערעדט מיטן רבין אין לערנען
איז געווען אסאך מער וואס מען באקומט פון א נאטורליכע טאטע
די רבינס א שמייכל ווי קען מען דאס מצמצם זיין אינער אותיות
און יעצט צו די רבי איז געווען יעדעם'ס ידיד ווייסט מען נישט אבער יעדער האט געקענט שווערן אז די רבי איז זיין ידיד נפש ונשמה
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

scy4851 האט געשריבן:

ר' זיידע

איך זעה דיין חתימה "אל תשליכינו לעת זקנה.."

גידענקסט דעם רבי'ןס אל תשליכינו לעת זקנה..
ביי סלוחות? וויא ער פלעגט צו בעטען "וויי וויי וויי ככלות כוחנו.." ?
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

scy4851 האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:

...עס קען גאר זיין אז איר זענט בכלל נישט רגיל צו טייפן אזויפיל אידישע בוכשטאבן.


אוי האסטו צוגעטראפעו!
אין צו דעם אלמען, איז די 'קיבארד' מיינע, נישט צוגישטעלט צו שרייבען יודישע אותיות און איך מיז מיך באנוצען מיט א VIRTUAL KEYBOARD
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

scy4851 האט געשריבן:

זכרונות המשך...
די שלש סעודות מיטען רבי'ן פלעגט צו זיין דער הויכפונגט פונעם שבת, כעין אזויא איך בין משער היינט צי טאג איעדער איינער ביי זיין רבי'ן.
(אפילו שפעטערע יאהרן ווען ר' שלמה באבאוער האט שוין גיוונט אין באראפארק איך איך פלעג גיין אפט אהין, און לעיתים רחוקות ביין פריעריגען סקולענער רבי זצ"ל, איז דער טינקעלער שלש סעודת ביי מיר אלץ גיווען דער רום המעלה פון מיין שבת.)

דער ה' מלך, דער שמע ישראל, אין עס קלינקט נאך אין די אוירען דער ,שהשלום שלו, וואס ער פלעגט אליינס אנפאנגען און דער עולם האט ממשיך גיווען.
און די תורה, די לאנגע תורה. דער רבי פלעגט לעיתים אויפהערען רעדען און אזוי זיין פאר'מוח'ט דערנאך ווייטער גיין ,און גארנישט איבער זאגען ווערטער, נאר ממשיך זיין וויא עס וואלט גארנישט גיווען קיין הפסק.
דו שובבי"ם תורה איז עפעס גיווען מיט מער התרגשות ביים עולם. עס פלעגט זיין א גרעסער עולם אויכעט. פון וואס איך גידענק, און וואס איך האב גיהערט פון מיין טאטען ע"ה פון די צייטען ווען איך ביו נאך גיווען גאר גאר יונג, שנת תשי"ג, תשי"ד, אז דער גרעסטער עולם פלעגט זיין ביי שלש סעודות פרשת ויחי, וואס דענסטמאל איז גיווען דער אריינטריט אין די הכנה צו דו שובבי"ם וואכען.
דער שמועס איז גיווען אז עס קומט אויף יענעם שלש סעודות אן עולם אוויא ביי קול נדרי.

המשך יבא...

the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

scy4851 האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:
אבער נאכדעם ווער אינז האב מער געמאפט קיין איסט סייט בין איך שוין געווען עלטער און עס פלעגט זיין אן אפיצילע שיירא וואס מען פלעגט אריבערגיין די בריק צום רבין'ם טיש פלעג איך יא גיין מער אפטער...


דער פעטער מיינער וואס איך האב דערמאנט אויבען וויא איך בין גיווען שבת, האט חתונה שוין דא און אמעריקא. ער האט גיוינט ביי אונז און דער איססייד אלץ בחור, ער איז גיווען מיין מאמעס יונגערע ברודער.
ער האט נישט פארפעלט קיין איין שלש סעודות ביים רבי'ן.
שבת נאךמיטאג איז ער אריבער דער בריק מיט נאך אנדערע יודען אין מוצאי שבת איז ער שוין צירוק גיקומען מיטען 'טראלי'.
the SCY is the limit
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”