זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

געלויבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלויבט »

אהער און אהין האט געשריבן:א בילד פון לעגענדארן סאטמארן פילאנטראפ, ר' פייש מאשקאוויטש ע''ה. ער באזוכט אין סאטמארן זומער קעמפ בניני זופניק, נדבת פון אנדערן סאטמארן פילאנטראפ, ר' ישראל זופניק ע"ה. (קען עימיצער פעסטשטעלן צו דער איד צו רעכטס פון ר' פייש איז גאר ר' ישראל ע''ה? ס'קוקט אזוי אויס. און ווער זענען די בחורים'לעך אויפן בילד? זענען זיי פילייכט היינטיגע סאטמארע פילאנטראפן?...)

אין די ספר 'ישראל עושה חיל' וואס איז ארויס געקומען אין אר"י דורך די מוסדות וואס ר' ישראל ע"ה האט געשטיצט, לכבוד זיין 70 געבורטאג, איז דא די בילד און ס'שטייט אז דאס איז טאקע ר' ישראל.
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

יידישע קהילות האט געשריבן:איך האב אמאל געזען אזא געטייפטע קונטרס פון מנהגים של רביה"ק זי"ע. עס איז נאך אפגעטייפט געווארן בחייו חיותו.
ווייסט איינער וואו מ'קען דאס באקומען?
לויפער'ס מנהגים זענען געבויעט אויף דעם. איך זוך אבער די ארעגינאלע.

יא, דאס איז דער ספר "עדות ביהוסף" געשריבן דורך ר' יחזקאל יוסף ווייסהויז ז"ל, ויו"ל ע"י אביו הרה"ח ר' ישראל זינדל ווייסהויז [נפטר שב"ק פ' בא דהאי שתא].
שטייענדיג אצינד מוצש"ק ראה ביומא דהילולא קדישא האפן מיר אז זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו להוושע בכל מילי דמיטב
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

Re: זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

satmar_sukkos_copy_821x526.png
satmar_sukkos_copy_821x526.png (564.26 KiB) געזען 2679 מאל
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

עס דערציילט אונז הרה"ח ר' דוד לייב האלפערט הי"ו,
א מורא'דיג פאסירונג וואס עס האט זיך אפגעשפילט ביי כ"ק הרה"ק רבי יואל מסאטמאר זי"ע אינעם הייליגן כל נדרי נאכט.
עס איז געווען נאכן סטראוק פונעם רבי'ן זצ"ל שנת תשכ"ח, ווען אויף די קומענדעג ימים נוראים תשכ"ט האט מען זיך אריינגעצויגן אין נייעם ביהמ"דהגדול אויף ראדני סטריט. יענעם יאר האט מען קיינעם נישט אריינגעלאזט זיך געזעגענען ביים רבי'ן, צוליב די גרויסע שוואכקייט.
איך אלץ אינגערמאן – דערציילט ר' דוד לייב– האב געהאט גרויס חשק צו באקומען א ברכה פונעם רבי'ן
ווען מען גייט אריין אין אזעלכע הייליגע טעג אבער די גבאים און משמשים האבן קיינעם נישט אריינגעלאזט און עס איז נישט געווען קיין שום יוצא מן הכלל. עס איז געקומען בין כסא לעשור, האט איך נאכאמאל פראבירט אריינציגיין אל הקודש פנימה, אבער אן ערפאלג, עס איז מיר ווידעראמאל נישט געלונגען זיך אריינציבאקומען אין רבינ'ס צימער זען זיין לעכטיגע צורה און נעמען ברכת קדשו. עס איז געקומען ערב יום הקדוש אינדערפרי האב איך פעסט אפגעמאכט ביי מיר, יעבור עלי מה, און איך וועל אריינגיין צום רבי'ן. איך בין געגאנגען צם רבינ'ס הויז אויף בעדפארד עוועניו, און איך האב פראבירט אריינצייגין אינעם דירה אבער איך האב געזען אז אלע שלעסער זענען געווען פארשפארט. האב איך געהערט ווי מען פארעט זיך אינעם קיך האב איך געטראכט אז מסתם וועט באלד איינער אריינגיין אדער ארויסגיין פונעם פליישיגן קיך (וואס איז געווען הונטערן הויז) און אזוי וועל איך זיך קענען אריינכאפן אינעם הויז. איך האב געווארט אזוי אפאר מינוט ביז איינער איז טאקע ארויסגעקומען און עס איז מיר געלונגען זיך אריינציבאקומען אין רבינ'ס הויז. איינמאל איז בין שוין געווען אינעווייניג בין איך ארויפגעגאגנען די שטיגן צום רבינ'ס צימער, און איך האב געהערט ווי מען האט דעמאלס געדאווענט. עס איז שוין געווען קרוב צו חצות, דער רבי האט געדאווענט אינען שטוב, און די עולם איז געשטאנען אינדרויסן ממש א מנין מצומצם. איך האב מורא געהאט אריינציגיין האב איך מיר באהאלטן אונטער א פירהאנג אז מען זאל מיר נישט קענען באמערקן. נאכן דאווענען האט מיך איינער פון די גבאים געפאקט ביי די מעשה... האב איך אים געזאגט אז איך קען נישט צוגיין צו די הייליגע טעג אן נעמען א ברכה פונעם רבי'ן! האט מיר דער גבאי געזאגט אז מען וועט באלד אריינגיין אבער ממש איין זאך: נאר קענען געבן די האנט און נישט מער. ווארטענדיג דארט האב איך אבער געזען ווי עטליכע קרובים פון רבי'ן האבן געשריבן קוויטלעך, האב איך געקלערט צו זיך, אז איך וועל טוהן דאס זעלבע, און איך האב אויך געלאזט שרייבן א קוויטל פאר מיר. און איך בין אריין צוזאמען מיט די קרובים אינעם שטוב פון רבי'ן. עס איז געקומען צו מיין רייע, האב איך אויסגשטרעקט די האנט און איך האב אויך ארויסגענומען די קוויטל, און ווען די גבאי האט דאס געזען, האט ער מיר געזאגט: האסט איבערגעצויגן די שטריקל, איך האב דיר אריינגעלאזט בלויז צו געבן די האנט, און דא נעמסטו ארויס א קוויטל? דער גבאי האט גענומען די קוויטל, דאס אראאפגעווארפן, און געזאגט אז איך זאל געבן די האנט און שוין ארויסגיין פון שטוב. איך האב געטראכט צו מיר אז ווי נישט ווי איז ער דאך גערעכט, איך בין דאך א יונגערמאנטשיק, און איך האב נישט געמעגט אריין צום רבי'ן בכלל און דא שרייב איך נאך א קוויטל?... איך האב געגעבן די האנט פארן רבי'ן און ארויסגעגאנגען זיך פרייענדיג אז איך האב כאטש זוכה געווען צו געבן די האנט פארן רבי'ן. עס איז געקומען צו כל נדרי נאכט אין ביהמ"ד, ווען מען האט געהאלטן עטליכע מינוטן פאר כל נדרי, און אינעם ביהמ"ד האט געהערשט א גרויסע שטילקייט פונעם פחד היום. און איך הער ווי איינער פון די אנדערע גבאים הרב מאיר דייטש שליט"א וועלכער איז בכלל נישט געווען דעמאלט'ס אינעם שטוב גייט ארום צווישן די שורות און פרעגט אויב איינער האט געזען דא דעם אינגעמאן דוד לייב האלפערט? אזוי ווי איך האב געהערט ווי ער זאגט מיין נאמען האב איך מיר אנגערופן אז איך בין עס, און איך האב געפרעגט וואס ער וויל? האט ער מיר געזאגט: "דער רבי האט מיר געשיקט אז איך זאל דיר קומען איבערבעטן, און דיר זאגן אז ווען ביזט ארויס פון שטוב האט דער געהייסן אויפהייבן די קוויטל און דער רבי האט דאס געליינט, און דער רבי וויל דיר דאס זאגן אז זאלסט נישט האבן קיין שום עגמת נפש דערפון..."
נאכן דאוונען פאר מען איז אהיים פון ביהמ"ד איז ר' מאיר דייטש נאכאמאל צוגעקומען צו מיר און געזאגט אז דער רבי האט מיר נאכאמאל געפרעגט אויב איך האב דיר שוין געטראפן און איבערגעגעבן די פריערדערמאנטע ווערטער – ראו עד היכן הדברים מגיעים!
פון די גליון לאמיר זיך איבערבעטן
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: ראביי וויין אויפן רבי'ן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

שמחהלע האט געשריבן:
זייער אינטערעסאנט!
סיפורים אישים של הרב בערל וויין מלפנים רב במיאמי וסגן נשיא הOU על הרה"ק מסאטמאר זי"ע
https://drive.google.com/file/d/1-ujW0n ... s=5d65b7b7
הרב דרעזנער אויף קולמע לכבוד כ"ו אב.
הרב בערל וויין - בארימטער מגיד ובעל מכשיר און רב מערערע מקומות https://www.yiddish24.com/interviews/38/68664
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

איך האב לעצטענס געטראפן א שיינע קונטרס פון א דרשה פין הרה"ג ר' יעקב שפירא שליט"א וואס ער האט געזאגט ביי א יארצייט סעודה כ"ו אב תשע"ב אין פלארידע
מיט הערליכע מעשהלעך אין ענינים פונעם רעבין אזוי אויך מאמרים פון די ליטווישע גדולים אויפן רעבין זצ"ל

אזוי ווי איך האב מיר באלעקט די פינגער דערמיט, וועל איך בעז"ה מזכה זיין דעם ציבור דערמיט אין אנהייבן ארויף צולייגן אינטערסאנטע ציטאטן אין שטיקלך פון זיין דרשה

(טאמער עס קומט אין א אנדערע אשכול ביטע מיר איינמעלדן וועל איך עס אריבער פירן דארט)

וזה החלי בעז"ה
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

מתוך דרשת הרה"ג ר’ יעקב שפירא שליט”א

אצל סעודת הילולא של רביה"ק מסאטמאר זי"ע

כ”ו אב שנת תשע”ב, בביהמ”ד קערעסטיר, מיאמי, פלארידא

א)

רבי יעקב קאמינעצקי ז"ל האט גערעדט פון רבי יהודה הנשיא, וועלכער פלעגט קומען לאחר מותו צוריק צו די וועלט מאכן קידוש. האט רבי יעקב געפרעגט, פארוואס עפעס האט די רבש"ע געמאכט א נס, אז אז עמיצער זאל קענען מאכן קידוש ? תחיית המתים איז דאך א נס שבנסים, און השי”ת מאכט נישט קיין נס אומזיזסט, פארוואס האט השית עס געטאן ?

האט ער געזאגט, אז השי”ת האט געמאכט דעם נס אז רבי יהודה הנשיא זאל צוריקקומען, ווייל הקב”ה האט געוואלט ווייזן פאר די שפעטערע דורות א ביישפיל ווי אזוי די פריעדיגע דורות האבן אויסגעזען, און בלויז צוליב דעם אליין איז כדאי צו מאכן א נס פון תחה”מ.

האט רבי יעקב געזאגט, אז דער סאטמארער רבי זי"ע איז געשיקט געווארן אויף דער וועלט כדי מיר זאלן זען ווי אזוי עס האט אויסגעזען אין די אמאליגע דורות, און אויב הקב”ה וואלט אים נישט געשיקט אהער, וואלט קיין שום צאל הספדים, קיין שום צאל פון לערנען אדער דארש’נען וואלט נישט געקענט פאר אונז פארשטעלן דאס בילד וואס א גדול פון דעם געהויבענקייט איז.
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

מערכות הקודש האט געשריבן:
מתוך דרשת הרה"ג ר’ יעקב שפירא שליט”א
אצל סעודת הילולא של רביה"ק מסאטמאר זי"ע
כ”ו אב שנת תשע”ב, בביהמ”ד קערעסטיר, מיאמי, פלארידא
ב)

הרב יצחק הוטנער ז"ל האט געזאגט, אז דער כבוד וואס מיר דארפן האבן פאר’ן סאטמארער רבי’ן איז נישט סתם די כבוד וואס מיר דארפן האבן פאר אן אדם גדול. ער האט אים מדמה געווען צום לייב אין נח’ס תיבה. עס שטייט אויף נח, אז ווען ער האט שפעט געברענגט דאס עסן פארן לייב, האט אים דער לייב שיער גע’הרג’עט. פרעגט הרב הוטנער, לכאורה איז דער עונש נישט אין פראפארץ צום פארברעכן. וויל ער האט פארשפעטיגט צו ברענגען דאס עסן פאר א חי’, האט ער שיעור געדארפט גע’האר’געט ווערן ? האט הרב הוטנער געזאגט, דער לייב איז נישט געווען סתם א לייב. דער לייב איז געווען דער לעצטער לייב אויף דער וועלט, און פארן לעצטען לייב אויף דער וועלט, דארף מען האבן דעם גרעסטן כבוד ! אין דער סאטמארער רבי איז נישט סתם בלויז אן ארי שבחבורה, ער איז דער לעצטער פון זיין מין אויף דער וועלט. עס איז נישט געווען קיין שום אנדערער וואס איז געווען גלייך צו אים, און דער כבוד וואס מ’דארף האבן פאר אזא גדול ווי דאס, איז אנדערש ווי מ’דארף האבן פאר די גדולים, ווייל דאס איז געווען דער לעצטער גדול פון דעם סארט אויף דעם וועלט !
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

מערכות הקודש האט געשריבן:
מתוך דרשת הרה"ג ר’ יעקב שפירא שליט”א
אצל סעודת הילולא של רביה"ק מסאטמאר זי"ע
כ”ו אב שנת תשע”ב, בביהמ”ד קערעסטיר, מיאמי, פלארידא

ג)

רבי אהרן קאטלער ז"ל האט אמאל געפרעגט רבי אברהם קאלמאנאוויטש ז"ל, דעם מירער ראש הישיבה אין ניו יארק, פארוואס דרייט ער זיך אזוי פיל ביים סאטמארער רבי’ן ? ער איז דאך א חסידישע רבי ? אסאך ליטווישע גדולים האבן נישט געוויסט צופיל פונעם סאטמארער רבי’ן ביז זיי האבן זיך געטראפן מיט אים. נאכדעם וואס זיי האבן זיך געטראפן מיט אים, איז עס געגאנגען מן הקצה אל הקצה.

רבי אהרן האט אין אנהויב נישט געוואוסט צופיל פון סאטמארער רבי’ן, רבי אברהם קאלמנאוויטש האט יא געוואוסט. ער איז געווען דער וואס האט געשאפן געלט פארן סאטמארער רבין ארויסצוראטווען אים פון די דייטשן ביי די צווייטע וועלט מלחמה. ר’ אהרן האט אים געפרעגט וואס האט איר מיט א חסיד’ישן רבין אזוי פיל ?

האט ר’ אברהם גענטפערט, אין וויל איר זאלט וויסן, אז זינט דעם חפץ חיים, וועמען איך האב פערזענליך געקענט, האב איך קיינמאל נישט באגעגענט קיינעם וואס איז געווען מיט אזא קלארע אמונה ווי דער סאטמארער רבי !
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5253
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

געלויבט האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:
א בילד פון לעגענדארן סאטמארן פילאנטראפ, ר' פייש מאשקאוויטש ע''ה. ער באזוכט אין סאטמארן זומער קעמפ בניני זופניק, נדבת פון אנדערן סאטמארן פילאנטראפ, ר' ישראל זופניק ע"ה. (קען עימיצער פעסטשטעלן צו דער איד צו רעכטס פון ר' פייש איז גאר ר' ישראל ע''ה? ס'קוקט אזוי אויס. און ווער זענען די בחורים'לעך אויפן בילד? זענען זיי פילייכט היינטיגע סאטמארע פילאנטראפן?...)

אין די ספר 'ישראל עושה חיל' וואס איז ארויס געקומען אין אר"י דורך די מוסדות וואס ר' ישראל ע"ה האט געשטיצט, לכבוד זיין 70 געבורטאג, איז דא די בילד און ס'שטייט אז דאס איז טאקע ר' ישראל.
וואס איז די שאלה בכלל?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

אוודאי ר' ישראל ע"ה, מ' קען זיך נישט טועה זיין

איך געדענק דעם באזוך, אבער אפשר איז ער געקומען מער ווי איינמאל

דיסקלעימער, איך בין נישט אויפ'ן בילד, צו יונג געווען
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

מערכות הקודש האט געשריבן:
מתוך דרשת הרה"ג ר’ יעקב שפירא שליט”א
אצל סעודת הילולא של רביה"ק מסאטמאר זי"ע
כ”ו אב שנת תשע”ב, בביהמ”ד קערעסטיר, מיאמי, פלארידא
ד)

ווען דער סאטמארער רבי איז געווען אין אר"י, האט דער רבי געוואלט גיין זען בריסקער רב, אבער דער בריסקער רב איז געווען אביסל פארעווע איבער דעם. א חסידישע רבי… האט ער געשיקט זיין זון ר’ בערל אז ער זאל אים טראגן א נדבה פאר די מוסדות יטב לב.

ווען ר’ בערל איז צוריק געקומען צום טאטן, האט ער געזאגט טאטע, איך מיין אז דו דארפסט זיך טרעפן מיט דעם מענטש, זיי האבן זיך געטראפן אין גערעדט שעה’ן. נאכדעם וואס זיי האבן זיך געטראפן – דאס שטייט נישט אין איינע פון די סאטמארער ספרים, עס שטייט אין איינע פון די בריסקער ספרים – האט דער בריסקער רב געזאגט, אין מיין לעבן האב איך קיינמאל נישט געטראפן אזא מבקש אמת, אזא ערליכע לערנער, עמיצער וואס זוכט אזוי דעם אמת ווי דער רבי !

"אין מיין לעבן" האט ער געזאגט.

געדענקט דאס איז דיר בריסקער רב וועלעכער איז געבוירן אין תרמ”ו, זיין טאטע איז געווען רבי חיים בריסקער ז”ל, ער איז אלט געווען זעקס יאר ווען דער בית הלוי איז נפטר געווארן, איך מיין אז רבי ישראל סאלאנטער איז נפטר געווארן בלויז אפאר יאר פאר דער בריסקער רב איז געבוירן, דאס הייסט, יעדן גדול אין די פארגאנגענע 100 יאר האט דער בריסקער רב געקענט, און ער האט אין קיינעם נישט געטראפן אזא מבקש אמת ווי דער סאטמארער רבי !
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

Re: זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

מקור ?
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

צום פוינט האט געשריבן:

פרעג ר' יעקב שפירא שליט"א
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

האט איינער עפעס מער אינפא איבער דעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

איז דער שליח הגאון רבי שרגא פייבול מענדלאוויטש פון תורה ודעת ..?
א נסיעה פון הרב מענדלאוויטש קיין לאס אנגעלעס תש"ז פאר סטאמאר ישיבה אין ירושלים
אטעטשמענטס
ZELLL.jpg
ZELLL.jpg (154 KiB) געזען 1228 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
כבני מרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 9:11 pm

Re: האט איינער עפעס מער אינפא איבער דעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבני מרון »

dovidal האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 11:45 am
איז דער שליח הגאון רבי שרגא פייבול מענדלאוויטש פון תורה ודעת ..?
א נסיעה פון הרב מענדלאוויטש קיין לאס אנגעלעס תש"ז פאר סטאמאר ישיבה אין ירושלים
פון ווי קומט דער טעלעגראם?
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

[מדברי כ"ק מרן אדמו"ר ראחמיסטריווקא ב"פ שליט"א חתן הרה"ק מסקווירא זי"ע]
צום ערשטן מאָל מיט די גזע
בשנת תרצ"ב ווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע האָט צום ערשטן מאָל באַזוכט אין ארץ ישראל, בין איך נאָך געווען א יונג קינד.
איך קען נישט געדענקן פון דעם פון באַזוך.
אָבער אין די שפּעטערע יאָרן האָב איך אַסאַך צוריקגעהערט פון די זקני ירושלים, וועלכע האָבן זינט דעמאָלט גערעדט מיט א געוואַלדיגן התפּעלות פונעם סטאמאר רב
אין ירושלים האָט דער סאטמאר רב אויך באַזוכט ביים עלטער זיידן הרה"ק רבי נחומ'טשע פון ראַחמיסטריווקא זי"ע וועלכע איז שוין דאַן געווען א שטאַרקער זקן ער איז שוין כמעט נישט אַרויס פון שטוב. (בשנת תרצ"ב איז ער שוין געווען קרוב לבן תשעים שנה ער איז געבוירן געוואָרן בשנת ת"ר"ג. הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז דאַן אָנגעקומען קיין ארץ ישראל, מאָנטאָג פּרשת ראה, כ' אב. דאָנערשטאָג דערויף, כ"ג אב האָט ער באַזוכט ביים הרה"ק רבי נחומ'טשע זי"ע)
דער זיידע האָט אים אויפגענומען מיט א געוואַלדיגן יראת הכבוד, און עס האָט זיך אַנטוויקעלט צווישן זיי זייער א שיינער שמועס און זיי האָבן זייער ידידות'דיגע פאַרברענגט.
דער סאַטמארער רב איז זייער נתפּעל געוואָרן פונעם זיידן, און ער האָט זיך אויסגעדרוקט דערנאָך, אַז פאַר דעם איז אים נאָך קיינמאָל נישט אויסגעקומען נאָנט צו קענען די רוסישע רבי'ס פון דעם טשערנאָבלער גזע. דעמאָלט האָט ער צום ערשטן מאָל געהעריג באַגעגענט א רוסישן רבי'ן, און דער סאַטמאַר רב איז זייער באַאיינדרוקט געוואָרן פון אים.
מיט יאָרן שפּעטער האָב איך אַ מאָל געהערט פון איינעם פונעם סאַטמאַר רב'ס משמשים, אַז בסוף ימיו האָט מען אַמאָל געשמועסט במחיצתו זכרונות פון זיין ערשטע נסיעה קיין ארץ ישראל.
האָט דער רבי (מסאטמאר) זיך דאַן אויסגעדרוקט אַז אין די פריערדיגע יאָרן איז אים נישט צופיל אויסגעקומען זיך נענטער צו באַקענען מיט די רוסישע רבי'ס.
נאָר ווען ער איז געווען אין ירושלים, און ער האָט באַזוכט ביי "רבי נחומ'טשע" איז אים צום ערשטן מאָל אויסגעקומען צו באַזוכן א רבי'ן פון די גזע, און "ער האָט מיך געכאַפּט".
דער סאַטמאַר רב האָט דעמאָלט געזאָגט "איך בין אַרויס פון התפּעלות פון רבי נחומ'טשע. זיין פּנים האָט געשיינט". אַזוי האָט מיר דער מקורב נאָכגעזאָגט.

ווי דערמאַנט איז דער זיידע רבי נחומ'טשע שוין דעמאָלט געווען א איד א זקן. ער איז שוין כמעט נישט אַרויס פון שטוב. אָבער נאָכדעם וואָס דער סאַטמאַר רב האָט אים באַזוכט, האָט ער אים געזאָגט אַז ער וויל גיין צו אים אויף א ביקור גומלין. ס'איז געווען א שטאַרקער חידוש.

דער זיידע איז געווען פון די גרעסטע רבי'ס אין ארץ ישראל, און ווער נאָר עס איז געקומען קיין ארץ ישראל, האָט באַזוכט ביים זיידן. אָבער צוליב חולשה איז ער שוין צו קיינעם נישט צוריקגעגאַנגען.
האָט מען אים געפרעגט פאַרוואָס ער וויל אַזוי שטאַרק צוריקגיין צו אים אויף א באַזוך, האָט ער געזאָגט: "דער קראָלער רב האָט מיך געכאַפּט". דער זיידע איז זייער איבערגענומען געוואָרן פונעם סאַטמאַר רב, און ער איז טאַקע צוריקגעגאַנגען אויף א באַזוך צום סאַטמאַר רב.
ס'איז ממש א חידוש אין ירושלים פון וואָס יעדער האָט דעמאָלט גערעדט.

נישט סתם א גרוס..
איך האָב געהערט פון כ"ק דער שווער זצוק"ל אַז נאָכדעם וואָס דער סאַטמאַר רב איז אַ היימגעקומען קיין חו"ל, איז ער שפּעטער געפארן אויף אָפּרוה צו א געוויסן קור-אָרט, וואָס דער שווער זצוק"ל איז אויך דאָרט געווען.
ווען זיי האָבן זיך געטראָפן, האָט דער סאַטמאַר רב אים געזאָגט: "איך האָב פאַר אייך א גרוס פון אייער קרוב רבי נחומ'טשע, אָבער נישט סתם א גרוס, נאָר גאָר א ווארימער גרוס", און דער סאַטמאַרער רב האָט אים דערציילט מיט גרויס התרגשות איבער זיין באַזוך ביים זיידן רבי נחומ'טשע זי"ע.

מכתבים סגולות צווישן סאַטמאַרער רב און דער זיידע ר' נחמן יוסף
סוף שנת תש"ה איז הרה"ק מסאטמאר זי"ע אָנגעקומען קיין ארץ ישראל, שוין נאָכ'ן קריג. ווען ער איז אָנגעקומען קיין ארץ ישראל האָט מען גלייך געמאַכט לכבודו א גרויסע קבלת פּנים. דער גאַנצער עולם איז דורך שלום נעמען פונעם רבי'ן.
ווען יעדער איז שוין געהאַט דורכגעגאַנגען, איז דאָרט געבליבן דער זיידע הרה"ח ר' נחמן יוסף ווילהעלם ז"ל (שווער פון כ"ק מרן אדמו"ר מראַחמיסטריווקא זצוק"ל).
ער איז געווען א געהויבענער איד, און ער האָט געהאַט פאַרשידענע מקובל'דיגע סגולות און קמיעות וואָס ער פלעגט געבן פאַר מענטשן.
דער סאַטמאַר רב האָט געהאַט מיט אים שייכות נאָך פון די פריערדיגע יאָרן, ווען דער זיידע ר' נחמן יוסף פלעגט איבערגעבן פאַר'ן רבי'ן פאַרשידענע סגולות אויף געהאָלפן צו ווערן מיט זש"ק.
ווען דער זיידע איז נפטר געוואָרן, האָט מען געטראָפן ביי אים פאַרשידענע חילופי מכתבים צווישן אים און דעם סאַטמאַרער רב, מיט פאַרשידענע סגולות להפּקד בדבר ישועה ורחמים.

אַזאַ בעל צדקה האָב איך נישט געזען
דעמאָלט (תש"ה) נאָכדעם וואָס יעדער האָט שוין שלום גענומען פונעם רבי'ן, איז מיין זיידע רבי נחמן יוסף געבליבן דער לעצטער.
ער איז צוגעגאַנגען צום סאַטמאַר רב, ער האָט אַרויסגענומען א גרויסן סכום געלט, און ער האָט דאָס געגעבן פארן סאַטמאַר רב. ער האָט אים געזאָגט: "דאָ אין ארץ ישראל איז דאָ א גרויס דחקות. די אַלע אידן וואָס זענען דאָ געקומען שלום נעמען, רוב פון זיי וועלן נישט קענען געבן פאַר'ן רבי'ן קיין גרויסע געלטער.." ער האָט איבערגעגעבן פאַר'ן סאַטמאַר רב דעם גאַנצן סכום געלט, אַז ער זאָל האָבן מיט וואָס אָנצוהייבן.
ער האט געזאָגט פאַר'ן סאַטמאַרער רב: "דאָס איז אויף דערווייל. איך וועל נאָך צוגעבן נאָך". וכך הוה. די גאַנצע צייט וואָס דער סאַטמאַר רב איז געווען אין ירושלים, האָט דער זיידע אים שטאַרק געשטיצט, און ער האָט אַ סאַך זוכה געווען אים מהנה צו זיין.
ווען דער זיידע ר' נחמן יוסף איז נפטר געוואָרן, איז זיין זון, מיין פעטער הרה"ח רבי חיים דוד ז"ל געווען אין ניו יאָרק, און ער איז געזעצן שבעה. דער סאַטמאַרער רב איז אים געקומען מנחם אבל זיין, און ער האָט זיך אויסגעדרוקט זייער גרויס אויף מיין זיידן. ער האָט געזאָגט: "איך האָב געזען אַ סאַך בעלי צדקה, אָ בער אַזאַ בעל צדקה ווי ער - ר' נחמן יוסף - איז געווען, אַ זאָנס האָב איך נישט געזען". דער סאַטמאַר רב האָט אים דעמאָלט פאַרציילט די דערמאַנטע מעשה.

מיר האָט זיך געלוינט צו קומען..
כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האט דערציילט: ווען הרה"ק מסאַטמאַר זי"ע איז געווען אין ירושלים, האָט מען אים מכבד געווען צו קומען פאַרהערן די תלמידים פון תלמוד תורה "חיי עולם". עס איז געווען פּרשת במדבר, און דער רבי האָט געפרעגט איינעם פון די קינדער וואָס עס טייטש "ושניים יסעו". האָט דאָס קינד זיך אָנגערופן "און די יאָרן פארן". (דאָס קינד האָט זיך טועה געווען. אַנשטאָט צו טייטשן "ושניים יסעו" אַז זיי ציען זיך די צווייטע, האָט ער געטייטשט ושניים פונעם לשון די יאָרן, און ער האָט געזאָגט אַז די יאָרן פאָרן.) האָט הרה"ק מסאטמאר זיך אָנגערופן צו דעם קינד: "פאַר דיר קומט זיך א פּסק, אָבער פאר מיר האָט זיך געלוינט צו קומען אַהער פאַרהערן, כדי צו הערן דעם מוסר'דיגן רעיון. ושניים יסעו, די יאָרן פאָרן.." (אמרות טהורות במדבר)
אן אַנדערס מאָל האָב איך געזען ווי דער סאַטמאַר רב גייט אויף די גאס. אינמיטן איז דער גאס-לעמפּל געוואָרן רויט, צו צייגן אַז איצט טאָר מען נישט דורכגיין די גאַס. דער סאַטמאַר רב האָט זיך אָפּגעשטעלט, אָבער ס'איז געווען דאָרט א קינד וואָס האָט געוואָלט דורכלויפן די גאַס. האָט דער סאַטמאַר רב צוגערופן דאָס קינד און ער האט זיך אָנגערופן צו אים: ס'איז דאך א בפירוש'ער פּסוק "ויאמר אדום לא תעבור בי פן בחרב אצא לקראתיך". האָט דער סאַטמאַר רב אים געזאָגט בדרך צחות: "ויאמר אדום", ווען עס איז דאָ א רויט לעמפּל זאָגט דאס, "לא תעבור בי", איצט גיי נישט אַריבער די גאַס, ווייל ח"ו "פן בחרב אצא לקראתיך".

אויך לכבוד אייך און אייער שווער
דאָס קומענדיגע מאָל וואָס איך האָב געזען דעם סאַטמאַר רב איז געווען אין די תקופה פון מיין חתונה, ווען איך האָב בשטומ"צ חתונה געהאַט (בחודש אדר שנת תשי"ד) מיט די רביצין תליט"א, טאָכטער פון מיין שווער הרה"ק מסקווירא זצוק"ל.
דער סאַטמאַר רב איז דאַן געקומען באַשיינען די שמחה, און איז לאַנג געזעצן ביי די חתונה. ווען ער איז אַריינגעקומען צו די חתונה האָט דער סאַטמאַר רב זיך אָנגערופן צו מיין טאַטן: "אייער מחותן (הרה"ק מסקווירא) האָט מיך געלאַדענט, אָבער, געקומען בין איך אויך לכבוד אייך און לכבוד אייער שווער (ר' נחמן יוסף ווילהעלם)".
נאָך די חתונה בין איך אַריבער צום סאַטמאַר רב אָפּצונעמען דעם "דרשה געשאַנק". דערביי האָט דער סאַטמאַר רב שטאַרק מפליג דעם שטוב פון מיין שווער. ער האָט מיר געזאָגט אַז אין גאַנץ רומעניע איז נישט געווען נאָך אַזאַ שטוב פון וואו די טעכטער זענען אַרויסגעקומען אינגאַנצן ריין ווי דער שטוב פון מיין שווער. (כידוע האָט הרה"ק מסקווירא זצוק"ל אַריינגעלייגט שטאַרקע כוחות בחינוך הבנות, און טראָץ זיין געהויבענע עבודה און געוואַלדיגע התמדה, האָט ער געהאַלטן חשבון יעדע מינוט פון טאָג וואו די טעכטער געפונען זיך און מיט וועמען זיי חבר'ן זיך. אַזוי האָט ער זוכה געווען אויפצושטעלן גאָר א שיין דור.)

מה שאמר הרה"ק מסקווירא זצוק"ל לכ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
דעם סאַטמאַר רב "די וועלט דארף אים האָבן"

שבת שקלים תשכ"ח איז דער סאַטמאַר רב זצוק"ל ליידער נישט געזונט געוואָרן, און ער האָט געכאַפּט דעם שווערן סטראָוק.
אין יענע תקופה איז אויך דער שווער זצוק"ל ליידער געווען שטאַרק נישט געזונט.
עס איז געווען עטליכע וואָכן פאר זיין הסתלקות ביום ב' ניסן תשכ"ח.
איך בין דעמאָלט געווען זייער דערשראָקן,
און איך האָב געפרעגט דעם שווער (הרה"ק מסקווירא זצוק"ל):
"וואָס וועט זיין מיט די וועלט?
דער שווער איז אַזוי שטאַרק נישט געזונט, און דער סאַטמאַר רב דארף אַזאַ גרויסע ישועה.
וואָס וועט דאָ זיין?"
האָט כ"ק דער שווער מיר געענטפערט כהאי לישנא:
"דער סאַטמאַרער רב וועט זיך נאָך אַרויסדרייען, ווייל די וועלט דארף אים האָבן".
וכך הוה, דער סאַטמאַר רב זצוק"ל איז צוביסלעך געקומען צו די כוחות.
דער שווער זצוק"ל אָבער איז ליידער נסתלק געוואָרן נאָך עטליכע וואָכן
אטעטשמענטס
Roch.gif
Roch.gif (268.52 KiB) געזען 1043 מאל
לעצט פארראכטן דורך yoy אום מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

viewtopic.php?t=41095&start=25
טראק דרייווער האט געשריבן:
12/23/19 4:59 pm
געהערט אז די ראחמאסטריווקא רעבעצין דער סקווירא רבי זצ"ל טאָכטער האט פארציילט:

אז ווען סאטמאר רב זצ"ל איז נישט געזונט געווארן האט דער סקווירא רבי זצ"ל זייער געוויינט

און דעמאלס איז דער סקווירא רבי אויך נישט געזונט געווען און מען האט מורא געהאט אז עס גייט אים שאטן צו געזונט

די סקווירא רבי ז"ל איז דעמאלס אויף געווען די גאנצעטע נעכט מיט תהילם זאגן

האט זי אים געבעטן אז ער זאל זיך בארואיגן און נישט וויינען, האט ער געזאגט:

איך זעה נישט וויאזוי מען קען אנגיין 10 מינוט, אן סאטמאר רב

כך שמעתי
לעצט פארראכטן דורך yoy אום דינסטאג אוגוסט 15, 2023 11:45 pm, פארראכטן געווארן 10 מאל.
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

yoy האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 12:56 pm
מדברי כ"ק מרן אדמו"ר מראחמיסטריווקא ב"פ שליט"א חתן הרה"ק מסקווירא זצוק"ל מה שאמר לו חותנו מסקווירא תשכ"ח שבועיים לפני שעזב את העולם
דעם סאַטמאַר רב "די וועלט דארף אים האָבן"
שבת שקלים תשכ"ח איז דער סאַטמאַר רב זצוק"ל ליידער נישט געזונט געוואָרן, און ער האָט געכאַפּט דעם שווערן סטראָוק
אין יענע תקופה איז אויך דער שווער זצוק"ל ליידער געווען שטאַרק נישט געזונט.
עס איז געווען עטליכע וואָכן פאר זיין הסתלקות ביום ב' ניסן תשכ"ח.
איך בין דעמאָלט געווען זייער דערשראָקן,
און איך האָב געפרעגט דעם שווער (הרה"ק מסקווירא זצוק"ל):
וואָס וועט זיין מיט די וועלט?
דער שווער איז אַזוי שטאַרק נישט געזונט, און דער סאַטמאַר רב דארף אַזאַ גרויסע ישועה.
וואָס וועט דאָ זיין?"
האָט כ"ק דער שווער מיר געענטפערט כהאי לישנא:
"דער סאַטמאַרער רב וועט זיך נאָך אַרויסדרייען, ווייל די וועלט דארף אים האָבן".
וכך הוה, דער סאַטמאַר רב זצוק"ל איז צוביסלעך געקומען צו די כוחות.
דער שווער זצוק"ל אָבער איז ליידער נסתלק געוואָרן נאָך עטליכע וואָכן
כנראה איז צו די מעשה צוגעוואקסן..
למעלה משבעים האט געשריבן:
12/23/19 9:32 pm
ר' יוחנן וואזנער שליט"א האט פארציילט: איך האב געהערט פון גבאי ר' יושע פרידמאן ז"ל,
אז ווען סאטמאר רב זי"ע איז נישט געזונט געווארן, איז דער רבי זצוק"ל געווען זייער צוקאכט אז
"זיין עולם דארף אים האבן"
ר' יוחנן האט צוגעלייגט דאס איז וואס איך האט געהערט פון גבאי ר' יושע ז"ל
אבער פון אנדערע כלי שניים האב איך געהערט נאכזאגן, נישט פון ר' יושע, אז דער רבי זצוק"ל האט געזאגט אז
"די וועלט דארף אים האבן"
לעצט פארראכטן דורך yoy אום מיטוואך אוגוסט 16, 2023 12:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

איבער די באקאנטע אויסדריק פונעם סאטמאר רבי'ן, אז 'דער סקווירא רבי האט נאך געהאט א ריח פון די פריערדיגע צדיקים'

ווען די רבי איז נישט געזונט געווארן האט מען און אנהייב נישט פארציילט פארן רבי'ן אז דער סקווירא רבי זי"ע איז אוועק

ב' ניסן תשכ"ח ווען סקווירא רבי זי"ע איז אוועק, איז און וויליאמסבורג געווען א גרויס געגייעכץ פאר די לויה, צו נאך די לויה

די רבי זי"ע האט געזעין א גרויס געגייעכץ ווי דער גרויסע עולם גייט ערגעץ

האט די רבי געפרעכט, ווי גייט דער עולם?

האט מען געזאגט פאר'ן רבי'ן: סע איז פאר פסח, דעם עולם קויפט שוין איין פאר יום טוב..

ביז איין טאג האט אימעצער געפרעגט די רבי'ן איבערן געבן א חלק פון דעם נאמען "יעקב יוסף" ווייל זיין שווער האט איין נאמען?

האט די רבי פאר-ווינדערט געפרעגט: די סקווירא רבי, איז שוין נישטאָ??

דער עולם איז זיך דארט צולויפן..

ערשט שפעטער פאר מנחה ווען דער עולם איז צוריק אריין געקימען, האט די רבי געשמוסט איבערן סקווירא רבי,

האט זיך די רבי נאכדעם אויסגדריקט: "וואס זאל אייך זאגן: דער איינער סקווירא רבי ז"ל האט נאך געהאט א ריח פון פריערדיגע צדיקים"

און זייט; אין יענע תקופה נאך'ן סטראָוק איז פארן רבי'ן שווער געווען דאס רעדן
לעצט פארראכטן דורך yoy אום זונטאג אוגוסט 20, 2023 9:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: האט איינער עפעס מער אינפא איבער דעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

dovidal האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 11:45 am
איז דער שליח הגאון רבי שרגא פייבול מענדלאוויטש פון תורה ודעת ..?
א נסיעה פון הרב מענדלאוויטש קיין לאס אנגעלעס תש"ז פאר סטאמאר ישיבה אין ירושלים
פאריגע וואך אין די צייטונג,
איז געווען אין די וועכענטליכע באשרייבונג פון ר’ מנשה פילאפ א גאנצע אריכות,
איבער די קשר צווישן ר’ שרגא פייוויל מיטן רבין,
אין אז ער פלעגט אסאך העלפן דעם רבין,
סא לכאורה איז עס ער,
זייער אינטרעסאנט!
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: האט איינער עפעס מער אינפא איבער דעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

מקובל אלוקי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 12:47 am
dovidal האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 11:45 am
איז דער שליח הגאון רבי שרגא פייבול מענדלאוויטש פון תורה ודעת ..?
א נסיעה פון הרב מענדלאוויטש קיין לאס אנגעלעס תש"ז פאר סטאמאר ישיבה אין ירושלים
פאריגע וואך אין די צייטונג,
איז געווען אין די וועכענטליכע באשרייבונג פון ר’ מנשה פילאפ א גאנצע אריכות,
איבער די קשר צווישן ר’ שרגא פייוויל מיטן רבין,
אין אז ער פלעגט אסאך העלפן דעם רבין,
סא לכאורה איז עס ער,
זייער אינטרעסאנט!
אפשר ברענט איר אהער דעם שטיקל צייטונג
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
aal
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 1:01 pm

Re: זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aal »

סתם אזוי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 23, 2015 10:42 am
האדמו"ר הדברי אמונה מתולדות אהרן זצ"ל, פלעגט פארציילן די מימרא פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע עה"כ אצל דגל מחנה ראובן "ושניים יסעו" שניים מלשון שנים, "די יארן פארן". (הובא בספר תורה ואמונה)
yoy האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 12:56 pm
מיר האָט זיך געלוינט צו קומען..
מדברי כ"ק מרן אדמו"ר ראחמיסטריווקא ב"פ שליט"א חתן הרה"ק מסקווירא זי"ע האט דערציילט: ווען הרה"ק מסאַטמאַר זי"ע איז געווען אין ירושלים, האָט מען אים מכבד געווען צו קומען פאַרהערן די תלמידים פון תלמוד תורה "חיי עולם". עס איז געווען פּרשת במדבר, און דער רבי האָט געפרעגט איינעם פון די קינדער וואָס עס טייטש "ושניים יסעו". האָט דאָס קינד זיך אָנגערופן "און די יאָרן פארן". (דאָס קינד האָט זיך טועה געווען. אַנשטאָט צו טייטשן "ושניים יסעו" אַז זיי ציען זיך די צווייטע, האָט ער געטייטשט ושניים פונעם לשון די יאָרן, און ער האָט געזאָגט אַז די יאָרן פאָרן.) האָט הרה"ק מסאטמאר זיך אָנגערופן צו דעם קינד: "פאַר דיר קומט זיך א פּסק, אָבער פאר מיר האָט זיך געלוינט צו קומען אַהער פאַרהערן, כדי צו הערן דעם מוסר'דיגן רעיון. ושניים יסעו, די יאָרן פאָרן.." (אמרות טהורות במדבר)
עס איז מיר זייער אינטערעסאנט, ווייל מיר האבן געהערט פון ר' אהרן הערש בערקאוויטש נ''י יארן צוריק, אז די מעשה האט גאר פאסירט און זיין חדר און די סאטמאר'ער וויליאמסבורגר תלמוד תורה, היינט איז דאס בערך 65 יאר צוריק
דער מלמד איז געווען רבי ראובן לינזער ע''ה
ער זאגט: די פחד וואס אונז קינדער האמער געהאט פונעם רבי'ן קען מען זיך נישט פארשטעלן
דער רבי איז אונז געקומען פאַרהערן ער האָט געפרעגט א פאר קינדער: וואָס עס טייטש "ושניים יסעו" קיינער האט נישט געוויסט די טייטש,
ביז איין אינגל האט זיך אָנגערופן מיט א שטארקייט: איך ווייס! "די יאָרן פארן"
די רבי האט אזוי געלאכט.. די רבי האט אונז געזאגט: אבער עץ הערט'ץ וואס ער זאגט? "די יאָרן פארן"
אהרן הערש זאגט אז דאס יונגל איז געווען יאָמי (בנימן יצחק) גליק, הגם בנימן יצחק געדענקגט דאס נישט
ער זאגט, אז דער מלמד רבי ישעי ווייס ע''ה איז אויך דארט געווען אינטערן רבי'ן,
רבי ישעי ווייס האט אזוי שטארק געלאכט, מיר קינדער האמער דאס נישט געקענט פארשטיין, ווי קען מען אזוי לאכען ווען מען איז נעבען דעם רבי'ן?
די פחד וואס מיר האמער געהאט פונעם רבי'ן קען מען זיך נישט פארשטעלן
ער האט געגעבן א פאר נעמען קידער פון זיין זיין חדר (גיל/עלטער) זענען געווען
ר' משה יאקבאביטש
ר' בערל ברוין
ר' זלמן לייב גליק
ר' בנימן יצחק גליק, און ער
ר' אהרן הערש בערקאוויטש
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

aal האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 11:20 pm
סתם אזוי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 23, 2015 10:42 am
האדמו"ר הדברי אמונה מתולדות אהרן זצ"ל, פלעגט פארציילן די מימרא פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע עה"כ אצל דגל מחנה ראובן "ושניים יסעו" שניים מלשון שנים, "די יארן פארן". (הובא בספר תורה ואמונה)
yoy האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 12:56 pm
מיר האָט זיך געלוינט צו קומען..
מדברי כ"ק מרן אדמו"ר ראחמיסטריווקא ב"פ שליט"א חתן הרה"ק מסקווירא זי"ע האט דערציילט: ווען הרה"ק מסאַטמאַר זי"ע איז געווען אין ירושלים, האָט מען אים מכבד געווען צו קומען פאַרהערן די תלמידים פון תלמוד תורה "חיי עולם". עס איז געווען פּרשת במדבר, און דער רבי האָט געפרעגט איינעם פון די קינדער וואָס עס טייטש "ושניים יסעו". האָט דאָס קינד זיך אָנגערופן "און די יאָרן פארן". (דאָס קינד האָט זיך טועה געווען. אַנשטאָט צו טייטשן "ושניים יסעו" אַז זיי ציען זיך די צווייטע, האָט ער געטייטשט ושניים פונעם לשון די יאָרן, און ער האָט געזאָגט אַז די יאָרן פאָרן.) האָט הרה"ק מסאטמאר זיך אָנגערופן צו דעם קינד: "פאַר דיר קומט זיך א פּסק, אָבער פאר מיר האָט זיך געלוינט צו קומען אַהער פאַרהערן, כדי צו הערן דעם מוסר'דיגן רעיון. ושניים יסעו, די יאָרן פאָרן.." (אמרות טהורות במדבר)
עס איז מיר זייער אינטערעסאנט, ווייל מיר האבן געהערט פון ר' אהרן הערש בערקאוויטש נ''י יארן צוריק אז:
די מעשה האט גאר פאסירט און זיין חדר, און די סאטמאר וויליאמסבורגר'ער תלמוד תורה, היינט איז דאס בערך 65 יאר צוריק תשי''ט תש''כ צו תשכ''א
דער מלמד איז געווען רבי ראובן לינזער ע''ה
ער זאגט: די פחד וואס אונז קינדער האמער געהאט פונעם רבי'ן קען מען זיך נישט פארשטעלן
דער רבי איז אונז געקומען פאַרהערן ער האָט געפרעגט א פאר קינדער: וואָס עס טייטש "ושניים יסעו" קיינער האט נישט געוויסט די טייטש,
ביז איין אינגל האט זיך אָנגערופן מיט א שטארקייט: איך ווייס! "די יאָרן פארן"
די רבי האט אזוי געלאכט.. די רבי האט אונז געזאגט: אבער עץ הערט'ץ וואס ער זאגט? "די יאָרן פארן"
אהרן הערש זאגט אז דאס יונגל איז געווען יאָמי (בנימן יצחק) גליק, הגם בנימן יצחק געדענקגט דאס נישט
ער זאגט, אז דער מלמד רבי ישעי ווייס ע''ה איז אויך דארט געווען אינטערן רבי'ן,
רבי ישעי ווייס האט אזוי שטארק געלאכט, מיר קינדער האמער דאס נישט געקענט פארשטיין, ווי קען מען אזוי לאכען ווען מען איז נעבען דעם רבי'ן?
די פחד וואס מיר האמער געהאט פונעם רבי'ן קען מען זיך נישט פארשטעלן
ער האט געגעבן א פאר נעמען קידער פון זיין זיין חדר (גיל/עלטער) זענען געווען
ר' משה יאקבאביטש
ר' בערל ברוין
ר' זלמן לייב גליק
ר' בנימן יצחק גליק, און ער
ר' אהרן הערש בערקאוויטש
איינער האט מיר געזאגט אמאל, אז דאס יונגל איז געווען ר' בנימן הירש נ''י.
עס מאכט א סך מער סענס, די גאנצע זאך מיט אים.. די self confidence..
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
נחלתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 11:36 pm

Re: זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחלתי »

yoy האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 10:47 am
yoy האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 12:56 pm
מדברי כ"ק מרן אדמו"ר מראחמיסטריווקא ב"פ שליט"א חתן הרה"ק מסקווירא זצוק"ל מה שאמר לו חותנו מסקווירא תשכ"ח שבועיים לפני שעזב את העולם
דעם סאַטמאַר רב "די וועלט דארף אים האָבן"
שבת שקלים תשכ"ח איז דער סאַטמאַר רב זצוק"ל ליידער נישט געזונט געוואָרן, און ער האָט געכאַפּט דעם שווערן סטראָוק
אין יענע תקופה איז אויך דער שווער זצוק"ל ליידער געווען שטאַרק נישט געזונט.
עס איז געווען עטליכע וואָכן פאר זיין הסתלקות ביום ב' ניסן תשכ"ח.
איך בין דעמאָלט געווען זייער דערשראָקן,
און איך האָב געפרעגט דעם שווער (הרה"ק מסקווירא זצוק"ל):
וואָס וועט זיין מיט די וועלט?
דער שווער איז אַזוי שטאַרק נישט געזונט, און דער סאַטמאַר רב דארף אַזאַ גרויסע ישועה.
וואָס וועט דאָ זיין?"
האָט כ"ק דער שווער מיר געענטפערט כהאי לישנא:
"דער סאַטמאַרער רב וועט זיך נאָך אַרויסדרייען, ווייל די וועלט דארף אים האָבן".
וכך הוה, דער סאַטמאַר רב זצוק"ל איז צוביסלעך געקומען צו די כוחות.
דער שווער זצוק"ל אָבער איז ליידער נסתלק געוואָרן נאָך עטליכע וואָכן
כנראה איז צו די מעשה צוגעוואקסן..
למעלה משבעים האט געשריבן:
12/23/19 9:32 pm
ר' יוחנן וואזנער שליט"א האט פארציילט: איך האב געהערט פון גבאי ר' יושע פרידמאן ז"ל,
אז ווען סאטמאר רב זי"ע איז נישט געזונט געווארן, איז דער רבי זצוק"ל געווען זייער צוקאכט אז
"זיין עולם דארף אים האבן"
ר' יוחנן האט צוגעלייגט דאס איז וואס איך האט געהערט פון גבאי ר' יושע ז"ל
אבער פון אנדערע כלי שניים האב איך געהערט נאכזאגן, נישט פון ר' יושע, אז דער רבי זצוק"ל האט געזאגט אז
"די וועלט דארף אים האבן"
אדער ר' יושע גבאי געשניטן לפי הצורך
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”