רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט איז די יא"צ פין די הייליגע צדיק רבי מרדכי מקוזמירער זי''ע
כידוע איז ער געוועהן א געוואלדיגע בעל מופת זאל ער זיין א גוטע בעטער אין מתפלל פין אויבן פאר אונז אלע מיט ישועות רפואות וכל הנחמות אין צו די גאולה שלימה בב"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
ברוז
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:49 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוז »

נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ליידער האב איך נישט געהאט די זכיה דעם יאר צו קענען פיזיש זיין אין קיעלץ ביים ציון הקדוש, אבער אויפן טעלפון האב איך מיטגעהאלטן די געוואלדיגע התעוררות וואס איז געווען היינט ביים ציון הקדוש, ווי צענדליגער אידן האבן פארגאסן טייכן טרערן און מעורר געווען רחמי שמים מרובים פאר אחינו בני ישראל די בכל אתר ואתר.

ווי יעדעס יאר האט מען געזאגט די טשערנאבלער קאפיטלעך וואס מען זאגט אויף קברי צדיקים, דערנאך זיין הייליגער נאמען פון תמניא אפי (מרדכי בן אברהם נשמה), און ממשיך געווען מיט ספר רביעי, און נאך די יהי רצון האט מען געזאגט די חרוזים ה' ה', און קדיש.

מען האט אויך געלערנט פרקים משניות לויט זיין הייליגער נאמען, און געצינדען נרות פון שמן, ווי דער הייליגער צדיק האט דאס געבעטן אין זיין צוואה.

הייליגער רבי מאטעלע, אונז האבן דערפילט דיין בקשה, יעצט טוה דו ערפילן אונזערע אלע בקשות, אז מיר זאלן שוין געהאלפן ווערן מיט אלדאס גוטס.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אמן נצח סלה ועד
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9581
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

תמונה
אטעטשמענטס
TRISKER.jpg
TRISKER.jpg (288.06 KiB) געזען 1289 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9581
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

הסכמה
אטעטשמענטס
KOZMIR.jpg
KOZMIR.jpg (119.38 KiB) געזען 1123 מאל
KOZMIR2.jpg
KOZMIR2.jpg (115.85 KiB) געזען 1123 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פין די הייליגע צדיק רבי מאטעלע קוזמירער זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

איינמאל האט הרה"ק רבי מרדכי מקאזמיר זצ"ל דערציילט א מעשה וואס איז פארגעקומען ווען ער איז געווען א קינד פון זעקס אדער זיבן יאר אלט.
עס איז געווען אמאל אין א מוצש"ק, ווען ער איז נאך געווען א יונג קינד האט ער געזען ווי חסידים דרייען זיך אינעם טאטע'נס הויז (דער הייליגער טוריסקער מגיד זי"ע) און האבן זיך געוואלט וואשן לכבוד סעודת מלוה מלכה, אבער זיי האבן נישט געהאט מיט וואס צו מאכן א סעודה.
ווען דאס קינד האט געזען זייער דאגה אז זיי ווילן האבן א שיינע סעודה פאר מלוה מלכה, האט ער זיי צוגערופן און געזאגט, קומט'ס מיט מיר און איך וועל אייך ווייזן ווי עס געפונען זיך גוטע עסן צו קענען מאכן א סעודת מלוה מלכה. ער האט זיי געפירט צום קעלער און זיי אנגעוויזן אויף גוטע מאכלים וואס איז געבליבן פון שבת קודש, חלות, פיש און פלייש. א.א.וו. די חסידים האבן דאס גענומען אין ביהמ"ד אריין און האבן געפראוועט א שיינע סעודת מלוה דמלכה מיט א חסידישן דערהויבנקייט.
ער דער יונגל איז געשטאנען אין א זייט און האט זיך זייער געפריידט אז ער האט געקענט צו שטעלן פאר די חסידים א שיינע סעודה אזויווי עס דארף צו זיין.
זיין מאמע די צדיקת ע"ה, פלעגט זיך בטבע אסאך בייזערן. שטייענדיג דארט זעט ער ווי זי האט דערזען די שיינע גרויסע סעודה וואס די חסידים מאכן, האט זי געפרעגט איר קינד, פון וואו זענען די אלע מאכלים?
האט ער געענטפערט, איך האב געזען ווי די חסידים ווילן עסן א סעודת מצוה, האב איך זיי געוויזן וואו מיר האלטן די עסן, אז זיי זאלן נעמען פון דארט אלעס וואס פעלט זיי אויס.
די מאמע הערענדיג דאס, האט זי זיך זייער געבייזערט אויף אים... און האט אים געזאגט, אז היינט זאל ער נישט אהיים קומען צו עסן און שלאפן.
דאס קינד איז נאכ'ן פסק פון זיין מאמע, אריין צום טאטן - דער הייליגער טוריסקער מגיד זי"ע - אין שטוב מיט טרערן אין די אויגן. פרעגט אים דער טאטע, וואס איז געשען פארוואס וויינסטו?
האט ער געענטפערט, איך האב געזען ווי די חסידים זוכן מיט וואס צו מאכן א סעודת מצוה, האב איך זיי געוויזן דעם פלאץ וואו מיר האלטן די עסן, און די מאמע האט זיך זייער געבייזערט אויף מיר און געזאגט אז איך זאל נישט אהיים קומען עסן און שלאפן.
האט דער טריסקער מגיד אים בארואיגט און געזאגט, קום, בלייב דא מיט מיר אין מיין שטוב, און ער האט אים געגעבן א פלאץ צו שלאפן אויפן בעט וואס איז דארט געשטאנען, און ער האט זיך דארט געלייגט שלאפן.
אינמיטן נאכט ווען ער איז שוין געשלאפן האט ער געפילט ווי אין שטוב געפינט זיך א גרויסע ליכטיגקייט, אויך האט ער געשפירט א שמעק פון רויעך, און ער האט געהערט א קול ווי איינער קרעכטץ.
האט ער זיך אויף געוועקט און האט געזען ווי זיין הייליגער טאטע זיצט, און זיין פנים איז ווייס ווי קאלעך, האט ער געפרעגט פון זיין טאטע, וואס טוט זיך דא?
האט דער טאטע אים גענטפערט "גיי צוריק שלאפן, איך וועל דיר שוין אן אנדערע מאל דערציילן." און דער טריסקער מגיד האט אים צוגעדעקט זיין פנים אז ער זאל נישט זען וואס דארט גייט פאר, און ער איז טאקע ווייטער געשלאפן.
אינדערפרי האט ער געפרעגט פון זיין טאטע וואס איז דאמאלטס געשען אינמיטן די נאכט?
האט אים דער טאטע געענטפערט, איך האב נישט יעצט קיין כח צו פארציילן.
האט ער געווארט נאך א טאג און ער האט נאכאמאל געפרעגט, האט אים דער טריסקער מגיד גענטפערט, אז זיין מאמע ע"ה (די רעבעצין פון טשערנאבלער מגיד) איז געווען ביי אים. ווייל ווען איר נשמה איז ארויף געקומען אין הימל, האט מען איר גע'פסק'נט זי זאל גיין אין גן עדן, איז געקומען א מלאך רע וואס האט ליידער מקטרג געווען ביים ב"ד של מעלה אז זי האט אמאל גורם געווען צו טוהן א מלאכה, פון מאכן א בהמה זאל גיין אום שבת.
און די מעשה איז געווען אזוי; פאר דעם הויז פונעם טשערנאבלער מגיד איז געווען אסאך בלאטע. איינמאל ערב שב"ק פארנאכט זענען אדורך געפארן דעם שטאט טשערנאביל פערד מיט גרויסע און פולע וועגענער מיט פארשידענע סחורות, און ווען די פערד זענען דורך געפארן די הויז פונעם טשערנאבלער מגיד זענען זיי שטעקן געבליבן אין די בלאטע מיט די אלע וועגענער סחורות און האבן נישט געקענט ווייטער גיין זייער וועג.
די בעלי עגלות זענען געווען ערליכע יודן, און ווען זיי האבן געזען אז עס איז שוין געווארן בין השמשות, האבן זיי איבער געלאזט די פערד און וועגענער אינדרויסן פאר די מגיד'ס הויז און זענען געגאנגען מקבל זיין דעם הייליגן שבת.
די רעבעצין פון טשערנובלער מגיד פלעגט זיך צו פירן צו גיין יעדן פרייטאג פארנאכט דאווענען אין שול, יעצט ווען זי איז צוריק געקומען פון שול און אדורך געגאנגען נאנט צום הויז מיט די שבת'דיגע מלבושים בפרט מיט דעם שטערן טיכן וואס זי האט געטראגן לכבוד דעם הייליגן שבת, די פערד האבן איר דערזעהן האבן זיי זיך זייער דערשראקן און פאר גרויס שרעק האבן זיי זיך ארויס געריסן פון די בלאטע מיט די וועגענער סחורה, און דאס איז דער גרם חילול שבת וואס דער מלאך רע האט מקטרג געווען.
האט דער ב"ד של מעלה גע'פסק'נט, אז כדי דאס צו פאררעכטן האט זי צוויי ברירות, אדער זאל זי נאכאמאל מגולגל ווערן און אראפ קומען אויף די וועלט, אדער איין שעה גיהנום, און זי האט די ברירה זיך אויסוועלן וועלכע זי וויל. האט זי גענטפערט אז זי וויל גיין פרעגן אן עצה פון איר זון דער טריסקער מגיד און הערן וואס ער זאגט.
דערציילט ווייטער דער טריסקער מגיד פאר זיין זון רבי מרדכי - איז די מאמע געקומען צו מיר ביינאכט, האב איך איר געזאגט אז זי זאל ענדערש אויסוועלן איין שעה גיהנום, אבער נאר אויף אזא אופן אז די גיהנום זאל זיין דא אינדערהיים.
איז זי צוריק געגאנגען צום ב"ד של מעלה און געזאגט וואס זי האט מחליט געווען אז זי וועלט אויס גיהנום אבער ביי איר זון דער טוריסקער מגיד אין שטוב, און זיי האבן מסכים געווען דערצו און זי האט טאקע געהאט איין שעה גיהנום דא ביי מיר אין הויז, און דאס איז געווען די גרויסע ליכט און רויעך וואס דו האסט געזען ביינאכט.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
פון א סקווירא גליון
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

הונדערטער אידן האבן זיך נעכטן משתטח געווען על מקום מנוחת קדשו אין קיעלץ.

מיט גרויס התעוררות האט מען געזאגט די מזמורי תהלים און געלערנט משניות פון שמו הק' ווי ער בעט אין די צוואה.

די דערהויבנקייט וואס מען האט דארטן געשפירט קען מען בכלל נישט איבערגעבן!

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל.
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9581
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

אינטערסאנט
אטעטשמענטס
KOZ5.jpg
KOZ5.jpg (132.33 KiB) געזען 696 מאל
KOZ44.jpg
KOZ44.jpg (115.99 KiB) געזען 696 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

א באריכט איבער די יארצייט אינעם קיעלצער צייטונג ט' תמוז תרצ"ד
קיעלצער צייטונג ט תמוז תרצד - גרויסער צוזאמענפאר פון חסידים און רביים אין קעלץ.jpg
קיעלצער צייטונג ט תמוז תרצד - גרויסער צוזאמענפאר פון חסידים און רביים אין קעלץ.jpg (73.44 KiB) געזען 635 מאל
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מען גרייט זיך אויף א גרויסע ציבור וואס וועט זיין אין קיעלץ דעם דאנערשטיג כ' אייר, לעשות רצון צדיק ווי הרה"ק מקאזמיר האט געבעטן אין זיין צוואה אז מען זאל קומען צו זיין ציון ביום הגדול כ' אייר הילולא קדישא פונעם זיידן דער טשערנאבלער מגיד, צינדן נרות של שמן און זאגן תהלים און לערנען משניות ווי די אותיות פון שמו הקדוש.
זידיטשוב
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:07 am

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זידיטשוב »

נו דער עולם ווארט מיט שפאנונג צו הערן וויאזוי דער גרויסער מעמד בקשת רחמים איז געווען
"אין זידיטשוב ברענט א פייער.... און קיינער קען דאס נישט פארלעשן"
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

זידיטשוב האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 7:17 pm
נו דער עולם ווארט מיט שפאנונג צו הערן וויאזוי דער גרויסער מעמד בקשת רחמים איז געווען
מען קען עס בכלל נישט באשרייבן... די התעוררות און דערהויבנקייט איז געווען ממש אין לשער... טייכן טרערן האבן זיך דארטן געגאסן...
יהי רצון מען זאל פויעל'ן אלעס גוטס.
קאשע זופ
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 10:16 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאשע זופ »

נחוניא האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 11:24 pm
זידיטשוב האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 7:17 pm
נו דער עולם ווארט מיט שפאנונג צו הערן וויאזוי דער גרויסער מעמד בקשת רחמים איז געווען
מען קען עס בכלל נישט באשרייבן... די התעוררות און דערהויבנקייט איז געווען ממש אין לשער... טייכן טרערן האבן זיך דארטן געגאסן...
יהי רצון מען זאל פויעל'ן אלעס גוטס.
איך האב באקומען אפאר בילדער ווי מען זעט די התתעוררות
מסיבת הכנה אין קיעלץ
אטעטשמענטס
מסיבת הכנה.jpg
מסיבת הכנה.jpg (181.23 KiB) געזען 452 מאל
לעצט פארראכטן דורך קאשע זופ אום דאנערשטאג מאי 18, 2023 1:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאשע זופ
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 10:16 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאשע זופ »

ביים מתפלל זיין ביים ציון
אטעטשמענטס
תהלים.jpg
תהלים.jpg (147.85 KiB) געזען 451 מאל
תהילים.jpg
תהילים.jpg (165.75 KiB) געזען 451 מאל
לעצט פארראכטן דורך קאשע זופ אום דאנערשטאג מאי 18, 2023 1:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאשע זופ
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 10:16 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאשע זופ »

סיום ספר הקדוש מאמר מרדכי
אטעטשמענטס
סיום מאמר מרדכי.jpg
סיום מאמר מרדכי.jpg (389.19 KiB) געזען 450 מאל
לעצט פארראכטן דורך קאשע זופ אום דאנערשטאג מאי 18, 2023 1:01 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאשע זופ
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 10:16 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאשע זופ »

לערנען משניות ווי די אותיות פון שמו הקדוש כפי צוואתו
פארגעלערנט דורך הרב שמואל גרובער מארגן הנסיעה
אטעטשמענטס
משניות.jpg
משניות.jpg (366.89 KiB) געזען 459 מאל
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מיט גרויס התרגשות הייבט מען זיך אן צו גרייטן צום הילולא קדישא ח' תמוז הבעל"ט.
פרטים יבואו.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

שטייענדיג א חודש פאר די הילולא קדישא, קומען די גבאים פון די הייליגע קופה 'מאמר מרדכי' על שמו הקדוש ארויס מיט א קאמפיין זיך אנצושליסן מיט א חודש'ליכע שותפות, וואס מיט דעם איז מען זוכה צו די הבטחה וואס זיין פאטער דער טוריסקער מגיד זי"ע האט צוגעזאגט:
'וכל מי שישתתף עמו גם הוא יצליח'!

דא מען קען תורם זיין צו די הייליגע קופה.

די קופה הקדושה איז נתייסד געווארן לויט זיין בקשה אין די צוואה וואס ער בעט זיך:
'ויזכרו את שמי לטובה לדור דורות'!
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9581
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

סנדקאות ביי א צווילינג
אטעטשמענטס
FG7.jpg
FG7.jpg (211.85 KiB) געזען 336 מאל
FG6.jpg
FG6.jpg (225.43 KiB) געזען 336 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

dovidal האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 11:37 pm
סנדקאות ביי א צווילינג
מצבה פונעם ווארשא שוחט ר' יהודה לייב פאזנאנסקי ז"ל, ביי וועם די מעשה פון די צווילינג ברית איז געווען
https://cemetery.jewish.org.pl/id_97772 ... 84ski.html
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

גליון פועל ישועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

גליון פועל ישועות - פרשת נשא תשפ"ג
גליון פועל ישועות תשפג 1_Page_1.jpg
גליון פועל ישועות תשפג 1_Page_1.jpg (343.12 KiB) געזען 269 מאל
גליון פועל ישועות תשפג 1_Page_2.jpg
גליון פועל ישועות תשפג 1_Page_2.jpg (315.15 KiB) געזען 269 מאל
גליון פועל ישועות תשפג 1_Page_3.jpg
גליון פועל ישועות תשפג 1_Page_3.jpg (367.4 KiB) געזען 269 מאל
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מרדכי טווערסקי מקאזמיר זי"ע - ח' תמוז תרע"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

גליון פועל ישועות - בהעלותך תשפ"ג
גליון פועל ישועות תשפג 2_Page_1.jpg
גליון פועל ישועות תשפג 2_Page_1.jpg (318.38 KiB) געזען 216 מאל
גליון פועל ישועות תשפג 2_Page_2.jpg
גליון פועל ישועות תשפג 2_Page_2.jpg (379.07 KiB) געזען 216 מאל
גליון פועל ישועות תשפג 2_Page_3.jpg
גליון פועל ישועות תשפג 2_Page_3.jpg (316.36 KiB) געזען 216 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”