ר' מנחם הכהן שעהנברוין מקליוולאנד בעמח"ס מנחת סופר

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יעהופעץ

ר' מנחם הכהן שעהנברוין מקליוולאנד בעמח"ס מנחת סופר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעהופעץ »

בדרך אגב געפונען מיר אז שוין אין תרנ"ח האט הרב מנחם שעהנברוין א תלמיד פונעם מהר"ם שיק און דער חתן סופר געדינט אלס רב אין דער כנסת ישראל שוהל אין סקרענטאן פא. ער האט ארויס געגעבן א ספר מנחת סופר (קליוולאנד תרס"ו)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יעהופעץ האט געשריבן:בדרך אגב געפונען מיר אז שוין אין תרנ"ח האט הרב מנחם שעהנברוין א תלמיד פונעם מהר"ם שיק און דער חתן סופר געדינט אלס רב אין דער כנסת ישראל שוהל אין סקרענטאן פא. ער האט ארויס געגעבן א ספר מנחת סופר (קליוולאנד תרס"ו)


הרב יהופיץ, אגב חורפיה לא דק, הרב שענברוין איז געווען רב אין די קהילה 'כנסת ישראל' אין קליוולאנד, אה. נאר איידער דעם איז ער געווען א רב אין סקרענטאן.

עס איז זייער אינטערסאנט צו דערגיין מער פרטים איבער דעם רב, וויי ער איז ווי דערמאנט געווען אן אונגארישער אפשטאמיגער, ער איז געבוירן אין קאפיש לאביו ר' אברהם, ער רעכנט אויס זיינע ברודער; ר' ראובן, ר' ישעי', ר' יעקב און זיין שוואגער ר' יצחק פריעדמאן, אין די סאטמארער משפחה 'שעהנברוין' וועלכע זענען אויך כהנים (ר' אהרן הכהן שעהנברוין קוממיות ז"ל, ובניו ר' יעקב שמואל קאפל ור' חיים ראובן) זעהט מען אויך די נעמען, אפשר ווייסען זיי צו דאס איז ממשפחתם?

ער איז געווען אן איידעם ביי א געוויסע ר' דוד ניימאן, און ער האט שוין געוואונט דאהי אזוי פרי ווי תרנ"ח (אינעם תרס"ו דרוק שרייבט ער אז ער איז שוין רב אין קליוולאנד 8 יאר) דאס איז גאר זעלטן פון א אונגארישער רב, דעם ספר 'מנחת סופר' אויף בראשית האט ער געדרוקט צוויי מאל און דריי יאר (תרס"ו אין קליוולאנד און תרס"ט אין ניו יארק).
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אז מ'רעדט פון הרב שעהנברוין, איז אינטערעסאנט צו דערמאנען א תשובה פון ר' אלעזר לעוו אב"ד אונגוואר ואיהעל וואס ער האט געשריבען צו אים בשנת תרס"ג (שו"ת פקודת אלעזר סי' כ"ה) קיין קליוולאנד.

הרב שעהנברוין האט אנגעפרעגט צוויי שאלות וואס איז נוגע צו שינוים ביים דאווענען, איינס וועגן משוררים צום חזן וועלכע זענען מחללי שבת רח"ל, און נאכדעם צו מ'מעג איבערזאגען ווערטער ביי אזעלכע פלעצער ווי יקום פרקן.

פארשטייט זיך אז דער אונגווארער רב ענפערט אים שארף נישט, אבער וועט מען דאך אוודאי מיינען אז די שאלה איז נאר געווען אקטועל דא אין די טריפה'נע אמעריקא ווי דאס אידישקייט האט געהאלטן ביי דעם אז אין ארטאדאקסישע שוהלען זענען דאס געווען די שאלות, זאגט אבער ר' אלעזר לעוו אז ניין, אפי' ביי זיי אין אונגוואר גרוילט ער זיך צו גיין דאווענען אין די שטאטישע שוהל בעת וואס דער קאנטאר/חזן פירט דארט אן זיינע צערעמאניעס.

קוקט אריין די שארפע ווערטער פון דעם אונגווארער רב זצ"ל
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_21068_311.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:עס איז זייער אינטערסאנט צו דערגיין מער פרטים איבער דעם רב, וויי ער איז ווי דערמאנט געווען אן אונגארישער אפשטאמיגער, ער איז געבוירן אין קאפיש לאביו ר' אברהם, ער רעכנט אויס זיינע ברודער; ר' ראובן, ר' ישעי', ר' יעקב און זיין שוואגער ר' יצחק פריעדמאן, אין די סאטמארער משפחה 'שעהנברוין' וועלכע זענען אויך כהנים (ר' אהרן הכהן שעהנברוין קוממיות ז"ל, ובניו ר' יעקב שמואל קאפל ור' חיים ראובן) זעהט מען אויך די נעמען, אפשר ווייסען זיי צו דאס איז ממשפחתם?


היינט מברר געווען אז ר' אהרן הכהן שעהנברוין פון קוממיות הנ"ל איז טאקע געווען א זוהן פון ר' ראובן שעהנברוין פון בערעגסאז וועלכער איז געווען א ברודער מיט ר' מנחם מקליוולאנד, בני ר' אברהם הכהן שעהנברוין. די בני המשפחה וויסען נישט צופיל פון דעם פעטער נאר אז ער איז אוועק בסביבות שנת תשי"ד און אז פון זיינע קינדער זענען גארנישט געבליבען, איך האב דערווייל געזוכט צו דערגיין מער ולא עלתה בידי.

א זוכעניש אויף זשואיש-זשען רשימה פון בתי חיים, האב איך געפונען אז ער איז נפטר געווארן חודש סיון תש"ג, ומנו"כ בלענסינג עוועניו סעמעטערי אשר בקליוולאנד, אהייאו.

דא אין א ספר 'סמיכות נופלים' געדרוקט אין אונגארן תרס"ג, שרייבט ר' ראובן שעהנברון הנ"ל צום מחבר אז ער האט געקריגען פון זיין ברודער אין קליוולאנד געלט פארן ספר עיי"ש.

פאטאסטאט פון די מעות קדימה
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_36860_191.jpg
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:עס איז זייער אינטערסאנט צו דערגיין מער פרטים איבער דעם רב, וויי ער איז ווי דערמאנט געווען אן אונגארישער אפשטאמיגער, ער איז געבוירן אין קאפיש לאביו ר' אברהם, ער רעכנט אויס זיינע ברודער; ר' ראובן, ר' ישעי', ר' יעקב און זיין שוואגער ר' יצחק פריעדמאן, אין די סאטמארער משפחה 'שעהנברוין' וועלכע זענען אויך כהנים (ר' אהרן הכהן שעהנברוין קוממיות ז"ל, ובניו ר' יעקב שמואל קאפל ור' חיים ראובן) זעהט מען אויך די נעמען, אפשר ווייסען זיי צו דאס איז ממשפחתם?


היינט מברר געווען אז ר' אהרן הכהן שעהנברוין פון קוממיות הנ"ל איז טאקע געווען א זוהן פון ר' ראובן שעהנברוין פון בערעגסאז וועלכער איז געווען א ברודער מיט ר' מנחם מקליוולאנד, בני ר' אברהם הכהן שעהנברוין. די בני המשפחה וויסען נישט צופיל פון דעם פעטער נאר אז ער איז אוועק בסביבות שנת תשי"ד און אז פון זיינע קינדער זענען גארנישט געבליבען, איך האב דערווייל געזוכט צו דערגיין מער ולא עלתה בידי.

א

פששש הייסט דאס אז אז די שענברוינס האבן דא פאמליע , וואס הייסט פון די קינדער איז גארנישט געבליבן זאל מען איינשפאנען זייערע קוזינס צי זען אויב מקען זיי אפשר צירוקברענגען האלטסט נישט אזוי?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסל,
אדרבא, לייג צו א פלייצע איינצושפאנען די שעהנברונס.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

היצט קומט די באמבע!

כבוד ידידי החבר החדש המסתתר את עצמו תחת הניק 'צעיר באלפי ישראל' ואם צעיר הוא בעיניו גדול הוא בעינינו ואמינא לפעלא טבא איישר חיליה, אשר שלח לי מכתב נדיר מאוד, וואס דערווייל האב איך עס נישט מפרסם געווען ביז איך האב ערהאלטן רשות פון אים.

מען רעדט פון א בריוו פון הר"ר דוד הכהן שעהנברוין שו"ב בטאסין אשר בגלילות וואלאווא ואח"כ גר בבערעגסאז, בן ר' ראובן שעהנברוין הנ"ל (אחי' ר' אהרן מקוממיות) ב"ר אברהם מקאפיש, וואס ער האט געשיקט בשנת תרצ"ט צו זיין פעטער דער דערמאנטער ר' מנחם מקליוולאנד.

ר' דוד שעהנברוין איז פאר א צייט געווען שוחט אין טאסין אונטער די אויפזיכט פון הרה"צ ר' אהרן ט"ב הי"ד-ז"ל אב"ד וואלאווא, און ווי עס שיינט האט ער שפעטער פארלוירען זיין פרנסה און ער האט געזוכט א נייע פאסטן, זעענדיג אז אין אייראפא מאכט זיך נישט עפעס האט ער געשריבען צום אמעריקאנער פעטער אז אולי איז פארהאן עפעס פאר אים אין אמעריקא וואס הגם עס זעהט אויס זייער א ווייטע זאך, אבער חז"ל זאגען אל תהי מפליג לכל דבר.

בתוך הדברים דערציילט ער אז ער האט געהערט פון א איד וועלכער איז אהיימגעקומען פון אמעריקא זאגנדיג אז דער ר' מנחם שעהנברוין פון קליוולאנד איז א רב אויף וועם רבנים זענען זוך שטארק סומך מיט קבלות אויף שחיטה און מ'שיקט שוחטים צו אים לתהות על קנקנם צו זעהן צו זיי זענען ראוי לאותו איצטלא.

דער ר' דוד זאגט אז אויסער מלאכת הזביחה, איז ער א סופר סת"ם און א מוהל ווי אויף א בעל תפלה, בקיצור א מושלם ממש און פרובירט צו זעהן צו דער פעטער קען עפעס מאכען פאר אים, ער ברענגט ארויס זיין קבלות אויף שחיטה פונעם מונקאטשער רב זצ"ל דער מנח"א, פון רבי'ן זי"ע מ'סאטמאר, פונעם צעהלימער רב זצ"ל און נאך.

לדאבונינו האט מען פון הימל אנדערש געפירט, דער ר' דוד איז פארבליבען אין אייראפע עד אשר עלה הכורת, און ליידער האט ער אינאיינעם מיט אנדערע 6 מיליאן אחב"י פארלוירען זיין לעבן דערשטיקט פון די אוישוויצער גאז-קאמערן מיט זיין גאנצע משפחה הי"ד.

בייגעלייגט איז דער בריוו במילואה (אין פד"פ פארמאט) און דער חותם פון ר' דוד אלס שו"ב אין טאסין.
אטעטשמענטס
New Picture.JPG
New Picture.JPG (10.86 KiB) געזען 3574 מאל
Schonbrun.pdf
(310.22 KiB) געווארן דאונלאודעד 155 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווי עס שיינט איז דער ר' מנחם הכהן שעהנברוין אויך געווען רב פאר א צייט אין ברידזשפארט, קאנעטיקוט ווי מ,זעהט פון זיין הסכמה אויפן ספר החידות , לר' יצחק יעקב גארדאן שו"ב בבריזשפארט, געשריבען בשנת תרפ"ג.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ייש"כ רב מיללער פארן ברענגען און רב הצעיר פארן פארשאפן אזא היסטארישער בריעוו.

האט איר פראבירט צו זוכן אויף דזשואיש דזשען פאר שאהנברוין אייניקלעך?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעיר באלפי ישראל »

לכאורה מקומו של מכתב זה גם באשכול הנכבד המלא בידיעות נפלאות הנקרא "אידישקייט אין אמעריקא" כיון שמכתב זה שופך אור גם על החיים באמעריקא דאז, ומצב היהדות. [ונא להזכירו גם שם].
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אינדערצווישען ארבעט ר' ברוך אמסעל זז"ג צו שאפען א בילד פון די מציבה, המקום יהא בעזרו (מיר האבן דארט קאמענטירט איבער מעגליכע אייניקלעך פון ר' מנחם וואס מיר האלטן אינמיטען דערגיין מער פרטים)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:אינדערצווישען ארבעט ר' ברוך אמסעל זז"ג צו שאפען א בילד פון די מציבה, המקום יהא בעזרו (מיר האבן דארט קאמענטירט איבער מעגליכע אייניקלעך פון ר' מנחם וואס מיר האלטן אינמיטען דערגיין מער פרטים)

ביידע זייטן פון די מציבה.
אטעטשמענטס
back-of-grave-rabbi-shoenbrun-240x300.jpg
back-of-grave-rabbi-shoenbrun-240x300.jpg (32.52 KiB) געזען 3327 מאל
Shconbrun.JPG
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

מיללער האט געשריבן:היצט קומט די באמבע!

כבוד ידידי החבר החדש המסתתר את עצמו תחת הניק 'צעיר באלפי ישראל' ואם צעיר הוא בעיניו גדול הוא בעינינו ואמינא לפעלא טבא איישר חיליה, אשר שלח לי מכתב נדיר מאוד, וואס דערווייל האב איך עס נישט מפרסם געווען ביז איך האב ערהאלטן רשות פון אים.

מען רעדט פון א בריוו פון הר"ר דוד הכהן שעהנברוין שו"ב בטאסין אשר בגלילות וואלאווא ואח"כ גר בבערעגסאז, בן ר' ראובן שעהנברוין הנ"ל (אחי' ר' אהרן מקוממיות) ב"ר אברהם מקאפיש, וואס ער האט געשיקט בשנת תרצ"ט צו זיין פעטער דער דערמאנטער ר' מנחם מקליוולאנד.

ר' דוד שעהנברוין איז פאר א צייט געווען שוחט אין טאסין אונטער די אויפזיכט פון הרה"צ ר' אהרן ט"ב הי"ד-ז"ל אב"ד וואלאווא, און ווי עס שיינט האט ער שפעטער פארלוירען זיין פרנסה און ער האט געזוכט א נייע פאסטן, זעענדיג אז אין אייראפא מאכט זיך נישט עפעס האט ער געשריבען צום אמעריקאנער פעטער אז אולי איז פארהאן עפעס פאר אים אין אמעריקא וואס הגם עס זעהט אויס זייער א ווייטע זאך, אבער חז"ל זאגען אל תהי מפליג לכל דבר.

בתוך הדברים דערציילט ער אז ער האט געהערט פון א איד וועלכער איז אהיימגעקומען פון אמעריקא זאגנדיג אז דער ר' מנחם שעהנברוין פון קליוולאנד איז א רב אויף וועם רבנים זענען זוך שטארק סומך מיט קבלות אויף שחיטה און מ'שיקט שוחטים צו אים לתהות על קנקנם צו זעהן צו זיי זענען ראוי לאותו איצטלא.

דער ר' דוד זאגט אז אויסער מלאכת הזביחה, איז ער א סופר סת"ם און א מוהל ווי אויף א בעל תפלה, בקיצור א מושלם ממש און פרובירט צו זעהן צו דער פעטער קען עפעס מאכען פאר אים, ער ברענגט ארויס זיין קבלות אויף שחיטה פונעם מונקאטשער רב זצ"ל דער מנח"א, פון רבי'ן זי"ע מ'סאטמאר, פונעם צעהלימער רב זצ"ל און נאך.

לדאבונינו האט מען פון הימל אנדערש געפירט, דער ר' דוד איז פארבליבען אין אייראפע עד אשר עלה הכורת, און ליידער האט ער אינאיינעם מיט אנדערע 6 מיליאן אחב"י פארלוירען זיין לעבן דערשטיקט פון די אוישוויצער גאז-קאמערן מיט זיין גאנצע משפחה הי"ד.

בייגעלייגט איז דער בריוו במילואה (אין פד"פ פארמאט) און דער חותם פון ר' דוד אלס שו"ב אין טאסין.

כבוד הרב איך האב איצט געוואלט עפעס טרעפן בנוגע המשפחה הזה, ומצאתי את זה ושמחתי כמוצא שלל רב
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אויפן מונקאטשער חלקה פונעם ביה"ח מט. חברון אין קווינס, ליגט א געוויסער ר' חיים דוד יהודה ב"ר דוב הכהן שעהנברוין וזוגתו מרת חיה ב"ר אריה, ווארשיינליך האט דאס א שייכות מיט די שעהנברוין משפחה פון דעם אשכול, קען מען געוואור ווערן די שייכות?

(בילד קרעדיט; מח"א)
אטעטשמענטס
IMG_0390.JPG
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

הרב שעהנברוין וועט האלטן א רעדע אין די ווהייט שוהל היוז בעדפארד קארנער היוז סטריט אין וויליאמסבורג לכבוד שבת חנוכה תרע"ז

דער מארגען זשורנאל] 21 דצמבר 1916
אטעטשמענטס
דער מארגען זשורנאל] 21 דצמבר 1916.JPG
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

בן בוזי האט געשריבן:הרב שעהנברוין וועט האלטן א רעדע אין די ווהייט שוהל היוז בעדפארד קארנער היוז סטריט אין וויליאמסבורג לכבוד שבת חנוכה תרע"ז

דער מארגען זשורנאל] 21 דצמבר 1916

אינטרעסאנט אן אונגערישער רב זאל קענין ענגליש
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מודעה אין די קליוולאנדער פרעסע איבער א דרשה פון הרב שעהנברוין לרגל סיום כתיבת והכנסת ספר תורה צו די שערי תורה שוהל אין קליוולאנד אריינגעגעבן דרוך די פרויען פאראיין
אטעטשמענטס
schonebrun.png
schonebrun.png (59.41 KiB) געזען 2009 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שיין בילד פון ר' מענדל שעהנברוין פון קליוולאנד - קרעדיט הרב ישבב הסופר, מורשת חכמי אמעריקא
אטעטשמענטס
menachem_schoenbrun.jpg
menachem_schoenbrun.jpg (16.78 KiB) געזען 1978 מאל
טבריונער
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:08 pm

Re: ר' מנחם הכהן שעהנברוין מקליוולאנד בעמח"ס מנחת סופר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טבריונער »

זע איך א מציבה פון א טאכטער זיינע וואס איז אוועק בחייו ל"ע
טאכטער
טאכטער
20210721_163540.jpg (384.43 KiB) געזען 773 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”