רבי שמעון ישראל פאזען משאפראן זצ"ל - שביעי של פסח תשכ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

מצבות ר' גרשון פאזען דיין בפראנקפורט וזוגתו בביה"ח החדשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

מיללער האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:זיין טאטע איז געווען מו"ה גרשון פאזען זצ"ל דיין פראנקפורט, זייער אן ערליכער און פרומער אויבערלענדישער איד.
זיין שווער איז געווען ר' פנחס הכהן רובין ע"ה פון אוהעל.

זהו סדר יחוסו כפי שהוא בעצמו כותב, אני מעתיקו בלה"ק מפני הענינים שבה:
אני הדל נתגדלתי אצל אאמ"ו הגה"צ מו"ה גרשון פוזנא זצללה"ה שהיה דיין קרוב לחמשים שנה בק"ק פפד"מ.
וזקיני אבי אאמ"ו הי' הגאון מו"ה אליעזר פוזנא ז"ל (אשר נולד בפפד"מ עוד בשנת תקס"א בחיי ההפלאה ז"ל) והיה רב בחברת קלויס בפפד"מ (שהי' קרן קיימת עוד מימי מו"ה שמשון ווערטהיימער ז"ל).
ואביו הי' הגאון מו"ה יעקב פוזנא ז"ל שהיה דיין בבית דינו של הגה"ק ההפלאה ז"ל ועוד בימי בנו הגאון בעל מחנה לוי.
ואביו הי' הגאון הגדול מו"ה יקתואל זלמן פוזנא ז"ל שהיה מתחילה דיין בק"ק אופיבאך סמוך לפפד"מ ובשנת תקל"ז נתקבל לאב"ד בק"ק פרידבערג שהיה בין פראנקפורט דלפולדא, והיה עוד בימי הפני יהושע מפורסם בין גאוני אשכנז (ויש לי ממנו כתב יד אשר נודע מזה שהיה גאון בנגלה ובנסתר).


לויט ווי איך פארשטיי איז די משפחה עטליכע דורות פון פראנקפורט ד'מיין, איז מיר א חידוש אז וויפיל איך זיך אינעם דייטשער ביה"ח וועב-סייט בין איך מעלה א חרס.

ווען איז ר' גרשון פאזען/פוזנא אבי הרב משאפראן נפטר געווארן? ווערט זיין זיידע ר' יעקב פוזנא דערמאנט בספרי ההפלאה ומחנה לוי? און ר' יקתואל זלמן?

דא אין המסדרונה טרעף איך דערמאנט האחים ר' יעקב פאזען ואחיו ר' בנימין המכונה ווילהעלם ס' פאזען בני הרהגה"צ המפורסם ר' זלמן פאזען. דאס איז געדרוקט בשנת תרמ"ז.

אויך אין כוס הישועות דפוס פאדגורזא תרס"ג ווערן די צוויי ברודער דערמאנט אין פראנקפורט א"מ.


מערקט זיין מצבה הצריכה תיקון, ס'שיילט זיך.
פ"נ מוהר"ר גרשון בן מוהר"ר אליעזר פוזנא ז"ל דיין דקהלתינו נפטר אור ליום ו' עש"ק ערב סכות ונקבר סמוך לכניסת החג שנת תרצ"ג לפ"ק
אטעטשמענטס
IMG_0384_502x600.JPG
מצבת הרה"ג ר' גרשון פאזען וזוגתו בביה"ח החדשה בפראנקפורט
מצבת הרה"ג ר' גרשון פאזען וזוגתו בביה"ח החדשה בפראנקפורט
לעצט פארראכטן דורך ווילוויסן אום זונטאג מאי 25, 2014 10:20 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

מעשה פון שאפראנער רב זצ"ל וואס איז געווען געדרוקט פאריגע וואך, פ' במדבר, אינעם גליון זקניך ויאמרו לך ארויסגעגעבן דורך סאטמאר ת"ת אין מאנרא.

כמיין אזא זאך קומט נישט צו ווערן געדרוקט, און אוודאי נישט אין א גליון ארויסגעגעבן דורך ילדי תשב"ר געווידמעט פאר ילדי תשב"ר.

אפילו אויב איז עס אמת, גילט דער כלל, נישט אלעס וואס מ'זאגט דארף מען אפשרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט דארף מען דרוקען. בפרט אזויפיל יאר שפעטער
אטעטשמענטס
זקניך ויאמרו לך_סאטמאר_במדבר תשעד.png
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

לעצטענס האט ער יעדער שטיק צייט עפעס אן עובדא כנגד ליבאוויטש.
פון מיין קוק ווינקל איז עס מאדנע און נישט צום זאך.
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

העובדא דלעיל שבגליון "זקיניך ויאמרו לך" בכלל לא מובן לי, כי ראיתי לפני זמן מכתב ארוך שהשאפראנער רב כתב לאדמו"ר האחרון מליובאוויטש בשנת תשכ"ב [ומכנהו כהדר"ג שליט"א], וכותב בתחילה מדבר אודות סידור האריז"ל של הר"ש מראשקוב, ואח"כ כותב בארוכה אודות תורת הקבלה, ומספר על תולדות חייו, שאבותיו היו גדולי תורה אבל רחוקים מדרכי החסידות, ואח"כ נהיה תלמיד של הגה"ק ממונקאטש, והוא חינכו להיות דבוק בדרכי תלמידי הבעש"ט, ומאריך שם אודות החיוב בלימוד הקבלה ע"ד תלמידי הבעש"ט,.
וכותב שהאדמו"ר מוהריי"ץ מליובאוויטש כתב מכתב להגה"ק ממונקאטש, ובו כתב שהיה מן הנכון ליסד איזה ישיבה בארץ אשכנז בדרך החסידות ובלי תערובת לימודי חול. וביקש ממנו בהמכתב לבחור לתכלית זה איזה איש מוכשר להיות שם ראש ישיבה. וכותב הרב משאפראן שהמנח"א קרא אותו ועורר אותו שהוא ייסד שם הישיבה. וכותב הרב משאפראן שכיון שהוא היה מילידי פראנקפורט הוא ראה דבר זה כדבר רחוק שיהיה אפשר ליסד שם ישיבה כזו.
וכותב שאח"ז נזדמן לו ספר לקו"ת מבעל התניא ולמד, בו אז.
גם הוא כותב שפ"א הוא ראה את האדמו"ר מוהרש"ב במדינת דייטשלאנד קודם המלחמה הראשונה.
לכן זה קשה להבין שכך הוא אמר.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הלשון, כנראה האט איר נישט געלערנט אין איינע פון די מוסדות תורה ויראה בכל מקומות שהם ותחת איזה הנהגה שיהי'.

אלענפאלס איר קאנט איבערפרעגן ר' יחזקאל יואל זז"ג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

איך האב טאקע נישט געלערנט דארט, און מיין איבערפרעגן ר' יחזקאל יואל וועט גארנישט בעסער מאכן...
איך האב געשריבן בלויז, אז נישט אלעס וואס מ'זאגט דארף מען דרוקן, ובפרט פאר קליינע קינדער.
ווען דו וועסט גיין אינטערוויען אלטע אידן, וועסטו כמה פעמים הערן געוויסע אויסדרוקן וואס איינע פון די פריערדיגע רבנים האבן זיך אין א געוויסע פאל אויסגעדריקט אויף א צווייטע רב בישראל, מיט דעם אלעם ווערט עס נאכנישט קיין גרויסע מצוה צו מפרסם זיין.
(כ'פארשטיי אז האדמו"ר מליובאוויטש גייט נישט ביי ענק אריין אין די כלל פון גדולי ישראל, מיט דעם אלעם, כ'זעה נישט ס'זאל זיין א כבוד פאר הגה"צ משאפראן זצ"ל).
כ'גלייב אז אנדערע מאמרים וואס מ'זאגט בשמו פון שאפראנער רב וואלט מען זיך נישט "אזוי שטארק" צוגעכאפט צו דרוקן פאר די אפרוחים שלא נפתחו עיניהם
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ס'האט נישט קיין שום הסבר צי דרוקען אזא עובדה.
ס'איז צייט אז חסידי מהר"א זאלן זיך אפשאקלען פון די עקסטרעמיסטן וואס לערנען אויס די קינדער מידות מגונות. זעהן זיי דען נישט וואסערע תוצאות אזאנע וועגן האבן געברענגט ביז איצט?
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

יאסל האט געשריבן:ס'האט נישט קיין שום הסבר צי דרוקען אזא עובדה.
ס'איז צייט אז חסידי מהר"א זאלן זיך אפשאקלען פון די עקסטרעמיסטן וואס לערנען אויס די קינדער מידות מגונות. זעהן זיי דען נישט וואסערע תוצאות אזאנע וועגן האבן געברענגט ביז איצט?

וואסערע?
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער האט געשריבן:הרה"ח ר' פנחס יודא שליט"א
מרת שרה פאללאק תליט"א (אלמנת ר' אלי' פאללאק מ'וואדקערט זצ"ל)
הרה"ח ר' אליעזר שליט"א
הרה"ח ר' חיים אלעזר שליט"א
הרב מ'שאפראן שליט"א


מכתב מהג"ר אלי' פאללאק ז"ל אב"ד וואדקערט:
http://www.archive.org/stream/chaimbloc ... 5/mode/1up

אינעם בריוו באדאנקט זיך דער וואדקערטער רב ז"ל פאר בלאך פארן ארויסקומען שארף אקעגן ציונות אין זיין ספר "מי נתן למשסה יעקב" און ער בעט אז ער זאל אויך שיקן איין ספר פאר זיין ברודער דעם לאנדססבערגער רב ז"ל.
אטעטשמענטס
chaimbloch00reel04_0923.jpg
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אינטערסאנט אז די בריוו האט נישט קיין דאטום, אויך זעה איך אז לאנדסבערגער רב האט געוואוינט קודם אין איסט סייד, #נישט געוויסט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בןהרחמן האט געשריבן:לעצטענס באקומען פון איינעם א בילד פון הגה"צ משאפראן זצ"ל, ווי ער טאנצט ריקודין של שמחה בדביקות עילאה ארומגענומען מיט תלמידים ביי א חתונה פון א תלמיד, אין די גאר בראשית יארן אין אמעריקא, וועגן דעם זעהט מען נאך רוב עולם אן בערד, אפילו זיי האבן אלע געהאט שפעטער בערד, די זאל איז נעפ מענשען.

אידענטיפיקאציע באקומען פון א שאפראנער משפחה מיטגליד:
בילד
פון ר. צו ל.
ר' יוסף בוקסבוים ע"ה, ר' ארי' רויטנבורג ע"ה, ר' משה לאפפלער ע"ה, להבחל"ח ר' אברהם קליין נ"י, הגה"צ משאפראן זצ"ל, להבחל"ח ר' נטע רויטנבורג נ"י (ממשמשי הגה"צ משאפראן), ר' ישעי' ראטה נ"י.

יענער האט מיר אויך איבערגעגעבן אז לפי השערה איז דער חתן דער וואס כאפט אן די לינקע האנט פון הגה"צ משאפראן זצ"ל, ה"ה להבחל"ח ר' אברהם קליין נ"י מתלמידי ומתפללי שאפראן בן הרה"ח ר' יואל קליין ע"ה מראה"ק דסאטמאר.


באקומען היינט נאך אן ענדליכע בילד, אפשר קענען די חברים החשובים אידענטיפיצירן די איבריגע אויפן בילד.

אינעם בילד המצורף ווערט געזען דער שאפראנער רב זצ"ל בקרב תלמידיו, ווארשיינליך אויך ביי א חתונה, אין די בראשית יארן אויפן אמעריקאנעם באדן מיט בחורים שרידי אש מלחמה איבערלעבער.
דער וואס ווערט געזען דער צווייטער פון רעכסט, איז הרה"ח ר' דוד הויער ע"ה וועלכער איז נעכטן נפטר געווארן, און דער וואס ווערט געזען דער צווייטער פון לינקס איז כפי השערתי ר' נטע ראטענבערג ע"ה וואס איך אויך נעכטן נפטר געווארן.

י
אטעטשמענטס
IMG-20140806-WA0001.jpg
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

דאס בילד שיינט אויך צו זיין אין נעפ מענשן
לחיים ולברכה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נחמן נתן האט געשריבן:דאס בילד שיינט אויך צו זיין אין נעפ מענשן

ריכטיג

אפשר קען דער זיידע אידענטיפיצרן די אנוועזנדע?
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

דאס איז נישט אין זיינע צייטן. דער בילד זעהט אויס מער צו זיין אין די אנהויב תש"י יאהרן, אדער אפשר אפילו פריער. דער סב"ק איז א זעקס-און-פופציגער
לחיים ולברכה!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער נידריג אידל מיטן גארטל וואס כאפט אן דעם רב איז א שישא?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

farshlufen האט געשריבן:דער נידריג אידל מיטן גארטל וואס כאפט אן דעם רב איז א שישא?

איר מיינט אודאי איהם? ר' שמואל בנימין ע"ה? מעגליך. ער איז דאך געווען א שאפראנער
אטעטשמענטס
12-25-09.jpg
לחיים ולברכה!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אויב א שישא, ענדלט עס מער אין הרה"ג ר' בצלאל ע"ה
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

מיללער האט געשריבן:אפשר קען דער זיידע אידענטיפיצרן די אנוועזנדע?


בילד
מיט פארמאכטע אויגן אינאיינעם מיט א רצון לקיים מצוה לשמוע לדברי חכמים, האמיר אנגעקלאפט ביים סב"ק וואס האט איידענטיפיצירט דער אינצווישן שאפראנער רב מיט ר' דוד הויער. וזלש"ק: ר' זלמן איידליס (עידליס, מיטן זיידן'ס אקצענט), ער איז געווען א בעסערמינער, ער האט געהאנדלט מיט שטריק, פאָדים.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

נחמן נתן האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אפשר קען דער זיידע אידענטיפיצרן די אנוועזנדע?

מיט פארמאכטע אויגן אינאיינעם מיט א רצון לקיים מצוה לשמוע לדברי חכמים, האמיר אנגעקלאפט ביים סב"ק וואס האט איידענטיפיצירט דער אינצווישן שאפראנער רב מיט ר' דוד הויער. וזלש"ק: ר' זלמן איידליס (עידליס, מיטן זיידן'ס אקצענט), ער איז געווען א בעסערמינער, ער האט געהאנדלט מיט שטריק, פאָדים.

זיס ווי צוקער, ווי ביים אלטן דור איז די האנדל געהעריג געווען א וויכטיגע חלק אינעם אדענעטיטעט פון א מענטש!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר כח ר' נחמן נתן! דער זיידע איז ב"ה א בור סיד שאינו מאבד טיפה, ביז הונדערט און צוואנציג
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

גוט צו זעהן אז דער סב"ק איז נאך אין די כלים, אמאל האט מען נאך געהאנדעלט מיט פאדים!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

viewtopic.php?p=922005#p922005

מיללער האט געשריבן:
א היסטארישער בילד ווארשיינליך פון שנת תשי"ד, דער שאפראנער רב הגה"צ רבי שמעון ישראל פאזען זצ"ל בעמח"ס תרת אל"ף שטייט פארנט פונעם בנין ישיבה תורה ודעת אויף ווילזאן סט. אין וומ"ס, ביי א דעמאנסטראציע אגען גזירת גיוס בנות אין ארצה"ק, דער שילד פון הונטערוויילעכטס ליינט זיך "פסק הגדולים : חוק גיוס בנות היא גזירת שמד והיא באיסור יהרג ואל יעבור".

בילד
האט איינער עפעס מער אינפארמאציע איבער דעם פראטעסט און אולי קען מען אידענטיפיצירן נאך משתתפים?
סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

כמיין אז דער רב וואס זיצט רעכטס פון שאפראנער רב און כאפט זיך אן די בארד מיט די לינקע האנט איז הג"ר רפאל בלום ראב"ד קאשוי זצ"ל
סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

און לינקס פון שאפראנער רב נאכן איד מיטן ווייסל היטל קוקט מיר אויס ווי ר' ישראל זופניק ע"ה
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולא מיין »

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:העובדא דלעיל שבגליון "זקיניך ויאמרו לך" בכלל לא מובן לי, כי ראיתי לפני זמן מכתב ארוך שהשאפראנער רב כתב לאדמו"ר האחרון מליובאוויטש בשנת תשכ"ב [ומכנהו כהדר"ג שליט"א], וכותב בתחילה מדבר אודות סידור האריז"ל של הר"ש מראשקוב, ואח"כ כותב בארוכה אודות תורת הקבלה, ומספר על תולדות חייו, שאבותיו היו גדולי תורה אבל רחוקים מדרכי החסידות, ואח"כ נהיה תלמיד של הגה"ק ממונקאטש, והוא חינכו להיות דבוק בדרכי תלמידי הבעש"ט, ומאריך שם אודות החיוב בלימוד הקבלה ע"ד תלמידי הבעש"ט,.
וכותב שהאדמו"ר מוהריי"ץ מליובאוויטש כתב מכתב להגה"ק ממונקאטש, ובו כתב שהיה מן הנכון ליסד איזה ישיבה בארץ אשכנז בדרך החסידות ובלי תערובת לימודי חול. וביקש ממנו בהמכתב לבחור לתכלית זה איזה איש מוכשר להיות שם ראש ישיבה. וכותב הרב משאפראן שהמנח"א קרא אותו ועורר אותו שהוא ייסד שם הישיבה. וכותב הרב משאפראן שכיון שהוא היה מילידי פראנקפורט הוא ראה דבר זה כדבר רחוק שיהיה אפשר ליסד שם ישיבה כזו.
וכותב שאח"ז נזדמן לו ספר לקו"ת מבעל התניא ולמד, בו אז.
גם הוא כותב שפ"א הוא ראה את האדמו"ר מוהרש"ב במדינת דייטשלאנד קודם המלחמה הראשונה.
לכן זה קשה להבין שכך הוא אמר.

מורא'דיג ער שרייבט כהדר"ג א סימן ער האט שטארק געהאלטן פון אים.

די בריוו האט ער געשריבן במענה למכתב האדמו"ר אליו,בניסיון לרקום עמו קשר, דבר שלא עלה בידו
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”