א גרויסן יישר כח פאר די גבאי קודש פארן אפטיילן די תגובות מבית בלאזוב - יעצט ברויך עמיצער געהעריג מסדר זיין שושלת בית בלאזוב מיט בילדער.
-
אויף דערווייל, דער בלאזובער רב זצ"ל דער צבי לצדיק, האט געהאט א זון ר' יוסף וואס איז נפטר געווארן אין אינגען עלטער פון 22 יאר ביום ז' מר-חשון בשנת תרמ"ט פון א טיפוס עפידעמיע רח"ל וואס האט געבוזשעוועט אין בלאזוב אין יענע תקופה, דא דערציילט דוב בעריש זילבער פון בלאזוב המכונה זב"ד איבער די שרעקליכע טראגעדיע: http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... 3&rtl=true
מיללער האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פאר די גבאי קודש פארן אפטיילן די תגובות מבית בלאזוב - יעצט ברויך עמיצער געהעריג מסדר זיין שושלת בית בלאזוב מיט בילדער.
-
אויף דערווייל, דער בלאזובער רב זצ"ל דער צבי לצדיק, האט געהאט א זון ר' יוסף וואס איז נפטר געווארן אין אינגען עלטער פון 22 יאר ביום ז' מר-חשון בשנת תרמ"ט פון א טיפוס עפידעמיע רח"ל וואס האט געבוזשעוועט אין בלאזוב אין יענע תקופה, דא דערציילט דוב בעריש זילבער פון בלאזוב המכונה זב"ד איבער די שרעקליכע טראגעדיע: http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... 3&rtl=true
בדרך אגב האט הרבנית חיה מינדל אלמנת הרה"צ רבי יוסף שפירא זצ"ל בן הרה"ק מ'בלאזשעב נאך אמאל חתונה געהאט מיט הרה"ק רבי הערשלע האלברשטאם אבד"ק רודניק זצ"ל (בן הרה"ק מגארליץ זיע"א) און געהאט הרה"ק רבי זלמן לייב זצ"ל אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג. ואחיו הרה"צ רבי אברהם האלברשטאם זצ"ל אבד"ק רודניק .
מיללער האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פאר די גבאי קודש פארן אפטיילן די תגובות מבית בלאזוב - יעצט ברויך עמיצער געהעריג מסדר זיין שושלת בית בלאזוב מיט בילדער.
למהרצ"א מבלאזוב הי' ג' צאצאים: 1) ר' יהושע בעל קרן ישועה מריביטיטש בזיוו"ר חתן ר' מנחם מנדל מארילוס מדובעצק. ובזיוו"ש חתן ר' יעקב דאכנער מדעלאטין. 2} ר' יוסף הנ"ל 3) אלטא ברכה אשת ר' ברכי' טייטלבוים מאוהעל.
צום ענדע פון די ערשטע וועלט מלחמה בשנת תרע"ח האט זיך די הייליגער בלאזשוב'ער רב זיע"א באזעצט און פשעמישל.
פארציילט הרה"צ רבי ישראל מ'בלאזשוב זצ"ל אז אמאל איז ארויף געקומען א'דעלגאציע חשוב'ע רבנים צום זיידן הרה"ק מבלאזשוב זיע"א ובתוכם הגאון רבי מאיר שפירא זצ"ל אבדק"ק לובלין און הרה"ג רבי אהרן לעווין זצ"ל אבדק"'ק ריישא והרה"ג רבי לייבל מינצבערג ועוד אנשים חשובים.
זיי האבען געבעטן דעם רבי'ן ער זאל זיי געבען א'שטיצע בריוו לטובת וחיזוק אגודת ישראל רופט זיך אן דער צבי לצדיק זיע"א יאך וועל זיך א'דורכשמועסן מיט מיין אייניקל ווייזענדיג דערביי אויף רבי ישראל'טשע פראכינקער רב (בלאזשובער רבי זצ"ל פון בארא פארק) וואס איז דארט געשטאנען.
עס גייט דורך א'טאג צוויי און פראכניקער רב הערט גארנישט פון זיין זיידע וועגן די בריוו ,האט ער מדעתו אנגעשריבן א'בריוו מיט א'בכבוד'יג נוסח און אריין צום זיידן אים דאס צו ווייזן.
די זיידע קוקט אים אן מיט א'וואנדער זאגענדיג:
ווער בריוו? וואס בריוו? יעך האב עפעס געזאגט וועגן א' בריוו?
יעך האב געזאגט איך וועל זיך א'דורכשמועסן מיט דיר, און יעך שמועס זיך א'דורך אויף נישט.
די פראכניקער רב איז געבליבן שטייין פאר'חידוש'ט און שנעל אריין צום טאטע'ן הרה"ק רבי יהושע'לע זצוק"ל מ'ריביטיטש און געפרעגט ווי אזוי וועט ער זיך איין עצה געבן מיט אזעלעכע חשוב'ע רבנים בדרך כבוד?.
איז דער ריביטיטש'ער רב אריין צום טאטען דער צבי לצדיק ,האט בלאזשוב'ער רב זצוק"ל מסביר געווען אז צוליב כבוד פון אזעלעכע חשוב'ע רבנים האט ער נישט געזאגט בפירוש ניין נאר ער האט זיך ארויס געדרייט זאגענדיג אז ער וועט זיך דורך שמעוסן מיט די אייניקל ,און זיי האבן שוין אליין פארשטאנען אז יעך האלט נישט ביים שרייבן א'בריוו.
עד כאן מנכדו בלאזשעבער רב זצוק"ל.
זעט מען פון דא די גדלות און צדקות פון בלאזשוב'ער רב זיע"א אז הגם ער איז געווען א'שארפע מתנגד צו אגודת ישראל האט ער זיך בדרך חכמה ארויס געדרייט פון די חשוב'ע רבנים נישט זיי צו געבן א'בריוו אן זיי פוגע זיין בכבודם.
מ'האט אויפגענומען דעם "צבי לצדיק" זייער יונג אלס רב אין בלאזשוב,איז אמאל געקומען צו אים ,זיין שווער הרה"ק רבי משה'לע פון ראזוואדאוו זצוק"ל (זון פון רבי אליעזר'ל פון דזשיקעוו זצוק"ל) אויף א'שבת,און מוצאי שבת האט אים ראזוואדער רב אריין גענומען אין צימער און געזאגט פארשידינע אנווייזונגען,דו האסט געדארפט אזוי טוהן,און נישט אזוי טוהן,האט בלאזשוב'ער רב געזאגט זיין שווער,(ס'איז דעמאלטס געווען פרשת בהעלותך) אז מ'טרעפט אין די היינטיגע פרשה,אז משה האט געבעטן זיין שווער יתרו זאל בלייבען ביי אים,ווי די פסוק זאגט אל נא תעזוב אותנו,(במדבר י,לא)ו,היה הטוב ההוא וגו' ,כאטשיג ס'שטייט נישט די טובה וואס ער האט געהאט פונעם שווער.
אבער אין פרשת יתרו כאטשיג מ'האט צו געלייגט א'פרשה פון ואתה תחזה אין די תורה דורך יתרו,מיט אלעם ענדיגט זיך די פרשה (שמות יח,כז) וישלח משה את חותנו ,ער האט אים פארשיקט,איז עס טאקע א'וואונדער,פארוואס האט ער עס געטוהן?, נאר די פשט איז אזוי,אויב די שווער מישט זיך נישט אריין אין די איידים'ס געשפטען,בעט מען אים צו בלייבען,אבער אין פרשת יתרו ווען ער האט זיך אריין געמישט אין משה רבינו'ס געשעפטען,און כאטשיג ס'איז געווען א'גוטע עצה,אויף אזוי ווייט ,אז ס'איז געווארן א' תורה פון זיין עצה,מיט דעם אלעם ,האט אים משה רבינו געזאגט "גיי דיר געזונטערהייט".
האט זיין אייניקל בלאזשוב'ער רב זצוק"ל פון ב"פ צוגעלייגט,אז דאס איז קומען ראזוואדווער רב , מדה כנגד מדה,ווען ער האט חתונה געהאט מיט'ן יטב לב'ס זצוק"ל טאכטער,זייער אינג ביי די פערצן יאר,האט ער זיך א'סאך מסגף געווען,געפאסט אסאך תעניתים מיט סיגופים,און זיין שווער האט עס נישט געפאלען,און די עלטער שווער די ישמח משה זצוק"ל האט נאך געלעבט,האט אים די ישמח משה צו גערופן און אים געזאגט,ס'איז דא אפסוק (ירמי,ד כב ) חכמים המה להרע ולהטיב לא ידעו,דרשענען די הייליגע חכמים,(שבועות כז,)אוכל להטיב,לא אוכל להרע,דאס האט די נביא געזאגט,חכמים המה להרע,דאס מיינט אז זיי זענען קלוג און קענען נאר די וועג,מיט די עבודה פון פאסטען און נישט עסען,און זיך מסגף זיין ,אבער להטיב,דאס מיינט אז מ'קען צוקומען צו שלימות דורך עסען, דאס ווייסען זיי נישט.האט ראזוואדאווער רב געזאגט צום עלטער שווער די ישמח משה,אז דאס איז א'עצה פון א'שווער,און די רמז איז,ווייל די ווארט חכמים,איז די ראשי תיבות,י'תרו כ'הן מ'דין ח'ותן מ'שה.
(דאס האט פארציילט זייערע אייניקל בלאזשובער רב זצוק"ל פון בארא פארק).