רבי צבי הירש מייזליש מווייטצען ז"ל - כ"ה טבת תשל"ד
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
רבי צבי הירש מייזליש מווייטצען ז"ל - כ"ה טבת תשל"ד
היינט פאלט אויס די יארצייט פונעם ווייצענער רב ר' צבי הירש מייזליש זצ"ל.
ער איז געווען דער זוהן פון ר' דוד דוב מייזליש אב"ד איהעל בעמח"ס בנין דוד חתן ר' משה יוסף ט"ב אב"ד איהעל בן מרן הייטב לב מסיגוט זצ"ל.
בזוו"ר איז דער ווייצענער רב געווען אן איידעם ביי ר' חיים יעקב ט"ב אב"ד לימינוב [ובזוו"ש ביי ר' יוסף פאנעט מדעעש, כמדומה לי]
דער ווייצענער רב האט משמש געווען ברבנות אין ווייטצען, ניימארק און נאך די קריג אין שיקאגו, ער האט מחבר געווען דעם ספר מקדשי השם ווי ער האט צוזאמענגענומען חד"ת פון קדושי אוישוויץ הי"ד ווי אויך די ספרים בנין צבי און זר זהב.
די קינדער פון ווייצענער רב;
ר' זלמן לייב מייזליש אב"ד סיגעיט
ר' יוסף משה מייזליש אב"ד ווייצען-וומ"ס
ר' דוד מייזליש אב"ד סאטמאר-מאנטריאל חדב"ן הברך משה
ר' אלעזר מענדל מייזליש אב"ד ניימארק חתן אב"ד שאפראן
חתניו;
ר' אברהם לייטנער אב"ד מאנטיווידעא ז"ל
ר'.. האלפערין ב"ר אלחנן מראדימישלא-לונדון
ר' משה אונגאר אב"ד ווייצען-שיקאגו
(ווער קען צולייגן?)
צוויי בילדער אין די יארן נאך די קריג (ערשטער לינקס אויף ביידע בילדער), ווי אויך א בילד פון די מצבה.

לעצט פארראכטן דורך מיללער אום מיטוואך יאנואר 21, 2009 5:52 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35238
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
א באשרייבונג אויף ענגליש איבער דעם ווייצענער רב'ס פעולות לתורה ויהדות אין שיקאגו.
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6805
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
ווען דער ווייצענער רב ז"ל איז נפטר געווארען, איז דער אויווארער רב ז"ל (זיין עלטערער ברידער) געזעצען שבעה ביי זיין טאכטער דער שומקוטער רביטצען.
מען איז אויפגעשטאנען פון די שבעה אויף א זינטאג, און יענעם דינסטאג איז געווען די לויה פונעם אויווארער רביטצען ע"ה, און דער רב ז"ל האט זיך צירוק געזעצט שבעה.
דער אוויווארער רב ז"ל איז געזעצען שבעה צוויי וואכען נאכאנאנד מיט א הפסק פון נאר איין טאג.

the SCY is the limit
באקומען אין אישית נאך פרטים איבער די ביאגראפיע פונעם ווייטצענער רב זצ"ל
דער ווייצענער רב זצ"ל האט געהאט 11 קינדער מיט די ערשטע פרוי (הרבנית הענא זיסל בת ר' חיים יעקב ע"ה), 7 דערפון זענען ליידער אוועק אין קריג, דער אכטער איז שוין נפטר געווארן בעפארן קריג. 3 האבן איבערגעלעבט:
הרבנית אשת חבר להבחל"ח גאב"ד מאנטעווידעא זצ"ל,
הרב יוסף משה מ'ווייצען שליט"א (וויליאמסבורג),
הרב זלמן לייב מ'סיגעיט שליט"א.
נאכן קריג האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית בריינדל ע"ה בת ר' יוסף פאנעט מ'דעעש (צו באמערקן אז זיין יונגערער ברודער ר' אלעזר מ'אוהעל האט חתונה געהאט מיט איר עלטערע שוועסטער להבחל"ח הרבנית ריזל תחי'), ער האט געהאט מיט איר 9 קינדער:
הרבנית א"ח ר' ישראל שמואל דוד נחום האלפערין (לאנדאן),
הרבנית א"ח האדמו"ר מ'פאפא ב"פ שליט"א,
הרבנית א"ח הרב מ'נירבאטור שליט"א (ב"פ),
הרב דוד שליט"א אב"ד סאטמאר מאנטריאל,
הרב דוב בעריש שליט"א (לאנדאן)
הרב אלעזר מנחם מענדל שליט"א אב"ד ניימארק (וויליאמסבורג),
הרבנית א"ח הרב משה יוסף אונגער שליט"א (שיקאגא)
הרבנית א"ח הרב יעקב ראטנבערג שליט"א (ב"פ),
הרב ברוך שליט"א אב"ד לייפניק (ב"פ).
מיללער דער אישית קומט לכאורה פון דא
http://www.ivelt.com/index.php?o ... 7%A2%D7%9C

דער ווייצענער רב'ס רעביצען בריינדעלע האט נאך זיין פטירה חתונה געהאט מיטן ביקסאדער רבין ז"ל פון וויליאמסבורג(לכאורה גארנישט מיט ביקסאד פון אינזער קרעמל).
דער ווייצענער רב'ס רעביצין בריינדעלע איז אויך בארימט דארעך דאס בוך א זון אין א פאנצער אדער עי סאן ענד עי שילד, וואס די סייעתא דשמיה האט ציגעפירט אז זי זאל זיין אין פוילן ביי איר זיידע ווען דער קריג האט אויסגעבראכן, אין דערנאך ווען זי איז ציריקגעשווערט געווארן קיין אונגארען האט זי דערציילט איר פאטער וואס דאס מיינט די דייטשע אקופאציע ,אין דאס האט געפירט אז דער דעשש ער רבי זאל אנטלויפען פונעם געטא אריין אין וואלד אין אזוי ארום ראטעווען כמעט זיין גאנצע פאמליע פון דעפאטירט ווערן.
דער ווייצענער רב'ס רעביצין בריינדעלע איז אויך בארימט דארעך דאס בוך א זון אין א פאנצער אדער עי סאן ענד עי שילד, וואס די סייעתא דשמיה האט ציגעפירט אז זי זאל זיין אין פוילן ביי איר זיידע ווען דער קריג האט אויסגעבראכן, אין דערנאך ווען זי איז ציריקגעשווערט געווארן קיין אונגארען האט זי דערציילט איר פאטער וואס דאס מיינט די דייטשע אקופאציע ,אין דאס האט געפירט אז דער דעשש ער רבי זאל אנטלויפען פונעם געטא אריין אין וואלד אין אזוי ארום ראטעווען כמעט זיין גאנצע פאמליע פון דעפאטירט ווערן.
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6805
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
מיללער האט געשריבן:באקומען אין אישית נאך פרטים איבער די ביאגראפיע פונעם ווייטצענער רב זצ"לנאכן קריג האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית בריינדל ע"ה בת ר' יוסף פאנעט מ'דעעש (צו באמערקן אז זיין יונגערער ברודער ר' אלעזר מ'אוהעל האט חתונה געהאט מיט איר עלטערע שוועסטער להבחל"ח הרבנית ריזל תחי')
און דער אויווארער רביטצען ע"ה איז געווען א שוועסטער פאר ר' יוסף פאנעט מ'דעעש ז"ל
קומט אויס אז דער אויווארער רב ז"ל איז געווען א פעטער פארען ווייטצענער רב זצ"ל און פארען אוהעלער רב ז"ל
the SCY is the limit
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35238
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
מיר האבן לעצטנס געהערט און איבערגעהערט א זעלטן היסטארישע טעיפ פון א דרשהמיט אן אמאליגן חן וואס דער ווייצענער רב ז"ל האט געזאגט אין מאנטעוועדעא ארוגוויי בשנת?, בתוך גבריו דערציילט ער אויך פון ר"ה אין אוישוויץ, איך וואלט נאכגעברענגט דעם תוכן, איך קאן מיך אבער נישט ערלויבן די צייט אפצוטייפן די גאמצע דרשה.
דער טעיפ איז צובאקומען ביי "קרן שמואל ישעי'".

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
היות עס איז נישטא קיין עקסטער אשכל פאר די בנין דוד וועל איך שרייבן מיין תגובה דא, און אויב עס וועט זיך מאכן אן עקסטער אשכל וועל איך אהין צטט'ן די שמועס.
דעם וואך האב איך גערעדט מיט א מייזליש אייניקל, אן אייניקל פון הרה"ג רבי מרדכי זאב די פאטער פון די בנין דוד, און עס איז אויסגעקומען אפאר אינטרעסאנטע זאכן. צווישן אנדערע האט ער פארציילט אז די מייזליש משפחה זענען בעצם געווען פוילישער אפשטאמיגער און גור'ער חסידים. עס איז מיר געווען גאר אן אינטרעסאנטע פאקט אז בעצם איז די מייזליש משפחה פון גור גאר.
(שפעטער האב איך טאקע געזעהן אין די הקדמה פון בנין דוד שטייט אז ווען ר' מרכי זאב האט זיך געצויגן קיין טארנע איז ער אריין זיך געזעגנען פון זיין רבי די שפת אמת. די שפת אמת האט אים געזאגט אז ער זאל האלטן אן אויג אויף זיין דוד דוב, ווייל ער וועט אויפוואקסן א גדול בישראל, ווי אויך האט די שפת אמת געשוקט א בריוו מיט דער בקשה צו די טארנע רב, און די בנין דוד איז טאקע באלד אריין גענומען געווארן אין די ארטיגע צאנזער קלויז ווי ער האט געלערנט מיט אזעלכע לייבן ווי הגאון רבי יוסף ענגיל ועוד).
איך האב מיך געוואונדערט אויב עס זענען דא היינט אין גור געבליבן פון די מייזליש משפחה, אפשר קינדער פון רבי מרדכי זאב'ס ברודער די לאסקער רב וכדומה.
אין בארא פארק האט געואוינט א איד וועלכער איז געווען א קינד פון רבי שלמה זלמן מייזליש די ברודער פון די בנין דוד. ער האט זיך געטוישט די נאמען צו גוטער. זיין זון הייסט ר' שלמה זלמן גוטער, פון בארא פארק סיינס, ער איז א באבובער.

ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
ביקסאד האט געשריבן:יאסל האט געשריבן:דער ווייצענער רב'ס רעביצען בריינדעלע האט נאך זיין פטירה חתונה געהאט מיטן ביקסאדער רבין ז"ל פון וויליאמסבורג(לכאורה גארנישט מיט ביקסאד פון אינזער קרעמל).
א חידוש פלא אז מען האט געלייגט די ביקסאדער רביצין נעבען איר ערשטע מאן. ווייל באמת א פרוי נאכדעם וואס זי האט חתונה מיט א צווייטן האט זי שוין גארנישט מיט די ערשטע מאן, ווייל זי קען דאך שוין נישט האבן צוויי מענער. משא"כ אז א מאן זאל ליגן נעבן די ערשטע ווייב דאס קאן יא זיין ווייל ער מעג האבן צוויי ווייבער.
אויב ווייסט איינער די הסבר דערפון ביטע מיטטיילן מיטן ציבור
[quote="מיללער"]באקומען אין אישית נאך פרטים איבער די ביאגראפיע פונעם ווייטצענער רב זצ"ל
נאכן קריג האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית בריינדל ע"ה בת ר' יוסף פאנעט מ'דעעש (צו באמערקן אז זיין יונגערער ברודער ר' אלעזר מ'אוהעל האט חתונה געהאט מיט איר עלטערע שוועסטער להבחל"ח הרבנית ריזל תחי').
קודם כל, וויל איך באטאנען אז הרבנית ריזל ע"ה לעבט שוין נישט, זי איז נפטר געווארן בערך 2 חדשים צוריק.
יעצט וויל איך פרעגן עטליכע שאלות, לידיעה בעלמא.
איז אוהעל'ער רב געווען חתונה געהאט פארן קריג, אדער דאס איז געווען זיין ערשטע זיווג?
ווער איז פריער געווארן א איידעם ביי ר' יוסף מדעש, דער אוהעל'ער רב אדער דער ווייצענער רב?
דוכט זיך אז אין אזא פאל, [צוויי ברודערס מיט צוויי שוועסטערס] דארף מען האבן א "היתר ג' רבנים", ווייל דאס איז קעגן צואת ר' יהודה החסיד, צו איז ערגעץ פארשריבן אדער געדריקט דעם היתר ג' רבנים ביי דעם פאל? [פארוואס איך פרעג, ווייל אין אן ענליכן פאל, האב איך געזעהן געדריקט א תשובה, אין שו"ת דברי יואל, דערפאר איז אינטערעסאנט צו וויסן די מציאות ביי דעם פאל].

ייש"כ ביקסאד
בנוגע אות ג', האט דער "געוויסע רבי" מפקפק געווען אויפן היתר ג' רבנים, האט ער געהאלטן אז מ'קען זיך נישט סומך זיין אויף אזא היתר, אדער ער האט פאר זיך מחמיר געווען בענין צואת ר' יהודה החסיד לפנים משורת הדין?
איך האב נישט ביי מיר קיין שו"ת דברי יואל, אבער כפי זכרוני נעמט ער עס אן פאר א דבר פשוט צו מתיר זיין במקום הצורך [אזוי ווי נאכן קריג] בצירוף ג' רבנים. אפשר זענען דא וואס זענען מער מחמיר אין דעם ענין, דער "געוויסע רבי" האט זיכער די רעכט צו מחמיר זיין פאר זיך.
אויב האסטו מער ידיעות אין דעם ענין, וואלט איך דיר שטארק מכיר טובה געווען.