רבינו משה בן מימון - הרמב"ם - ד'תתקס"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

כ'מיין ווער בין איך אפי' צו זאגען "ווער בין איך", אויף זאגען עפעס אויפן הייליגען רמב"ם??

אבער דאך, וויפיל כ'טראכט אריין אין דעם געוואלדיגער טיטל "מבחר האנושי" ווער איך מער און מער נתפעל!! מבחר האנושי!!! דאס איז עפעס געזאגט!! מיר האבן דומם, צומח, חי, מדבר. און מדבר איז די העכסטע, און דער גרויסער אדלער, איז דער "מבחר האנושי" דער אויסגעוועלטער פון די מענטשהייט!! געוואלדיג!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
נישט אלעס איז אמת
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:45 pm
לאקאציע: אין א וועלט פון שקר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט אלעס איז אמת »

היינט נאכט איז די יארצייט זכותו הגדול יגן בעדינו
געדענק!! צייט קומט נישט צוריק
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

SNC03092.jpg
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

Untitled.gif
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

קבר הרמב"ם איז אונטער קאנסטרוקציע אין די איצטיגע טעג
C8Bf9cWW4AAAfYu.jpg
C8Bf9gcXQAAHc4M.jpg
C8Bf90PXwAAgvIE.jpg
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

איך בין געווען אין טבריה פאר פיר וואכן צוריק און מען האט נאר געקענט גיין צום שלה"ק און די תנאים ורב אמי ור אסי
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

פישל גוטביין האט געשריבן:נאך מראות פון די ציון

בילד

דער ציון אויפ'ן רעכטע זייט איז פון ר' דוד הנגיד דער רמב"ם'ס אייניקל, נישט א חבר.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

איז די מיטעלסטע קבר פונעם רמב"ם אדער פון זיין פאטער?

ווייל דאס איז א געקעסטעלטע קבר און ביי די אנדערע בילדער איז דער רמב"'ס ציון רינדעכיג.
---
אוועטאר
אביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 02, 2018 12:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביש »

נישט אינגנצען ריכטיג הינדערטער יארן בעיקר אין די צייט פוןדי גאונים אין אנהייב תקופת הראשונים איז די מיטל מזרח, צפון אפריקא אין אויך די רוב פון די אייבעריען האלב אינזעל געווען (יחסית) אינטער די השפעה פון די גאונים אינדערצייט וואס די מנהג אין אייראפע האט זיך פארמירט אין דייטשלאנד.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

בשבילי נברא האט געשריבן:איז די מיטעלסטע קבר פונעם רמב"ם אדער פון זיין פאטער?

ווייל דאס איז א געקעסטעלטע קבר און ביי די אנדערע בילדער איז דער רמב"'ס ציון רינדעכיג.

פון זיין פאטער
יצחק פון ישיבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

אפאר זאכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק פון ישיבה »

וועגן דער אייליגע רמב"ם:
רח"ו ברענגט פון דער אר"י הק', אז שורש נשמת הרמב"ם איז גווען פון דער פאה השמאלית וכו', האט ער נישט זוכה גווען צו לערנן חכמת הקבלה. און מיט דעם דער חיד"א איז סותר סברת הדעות וואס האלטן אז בסוף ימיו האט דער רמב"ם יא גילערנט קבלה.
נאך א אינטרעסאנטע זאך ברענגט דער חיד"א, דלכאורה תמוה, אז סאיז דא עטלאכע מאל וואס דער רמב"ם ברענגט פון דער ר"י מיגש, ומכנהו בתואר 'רבותי', על אף אז ביי דער צייט פון פטירת הר"י מיגאש איז דער רמב"ם גווען נאר א אינגל. איז דער חיד"א ברענגט פון ס' עומר השכחה, אז דער רמב"ם האט זוכה גווען צו זיין ביי דער פטירה פון ר"י מיגאש, און ייעמאלט, האט העם דער ר"י מיגאש געוונטשן, ונישק הרמב"ם לידו, און וועגן אז דער רמב"ם געשפירט אגאנצע לעבן שפטער, אז דער גאנצע כח פון זיין תורה קומט פון די קוש, החשיבו הרמב"ם לר"י מיגאש כרבו אגאנצע לעבן.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

היינט נאכט די יארצייט.

אזא ארימע אשכול אויף אזא רייכע נושא?...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבינו משה בן מימון - הרמב"ם - ד'תתקס"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פין די נשר הגדול דער הייליגע רמב"ם זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: רבינו משה בן מימון - הרמב"ם - ד'תתקס"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

הפקה מוזיקלית מדהימה: מסע חייו של הרמב"ם • צפו

שלמה זינגר
ט״ו בתמוז תשפ״א – 25.06.21

בעיצומו של מעמד סיום הרמב"ם נהנו המשתתפים מהפקה יוצאת דופן מסע מוזיקלי בחיי הרמב"ם, הפקה המשלבת תוכנית עשירה עם הזמר נמואל הרוש, מקהלת הפנסאים ומקהלת מלכות • מילים חדשות על ניגון חסידי ופיוטים מזרחיים
כתבות נוספות בנושא:
יענקי דסקל, ילד הפלא בנצי קלצקין ומקהלת מלכות שרים: בהיכלו
נמואל הרוש ומקהלת מלכות הקפיצו את הרבבות בבריכת הסולטן
חסידודס לילדים: הסיפור של הרבי שניצח את הקג"ב
רבבת חסידי חב"ד חגגו את סיום הרמב"ם בהשתתפות גדולי התורה והחסידות
בעיצומו של מעמד סיום הרמב"ם נהנו המשתתפים מהפקה יוצאת דופן מסע מוזיקלי בחיי הרמב"ם, הפקה המשלבת תוכנית עשירה עם הזמר נמואל הרוש, מקהלת הפנסאים ומקהלת מלכות בליווי הפקת וידאו שהעבירה את המשתתפים בין תחנות חייו של הרמב"ם והשפעתו עד היום כשרבבות אנשים לומדים מדי יום ביום מתוך ספרי הי"ד החזקה ע"פ תקנת הרבי מליובאוויטש.

השיר והקליפ הופקו על ידי ארגון "הפנסאים – צבאות השם" עבור מעמד "סיום הרמב"ם – מחזור הארבעים" שאורגן ע"י צעירי אגודת חב"ד בי"א תמוז ה'תשפ"א בבריכת הסולטן, עיר הקודש ירושלים.

שיר
לחן: ר' יום טוב הערליך (יעקב)
מילים: גב' חני בן דוד
הקלטות ועיבוד: אולפן הגב' יפה ברכהן, אולפן Banet, מיכאל צי – אולפן טנור
שירה: מקהלת הפנסאים, ר' נמואל הרוש, אלחנן קקון

קליפ
בימוי, צילום ועריכה: יוסף גרינוולד – הפקות מדיה
אפטר אפקט: לוי פרסיקו

https://www.jdn.co.il/wp-content/upload ... ack-33.mp4

https://drive.google.com/file/d/1rKxrC8 ... sp=sharing


---

פון דא
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
רבינו משה בן מימון
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 03, 2021 7:10 pm
לאקאציע: ממש דא

Re: רבינו משה בן מימון - הרמב"ם - ד'תתקס"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבינו משה בן מימון »

מומחה יוחס האט געשריבן:היינט נאכט די הילולא קדישא פין די נשר הגדול דער הייליגע רמב"ם זי"ע ועכי"א

Wow. זיעוכי"א
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבינו משה בן מימון - הרמב"ם - ד'תתקס"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

רבינו משה בן מימון האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:היינט נאכט די הילולא קדישא פין די נשר הגדול דער הייליגע רמב"ם זי"ע ועכי"א

Wow. זיעוכי"א


וואס איז די וואוו
וואס האט מען זיך יעצט דערמאנט? דער יא''צ איז נישט יעצט...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבינו משה בן מימון - הרמב"ם - ד'תתקס"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פין די הייליגע רמב''ם זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבינו משה בן מימון - הרמב"ם - ד'תתקס"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פון הנשר הגדול דער הייליגע רמב''ם זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: רבינו משה בן מימון - הרמב"ם - ד'תתקס"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

וואס איז פשט אריבערצוויי יאר פון פאריגע תגובה
עניוועיס זכותו יגן עלינו!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבינו משה בן מימון - הרמב"ם - ד'תתקס"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א גלעזעל חכמה האט געשריבן:
וואס איז פשט אריבערצוויי יאר פון פאריגע תגובה
עניוועיס זכותו יגן עלינו!!
עס איז נישט צוויי יאהר נאר איין יאהר נאר למספרם קומט אזוי אויס.
קומט אויס אז למספרם איז יארע 22 קיינמאל נישט געווהן דער יארצייט פון דער רמב"ם... :?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
דיעל שפיל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 12:32 pm

Re: רבינו משה בן מימון - הרמב"ם - ד'תתקס"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל שפיל »

מומחה יוחס האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 8:56 pm
א גלעזעל חכמה האט געשריבן:
וואס איז פשט אריבערצוויי יאר פון פאריגע תגובה
עניוועיס זכותו יגן עלינו!!
עס איז נישט צוויי יאהר נאר איין יאהר נאר למספרם קומט אזוי אויס.
קומט אויס אז למספרם איז יארע 22 קיינמאל נישט געווהן דער יארצייט פון דער רמב"ם... :?
;l;p- :lol:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבינו משה בן מימון - הרמב"ם - ד'תתקס"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט דער הילולא קדישא פון דער הייליגע רמב"ם זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: רבינו משה בן מימון - הרמב"ם - ד'תתקס"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

ארויפגעברענגט לכבוד די יומא דהילולא קדישא

דער הייליגער רמב״ם איז ברייט באקאנט מיט זיינע מייסטער חיבורים יעדע איינע פאר זיך, אנגעהויבן פונעם יד החזקה, א חיבור איינס אין דער וועלט מי ידמה לו, ממש כל התורה כולה הלכה למעשה, פון הלכות שבת ביז הלכתא למשיחי, איך מיין אז דער רמב״ם איז דער ערשטע חיבור וואס איז אויסגעשטעלט מיט אנדערע נעמען פון די מסכתות (לדוגמה הרי״ף) די הלכות זענען געשריבן געווארן מיט א גאר געמאסטענע לשון אזש מען קען מדייק זיין אין יעדע ווארט פארוואס ער האט אזוי געשריבן און נישט אזוי.

חוץ די גדולי הפוסקים בכל הדורות וואס האבן זיך אלס גערעכנט מיט דער רמב״ם זייענדיג כסולת נקיה, האבן צדיקים געזאגט אז פון הימל האט מען צוגעהאלפן דעם רמב״ם ביים שרייבן זיין חיבור, און כאטש בשעתן שרייבן דעם ספר היד האט ער נאכנישט געוויסט פון די תורת הסוד, האט ער אלס צוגעטרטפן צום פשט ע״פ סוד, איינס פון די גאר שטארקע דוגמאות דערצי איז ביי תקיעת שופר ווי דער רמב״ם שרייבט נראה לי אז די ענין פון שופר איז צו מרמז זיין עורו ישנים וכו׳ וואס דאס איז די גאנצע ענין פון שופר בתורת האר״י.

אריינקוקענדיג ציווישן די שורות פון די הלכות אינעם יד החזקה זעט מען דא דארט פולע שטיקלעך פון מוסר הדרכה און הנהגת ישרות, דער ערלוי׳ער רב ז״ל האט בימיו ארויסגעגעבן א גאנצע ספר מיטן נאמען מוסרי הרמב״ם ווי עס איז צאמגענימען אלע שטיקלעך מוסר פון יד החזקה.

ווי אויך האט דער רמב״ם איבערגעגעבן לדורות הבאים די ריינע אמונה שלימה, די יסוד היסודות ווי ער רופט עס אנפאנג פון זיין חיבור הנ״ל, די יסודות זענען פארשפרייט ציווישן די פולע כתבים זיינע, ווי איגרת תימן וכד׳, ועל כולם די פאר בלעטער אין פירוש המשניות אויף מסכת סנהדרין פרק י׳ ווי דער רמב״ם שמועסט אויס מיט א ברייטקייט די י״ג עיקרי אמונה וואס אין די יסודות דארף יעדער יוד גלייבן, און צום סוף גייט ער אריין גאר שארף אויף איינער וואס גלייבט נישט אין איינע פון די עיקרים.

איינע פון די באקאנטע ספרים פון רמב״ם איז די ספר מורה נבוכים וואס ווערט אנגערופן בקיצור דער ספר המורה, וואס די ספר איז פול מיט מוסר און אמונה אויף די דרך החקירה. ווען דער ספר איז ארויסגעקומען האט אויסגעבראכן א שטורעם בעיקר אין שפאניע ביי דער רבינו יונה ותלמידיו, וואס האבן מחרים געווען די הייליגע ספרים פונעם רמב״ם, ווייל די ספר איז געבויעט אויף חקירה כנ״ל וואס איז געווען אפגעפרעגט, לעומת זה זענען געווען די רמב״ן ועוד וואס האבן זיך שטארק אנגענימען פארן רמב״ם און געשריבן קיין שפאניע אז מען זאל אראפ נעמען דעם חרם, ווייל דער רמב״ם האט דאס געמיינט לשם שמים היות אין יענע צייט איז שטארק נתפרסם געווארן די שיטת הפילוסופיה וואס דאס האט צוגעברענגט ר״ל צו אסאך כפירה, האט דער רמב״ם געוואלט ווייזן אז אפילו מיט פילוסופיה קומט מען אויך צו צום הכרה אז ה׳ הוא האלוקים.

אין די צייט האבן געוויסע מתנגדים אויך געלאזט פארברענען די הייליגע ספרי הרמב״ם, און נישט צו לאנג שפעטער איז ארויסגעקומען די טרויעריג בארומטע גזירה פון שריפת התלמוד, אויף וואס רבינו יונה - וואס איז מתחילה געווען פון די מתנגדים - האט זיך אויסגעדרוקט אז דאס איז געקומען צוליב דעם וואס מין האט פארברענט די ספרי הרמב״ם. (די נושא האב איך אנגעכאפט בלויז אויפן שפיץ גאפל, ויותר ממה שכתבתי לפניכם…)

לגבי לערנען דעם ספר המורה איז געווען חילוקי דעות ביי רבותינו הקדושים, הרה״ק מצאנז ברענגט אסאך נאך פונעם מורה, אין באבוב זאגט מען נאך בשם צאנזער רב אז האבן דעם ספר אין שטוב איז א סגולה צו אמונה, מען דארף אבער נישט לערנען דערין.

אלנפאלס האט דער רמב״ם איבער געלאזט אן אוצר אין יעדע חלק וואס קען נאר זיין נוגע פאר א יוד, ווער סלערנט נישט מורה נבוכים און אפילו ווער יא, קען לערנען דעם פירוש המשניות פ״י סנהדרין צו זען און פארשטיין די יסודות פון אמונה, די משנה תורה איז אויך גאר באטעמט צו לערנען, זאל זיין גרויסן זכות מגין זיין אויף אונז און אויף אלע יודן, אמן.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”