ווילוויסן האט געשריבן:ווילוויסן האט געשריבן:נישט פון אים פארציילט שלמה'לע זיין סוויהט באט טרעדזשיק סטארי איבער משה'לע גוט שבת?
אוודאי פון אים ..
שלמה'לע פארציילט דאס סיפור באריכות אז מ'קען צוגיין.
וואוינענדיג אין תרצ"ט אין באדען ביי וויענע, איז איינמאל אנגעקומען א איד בשם משה'לע, [א אינגערע ברודער פונעם קאפיטשניצער] אידן האבן זיך שוין נישט געקענט דרייען דאן אויפן גאס פראנק איז מען זיך צוזאמען געקומען אינעם שטוב פון ר' שלמה'ס פאטער פארטאגס אום זעקס אזייגער געדאוונט גיך און שטיל אזוי אז מ'האט געפארטיגט אויף אכט אזייגער.
יענע שבת, משה'לע זעט ווי מ'דאוונט אזוי שנעל, ס'געקומען צו נשמת ר' משה'לע קען זיך שוין נישט איינהאלטן און זאגט פארן בעל תפלה, די תפלות דארפן עולה זיין למעלה און איר דאוונט אראפ, און ווער ווייסט אויב ס'איז נישט דער לעצטער שבת ? אזוי דאוונט מען נשמת ? האט דער בעל תפלה געזאגט "איש קען ניקס בעססער " האבן כולם פה אחד געזאגט פאר משה'לע "גיי דו" ! און ער האט אנגעהויבן נשמת מיט זיינע מורא'דיגע מעלאדיעס, און זיי אריינגעטראגן אין די העכערע ספערן.. אוי פודה ומציל ...
מ'האט דעמאלט געענדיגט עלף דרייסיג, ס'קומט צו קידוש מאכן די מוטער פון שלמה'לע שטעלט צו צו פארבייסן, משה'לע וויל מאכן קידוש, די פענצטער זענען פארהאקט און פארמאכט פאר פחד, משה'לע זאגט ער קען נישט מאכן קידוש נאר מיט אפענע פענצטער, ער דארף מכריז זיין קבל עולם אז ס'איז שבת.. דער עולם האט גע'טענה'ט משה, די גוים ווילן אונז הרג'נען, האט ער געענטפערט זיי זענען בני עשו בן יצחק, וואס איז געווארן פון עשו אז ער האט פארגעסן אז ס'איז שבת אויף די וועלט, אז איך קען דערמאנען די וועלט אז ס'איז שבת וועט זיך אויפהערן די שנאה, און ער האט געזאגט אז פעטער עשו וועט געדענקען אז ס'איז שבת וועט ער משנה זיין דרכיו.
משה'לע האט זיי פארציילט אז אויף יעדע ווינקל פון אלע גאסן הענגט א גרויסע בילד פון משה'לע און ס'איז געווען אויפגעשריבן, די פיינט פונעם פיהרער נומער איינס ! ווער ס'טרעפט אים באקומט הונדערט טויזנט שיללינג !
וואס איז געווען זיין זינד ? ר' משה'לע פלעגט ארומגיין צו אלע משפחות אין די גאנצע וויענע געגנט וואס זייערע מענער זענען שוין נעבעך נישט געווען אינדערהיים און געברענגט צו עסן און אויסגעהאלטן די משפחות, קיינער האט נישט פארשטאנען וויאזוי ער טוט דאס זייענדיג אין א זמן וואס מ'האט זיך שוין נישט געקענט דרייען אויפן גאס, איינמאל האט מען אים געכאפט, און ער האט זיך ארויסגעכאפט אויף עפעס א וועג און אנגעהויבן ארבעטן זיין עבודת הקודש נאר ביינאכט.
יארן שפעטער שלמה'לע וואקט אויף א גאס אין תל אביב קומט צו צו אים א איד און פרעגט אים דו געדענקסט משה'לע, פרעגט ער מיינסט משה'לע גוט שבת ? זאגט אים יענער איד איך וויל דיר פארציילן וואס איז געשען מיט אים, זיי גייען צו צום ים און זעצן זיך אראפ, דער איד נעמט זיך וויינען.
און נעמט זיך דערציילן, אז צום סוף, האט זיך ר' משה'לע פארשאפט א פאלשן פאספארט צו גיין קיין ענגלאנד, און פון דארט ממשיך זיין קיין ארץ ישראל, ער איז שוין געזיצן אויפן באן מיט זיין רביצין און צוויי קינדער. און דער איד איז געזיצן נעבן אים אויפן באן.
דער איד פארציילט אז זיין ווייב האט אים געהאלטן אין איין בעטן די גאנצע צייט ער זאל נישט זינגען, ער זאל כאטש ווארטן ביז מ'איז אינדרויסן פון עסטרייך, אבער ר' משה'לע האט נישט געקענט אויפהערן מיט זיינע שירי קודש, און ער האט געזאגט איך דארף נאך זינגען "גוט שבת" נאך איינמאל, ער עפנט די פענסטער און הייבט אן זינגען...... אוי גוט שבת גוט שבת .... אוי גוט שבת גוט שבת..... אוי גוט שבת גוט שבת גוט שאאאבעססס... [וואו איז סאכדעס ?] ... גוט שבת.. ביז... ליידער ליידער האט אים איינער דערקענט... און אוי וויי והכהו נפש בפני אשתו ובניו אוי .... השם ינקום דמיו..
האט דער איד אויסגעפירט צו שלמה'לע איך שווער אייך אז ער האט נישט אויפגעהערט זינגען גוט שבת ביזן לעצטן אטעם. ובהאי קטירא אתקטר..