רבי שמואל משינאווא - בעל רמתיים צופים - ח' שבט תרל"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

רבי שמואל משינאווא - בעל רמתיים צופים - ח' שבט תרל"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

- דערווייל געדענק איך נישט אין איך זעה נישט קיין שום אשכול איבער דער הייליגע צדיק דער רבי שמואל משינאווא זי"ע וועל איך אנהייבן מיט א קליינע באשרייבונג איבער איהם.

הרה"ק רבי שמואל משינאווא זי''ע איז געבוירן געווארן אין גאליציע בשנת תקמ"ז (דא א יש אומרים שפעטער בשנת תקנ"ו) ווער די עלטערן איז געוועהן אין די יונגער יארן איז נישט קלאר אין באוויסט מען ווייסט נישט קיין סאך...

ער האט חתונה געהאט אין שטאט שינאווא [ווי עס קוקט אויס איז פין דארט געבליבן די נאמען רבי שמואל משינאווא] מען ווייסט נישט ביי וועם ער איז געוועהן א איידעם, (מען ווייסט נאר אז די שווער איז געוועהן די בעל אכסניא פין הרה"ק רבי שלמה לייב מלענטשא זי"ע, וואס פון דארט איז ער נתקרב געווארן צו חסידות) מען ווייסט נאר אז בזיווג שני איז ער געוועהן א איידעם ביי הרה"ק רבי אברהם מטשעכנוב זי"ע.. ווי עס קוקט מיר אויס האט ער ליידער נישט איבער געלאזט קיין דורות

ער איז געוועהן א גרויסע גאון, אין האט משמש ברבנות געוועהן אין אסאך שטעט במשך די יארן.. אין שינאווא, וואלדאווא, בראק, שעדליץ, לאוויטש, צום לעצט איז ער געוועהן רב אין נאשעלסק..

ער האט זיך שוין פין יונגערהייט אן זיך מסתופף געוועהן בצל הצדיקי הדור.

ער שרייבט אז דער ערשטע פלאץ אין חסידות איז געוועהן ווען ער איז געוועהן 17 יאהר אלט, ווערן ער איז געוועהן ביי רבו הק' רבי שלמה לייב מלענטשא זי''ע אויף די חנוכה טעג...

אזוי אויך איז שוין געפאר יונגערהייט צו הרה"ק רבי מנחם מנדל מקאסוב זי''ע בעל אהבת שלו', צו די הייליגע רבי פון לובלין זי"ע, דער יהודי הק' פין פרשיסחא זי"ע

אבער די רבו המובהק, איז געוועהן הרה"ק דער רבי ר' בונם מפרשיסחא זי"ע.. ער איז געוועהן דער ערשטע מאל פסח ווען ער איז געוועהן אלט בערך 18 - 19 יאהר.. ביי איהם האט ער קונה געוועהן דער עיקר תורה, אין יר"ש, אין פארשפרייט דבריו הק' אין זיינע ספרים.. ער איז געוועהן אין איהם דבוק כל כולו..

שפעטער האט ער ממשיך געוועהן זיינע נסיעות צו קאצקער רבי זי''ע אין די חידושי הרי''ם פון גור, אין צו הרה"ק רבי איציקל מנעשכיזער זי''ע אין נאך צדיקים...

זיין פערזענליכע לעבן אין שאפן איז נישט דא קיין סאך, אבער פין זיין הייליגע ספר רמתיים צופים, קען מען געוואר ווערן א געוואלד, בעיקר מיט וואס ער האט זיך מסתופף געוועהן בצל רבותיו הק' ובעיקר דער רבי ר' בונם זי"ע, וואס א אוצר פין די דברי תורות אין שמועסן אין עובדות איז ער דער מקור..

ער איז נפטר געווארן ביום ח' שבט שנת תרל"ג (יש אומרים תרל"ה) ומנו''כ בעיר הרבנות שלו נאשעלסק..

זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: הרה"ק רבי שמואל משינאווא - בעל רמתיים צופים - ח' שבט תרל"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

כ'בין נייגעריג צו די בית החיים אין נאשעלסק שטייט נאך?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: הרה"ק רבי שמואל משינאווא - בעל רמתיים צופים - ח' שבט תרל"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

יישר כח פאר גיין פתיחה אין פאר די באשרייבונג .
זכותו יגן עלינו
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: רבי שמואל משינאווא - בעל רמתיים צופים - ח' שבט תרל"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

זי"ע ועכי"א.
אמר מהר"ש משנכנס אלול כשכותב אדם אגרת שלום לחבירו צריך לרמוז בהתחלתו שמבקש עליו להשיבו לטוב השנה הע"ל, על דרך בשנה טובה תכתב ותחתם, או תולה ארץ על בלימה, יטיב לך כתיבה וחתימה. (מהרי"ל)

כתיבה וחתימה טובה!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי שמואל משינאווא - בעל רמתיים צופים - ח' שבט תרל"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ראובן איש מהעם האט געשריבן:
זי"ע ועכי"א.
לחיים לחיים טובים ולשלו' זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: הרה"ק רבי שמואל משינאווא - בעל רמתיים צופים - ח' שבט תרל"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מומחה יוחס האט געשריבן:
כ'בין נייגעריג צו די בית החיים אין נאשעלסק שטייט נאך?
זעהט נישט אויס אזוי
https://kehilalinks.jewishgen.org/Nasie ... etery.html
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
הרחבה
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 5:23 am

Re: רבי שמואל משינאווא - בעל רמתיים צופים - ח' שבט תרל"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרחבה »

מ'ווייסט ווי אזוי האט געהייסען זיין טאטע?
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: רבי שמואל משינאווא - בעל רמתיים צופים - ח' שבט תרל"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

הרחבה האט געשריבן:
מ'ווייסט ווי אזוי האט געהייסען זיין טאטע?
ניין.
איך האב אויך געזוכט און נישט געטראפען.
אמר מהר"ש משנכנס אלול כשכותב אדם אגרת שלום לחבירו צריך לרמוז בהתחלתו שמבקש עליו להשיבו לטוב השנה הע"ל, על דרך בשנה טובה תכתב ותחתם, או תולה ארץ על בלימה, יטיב לך כתיבה וחתימה. (מהרי"ל)

כתיבה וחתימה טובה!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי שמואל משינאווא - בעל רמתיים צופים - ח' שבט תרל"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט דער הילולא קדישא פון דער בעל רמתיים צופים רבי שמואל שינאווער זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: רבי שמואל משינאווא - בעל רמתיים צופים - ח' שבט תרל"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

אין די בריוו צו השר ר' משה מאנטיפיארי שרייבט ער זיך אונטער במהר"י
Screenshot 2024-01-17 235311.png
Screenshot 2024-01-17 235311.png (140.93 KiB) געזען 86 מאל
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: רבי שמואל משינאווא - בעל רמתיים צופים - ח' שבט תרל"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

לויט די אויבנדערמאנטע אז ער איז געווען רב אין לוביטש
איז יתכן אז די פאלגענדע תשובה אין שו"ת חי' הרי"ם איז צו אים
Screenshot 2024-01-18 000510.png
Screenshot 2024-01-18 000510.png (10.45 KiB) געזען 81 מאל
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: רבי שמואל משינאווא - בעל רמתיים צופים - ח' שבט תרל"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

זכותו יגן עלינו. ער האט אונז איבערגעלאזט דעם רמתים צופים א הערליכע אוצר פון מאמרים וסיפורים וואס ער האט אליין געהערט און געזעען.

ער שרייבט ערגעץ אין רמתים צופים אז ווען ער האט אלס בחור געלערנט תנדב"א מיט זיין רבי ר"ר בונים האט דער רבי געזאגט...
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”