ספורי חסידים ואנשי מעשה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

ספורי חסידים ואנשי מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אזוי ווי מ'האט מיר געבהטען צו באשרייבען די אידען וואס קען זיך דאכטען אז זיי זענען גוועהן פשוטע אידען אויבער במשך הזמן האט זיך ארויס געשטעלט אז זיי זענען בכלל נישט פשוט .א ריכטיגע מאסטער אין יעדער קען זוך ארויס לערנען פון זיי גוטע זאכען כאטשיג איך ווייס נישט ווי אן צו הייבען ס'איז דא אסאך אין די עיקר נקודה איז ס'וואלט גוועהן א טובה ווען מ'קען ארויס גיבען א גאנץ בוך פון יעדעם באזונדער אויבער לעת עתה זעהט נישט אויס מעגליך . הוא הדין אסאך דארפען א אשכול פאר זיך אויבער קודם לאמיר זעהן ווי אזוי ס'גייט .טראכט א רגע באשרייב א איד 120 יאהר מיט אפאר שורות אלעס איז ס"ה קיצור שבקיצור ממש אויף די שפיץ שפיץ גאפעל ממילא אויב האט איינער א מעשה פון עני פשוטע וואוילע איד זאל ער קומען עס באשרייבען אין ייש"כ למפרע אין אזוי ווי רבי שלמה ווייס זצ"ל האט געזאגט אז די תועלת צו באשרייבען די עהרליכע פשוטע תמימותדיגע אידען איז זייער גרויס ווייל יעדער דורך שניטליכע מענטש רילעט צו דיעם . נאך מער ווי ספורי צדיקים הגם וואס מדארף אויך לערנען ספורי צדיקים. אויבער דאס איז אויך זייער זייער וויכטיג יעדע וואך באשרייבען די צייטונגען הערכות פון אידען וואס זענען אוועק אויבער נאך אלס איז עס עפי"ר א איינמאהליגע זאך .אין אוודאי שגיאות מי יבין איך גיי פרובירען צו זיין די קראנסטע וואס איך ווייס אלעס קען נאך אלס זיין בערך נישט פונטליך ווייל אסאך איז מפי השמועה אוידער לפי די זכרון איז צו האפען אז שלא יצא מכשול מת"י שי עיקר איז נישט נאך מאכען נאר א לימוד לפי אינזערע כח אין אינזערע מדריגה
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום מאנטאג אקטאבער 18, 2021 12:27 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: אלע סארט אידען פון אלע קרייזען וואס מ'קען זיך לערנען פון זיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

איך הייב אהן מיט א איד פון שיכון סקווירא הרה"ח רבי אברהם ראזענבערג זצ"ל וואס ער האט מאריך ימים גוועהן איבער די מאה ואחד אסאך געהרט פון די קרובים אפאר שטריכען די איד האט לפי צאוותו געהייסען שרייבען על מצבתו כהאי לישנא
געהאפט א יעדע רגע פאר משיח.
לא פחות ולא יותר
איך מיין די ווערטער איז א גאנצע מוסר ספר
ווי א איד איז צו געקומען צו אזא מדריגה אין אויף א מצבה שרייבט מען די אמת אין ער האט אזוי געבהטען מזאל דאס שרייבען ביז זבילא בתרייתא מצפים לישועה
איך בעהט ווער סקען ארויף שטעלען א בילד פון די מצבה וואס איז דא ביי די בילדער פון מצבות פון סקווירא ש'כח למפרע

האט מיר איינער פארציילט אז אויף די עלטער האט ער שוין נישט געהאט כח צו גיין אזוי שנעל האט איינער זיך אפגעשטעלט געבין א היטש אום געבעהטן ער איז אזוי מרוגש געווארען פון די חסד (פון יענער האט אוועק געגבין מערסטנס אפאר מינוט )אז ווען ער איז אהיים געקומען אויס געזאגט תהלים פאר די איד ..נישט מער נישט וויינגער א השגה פון הכרת הטוב
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום מאנטאג אקטאבער 18, 2021 12:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: אלע סארט אידען פון אלע קרייזען וואס מ'קען זיך לערנען פון זיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

יעצט איז פרשת וירא דער רבי אברהם האט געזאגט די עקידה יעדע טאג כאילו ער לערנט אין זאגט עס די ערשטע מאהל אין זיין לעבין ממש אזוי ווי ער לעבט עס מיט ווי רבוש"ע זאגט פאר אברהם אבינו שחט דיין איינציגע זוהן ממש אהן געהויבען שווער צו אהטמען בוז ויאמר אברהם אל תשלח ידך האט ער זוך בארוהיגט דאס ווייסט מען פון ווען איז שוין גוועהן כמעט 100 ער האט געמוזט האבון שמשים צו העלפון גיין אין קומען ווען נישט דאס וואלט קיינער נישט געוויסט דערפון

ענדליך צו דעים איז גוועהן איינמאהל פרשת שלח אין מיטען קריאת התורה איז איהם שווער געווארען די אטעם די שמש זיינע האט ארויס געפירט פון ביהמ"ד אין אהן קומענדיג אהיים איז שוין די מצב כמעט צו זיך געקומען האט ער זיך דעמאלטץ אביסל שוין געקנט רעדין האט ער געזאגט אזא מעשה האבון דא די אידלעך געטוהן ..(געמיינט די מרגלים )
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום מאנטאג אקטאבער 18, 2021 12:48 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: אלע סארט אידען פון אלע קרייזען וואס מ'קען זיך לערנען פון זיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אין וועגין ווארטען פאר משיח זאגען זיי ווען מהאט אהן געהויבען זינגען וואס וועט זיין ווען משיח גייט קומען האט ער אויפ גלעבט אפילו ער האט געהאט יסורים נוראים ל"ע
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: אלע סארט אידען פון אלע קרייזען וואס מ'קען זיך לערנען פון זיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

רבותינו האט געשריבן:איך הייב אהן מיט א איד פון שיכון סקווירא הרה"ח רבי אברהם ראזענבערג זצ"ל וואס ער האט מאריך ימים גוועהן איבער די מאה ואחד אסאך געהרט פון די קרובים אפאר שטריכען די איד האט לפי צאוותו געהייסען שרייבען על מצבתו כהאי לישנא געהאפט א יעדע רגע פאר משיח איך בעהט ווער סקען ארויף שטעלען א בילד פון די מצבה וואס איז דא ביי די בילדער פון מצבות פון סקווירא ש'כח למפרע
האט מיר איינער פארציילט אז אויף די עלטער האט ער שוין נישט געהאט כח צו גיין אזוי שנעל האט איינער זיך אפגעשטעלט געבין א היטש אום געבעהטן ער איז אזוי מרוגש געווארען פון די חסד אז ווען ער איז אהיים געקומען אויס געזאגט תהלים פאר די איד ..נישט מער נישט וויינגער א השגה פון הכרת הטוב

בילד
viewtopic.php?p=854531#p854531
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: אלע סארט אידען פון אלע קרייזען וואס מ'קען זיך לערנען פון זיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

ש'כח

האסט פון רבי אברהם אויך?
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: אלע סארט אידען פון אלע קרייזען וואס מ'קען זיך לערנען פון זיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

רבותינו האט געשריבן:האסט פון רבי אברהם אויך?

הרב לייבל פון צאנז איז געווען זיין זון?
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: אלע סארט אידען פון אלע קרייזען וואס מ'קען זיך לערנען פון זיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

זיין איידעם איז יבלח"טא כ"ק גאב"ד סערדעהלי רבי חיים לייב כ"ץ שליט"א
איך גדענק נישט די קינדערס נאמען ער האט פארלוירען לעצט פאר יאהר א פאר זענען אוועק נעבאך איינער פון חסידי צאנז
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: אלע סארט אידען פון אלע קרייזען וואס מ'קען זיך לערנען פון זיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

איז דאס זיין זון?
פון ר' אברהם אליין טרעף איך נישט.

קוק די קומענדיגע בלעטער אינעם לינק מער איבער ר' לייבל.
לעצט פארראכטן דורך בענקעל אום זונטאג אקטאבער 17, 2021 1:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: אלע סארט אידען פון אלע קרייזען וואס מ'קען זיך לערנען פון זיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

איך מיין אזוי
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: אלע סארט אידען פון אלע קרייזען וואס מ'קען זיך לערנען פון זיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

רבותינו האט געשריבן:זיין איידעם איז יבלח"טא כ"ק גאב"ד סערדעהלי רבי חיים לייב כ"ץ שליט"א
איך גדענק נישט די קינדערס נאמען ער האט פארלוירען לעצט פאר יאהר א פאר זענען אוועק נעבאך איינער פון חסידי צאנז

אלע פיר חסידי צאנז אוועק די לעצטע יאר צוויי
ר' בערל, ר' העניך , ר' לייבל, ר' יחיאל
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: אלע סארט אידען פון אלע קרייזען וואס מ'קען זיך לערנען פון זיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

רבותינו האט געשריבן:איך מיין אזוי

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 0#p2159540
יא דאס איז ער. קוק דעם לינק. עס איז פונעם קומענדיגען בלאט.
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: אלע סארט אידען פון אלע קרייזען וואס מ'קען זיך לערנען פון זיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

די גמרא אין מס׳ בבא בתרא זאגט אויף אן אמורא וואס איז צוריק געקומען פון יענע וועלט, האט ער געזאגט ״עולם הפוך ראיתי, עליונים למטה ותחתונים למעלה״.

אונז קענען קיינמאל ניט וויסען ווער ס׳איז מער חשוב אין הימל, דארטן קוקט מען ניט צו מ׳איז געגאנגן מיט א גרויסע קאפעליטש אדער א ריבצענע מיט שיפע טאשן…

פלאס אונז ווייסט דאך אז ״יש קונו עולמו בשעה אחת״, מ׳טרעפט אין די גמרא אסאך ווי איינער האט געטאן איין דבר טוב אין זיך איינגעקויפט א שיין חלק לעולם הבא.

אזוי זאג איך כסדר פאר מיינע קינדער, קיינמאל נישט דן זיין א איד, יענער קען האבן אנגעזאמעלט מער זכותים אין הימל, מער ווי אסאך אנדערע.
לעצט פארראכטן דורך צדיק בן צדיק אום זונטאג אקטאבער 17, 2021 1:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: אלע סארט אידען פון אלע קרייזען וואס מ'קען זיך לערנען פון זיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

צדיק בן צדיק האט געשריבן:די גמרא אין מס׳ בבא בתרא זאגט

נו. די קעפל איז נישט סותר מיט דיינע ווערטער. עס איז מער ווי די משנה זאגט אין אבות: "אזהו חכם הלומד מכל אדם".
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: אלע סארט אידען פון אלע קרייזען וואס מ'קען זיך לערנען פון זיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אין די ארבעט אין 47 סטריט פלעגט ער למשל מאכען א מאכל וואס הייסט מאמאליגא אין אנשטאט טראכטען נאר פון זיין לאנטש וכו' האט ער געמאכט פאר יעדעם כך שמעתי
אין אויך מאסט פאר פסח פאר די גאנצע גאס
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום מאנטאג אקטאבער 18, 2021 12:41 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: אלע סארט אידען פון אלע קרייזען וואס מ'קען זיך לערנען פון זיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

בענקעל האט געשריבן:
צדיק בן צדיק האט געשריבן:די גמרא אין מס׳ בבא בתרא זאגט

נו. די קעפל איז נישט סותר מיט דיינע ווערטער. עס איז מער ווי די משנה זאגט אין אבות: "אזהו חכם הלומד מכל אדם".

״הלומד מכל אדם״ איז עפעס אנדערש וואס איך האב געשריבן, איך זאג אז וועמען מיר ״מיינען״ איז א פשוטע איד, קען גאר זיין זייער זייער הויעך און חשוב.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: ספורי חסידים ואנשי מעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

ער איז געקומען קיין אמעריקע אין זיין יונגע יאהרען די סיבה פאר זיין קומען צוליב פרנסה איז גוועהן איך מיין זיין טאטע איז אוועק יונג אין ער האט נישט געוואלט זיין מאמע די אלמנה זאל דארפען גיין ארבעטין האט ער געפארען קיין אמעריקא פאר א לאנגע תקופה אין איך מיין ער האט נאר געגסין קאשע די גאנצע צייט וועגין כשרות
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”