רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן:איז פארהאן ערגעץ א בילד פון חתימת י"ק פון דעם מאור ושמש?

איך דארף עס אויף קיום שטרות...
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:איז דא א רישומא פון אלע קינדער פונעם הייליגען מאור ושמש זצ"ל, בניו ויו"ח, א חוץ פונעם אויבען דערמאנטע צאצאי בנו הגוטער יוד?

ע"פ ס' החסידות פון אלפסי:

א. ר' יוסף ברוך (דער גוטער יוד) פון ניישטאט
ב. ר' ארון פון קראקא (חתן ר' ישראל בן החוזה מלובליו)
ג. חתנו ר' משה מקשונז (ב"ר יעקב מאפטא [ב"ר נחמיה ב"ר דוד מלעלוב?])
ד. חתנו ר' דוד יצחק חריף אב"ד אויאזד

פון JRI קוקט אויס אז דער מאור ושמש האט געהאט א טאכטער היצל, חתונה געהאט מיט ר' יחזקאל פלאקס.

ר' משה אב"ד קשונז, שמו המלא כנראה ר' משה קעניגסבערג (המכו' ג"כ אפאטאווסקי או אפטער - ע"ש מקומו?) ב"ר יעקב דוך (שם משפחה אחרת, ככה"נ), ב"ר יוסף (אולי); שם זוגתו מ' [מלכה] גיטל בת המאור ושמש.

בנם ר' יצחק וואלף היה בזו"ר חתן ר' זכריה ליליענפעלד מזאוויחוואסט גיסו (בעל אחותו) של ר' משה פרידענזאהן משם מחותנו של ר' פנחס מאפטא בן האור לשמים. ער האט געהאט א זוו"ש אויך אין זאוויחוואסט, דער צווייטער שווער האט אויך געהייסן זכריה, מער געדענק איך נישט אויסנווייניג.

דער וואס האט נערוון קען עס באשטעטיגן אויף JRI, בפרט אין זאוויחוואסט, ניישטאט (נאווי קארטשין) און על כולם קראקא.

בנוסף, איז פארהאן מער ראיות יעצט צו ר' נחוניא'ס נייע איידים פון דעם מאור ושמש, ר' יחזקאל פלאקס.

א פאהר מקורות (געטראפן בעיקר מיט JRI, א פאהר מיט JewishGen'ס באזונדערע קראקאווער database, די אריגינעלע מעטריקל מיט די הילף פון הירשבערג'ס סייט):

- אין קראקא, פטירת ר' משה 'אפטער' אב"ד קשוינז, דער מאן פון מ' גיטל לבית עפשטיין: (יאהרע 1832 נומ' 340)
דאס איז זיכער ר' משה דינן, אויסער דאס וואס עס ווערט דערמאנט זיין רבנות, שטימט דעם טאג (5 אקט' 1832 = י"א תשרי תקצ"ג) מיט וואס ווערט געבראכט אין 'לוחות זכרון' פון מצבות קראקא אויף ר' משה ב"ר יעקב מאפטא אב"ד קשונז חתן המאור ושמש (עמ' 70 אות ק"ג).

- אין קראקא, געבורט פון א זוהן, יצחק, צו ר' משה 'קעניגסבערג' וזו' גיטל בת ר' קלמן (יאהרע 1814 נומ' 37)

און מניין אז מען רעדט אלץ פון איין מענטש?

- אין זאוויחוואסט, הייראט פון ר' יצחק וואלף קעניגסבערג/אפאטאווסקי (=אפטער) מניישטאט, אלט 19 (= געבוירן 1811/1812, נישט קשה...), בן ר' משה קעניגסבערג/אפאטאווסקי וזו' מ' גיטל בת ר' קלמן עפשטיין (הכלה מ' שפרינצא לבית ליליענפעלד כמדובר, נתגרשו ונפטרה כמה שנים אח"כ) - פון די רשימה קומט אויס אז דער אבי החתן לעבט שוין נישט. (יאהרע 1841 נומ' 1)
איין אלמנה מ' גיטל בת ר' קלמן וואס וואוינט אין ניישטאט איז שוין כמעט זיכער א טאכטער פון דעם מאור ושמש.

(ביי ר' יצחק וואלף זו"ש אין זאוויחוואסט זעה איך נישט מער קיין פרטים. ביי זיין זוש"ל אין אוזרוב, נאך זיין צווייטע ווייב איז אוועק, האב איך נאר JRI וואס לייגט גאהר נישט צו.)

- ועתה, אין קראקא, דער הייראט רשימה פון האלמן ר' משה קעניגסבערג ב"ר יעקב יוסף (נישט 'דוך', כמו שאבאר) וזו' מ' שיינדל ב"ר בער (איך זעה נישט אז עס זאל שטיין ווי ער איז געבוירן), והאלמנה מ' גיטל בת ר' קלמן עבשטיין וזו' מ' ראדא ב"ר אברהם, אלמנת ר' וואלף ב"ר יוסף. (יאהרע 1813 נומ' 15)
(צום געדענקן אז דער שם האב, ווען עס שטייט ביי ווייבער אין דיע יאהרן, קען זיין גאהר די שם אבי האב, ולפי"ז קען זיין מ' שיינדל בת בנו של ר' בער, און מ' ראדא בת בנו של ר' אברהם.)

דאס קען מען שוין גרינג מברר זיין ע"פ JRI אז 'ר' קלמן עבשטיין מקראקא וזו' מ' ראדא ב"ר אברהם'' זענען גאהר הרה"ק בעל המאור ושמש וזוגתו הרבנית.

הרי לנו: איין איידים פון דעם מאור ושמש, בעל בתו מ' גיטל, וואס מיר ווייסן איז די זעלבע נאמן ווי הרבנית מקשוינז; מאידך זעהן מיר פון זיין זוהן'ס הייראט רשימה אז ער האט אויך געהייסן 'אפאטאווסקי' דהיינו 'מאפטא' = 'אפטער', והכל הולך אל מקום אחד.

מה שכתבתי אז ר' משה'ס פאטער האט געהייסן ר' יעקב ב"ר יוסף, און נישט ר' יעקב יוסף, איז ווייל אויף ר' משה'ס מצבה שטייט ב"ר יעקב, און אין יענע יאהרן אין קראקא (ווי אין פרייסן) האט 'פלוני אלמוני' געקענט מיינען 'פלוני בן אלמוני'. ביי די פטירה פון דער מאור ושמש, למשל, שטייט 'קלמן אהרן'.

ומה שכתבתי ע"פ העתק JRI אז ר' יעקב האט געהייסן 'דוך' איז א טעות המעתיק. עס שטייט 'דוכאווני', דהיינו א טיטל וואס מיינט עפעס רבניש אבער נישט קיין אפיציעלע שטאטס רב.

(פון MyHeritage זעהט אויס אז עס זענען פארבליבן פיל אייניקליך פון ר' יצחק וואלף'ס איין איידים, איינער ר' אליעזר לערער מאוזארוב.)
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:איז פארהאן ערגעץ א בילד פון חתימת י"ק פון דעם מאור ושמש?

איך דארף עס אויף קיום שטרות...

במקום שאין איש:
MvSh Krakow 1813.png
MvSh Krakow 1813.png (105.37 KiB) געזען 2912 מאל

(פון די הייראט רשימה הנ"ל)
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:איז פארהאן ערגעץ א בילד פון חתימת י"ק פון דעם מאור ושמש?

איך דארף עס אויף קיום שטרות...

במקום שאין איש:
MvSh Krakow 1813.png

(פון די הייראט רשימה הנ"ל)

א חתימה צו פערגלייכן האב איך דערווייל נישט געטראפן, אבער אין ס' איגרות סופרים ווער געבראכט א העתקה פון א חתימה פון הרה"ק ר' ארון בן המאור ושמש, און ער שרייבט 'קלונמס קלמן', אהן א יו"ד און מיט נאר איין וי"ו, ווי דא.
(חאטשיק חתימות אין די מעטריקל זענען אפט בפירוש פאלש - אלע צדדים חתמ'נען אין איין שריפט, למשל, און די נעמן זענען פיל מיט גרייזן - דא מיט א 'נאום' און 'הקטן' איז א יוצא מן הכלל, און עס איז קלאהר נישט די זעלבע שריפט ווי די אנדערע.)
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

נכדי ר' אליעזר לערער חתן ר' יצחק וואלף קעניגסבערג ב"ר משה אב"ד קשוינז האבן זיך משדך געוועהן מיט נכדי הרבנים מגראכאוו, ומבין צאצאיהם (א צוגעקומענער) איז ר' ישעיה קוהוט, מו"ל פון ספרי הצדיקים לשושלת גראכאוו.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

משפחת הג' ר' דוד יצחק בראמבערג חתן רבינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אין די ספרי התולדות שטייט גאנץ ווייניג אויף הגאון ר' דוד יצחק בראמבערג מפיעטרקוב (הנקרא ר' דוד חריף) חתן המאור ושמש.

איך האב נישט געפארשט דעם ענין ווי עס דארף צו זיין, אבער איך האב באגעגענט א פאהר פרטים אויף זיין משפחה, האב איך מחליט געוועהן אז שרייבן וואס מען האט איז בעסער ווי גארנישט.
(א חלק פון וואס איך שרייב האב איך געטראפן שפעטער אויף Geni און MyHeritage פון אייניקליך, אבער אהן קיין מקורות און נישט אין איין ארט, איז עס נאך אלץ לתועלת דא צו שרייבן.)

דער ערשטער מקור איז דאך זיין ספר, בית דוד/חידושי הרד"ח על מס' גיטין, געדרוקט אין תרס"ו דורך זיין אייניקל, בן בתו מ' שרה, ר' [גד] יחיאל צבי "בהרמ"א" מפיעטרקוב. עיין ההסכמות הרבנים והצדיקים זצ"ל צו כאפן א געפיל פון וואס דער שמו הטוב פון ר' דוד חריף איז געוועהן אין די דורות נעהנטערע צו איהם, און זעהט דער סוף פון די הקדמת המו"ל ווי ער שרייבט דאס ביסל וואס איז באקאנט אויף דעם גאון אין איין פאראגראף, און שרייבט אז עס שוין אריבער בערך 80 יאהר זייט זיין זיידע'ס פטירה.

א פאהר פרטים קענען מיר לערנען פון דעם שער בלאט: זיין שם קודש, ר' דוד יצחק ב"ר ראובן; און בראשי תיבות איז דער אייניקל מרמז זיין זיידענ'ס משפחה נאמן, 'בראמבארג'.

זיין אייגענע משפחה נאמן אדער זיין פאטערס גאנצע נאמן שרייבט ר' יחיאל צבי נישט אין ערגעץ.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אין די מעטריקל אין פרשעזבורז, טרעפן מיר א הייראט רשימה אין 1837, פון ר' משה [משה אהרן, לויט זיין חתימה] ב"ר פישל ניימארק, וזוגתו מ' שרה בת ר' דוד וזו' מ' רבקה בראמבערג מפיעטרקוב (די עלטערן אירע האבן שוין דעמאלטס נישט געלעבט).
א פאהר יאהר שפעטער איז מ' שרה אוועק, און אין איר פטירה רשימה ווערן אויס גערעכנט אירע קינדער, צווישן זיי: ר' יחיאל הירש (נאך איינער: ר' ישעיה דוד - כשם בנו של ר' יחיאל צבי).

אין ארץ ישראל איז פארהאן א משפחה וואס שטאמט פון איינער ר' חיים אלתר מנחם מנדל ניימרק, ב"ר גד יחיאל צבי - און לויט די משפחה אויף MyHeritage, זעהט אויס אז זיי זענען זיך טאקע מתיחס צו ר' יחיאל צבי נכד הגאון ר' דוד דינן.

קיין קלאהרערע ראיה אויף דעם האב איך נישט געטראפן; אויף יד ושם קען מען טרעפן א ר' ישעיה דוד ב"ר 'יחיאל צבי גד' ניימרק, אריגינעל פון פיעטרקוב, א 'דף עד' אריין געגעבן דורך א פלומעניצע זיינע.

ע"כ הנוגע ל'רמ"א' חתנו של ר' דוד חריף.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

נאך א זוהן פון ר' דוד חריף וואס ווערט דערמאנט איז "ר' יעקב דיין", צו וועם דעם כתב יד פון ס' בית דוד האט געהערט, כנראה דער שווער אדער זיידע פון ר' שלמה גבריאל דאנציגער פון איאזד, פון וועם ר' יחיאל צבי האט געקריגן דעם כתב יד.

נאך א זוהן טרעפן מיר, ר' ראובן ברוך פון קאזיניץ, חתן ר' ישכר האפשטיין מקאזיניץ בן הרה"ק ר' משה אליקים בריעה בן המגיד מקאזיניץ. (אנדערע האבן שוין באמערקט אז אויף
JRI ווערט דעם איידים פון ר' ישכר גערעכנט, אבער ווער איז כאפט מען נישט אז מען קוקט נישט אין דעם עצם קאזיניצער מעטריקל (1827 נומ' 10), ווי עס שטייט קלאהר אז ער איז פון פיעטרקוב און זיין פאטער ר' דוד איז א רב. (ומכאן חתימת ר' משה אליקים בריעה וואס איך האב געבראכט)
דא שטייט אויך שם אשת ר' דוד מ' רבקה. (לאפוקי פון איינער אויף Geni וואס האט באשלאסן אז בת המאור ושמש אשת ר' יחזקאל פלאקס - וואס, ווי געשריבן אויבן, האט געהייסן היצל - איז די זעלבע ווי אשת ר' דוד יצחק מפיעטרקוב.)
מען טרעפט אויף JRI עטליכע קינדער פון ר' ראובן יצחק ומ' פערל אין קאזיניץ; חאטש איינע האט דארט חתונה געהאט, מ' רבקה, ובשם בעלה ר' מנשה קאזין (קאהן? בגוף המעטריקל איז נישט גרינגער) מזעליחוב.
נאך א טאכטער זייערע טרעפט מען אין ריקי אצל באבראווניק בגליל לובלין, מ' לאה, אשת ר' יצחק אייגר משם (ב"ר עקיבא משם, ב"ר יצחק - מי הוא זה?).

נאך איין טאכטער טרעפט מען, אויפן זעלבן סקען אין די קאזיניצער מעטריקל - איין בלאט איידער איר ברודער'ס הייראט - דאס איז מ' רחל, אשת ר' ישראל פערלשטיין. דער ר' ישראל איז אוועק יונגערהייט, מיט בערך 3 יאהר שפעטער אין 1830 למס', און איך ווייס נישט וואס איז געווארן מיט מ' רחל שפעטער.
חוקר משפחות
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:19 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר משפחות »

בני וחתני ה'גוטער איד' הרה"ק ר' יוסף ברוך הלוי עפשטיין מניישטאט (עיר-חדש) זצ"ל (נפטר י' אדר תרכ"ז)

א. בנו ר' קלונימוס קלמן הלוי עפשטיין מניישטאט (נפטר ט' טבת תרס"ג)
ב. חתנו ר' משה אבא בעער מאיסטריק
ג. חתנו ר' אליעזר הלוי הורוויץ-שטערנפעלד מניישטאט ב"ר מרדכי זאב (ב"ר צבי בהרה"ק החוזה מלובלין זצ"ל)

בני ר' קלמן מניישטאט
א-א. בנו ר' חיים מאיר הלוי מניישטאט חתן הגביר ר' בונם ממישעוו (נפטר ז' טבת תרע"ד)
א-ב. חתנו ר' שמואל שמעלקי האלבערשטאם ב"ר אהרן ה"ש מקרייז-צאנז (נפטר ט' טבת תרס"ג[/)

מה שכתבתם על זהות חותנו של רבי חיים מאיר מניישטאט מתאים למה שעולה מהרשומות (JRI מניישטאט). ליתר דיוק, משם עולה כי זו' של ר' חיים מאיר נקראה "דינה ביילא", לבית "קאסמאן", נפטרה בניישטאט ביום 20 דצמבר 1900, בת 53, ושמות הוריה בנימין קאסמאן ופייגל לבית גולדברג.

השאלה - *לפי מקור אחד לפחות (ראו בית אבות שעניצא) היה רבי חיים מאיר אפשטיין חתנו של רבי ירחמיאל מאוסטרובצה (פרימר)*. מה נכון? ואולי שניהם נכונים, והיו שני זיווגים (ואם כן, ממי הילדים??), או שקאסמאן היה בעצמו חתן אצל רבי ירחמיאל?
אולי שם המשפחה של פייגל ברשומות - גולדברג - מרמז כי זהו הכיוון, כי אשתו של רבי ירחמיאל מאוסטרובצה היתה חיה שרה לבית גולדברג (בת רבי יצחק שלמה מזעליחאוו), ומכאו שאולי פייגל היא בת לא ידועה של רבי ירחמיאל וכונתה ברשומות בשם משפחת אמה?

אבל בבדיקה לפי סדר השנים זה לא יתכן, ואם אנו רוצים "ליישב" קרבה משפחתית עלינו לשער לכל היותר -- בעלמא כמובן -- שפייגל לבית גולדברג היתה בת של יצחק שלמה מזעליחאוו. ועדיין יתכן שמה שכתוב בספרות (שעניצא) אינו נכון, ואין צורך בבניית תילי תילים של השערות.
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

עפשטיין ראבין?
אטעטשמענטס
0921201403a-1.jpg
0921201403a-1.jpg (353.43 KiB) געזען 2491 מאל
0921201403b-1.jpg
0921201403b-1.jpg (362.62 KiB) געזען 2491 מאל

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]

און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

חוקר משפחות האט געשריבן:
בני וחתני ה'גוטער איד' הרה"ק ר' יוסף ברוך הלוי עפשטיין מניישטאט (עיר-חדש) זצ"ל (נפטר י' אדר תרכ"ז)

א. בנו ר' קלונימוס קלמן הלוי עפשטיין מניישטאט (נפטר ט' טבת תרס"ג)
ב. חתנו ר' משה אבא בעער מאיסטריק
ג. חתנו ר' אליעזר הלוי הורוויץ-שטערנפעלד מניישטאט ב"ר מרדכי זאב (ב"ר צבי בהרה"ק החוזה מלובלין זצ"ל)

בני ר' קלמן מניישטאט
א-א. בנו ר' חיים מאיר הלוי מניישטאט חתן הגביר ר' בונם ממישעוו (נפטר ז' טבת תרע"ד)
א-ב. חתנו ר' שמואל שמעלקי האלבערשטאם ב"ר אהרן ה"ש מקרייז-צאנז (נפטר ט' טבת תרס"ג[/)

מה שכתבתם על זהות חותנו של רבי חיים מאיר מניישטאט מתאים למה שעולה מהרשומות (JRI מניישטאט). ליתר דיוק, משם עולה כי זו' של ר' חיים מאיר נקראה "דינה ביילא", לבית "קאסמאן", נפטרה בניישטאט ביום 20 דצמבר 1900, בת 53, ושמות הוריה בנימין קאסמאן ופייגל לבית גולדברג.

השאלה - *לפי מקור אחד לפחות (ראו בית אבות שעניצא) היה רבי חיים מאיר אפשטיין חתנו של רבי ירחמיאל מאוסטרובצה (פרימר)*. מה נכון? ואולי שניהם נכונים, והיו שני זיווגים (ואם כן, ממי הילדים??), או שקאסמאן היה בעצמו חתן אצל רבי ירחמיאל?
אולי שם המשפחה של פייגל ברשומות - גולדברג - מרמז כי זהו הכיוון, כי אשתו של רבי ירחמיאל מאוסטרובצה היתה חיה שרה לבית גולדברג (בת רבי יצחק שלמה מזעליחאוו), ומכאו שאולי פייגל היא בת לא ידועה של רבי ירחמיאל וכונתה ברשומות בשם משפחת אמה?

אבל בבדיקה לפי סדר השנים זה לא יתכן, ואם אנו רוצים "ליישב" קרבה משפחתית עלינו לשער לכל היותר -- בעלמא כמובן -- שפייגל לבית גולדברג היתה בת של יצחק שלמה מזעליחאוו. ועדיין יתכן שמה שכתוב בספרות (שעניצא) אינו נכון, ואין צורך בבניית תילי תילים של השערות.

אפשר קען דאס העלפן: די פוילישע קאסמאן משפחה זענען בעצם הורוויץ, נכדי ר' מאיר אב"ד שעפס אחיו של ר' ראובן בעל הדודאים בשדה, לויט וואס איך געדענק.

ר' חיים מאיר'ס שווער האט געוואוינט אין מאגנישעוו, עיי"ש בJRI - און אין ווארשא טרעפט מען א משפחה קאסמאן ווי די נעמן חיים מאיר און בנימין בונם חזר'ן זיך איבער (איך האב נישט קיין צייט סדר צו מאכן) וואס האט לכאורה מיט מאגנישעוו אויכעט.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

דא ודא אחת היא זעה איך. מנישעוו איז א דערפל בגלילות מאגנישוב. די קאסמאנס (צי די זעלבע משפחה ווי ר' מאיר משעפס ווייס איך נישט) זענען געוועהן א באקאנטע גבירי'שע משפחה אין מנישעוו.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן:דא ודא אחת היא זעה איך. מנישעוו (המכונה מישעוו) איז א דערפל בגלילות מאגנישוב. די קאסמאנס (צי די זעלבע משפחה ווי ר' מאיר משעפס ווייס איך נישט) זענען געוועהן א באקאנטע גבירי'שע משפחה אין מנישעוו.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

איך בין אויך חושש אז מ' פייגא קאסמאן'ס מיידלישע משפחה נאמן איז געווען גאלדבארט נישט גאלדבערג.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

(איך מיש אויס, לגבי משפחת קאסמאן און ר' מאיר אב"ד שעפס. ר' מאיר אב"ד שעפס'ס אייניקליך האבן געהייסן הלוי ענגעל - עס געוועהן א משפחת קאסמאן וואס איז געוועהן ממשפחת קאסמאן מצד האמהות.)
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

משה זוך מיר האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:עס איז כדאי צו דערמאנטען אז דא אין ניו יארק איז געווען א ניישטאטער רבי ר' שמואל אלי' עפשטיין ז"ל א בא"ב צום מאור ושמש, אזוי ווי פרי ווי תש"ג ווערט ער שוין דערמאנטן אין הפרדס אלס א חבר באגודת האדמורי"ם, עס איז דערווייל אומבאקאנט ווי ער ליגט(ווארשיינליך דא אין אמעריקא) ווער עס האט עפעס פרטים ווערט געבעטן מעיר צו זיין ויהי בזה זכרו כפול מן השמים.

ער איז געווען א איידים פון ר' יעקב שמשון קאנער דער איידים פון ר' משה'לע שינאווער,
א פעטער פון דעם וויזניצער רבי פון ב"ב.

פרטים אחדים בתולדות הניישטעטער רבי:

רבי שמואל אליהו עפשטיין האדמו"ר מניישטאט-נוא יארק נולד בשנת תרנ"ב. לאביו רבי נתן דוד מניישטאדט, ב"ר חיים מאיר ב"ר קלונימוס קלמן ב"ר יוסף ה'גוטער איד' ב"ר קלונימוס קלמן 'המאור ושמש', זי"ע.

ולאמו מרת יוכבד בת רבי משה אהרן מזוואלין (מילא מקום אביו לאחר פטירתו ועבר לנאווי-דוואהר ונפטר ד' ניסן תרע"ח), ב"ר שמואל אלי' מזוואלין ב"ר יחזקאל מקאזמיר, זי"ע.
נקרא ע"ש זקינו רש"א מזוואלין שנפטר בשנת תרמ"ח, ונתחנך אצל הג"ר יהושע פלאטא אבד"ק ניישטאדט.

בשנת תרע"ו, נשא את אשתו מרת גיטל בחמעלניק.

נולדו לו שתי בנות ובן יחיד: דינה (בשנת תרע"ז), אסתר (בשנת תרע"ט), חיים (בשנת תרפ"ד).

לאחר פטירת אביו שמש באדמורית בעיר קיעלץ (הסמוכה לחמעלניק), משם עבר לעיר ווינא, ובשנת תרצ"ב בא לארה"ב ושהה כאן משך חמש שנים. חזר לפולין והגיע עוה"פ לארה"ב בשנת תרח"ץ. ככה"נ לא הצליח להביא לכאן גם את אשתו ומשפחתו. התגורר באיסט סייד על הכתובת 96 לואיס סטריט והיה ידוע כה'ניישטעטער רבי', והיה מחשובי האדמו"רים וחבר באגודת האדמו"רים.

בספר 'יד מאור ושמש' שי"ל בשנת תשל"ז ע"י מכון זכר נפתלי מובא שם סיפורים שנמסרו ע"י האדמו"ר מניישטאט.

ככל הידוע היה חתן רבי יעקב שמשון קאננער משטחויב חתן רבי משה'לע משינאווא, ולא ידענא אם זה היה זווג ראשון, או נשא אשה בשנית פה באמעריקא לאחר שנתוודע שמשפחתו עלו על המוקד בהשואה הי"ד.

עדיין לא עלה בידי לברר זמן פטירתו ומקום מנוחתו.

(מקורות: ערכו בספר 'תולדות אנשי שם', JRI POLAND רשימת העיר ZWOLEN, תעודות הגירתו לארה"ב, תעודת האזרחיות, דאס אידישע ווארט, IVELT, תמונות מהרב י"ד מיללער נשיא מכוננו)
אטעטשמענטס
שמואל אליהו עפשטיין מניישטאדט.jpg
שמואל אליהו עפשטיין מניישטאדט.jpg (30.07 KiB) געזען 2414 מאל
שמואל אליהו עפשטיין מניישטאדט-2.png
שמואל אליהו עפשטיין מניישטאדט-2.png (116.42 KiB) געזען 2414 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9581
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

הסרפד האט געשריבן:(איך מיש אויס, לגבי משפחת קאסמאן און ר' מאיר אב"ד שעפס. ר' מאיר אב"ד שעפס'ס אייניקליך האבן געהייסן הלוי ענגעל - עס געוועהן א משפחת קאסמאן וואס איז געוועהן ממשפחת קאסמאן מצד האמהות.)

רבי מאיר אב"ד שעפס היה תלמיד הקדושת לוי ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

הסרפד האט געשריבן:אין די מעטריקל אין פרשעזבורז, טרעפן מיר א הייראט רשימה אין 1837, פון ר' משה [משה אהרן, לויט זיין חתימה] ב"ר פישל ניימארק, וזוגתו מ' שרה בת ר' דוד וזו' מ' רבקה בראמבערג מפיעטרקוב (די עלטערן אירע האבן שוין דעמאלטס נישט געלעבט).
א פאהר יאהר שפעטער איז מ' שרה אוועק, און אין איר פטירה רשימה ווערן אויס גערעכנט אירע קינדער, צווישן זיי: ר' יחיאל הירש (נאך איינער: ר' ישעיה דוד - כשם בנו של ר' יחיאל צבי).

אין ארץ ישראל איז פארהאן א משפחה וואס שטאמט פון איינער ר' חיים אלתר מנחם מנדל ניימרק, ב"ר גד יחיאל צבי - און לויט די משפחה אויף MyHeritage, זעהט אויס אז זיי זענען זיך טאקע מתיחס צו ר' יחיאל צבי נכד הגאון ר' דוד דינן.

קיין קלאהרערע ראיה אויף דעם האב איך נישט געטראפן; אויף יד ושם קען מען טרעפן א ר' ישעיה דוד ב"ר 'יחיאל צבי גד' ניימרק, אריגינעל פון פיעטרקוב, א 'דף עד' אריין געגעבן דורך א פלומעניצע זיינע.

ע"כ הנוגע ל'רמ"א' חתנו של ר' דוד חריף.

ר' ישעיה דוד ניימארק, איז מיר געווען א קרוב משפחה, זייענדיג אן איידעם ביי א ברודער פון מיין עלטער עלטער זיידן, ווי אויך איז ער געווען א ידיד נאמן פאר זיין קאזין, מיין עלטער זיידע, וועלכער האט דערציילט אויף אים אז ער איז געווען א תלמיד חכם עצום
אויב דארפסטו אינפארמאציע אויף אים, האב איך עפעס א מאמר אויף אים

קישור לספר 'בית דוד חידושי הרד"ח' שחיבר ר' דוד ראובן חריף חתנו של המאור ושמש
שהו"ל ר' ישעיה דוד הנ"ל
https://www.hebrewbooks.org/36253
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
חוקר משפחות
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:19 am

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר משפחות »

בבלוג של בעל 'תולדות ושורשים' מובא http://toladot.blogspot.com/2012/09/blog-post_19.htmlבאחת מהערות הקוראים, כי אחת מבנותיו של ר' נתן שופ מבריגל, שהתייחס לפי אותו מקור לר' נתן אחיו של הנועם אלימלך, נישאה ל-"א' מבני הגוטער איד מניישטאדט".

והנה ברשומות JRI אנו מוצאים לכך תימוכין, ומגלים כי הבת שמה רחל, שם המשפחה "שופ" אויית בלעז כ - SZCZUP , ובעלה הוא הבן הנודע בניישטאט, ר' קלונימוס קלמן. ושם אנו מגלים ברשומות JRI בניישטאט עוד ילדים של ר' קלמן ורחל, ונישואיהם. רחל נפטרה בניישטאט בתרס"ז, שנת לידתה המחושבת לפי שנותיה בפטירה - תקע"ט, ושמות הוריה (נתן, הוא נתן "שופ", וגיטל זליקוביץ (=בת זליג)). יוצא כי בהנחה שנכונה מסורת המעיר כי "נתן שופ" היה מנכדי ר' נתן אחי הנועם אלימלך, הרי שבין נתן שופ לבין ר' נתן אחיו של הנו"א "לא חסר הרבה", וכנראה היה נכד ממש.

האם היה רבי חיים מאיר אפשטיין מניישטאט בנו של ר' קלמן מהאשה "רחל" בת "נתן שופ"? לכאורה כן, כל עוד אין ראיה שהיה נשוי ר' קלמן יותר מפעם אחת.

ועוד אנו מוצאים ברשומות כי אחת מבנותיהם של ר' קלמן ורחל היתה חנה, ילידת תרי"ד לערך, שנישאה לר' מרדכי דוד אונגר, בנם של ר' מנדל אונגר וגיטל לבית רוטנברג. ר' מרדכי דוד הגיע מסטאשוב, ואביו ר' מנדל הוא בנו של רבי מרדכי דוד מדומברובה, וחתנו של רבי ישראל רוטנברג (בן האור לשמים?).

נקודה מעניינת. בתו של רבי חיים מאיר מניישטאט, פייגל גיטל, נישאה לרבי שלמה רבינוביץ מאולקוש, בנו של רבי אברהם ישכר מרדומסק, חתן ר' יצחק אייזיק לנדוברג, חתן ר' נתן נחום קאהן מורשה, שהיה בעצמו נכד לר' נתן אחי הנועם אלימלך (ראו בארוכה בבלוג תולדות ושורשים וכאן באשכול צאצאי הנועם אלימלך). יוצא שגם החתן רבי שלמה רבינוביץ, וגם הכלה פייגל גיטל אפשטיין, היו שניהם "נכדי" רבי נתן אחי הנועם אלימלך...
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

באתר "תולדות ושרשים" באשכול על משפחת אטיק שהם נכדי ר' אלתר ראובן מרימינוב (בן בתו של הרה"ק רבי מנחם מענדיל מרימינוב זי"ע) כתב שאשת ר' אלתר ראובן הייתה בת מרת חנה בתה של הרה"ק המאור ושמש זי"ע, וכאן באשכול לא מצאתי כלל את השם "חנה" כשם אחת מבנותיו של ה'מאור ושמש'. כמו"כ לא מצאו שם גם במקומות אחרים.
אאכן מעניין מאוד לדעת, האם יש מקור בר סמכא לדבריו והאם הם נכונים...??
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלם תובב”א
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

רבי יוסף ברוך עפשטיין דער גוטע איד פון ניישטאט זי"ע - י' אדר תרכ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היות איך זעה נישט קיין עקסטערע אשכול
וועל איך דא דערמאנען די יא''צ היינט י' אדר פון הרה"ק המפו' רבי יוסף ברוך מניישטאט זי"ע המכונה די גוטע איד פון ניישטאט
דער זוהן פין די הייליגע מאור ושמש זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

היינט אור ליום ב איז טאקע די יארצייט פון דער גוטער איד בן המאור ושמש

באקאנט די מעשה דער גוטער איד איז געווען ביים הייליגען דברי חיים זי״ע האט איהם דער דברי חיים געזאגט אז ער מאכט היינט א סיום אויף גאנץ ש״ס האט איהם דער גוטער איד געזאגט ער מאכט גראדע היינט אויך א סיום אויף גאנץ ספר תהילים האט איהם דער דברי חיים געפרעגט אפשר טויש מיר זיך אויף די נעם די סיום הש״ס אין מיר געב דיין סיום אויף ספר תהילים האט ער איהם גענעפערט די בלייב מיט דיינס אין איך וויל בלייבן מיט מיינס. זכותו יגן עלינו ועכ״י
לעצט פארראכטן דורך אידישע מוח אום מאנטאג פעברואר 22, 2021 8:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

Re: רבי יוסף ברוך עפשטיין דער גוטע איד פון ניישטאט זי"ע - י' אדר תרכ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

מומחה יוחס האט געשריבן:היות איך זעה נישט קיין עקסטערע אשכול
וועל איך דא דערמאנען די יא''צ היינט י' אדר פון הרה"ק המפו' רבי יוסף ברוך מניישטאט זי"ע המכונה די גוטע איד פון ניישטאט
דער זוהן פין די הייליגע מאור ושמש זי"ע ועכי"א

כ' האב געהערט אז מען האט געטראפן דע קבר פון רבי יוסף ברוך מניישטאט זי"ע "די גוטע איד פון ניישטאט" אין נובי-קורוטשין / פולין,
האט איינער געהערט דער פון?
איז דא עפעס בילדער פון דעם?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט איז דער הילולא קדישא פין די הייליגע מאור ושמש זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”