רבי זאב וואלף ציטראן זצ"ל ראב"ד דאראג ומשפחתו - ט"ו ניסן א' דחג הפסח תרפ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

רבי זאב וואלף ציטראן זצ"ל ראב"ד דאראג ומשפחתו - ט"ו ניסן א' דחג הפסח תרפ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבתו באהל חותנו הרה"ק האמרי שפר זי"ע בדאראג

IMG_0456.JPG
IMG_0456.JPG (217.08 KiB) געזען 924 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: רבי זאב וואלף ציטראן זצ"ל ראב"ד דאראג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת נכדו הרב צבי ציטראן ז"ל בביה"ח בית משה (לאנג איילענד)

IMG_0931.JPG
IMG_0931.JPG (491.41 KiB) געזען 921 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: רבי זאב וואלף ציטראן זצ"ל ראב"ד דאראג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת נכדו הרב משה ציטראן ז"ל בביה"ח בית משה (לאנג איילענד)

IMG_0930.JPG
IMG_0930.JPG (468.26 KiB) געזען 920 מאל
אוועטאר
טאלנער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 6:52 pm

Re: רבי זאב וואלף ציטראן זצ"ל ראב"ד דאראג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלנער יונגערמאן »

ווייסט איינער דער יחוס פון הג"ר זאב וואלף למעב"ק?
'געשענישען זענען באשערט, דאס עגמת נפש מאכט זיך דער מענטש אליין' (הרה"ק בעל שפת אמת זי"ע)

רבותי, איך בין שוין ארויס פון'ם וועלט. איך בין אויך נישט דא אויף א אנדערע ניק. מ'קען זיך אייביג פארבינדען מיט מיך דארך אימעיל - [email protected]
.
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

Re: רבי זאב וואלף ציטראן זצ"ל ראב"ד דאראג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

טאלנער יונגערמאן האט געשריבן:ווייסט איינער דער יחוס פון הג"ר זאב וואלף למעב"ק?


מענינא דיומא טאקע.
געהערט אמאל פון אן אייניקעל, אז דער עלטערן זענען געקומען פון מדינת ספרד קיין זיבענבערגען - אונגארן געגענט, און האבען זיך אויסגעמישט מיט דו אשכנזים, ווי באקאנט דער תשובה פונעם חתם סופר. און אז זייער ארגינעלע [ספרד'ישע] נאמען איז געוועהן 'אתרוג', און האבען זיך עס געביטען אנקומענדיג קיין אונגארן צו 'ציטראן'... און הרה"ק רבי שמואל קאמאנדער זי"ע האט איהם גענומען פאר אן איידעם זייענדיג אן עילוי.
אוועטאר
טאלנער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 6:52 pm

Re: רבי זאב וואלף ציטראן זצ"ל ראב"ד דאראג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלנער יונגערמאן »

ראש הקהל האט געשריבן:
טאלנער יונגערמאן האט געשריבן:ווייסט איינער דער יחוס פון הג"ר זאב וואלף למעב"ק?


מענינא דיומא טאקע.
געהערט אמאל פון אן אייניקעל, אז דער עלטערן זענען געקומען פון מדינת ספרד קיין זיבענבערגען - אונגארן געגענט, און האבען זיך אויסגעמישט מיט דו אשכנזים, ווי באקאנט דער תשובה פונעם חתם סופר. און אז זייער ארגינעלע [ספרד'ישע] נאמען איז געוועהן 'אתרוג', און האבען זיך עס געביטען אנקומענדיג קיין אונגארן צו 'ציטראן'... און הרה"ק רבי שמואל קאמאנדער זי"ע האט איהם גענומען פאר אן איידעם זייענדיג אן עילוי.

דער עלטערן פון הג"ר זאב וואלף, דהיינו ר' אברהם אליעזר???
'געשענישען זענען באשערט, דאס עגמת נפש מאכט זיך דער מענטש אליין' (הרה"ק בעל שפת אמת זי"ע)

רבותי, איך בין שוין ארויס פון'ם וועלט. איך בין אויך נישט דא אויף א אנדערע ניק. מ'קען זיך אייביג פארבינדען מיט מיך דארך אימעיל - [email protected]
.
מארגען שטערן
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2015 7:50 am

Re: רבי זאב וואלף ציטראן זצ"ל ראב"ד דאראג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגען שטערן »

1. חודש המצבה של הג"ר זרב וואלף ציטראן ע"י יוצ"ח באהל בדאראג
2. מחר יומא דהילולא הראשון של ר' משה ב"ר אברהם אליעזר - לא זכה להשאיר זש"ק
מארגען שטערן
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2015 7:50 am

Re: רבי זאב וואלף ציטראן זצ"ל ראב"ד דאראג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגען שטערן »

תמונת המצבה המחודשת
אטעטשמענטס
ציטרון.jpg
ציטרון.jpg (34.91 KiB) געזען 519 מאל
אוועטאר
גרינע לייבן
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2023 7:05 am

Re: רבי זאב וואלף ציטראן זצ"ל ראב"ד דאראג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע לייבן »

יציב פתגם האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 2:29 pm
מצבת נכדו הרב משה ציטראן ז"ל בביה"ח בית משה (לאנג איילענד)

IMG_0930.JPG
האט איהר אפשר בילדער פון הרה"צ ר' משה ציטראן בחיים חיותו?
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי זאב וואלף ציטראן זצ"ל ראב"ד דאראג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

הגה"ק רבי זאב וואלף ב"ר אברהם אליעזר זי"ע, (ציטראן), בעל אגדות מהרז"צ,
אב"ד האידא/דאראג,
איז געבוירן אין שטאט אדאמאש ט"ו ניסן א' דחג פסח תרי"ז,
צו זיין טאטן הגה"ק רבי אברהם אליעזר מאדאמאש זי"ע,
און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת שרה ע"ה.

אויפן טאטן הגה"ק רבי אברהם אליעזר זי"ע, פארציילט מען אז ער איז געזעצען ממש יומם ולילה און געהארעוועט על התורה ועבודה, און רוב פון זיין לעבן זיך מסגף געווען בתעניתים, ער ליגט אין סענזשארץ און אידן פארציילען פון אסאך ישועות וואס מען האט געזעהן ביים גיין צו דעם הייליגען ציון.

אויף הגה"ק רבי זאב וואלף זי"ע האט מען שוין געזעהן ביי די 12 יאר ווען ער איז אריין לערנען אין די ישיבה פון הרה"ק רבי מנחם מענדל מדעעש זי"ע, און ער איז שוין דאן געווען באוויסט מיט זיין געוואלדיגע חריפות און התמדות התורה ממש להפליא.

שפעטער איז ער אריבער לערנען אין ישיבה פון הגה"ק רבי אברהם יצחק מקליינווארדיין בעל פני יצחק זי"ע, און ביי די 15 יאר האט ער זיך געקויפט א ש"ס פון אנגעהארעוועטע געלט כדי ער זאל נישט האבן קיין ביטל תורה אויב ער דארף עפעס נאכקוקען, און דאן האט ער שוין כמה מסכת פון ש"ס געהאט שגור בפיו.

ביי די 20 יאר האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת לאה ע"ה,
בת הגה"ק רבי שמואל פרענקל אב"ד דאראג בעל אמרי שפר זי"ע, הנקרא רבי שמואל קאמאדער,
בן הגה"ק רבי שרגא פייביש אב"ד ריסקא בעל תלת גוונין דשרגא זי"ע,
בן הגה"ק רבי אורי ליפמאן זי"ע.

נאכן חתונה האט ער געלערנט יומם ולילה במלא מובן המלה.
ט"ו חשון תרמ"ב איז זיין שווער נסתלק געווארן און ער האט ממלא מקום געווען אלס רב און ראש ישיבה אין שטאט דאראג, הונדערטער תלמידים זענען געקומען לערנען בי אים אין ישיבה

ער איז געווען אזוי באהאלטן אז עס האט זיך געקענט מאכן אז מען האט אים נישט מכבד געווען לפי כבודו, אבער ער האט פון דעם בכלל נישט געמאכט קיין וועזען כי במקום גדולתו שם אתה מוצא ענותנותו.

ער האט געהאט א גאר נאנטע קשר מיט צדיקי דורו.
עס איז דא א מכתב וואס הגה"ק רבי יהודה אלטמאן אב"ד מ' טשאט בעל מי יהודה זי"ע,
האט געשריבען צום רבין, בזה"ל "אהובי ידידי הרב המאוה"ג המפורסם לשבח ולתהילה חו"ב חו"ש צדיק וחסיד".

אויך איז ער געווען זייער בידידות מיט הגה"ק רבי שרגא צבי טענענבוים אב"ד טשאטה בעל נוטע שורק זי"ע, וואס האט געשריבען אויפן רבין בזה"ל "אהו' עדני העצני הוותיק חריף ובקי כש"ת וכ"ו".

ער איז אייביג געווען בשמחה מען האט אויף דעם צדיק קיינמאל נישט געזעהן קיין עצבות אפילו ווען זאכן זענען געווען גאר שווער.
אבער ווען א איד איז זיך געקומען מזכיר זיין האט מען געזעהן ווי ער האט זיך ממש משתתף געווען אין יענעמ'ס צער און עס האט אים באמת וויי געטאן ווי עס וואלט געווען זיין אייגענע צרה, און ווען דער איד איז אוועק האט מען געזעהן ווי ער רייסט איין פאר יענעם א ישועה.

ובפרט ביי די ערשטע וועלט מלחמה האט מען געזעהן ווי ער האט זיך מצער געווען בצרתן של ישראל.

די אידן וואס האבן געהאט די זכי' צו זיין דארט ביי זיין דאווענען, וואס יעדע תפילה איז געווען מיט א אש דקדושה און כעבדי כמי מרא, ובפרט אין די ימים נוראים וואס מען האט געקענט זעהן אז נאכן דאווענען האט גערינען פון זיין גאנצע גוף קדוש, און דאס דאווענען איז געווען מיט א קול נעים וערב מאוד.

זיינע דברי תורה זענען געדריקט געווארן אונעם הייליגען ספר אגדות מהרז"צ.

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער.
הגה"ק רבי אברהם אליעזר זי"ע, ממלא מקום אביו,
הגה"ק רבי יהושע אב"ד ביסערמין זי"ע,
הגה"ק רבי יחזקאל שרגא אב"ד ענטש זי"ע.

אנפאנג חודש ניסן תרפ"ז איז ער געווארן זייער נישט געזונט, מען האט גערופען דעם דאקטאר און עס איז בעסער געווארן פארן רבין, אבער דער דאקטאר האט געבעטן דעם רבין אז ער זאל טון זיין עבודה אויף מער א איינגעהאלטענע וועג.

אבער ווען עס איז געקומען דער הייליגער יו"ט פסח האט דער צדיק זיך געגערייט מיט א קדושה און ברען פארן יו"ט.

ליל התקדש החג האט ער געפירט דעם סדר כדרכו בקודש מיט אלע הידורים מיט די גאנצע משפחה און מקיים געווען אלע מצות בליל פסח, און געזאגט דעם הלל פארן הייליגען באשעפער מיט א ברען און התלהבות.

נאך חצות הלילה האט דער צדיק זיך צוגעלייגט און ליידער קודם אור הבוקר ניצחו אראלים את המצוקים, און נסתלק לגנזי מרומים ביום ט"ו ניסן א' דחג הפסח תרפ"ז זייענדיג 70 יאר מיום ליום ווי די תורה זאגט "שהקב"ה יושב וממלא שנותיהם של צדיקים",
ער איז געקומען לקבורה אין ביה"ח אין שטאט דאראג.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: רבי זאב וואלף ציטראן זצ"ל ראב"ד דאראג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ציטראן.png
ציטראן.png (137.22 KiB) געזען 249 מאל
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: רבי זאב וואלף ציטראן זצ"ל ראב"ד דאראג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

הסב.png
הסב.png (120.84 KiB) געזען 247 מאל
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: רבי זאב וואלף ציטראן זצ"ל ראב"ד דאראג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ציטרא.png
ציטרא.png (123.79 KiB) געזען 244 מאל
צבי שפייר
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 22, 2017 7:01 am

Re: רבי זאב וואלף ציטראן זצ"ל ראב"ד דאראג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צבי שפייר »

A828D117-7E06-4B66-888A-F0DCE09165CF.jpeg
A828D117-7E06-4B66-888A-F0DCE09165CF.jpeg (83.96 KiB) געזען 221 מאל
צבי שפייר
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 22, 2017 7:01 am

Re: רבי זאב וואלף ציטראן זצ"ל ראב"ד דאראג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צבי שפייר »

13BE7B6E-1585-4DED-98BE-E3BD063DFD8A.jpeg
13BE7B6E-1585-4DED-98BE-E3BD063DFD8A.jpeg (319.97 KiB) געזען 221 מאל
אוועטאר
גרינע לייבן
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2023 7:05 am

Re: רבי זאב וואלף ציטראן זצ"ל ראב"ד דאראג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע לייבן »

1.אפשר שרייבט איהר נעמען אויף די בילדער?
2. פון וועמען איז די בילד?
בילד

3. האט איינער א בילד\אינפארמאציע פון ר' משה ציטראן וואס האט געוואוינט אין ב"פ און יעצט קומט זיין יא"צ ולא השאיר אחריו זש"ק?
אטעטשמענטס
wolf_czitron_ggrandfather_large-01.jpg
wolf_czitron_ggrandfather_large-01.jpg (98.66 KiB) געזען 201 מאל
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: רבי זאב וואלף ציטראן זצ"ל ראב"ד דאראג ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

מרגלא בפומיה האט געשריבן: זונטאג אפריל 09, 2023 7:49 pm

ביי די 20 יאר האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת לאה ע"ה,
בת הגה"ק רבי שמואל פרענקל אב"ד דאראג בעל אמרי שפר זי"ע, הנקרא רבי שמואל קאמאדער,
בן הגה"ק רבי שרגא פייביש אב"ד ריסקא בעל תלת גוונין דשרגא זי"ע,
בן הגה"ק רבי אורי ליפמאן זי"ע.
וואו האט ר' שמואל פרענקיל מב"ח אב"ד דאראג אליין געלערנט ? ביי וועמען איז ער געווען אן איידעם ? צו וועלעכע צדיקים פלעגט פארן ?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24612
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי זאב וואלף ציטראן זצ"ל ראב"ד דאראג ומשפחתו - ט"ו ניסן א' דחג הפסח תרפ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איך זעה נישט דא דערמאנען דער איידעמ'ס פון רבי זאל וואלף ציטראן זצ"ל

איך האב לעצנט'ס געזעהן אז הגה"צ ר' חיים בצלאל פאנעט אבד"ק רעטיאג איז געוועהן זיין איידעם..

האט ער געהאט נאך איידעמ'ס?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”