רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ברכה לכל העניינים! קוויטל בקשות בעצם כתב קדשו של הרה"ק רבי מרדכי זוסיא מהוצלעס-יאסי, ממשיכו של המגיד הקדוש מטריסק שנשלח למופת הדור משטפנשט
קוויטל 'פתקא דרחמי' ובקשות לברכה ולהצלחה לרפואה בכתב יד קדשו של הרה"ק רבי מרדכי זוסיא מטריסק - הוצאליס - יאסי, נכדו בכורו וממשיכו של המגיד הקדוש מטריסק, שנשלח להרה"ק רבי אברהם מתתיהו משטפנשטי, מופת הדור וצדיק עושה פלאות המפורסם בכל רחבי תבל.

בראש הקוויטל כותב הרה"ק מהוצעליס יאסי את כתובתו, כנהוג, 'יאסי', ובגוף הפתקא, רושם שמות כל צאצאיו הברוכים, אשר נעשו לימים לאדמורי"ם מנהיגי רבבות אלפי ישראל, והרבניות הצדקניות שהעמידו בית ישראל לתפארה בנישואיהן לצדיקי וגאוני אותו דור. מרדכי זוסיא בן חי' להצלחה וברה"ג בשלימות. בתו נחמה ריקיל בת חוה לזיווג טוב בקרב, בתו שרה לברה"ג וזיווג טוב, בקרב, בתו חי' לברה"ג וזויג טוב, בנו נחום יצחק להתמדה ולגדלם בנחת, בתו באדעס ריזילי' לברה"ג עם בעלה ויוצאי חלציו. בנו שלום יוסף בעיר פראסקיב להנצל מכל הגעמ"נ מעבודת הצבא והצלחה עם זוג' וכל יוצאי חלציו,

בתו פיגא לברה"ג בעלה נחום בן חוה להנצל ממכשול ח"ו ועגמ"נ מעבודת הצבא, בתם חוה גיטל לגדלה באריכות ימים ושנים,

בנם יעקב ארי' בעיר זאנקיב להנצל מכל עגמ"נ מעבודת הצבא והצלחה עם זוג' ויוצ"ח.

והרבי מסיים: כולם יתברכו בכתיבה וחתימה טובה בזכות אבותיו הק' זצוקללה"ה וברוב נחת והרחבה

הרה"ק רבי מרדכי זוסיא טווערסקי מטריסק, נכד הרה"ק מאור העולם המגיד הקדוש רבי אברהם מטריסק, בן בנו בכורו הרה"ק רבי מנחם נחום מטריסק-בריסק שהיה מיועד להמשיך דרכו של אביו המגיד הק' אשר שלח אליו הזכרות רבות ונלב"ע בחיי אביו הגדול. בפטירת זקנו הרה"ק המגיד מטריסק, הפצירו בו המוני החסידים שיבוא לטריסק להמשיך את חצרו הק', אולם בענוותנותו סירב. היה חתן הרה"ק רבי יצחק מבוהוש נכד הרה"ק מרוז'ין.
אטעטשמענטס
001 (29).jpg
001 (29).jpg (279.93 KiB) געזען 1791 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

חמרא טבא האט געשריבן:אויף איינע פון אקשען׳ס אידא יעצט למכירה א ניי בילד פון רבי מרדכי זוסיא מהוצעליס
אטעטשמענטס
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_001.jpg
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_001.jpg (115.65 KiB) געזען 1785 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

טווערסקע!
אטעטשמענטס
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_001 (43).jpg
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_001 (43).jpg (7.12 KiB) געזען 1753 מאל
דביה תחדי נפשא
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

מיר מעגן פרעגן וואס די הוצאלעס מיינט?
האט איינער שוין געטראפען א מראה מקום פון פארן קריג ווי מ'רופט איהם אזוי? מצאתי כבר: יאס / רוסישער רבי / טריסק

בעצם די זעלבע קשיא גייט אויף די וואס האבן מכתיר זיין טאטע אלץ "בריסק"
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

נחום וואהלינער האט געשריבן:מיר מעגן פרעגן וואס די הוצאלעס מיינט?

viewtopic.php?p=2362019#p2362019
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

פון דעם ווייס איך אויך
מיין שאלה איז צו עס איז פארהאן א מקור אז מ'האט "איהם" גערופען על שם דעם שטאט, ווי ווייט די אייניקלעך ווייסען האט ער געוואוינט דארט גאר א קורצע תקופה, זיין עיקר הנהגה איז געווען אין יאס.
שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע: עיה"ק ירושלם תובב"א

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

בן בוזי האט געשריבן:פון ווי שטאמט דער אנגענומענע מסורה אז רעבישע קינדער טארן נישט ארבעטן?

אט דא ברענג איך צוויי צייטונג רעקלאמעס פון רעבישע קינדער וועלכע טוען פראקלאמירן זכות אבות ביים פארקויפן אלעס סארטן אינשורענס, איינער גייט אפילו א טריט ווייטער מיטן געבן א ספעציעלע סערוויס צו די קליענטן וועלכע זענען "מעריצי שם אבותינו ומשפחתינו" אז די וועלן נישט באדארפן צו באווייזן דורך אן איש נאמן אז דאס וואס זיי געבן איין איז טאקע ריכטיג.

די אינשורענס בראוקערס און אינספעקטארס זענען פון די טווערסקי משפחה.

איין שותפת'דיגע ביזנעס האט באלאנגט צו ר' דוד אהרן מזוריק און ר' משה מרדכי מטריסק לובלין קינדער פונעם טריסקער רבי ר' יעקב לייבעלע און אליינס שפעטער זייער בארימטע רבי'ס.

און דער צווייטער ביזנעס אנגעפירט פון ראחמסטריווקא, איז ר' משה ב"ר מרדכי מראחמסטריווקא, (א ברודער מיט ר' פיניעלע אוסטילער).

איך מיין אז דאס איז די ענין פון מעמדות און געבען דרשה געשאנק פאר א רבי בעידן חדוותא. די בית אהרן פון קארלין האט געזאגט (איך געדענק נישט די פונקטליכע לשון אבער בערך אזוי) ווער ס'גיבט פאר מיר דא וועל איך אים טראגען אויפ'ן הארץ בזה ובבא.

איך גלייב נישט אז ס'איז אנדערש פון ערבים אדער קופת העיר מיט זייערע הבטחות.
שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע: עיה"ק ירושלם תובב"א

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

dovidal האט געשריבן:...
רבי מאיר דוד ב"ר אריה יהודה גינצבורג (תרמ"ד, נפטר ח' טבת תרע"ז) - ראש ישיבת חיי עולם בירושלים, חסיד קאזניץ, אב"ד באדרזין, מו"צ ושו"ב במאגלאניצא במשך ארבעים שנה. עלה ולארץ ישראל והתיישב בירושלים בהוראת המגיד מטריסק. הוא שימש בירושלים כשוחט בהתנדבות, והיה מוהל מומחה ובעל תוקע מומחה. בנו רבי חיים ליב גינצבורג היה אב"ד האחרון של שדליץ. בספר 'כרם חמד' (עמ' 67) כתב שלא מצא לעת עתה את הצוואה שכתב רבי מאיר דוד לפני פטירתו.

את הספר כרם חמד אני לא מכיר, אבל לרבי מאיר דוד יש אלפי צאצאים בארה"ק מחתנו רבי חיים הירשמאן המכונה ר' חיים ריישער. מבין צאצאיו החוקר יוחסין הנודע ר' מרדכי ברנשטיין מסופרי המבשר. שיתקשרו אליו אולי הוא יודע מזה.
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

מצב טוב.על הכריכה לוחית נחושת עליה מוטבע שייך לביהחת"ס מטריסק בקרשניק"
אטעטשמענטס
TRISK KRUSHNIK.jpg
TRISK KRUSHNIK.jpg (284.48 KiB) געזען 1468 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

נמצא מציבה בעיר טריסק של בת הגאון זכרי יוסף זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

נמצא מציבה בעיר טריסק של בת הגאון זכרי יוסף זצ"ל ובהשתדלות הרב חיים גרין הוקמה המציבה מחדש סמוך לציון הקדוש
בה געהאט די זכיה עס צוריקצושטעלן אינם בית החיים, מיט א קל מלא רחמים און א קדיש

הרב זכריה יוסף רוזנפלד (באנגלית: Zacharya Yosef Rosenfeld או Zechariah Joseph Rosenfeld;‏ ~‏1846[1] – ראש השנה, א' בתשרי ה'תרע"ו, 9 בספטמבר 1915) היה רב אוקראיני-אמריקאי. רבה של קובל ורב בסנט לואיס.

ביוגרפיה
נולד בטוריסק שבווהלין, בנו של הרב משה גבריאל רוזנפלד, רבה של העיירה. התמנה כרבה של קובל[2], וכיהן במשרה זו בין השנים 1870–1874. מאוחר יותר ירש את מקומו של אביו ברבנות טריסק, ושם זכה למעמד של כבוד גם בין גויי העיר. הוא נודע כרופא מומחה אף שלא הוכשר רשמית לכך; בשל היעדר הסמכה רשמית חשש לרשום מרשמים והיה רוכש את רכיבי התרופות לבדו ומכין אותן בביתו. בשלב מסוים הסתכסך עם חצרו של המגיד מטוריסק בשל אסיפות "מתנגדים" שקיים בביתו, אך הם לא תקפו אותו אישית ומעמדו לא נפגע. במשך שנים נהג לשחרר צעירים, בעיקר תלמידי חכמים, מגיוס לצבא הרוסי, אך בשלב מסוים הסתבך ונאלץ להימלט לארצות הברית[3].

עם הגיעו לארצות הברית התמנה לרב בסנט לואיס. הייתה לו מחלוקת הלכתית עם רב אחר בעיר, הרב שלום אלחנן יפה, לגבי תעתיק שם העיר בעת עריכת גט; לדעת הרב יפה, יש לכתוב: "סינט לואיז" (באות ז') ולהשמיט את אותיות ה-s וה-p הכפולות משם הנהר: "דיתבא על נהר מיסיסיפי ועל נהר דופערס ועל מי מעינות ועל מי בארות". בעוד לדעת הרב רוזנפלד יש לכתוב: "סינט לואיס, מתא דיתבא על נהר מיססיססיפפי..."[4].

הוא נקבר בבית הקברות של חברת חסד של אמת בסנט לואיס
אטעטשמענטס
ZYR.png
ZYR.png (21.72 KiB) געזען 1362 מאל
TR6.jpg
TR6.jpg (490.71 KiB) געזען 1371 מאל
TRISKM.jpg
TRISKM.jpg (280.07 KiB) געזען 1372 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שבת קודש גייט זיין די יא''צ פין די הייליגע טריסקער מגיד זי"ע ועכי''א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

עס איז אמאל געקומען א פרוי צו דער טריסקער מגיד וויינענדיג אז זי ווארט שוין זייער לאנג פאר קינדער און זי וויל געהאלפן ווערן. דער מגיד האט איהר געפרעגט ווי אלט זי איז? די פרוי וואס איז שוין געווען אביסעל עלטער האט מורא געהאט צו זאגן די אמת ווייל זי האט געטראכט אז אפשר אין די יארן וואס זי
איז שוין קען זי נישט האבן קיין קינדער, דערפאר האט זי נישט געזאגט פאר דער צדיק די אמת ווי אלט זי איז, נאר זי האט געזאגט עפעס אנדערש אז דער צדיק זאל מיינען אז זי איז אסאך יונגער, און אזוי וועט ער איהר וואונטשן. דער צדיק האט איהר טאקע געוואונטשן אז זי זאל געהאלפן ווערן, אין די פרוי איז ארויס פון דארט צופרידן, און געגלייבט באמונה שלמה אין די ברכה פון דער צדיק. שפעטער ווען די פרוי איז ארויס, האט דער צדיק זיך פארטראכט, און ער האט צוריק גערופען די פרוי און ער זאגט איהר 'געשעפט איז געשעפט ׁ(דאס הייסט אז דו וועסט געהאלפן ווערן), אבער פארוואס האסטו געדארפט טוישן פון די אמת?'. דערנאך האט דער מגיד זיך אנגערופען צו ר' אלימלך פון גרודזיסק וואס איז דארט געווען און איז געווען פון די נאנטע תלמידים פון דער מגיד 'דער אייבישטער האט אונז ליב אזוי שטארק, אז אפילו איך וועל זאגן אויף א ליידיגע בוים פון וואלד אז עס זאל דארט וואקסן פרוכט וועט עס געשען (ער האט געמיינט צו זאגן, אז אפילו א פרוי וואס קען נישט האבן קינדער, קענען מיר וואונטשען אז זי זאל האבן קינדער), און אזוי איז טאקע געווען.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דער קרעכטץ פון משיח
דער צווייטער זון פונעם הייליגן מאור ושמש זי"ע, האט געהייסן ר' אהרן הלוי מקראקא באקאנט מיט'ן נאמען ר' אָרוֹן, ער האט זיך אלע זיינע יארן געדרייט אין די הויפן פון די צדיקי הדור, און איז אויך געפארן להסתופף בצל קדשו פון טריסקער מגיד.
ווי באקאנט פלעגט דער טריסקער מגיד כמעט נישט עסן א גאנצן טאג, נאר ביינאכט האט מען אים דערלאנגט א גלאז מילך מיט א טעלער גרויפן געטרינקן האט ער נאר אביסל און געגעסן האט ער נאר צוויי אדער דריי גרויפן, ווען ר' ארון איז אנגעקומען קיין טריסק האט זיך דער מגיד זייער געפרייט צו אים, ווען די קינדער פונעם טריסקער מגיד האבן דאס געזען האבן זיי געזאגט צו ר' ארון, מסתם וועט אייך דער טאטע רופן עסן מיט אים נאכטמאל זאלט איר זען אז ער זאל אויך עסן.
האט ר' ארון מיט יארן שפעטער דערציילט ווי פאלגענד:
דער טריסקער מגיד האט מיר טאקע גערופן איך זאל עסן מיט אים נאכטמאל, ווען איך האב געזען אז ער עסט כמעט גארנישט, האב איך אים געפרעגט, פארוואס עסט איר נישט, האט ער געענטפערט, ווייל מיר קענען נישט, און פארוואס קענט איר נישט, האב איך אים ווייטער געפרעגט, האט ער געענטפערט ווייל מיר קענען נישט שלאפן, פארוואס קענט איר נישט שלאפן, ווייל מיר הערן קולו של משיח.
איר מיינט אז כ'האב מיר דא אפגעשטעלט? איך האב אים ווייטער געפרעגט, "פון וואו ווייסט איר אז דאס איז דער קול פון משיח, האט ער געענטפערט כ'וועל אייך דערציילן א מעשה:
איינמאל איז דער טאטע געפארן ערגעץ און איך מיט מיין ברודער זענען מיטגעפארן, דער בעל עגלה האט נישט געפרעגט וואו ער זאל פארן, נאר ער איז געפארן סתם אָן קיין ציל, ביז מיר זענען אנגעקומען ערגעץ אין א דאָרף ביי א קרעטשמע און דער וואָגן האט זיך דארט אפגעשטעלט, האט מיר דער טאטע געזאגט גיי אראפ פון וואגן און גיי אריין אין קרעטשמע און זאג פאר'ן קרעטשמער אז איך בין דא אינדרויסן, בין איך אריינגעגאנגען און געזאגט פאר'ן קרעטשמער אז דער טאטע איז דא אינדרויסן, דער קרעטשמער איז געווען זייער פארנומען מיט די גוים, האט ער מיר געזאגט "גיי זאג פאר'ן טאטן אז ס'איז נישט מעגליך יעצט צו קומען, זאל ער פארן ווייטער וועט ער אנקומען צו א אנדערע קרעטשמע", איך בין ארויסגעגאנגען און איבערגעזאגט פאר'ן טאטן וואס דער קרעטשמער האט געזאגט, האט זיך דער טאטע אנגערופן, "איך וויל דא ווארטן", בין איך צוריק אריינגעגאנגען און געזאגט פאר'ן קרעטשמער וואס דער טאטע האט מיר געזאגט, האט דער קרעטשמער שנעל אנגעגרייט א פלאץ פאר'ן טאטן, ער האט אפגעזונדערט א חלק פונעם שטוב מיט א פירהאַנג און דארט אוועקגעשטעלט א בענקל פאר'ן טאטן.
מיין טאטע איז אריינגעקומען און געהייסן פאר'ן בעל הבית זאל אוועקשטעלן נאך א בענקל, אונז האט ער געהייסן ארויסגיין אינדרויסן, און געזאגט באלד וועט אנקומען אן ארימער צובראכענער איד זאלט איר אים העלפן אראפקומען פון וואגן און אים אריינברענגען, אבער איר זאלט זיין געווארענט וויאזוי איר האנדלט מיט אים, ווייל ער איז א גרויסער בעל יסורים.
זענען מיר ארויסגעגאנגען און א קורצע צייט דערנאך איז דער אלטער איד אנגעקומען, מיר האבן אים אריינגעטראגן אין קרעטשמע צום טאטן, דער טאטע האט אונז געהייסן ווארטן אינדרויסן, מיר זענען ארויסגעגאנגען און דארט געווארט איינס און האלב שעה, נאכדעם האט אונז דער טאטע אריינגערופן און געהייסן אז מיר זאלן צוריק ארויפטראגן דעם איד אויפ'ן וואגן, בשעת כ'האב אים ארויפגעשטעלט אויפ'ן וואגן האב איך מיר פארזען און אים בטעות געגעבן א קוועטש האט ער געגעבן א געשריי, שפעטער האט אונז דער טאטע געזאגט אז דער איד איז געווען משיח צדקינו והוא מחולל מפשעינו.
האט דער טריסקער מגיד אויסגעפירט צו מיר און איר פרעגט נאך פון וואו איך ווייס אז דאס איז דער קול פון משיח, (די מעשה ווערט געברענגט אין ספר שיח זקנים וואס דער טשאקעווער רב האט געהערט פון זיין רבי'ן אז ער האט דאס אליין געהערט מפה קדשו פון הרה"ק ארון מקראקא זי"ע).
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

קבוצה של חסידים יעלו על הציון הקדוש ביום ראשון וביום שני הבעל"ט
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

יארצייט היום י"א אב של הרה"ק דוד אהרן מזאריק זצ"ל בן הרה"ק רבי יעקב לייב בן הטריסקער מגיד זצ"ל
רבי דוד אהרן היה חותנו של הרה"ק אברהם יושע העשל ממחנובקא זצ"ל
זי"ע
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

הרה"ק המגיד מטריסק זצ"ל מפליג בשבח מעלת השבת שבו קורין השירה שאז בשעת קריאתו נתמלא כל משאלות בני ישראל לטובה ולברכה וכה דבריו בספרו 'מגן אברהם' (פרשת בשלח ד"ה פתח ואמר): "שבת זה נקרא שבת שירה על שם שקוראים בו שירת הים והשירה נכתבת א'ריח ע'ל ג'בי ל'בינה, שראשי תיבות מזה בגימטריא ק"ד וקו"ף דל"ת מלא בגימטריא כמנין כת"ר שעל ידי השירה נתגלה כתר מלכותו יתברך בעולם. וזה מרומז בהשירה שנכתבת אריח על גבי לבינה שראשי תיבות בגימטריא כת"ר כנ"ל שאז בעת השירה עלה ונתעלה עד הכתר עליון, וכמו כן בכל שנה ושנה בעת שקוראים השירה נתגלה הכתר מלכות, וכשהמלך מעטר עצמו בכתר מלכותו הוא נותן הנחה למדינות ובפרט במלך מלכי המלכים הקב"ה שכמעטר עצמו בכתר מלכותו בודאי יתן הנחה לישראל וימלא משאלות בני ישראל בכל השפעות טובות והברכות בכלליות ופרטיות ברוחניות וגשמיות בני חיי ומזוני רויחי ורפואה בקרב במהרה בימינו אמן"
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

טריסקער האט געשריבן:
הרה"ק רבי מרדכי זוסיא
טווערסקי זצוק"ל
מטריסק הוצעלאס - יאס

ביי זיין ברית האבן זיך משתתף געווען ביידע זיידעס, און דער טריסקער מגיד האט געבעטן זיין זון אז ער זאל געבן דעם נאמען מרדכי נאך זיין טאטע, האט רבי דוד'ל טאלנער געזאגט אז ער וויל אויך מ'זאל געבן א נאמען נאך זייער טאטע אבער צו דעם וויל ער אויך אז מ'זאל צולייגן דעם נאמען פון זיין עלטער שווער דער הייליגער ר"ר זושא, ויקרא שמו בישראל "מרדכי זוסיא".

עפעס איז דא נישט פארשטענדליך.
זיי זענען דאך געווען ברודערס.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:

טאטע שיק מיר הויזן אלערט.

דארפסט נאר צילייגן קאפ און זיך אפשטעלן אויפן ריכטיגן פלאץ.

בעצם ביידע האבן געוואלט געבן נאכן טאט'ן, נאר רבי דוד'ל האט אויך געוואלט צילייגן נאך א נאמען נאך דער הייליגער ר"ר זושא
לעצט פארראכטן דורך shimon7323 אום דינסטאג פעברואר 08, 2022 8:46 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

ייש"כ, נישט געכאפט.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

ס'איז סתם אזוי אינטרעסאנט, ווייל און דער טריסקער משפחה איז דא זייער אסאך נעמען וואס זענען צוזאם געשטעלט פון צוויי זייטן.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

הרה"ק רבי מרדכי זושע מהוצאלעס זי"ע כ"ז אדר תרצ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט די הילולא קדישא פין הרה"ק רבי מרדכי זושע מהוצאלעס זי"ע א אייניקל פין די הייליגע טריסקער מגיד זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
ז'וריקער
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 26, 2022 12:07 pm
לאקאציע: אין גלות

Re: הרה"ק רבי מרדכי זושע מהוצאלעס זי"ע כ"ז אדר תרצ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ז'וריקער »

מומחה יוחס האט געשריבן:היינט די הילולא קדישא פין הרה"ק רבי מרדכי זושע מהוצאלעס זי"ע א אייניקל פין די הייליגע טריסקער מגיד זי"ע

די גאנצע נאמען רבי מרדכי זוסיא מ'הוצעלעס' איז א טעות, עס איז אזוי ווי איינער זאל רופן הרה"ק מ'סקווירא זי"ע רבי יעקב יוסף מ'קאלאראזש... ער האט נאר געוואוינט דארט פאר א קורצע תקופה ביים אנטלויפן פון גזירות.
ודי למבין...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: הרה"ק רבי מרדכי זושע מהוצאלעס זי"ע כ"ז אדר תרצ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ז'וריקער האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:היינט די הילולא קדישא פין הרה"ק רבי מרדכי זושע מהוצאלעס זי"ע א אייניקל פין די הייליגע טריסקער מגיד זי"ע

די גאנצע נאמען רבי מרדכי זוסיא מ'הוצעלעס' איז א טעות, עס איז אזוי ווי איינער זאל רופן הרה"ק מ'סקווירא זי"ע רבי יעקב יוסף מ'קאלאראזש... ער האט נאר געוואוינט דארט פאר א קורצע תקופה ביים אנטלויפן פון גזירות.
ודי למבין...

נאר ווי אזוי יא?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: רבי אברהם המגיד מטריסק זצ"ל ב' תמוז תרמ"ט - וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

יאס
אוועטאר
ז'וריקער
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 26, 2022 12:07 pm
לאקאציע: אין גלות

Re: הרה"ק רבי מרדכי זושע מהוצאלעס זי"ע כ"ז אדר תרצ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ז'וריקער »

מומחה יוחס האט געשריבן:
ז'וריקער האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:היינט די הילולא קדישא פין הרה"ק רבי מרדכי זושע מהוצאלעס זי"ע א אייניקל פין די הייליגע טריסקער מגיד זי"ע

די גאנצע נאמען רבי מרדכי זוסיא מ'הוצעלעס' איז א טעות, עס איז אזוי ווי איינער זאל רופן הרה"ק מ'סקווירא זי"ע רבי יעקב יוסף מ'קאלאראזש... ער האט נאר געוואוינט דארט פאר א קורצע תקופה ביים אנטלויפן פון גזירות.
ודי למבין...

נאר ווי אזוי יא?

איז אזוי, בעצם איז ער געווען א אדמו"ר מ'טריסק זייענדיג דאס עלטסטע זוהן פון הרה"ק רבי מנחם נחום מ'טריסק די עלטסטע זוהן פון די הייליגע טריסקע מגיד און מ'האט עם געוואלט אויפנעמען במקום זקינו הקדוש אבער ער האט עס איבערגעגעבן פאר זיין גרויסן פעטער הרה"ק רבי יעקב לייבעלע און ער אליין האט זיך אוועק געצויגן פון שטאט טריסק נישט וועלנדיג שטערן פאר'ן גרויסן פעטער.
אוועקפארנדיג האט ער אנגעהויבן פראווענען חסידים ווערנדיג א גרויסע 'טריסקע' רבי זייענדיג די עלטסטע זוהן פון הרה"ק רבי מנחם נחום מ'טריסק וואס ווי באקאנט האט בפקודת אביו המגיד הק' שוין געפראוועט ראביסטעווע אין טריסק נאך לאנג פאר פטירת אביו הק' אבער צוליב גזירות און צרות און פאגראמען האט זיין הייליגע הויף געדארפט גיין אין גלות אפאר מאהל ביז ער האט געטראפן מנוחה אין שטאט יאס שברומעניא וואס דארט האט ער זיך באזעצט און אוועק געשטעלט זיין הייליגע הויף ושם מנו"כ...

נאר וואס דען? עס זענען ליידער דא אידן וואס האבן א אינטערעסע צו פארקויפן אז עס איז נישט געווען קיין המשך צו די הייליגע טריסקע הויף און זיכער נישט קיין המשך וואס ציעט זיך עד ימינו וואס אזוי קענען זיי זיך דערקלערן די אויסשליסליכע בעלי בתים פונעם גזע און פון גאנץ בית טשערנאביל אן גורס זיין די יורשים ואכמ"ל.
זענען זיי אויפגעקימען מיט א וואזשנעם פלאן אז מגייט נישט ריפן די הייליגע ממשיכי השולשלת מיטן נאמען טריסק נאר מיט מאדנע נעמען פון שטעט אוואו זיי האבען געוואוינט פאר קורצע תקיפות (כמו רבי מרדכי זוסיא מ'הוצאלעס ואביו רבי מנחם נחום מ'בריסק??!!) און 'בינגא', די שולשלת האט נישט קיין המשך...
בום, טראך, זעץ... נישטא ווער זאל לאכן...

סך הכל:
הרה"ק רבי מרדכי זוסיא מ'טריסק בן הרה"ק רבי מנחם נחום מ'טריסק בן הרה"ק המגיד מ'טריסק זי"ע
א איי וועלט איד
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”