א קורצע באשרייבונג פון בני הר"ר יעקב יודא קאהן ז"ל, איבער די פטירה פון דעם ת"ח ומרביץ תורה רבי דוד קלמן סייקס ז"ל מיר ווילן צולייגן צו דער באשרייבונג איבער רבי דוד קלמן סייקס ז"ל כדי מען זאל וויסן פונקטליכער פון וואס פאר א איד מען רעדט דא. בכלליות איז ער געווען ממש אדוק ומקושר צום רבין ז"ל און מיט די שיטות ההתבלות.
ווען רבי דוד קלמן ז"ל איז אלט געווען 13 יאר האט איינער משפיע געווען אויף אים און האט שוין מיט אים דעמאלס געלערנט דעם הייליגן קונטרס על הגאולה ועל התמורה, און זייט דעמאלס האט ער אנגעהויבן צו ווערן מקושר אינעם הייליגן רבי'ן און אין די הייליגע שיטה. ווי מען האט שוין דערמאנט די פריערדיגע וואך, האט ער כסדר געלערנט און גוט געקנט גאנץ ויואל משה, אזוי אויך האט ער פיל געלערנט דעם הייליגן ספר דברי יואל.
אזוי אויך פלעגט ער רעדן אסאך אין השקפה מיט אונזער זיידן רבי מענדל וואָלף פריעדמאַן ז"ל, אזוי אויך מיט אונזער טאטן רבי יעקב יודא ז"ל האט ער אסאך ארומגערעדט דערפון. ער פלעגט זאגן אַז ער האט הנאה זיך צו דרייען ביי א משפחה וואס האט בלויז ריינע השקפות און יעדעס מאל וואס ער קומט אהער, קען ער שעּפן נאך און נאך טיפער די תורות פון רבי'ן ז"ל.
אמאל איז ער געווען שבת זכור אויף א פלאַץ און ער האט דארט געהאלטן א דרשה, זייענדיג א טאלאנטפולער בעל דרשן, ווי עס איז דערביי אויסגעקומען ארויסגערעדן שארף קעגן ציונות, וואו עס האט אנגערירט ענינים פון דער שיטה, די אנוועזנדע מענטשן האבן אים שטארק פארשריגן דערויף און צוריקגע'טענה'ט מיט אים דאס פארקערטע. ווען ער איז נאך דעם שבת דעראויף צוריקגעקומען קיין קרית יואל און איבערגערעדט מיט'ן טאטן ז"ל די אלע טענות וואס מען האָט אים דארט פארשריגן, האט אונזער טאטע אויף דעם אלעם נאכמער איבערגעוויזן זייער פאלשקייט, דאן איז ער געווארן באמת מלא שמחה וואו גערעכט ער איז געווען, ווייל בכלליות ער איז דאך געווען ממש אדוק ומקושר צום הייליגן רבין ז"ל. ווי דערמאנט, פלעגט ער צו אונז קומען אויף שבתים וימים טובים, וואו ער פלעגט כסדר קומען פארברענגן און עסן די סעודות, אזוי ווי שושן פורים, חול המועד סוכות פלעגט מיר מאכן לכבודו א גרויסע אושפיזא דדוד. ווי ער איז געווען ממש ווי א חלק פון דער משפחה, און אזוי אויך פלעגט ער ביי יעדער געלעגנהייט אויפטרעטן מיט טרעפליכע דיבורים, זייענדיג א טאלאנטפולער בעל דרשן, סּפעציעל פלעגט ער מאכן זייער אינערסאנטע טרעפליכע גימטריאות איבער די נעמען פון די בעלי שמחה. מיר אלע האבן פארלוירן אַן אמת'ער זעלטענער ערליכן איד וואס האט געדינט השי"ת מיט אזא תמימות און איבערגעגעבנקייט, ער איז אן אבידה שאין לה תמורה, יהא זכרו ברוך.
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
אגב, מען איז נישט דא מספיד קיין לעבעדיגע, אבער די נאמען ר' דוד דיקסלער גייט געקניפט און געבינדן מיט ר' דוד סייקס, ר' דוד האט געוואוינט אין מאנרא נאך פאר דער רבי ז"ל האט געבויט דעם שטעטל, און איז נתעורר געווארן לתשובה ביים לוי' פונעם רבי'ן כ"ו אב תשל"ט, זינט דעמאלס איז ער א תורה טרייער איד, אן איש צדיק ותמים, וואס ווי שוין אויבנדערמאנט האט ער זוכה געווען צו אויפשטעלן א ערליכע תורה'דיגע שטוב, און ער דאווענט יעדן טאג דריי תפילות אין קרית יואל, שבת וואקט ער אריין פון זיין הויז אין טאון, שוין עטליכע דרייסיג יאר.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
זכות הקונטרס 'לשון קדשו' דברות קודש לפרשת עקב, שבוע דיומא הילולא נתנדב לזכות נשמת הרב הצדיק רבי דוד קלמן ז"ל סייקס ב"ר משה יהודא ז"ל לעילוי נשמתו הטהורה של רבינו הקדוש אור העולם ,מאיר עיניהם ולבם של ישראל מרן יואל בן מרן הגה"ק חנני' יום טוב זצוקללה"ה נסתלק לגנזי מרומים ביום כ"ו אב תשל"ט לפ"ק ◆וֵהם יֲעלו לִזכרֹון◆ הרה"ג המופלג מרביץ תורה, לא פסק פומיה מגירסא, ירא שמים מרבים ובעל מדות טובות עד להפליא, קירב לבבות ישראל לאביהם שבשמים. נתקשר לרביה"ק זי"ע בכל נפשו ודבק בספריו שהיו רגילים על לשונו, קבע שיעורים ב"לשון קדשו", והרבה להתפלל על ציונו הק' חיבר ספר על הרמב"ם ועוד כמה ספרים והרבה כת"י נפטר פתאום ביום כ"ה תמוז תשפ"א לאבדן משפחתו וזוגתו. ואנו בתוך שלושים יום לפרידתו. נא לעשות חסד של אמת וללמוד בפה. שלא השאיר אחריו זרע של קיימא בעולם הזה. לקיים מצות תלמוד תורה לזכותו. ונחת רוח ליוצרו. שיהיה לטובתו. ולעילוי נשמתו. ה"ה רבי דוד קלמן ז"ל סייקס ב"ר משה יהודא ז"ל
אטעטשמענטס
download.jpg (2.49 KiB) געזען 1237 מאל
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
זכות הקונטרס 'לשון קדשו' דברות קודש לפרשת עקב, שבוע דיומא הילולא נתנדב לזכות נשמת הרב הצדיק רבי דוד קלמן ז"ל סייקס ב"ר משה יהודא ז"ל לעילוי נשמתו הטהורה של רבינו הקדוש אור העולם ,מאיר עיניהם ולבם של ישראל מרן יואל בן מרן הגה"ק חנני' יום טוב זצוקללה"ה נסתלק לגנזי מרומים ביום כ"ו אב תשל"ט לפ"ק ◆וֵהם יֲעלו לִזכרֹון◆ הרה"ג המופלג מרביץ תורה, לא פסק פומיה מגירסא, ירא שמים מרבים ובעל מדות טובות עד להפליא, קירב לבבות ישראל לאביהם שבשמים. נתקשר לרביה"ק זי"ע בכל נפשו ודבק בספריו שהיו רגילים על לשונו, קבע שיעורים ב"לשון קדשו", והרבה להתפלל על ציונו הק' חיבר כמה ספרים, והרבה שערים. למשנה תורה להרמב"ם ספר נפלא, והיותר אתנו הון כתבי ידות להפליא ואנו בתוך שלושים יום לפרידתו, שנפטר פתאום ביום כ"ה תמוז תשפ"א, לאבדן משפחתו וזוגתו. נא לעשות חסד של אמת וללמוד בפה. שלא השאיר אחריו זרע של קיימא בעולם הזה. לקיים מצות תלמוד תורה לזכותו. ונחת רוח ליוצרו. שיהיה לטובתו. ולעילוי נשמתו. ה"ה רבי דוד קלמן ז"ל סייקס ב"ר משה יהודא ז"ל
א אינטערוויא פון עסקנים אויף קול מבשר פאר די עלענדע אלמנה ו' שופטים פ״א העסקנים הרב דוד הויער ר' יואל שווארץ און ר' יואל לוי ניימאן אן אפהאנדלונג איבער די עלענדע אלמנה פון הרה"צ ר' דוד קלמן סייקס ז"ל וועלכע איז נפטר געווארן מיט עטליכע וואכן צוריק אן איבערלאזן קינדער ר"ל, און זי שטייט און בעט?? אז מען זאל איר העלפן און נישט צולאזן דאס פארלירן די דירה ווי זי וואוינט נעבן קרית יואל.
WOW ר' יעקב שפירא פון נטרונא, דער נעפיו פון רבין? וואס האט ער מיט ר' דוד סייקס? BTW וואס האט ר' אריה דערדיק דער מנהל פון ר' חיים פלאר'ס כולל דא? מען האט אים טאקע געזען ביי די לויה און מאנסי
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
וואס הייסט די ריכטיגע פעולה?? דאס איז דאך די "רבונו של עולם" קאמפיין והיה כי יצעק אלי ושמעתי כי חנון אני כל אלמנה ויתום .. אם צעק יצעק אלי, שמע אשמע צעקתו און די זייט, איז זי איז שוין ליידער א יתומה פון די פיפצן יאר אלט
וואס הייסט די ריכטיגע פעולה?? דאס איז דאך די "רבונו של עולם" קאמפיין והיה כי יצעק אלי ושמעתי כי חנון אני כל אלמנה ויתום .. אם צעק יצעק אלי, שמע אשמע צעקתו און די זייט, איז זי איז שוין ליידער א יתומה פון די פיפצן יאר אלט
ניין..! די מיינסט דאס נישט ערענסט? טאטע זיסער, וואס די אלמנה גייט נישט אלץ א דורך, אוי רבונו של עולם.