מבאר זיין די אלע דרכי החסידות

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

מתוקים
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 10:22 am

Re: מבאר זיין די אלע דרכי החסידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתוקים »

שטאפיק האט געשריבן:
מתוקים האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
מתוקים האט געשריבן:סתם אינטערסאנט צו-צולייגן אפאר סענס . . .
אמאל איז חסידות געווען ווי מער ביטול
ד.ה. ביטול היש, ביטול עצמו, ביטול לאחרים, ביטול התאווה, וכו, וכו,

משא"כ היינט איז פונקט פארקערט מיט אלעם
ד. ה. ווי מער חסידים, פארענטשעס, פיקשערס, וכו, וכו,

ואידך זיל גמור

אפשר דארף מען טאקע מער חוקר זיין ווי אזוי עס איז געווען אמאל כדי זיך אויסלערנען וואס נאכצוטון
(אדער אפשר וויסן ווי טיף אונז זעמיר.....)

סתם אינטערסאנט צו צולייגן.
אמאל איז געווען א יודישע שטוב זאל זיך פירן אל פי תורה, האבן פיינע גוטע קינדער, מחנך זיין אויפן ריכטיגן וועג וכו'.
היינט איז א יודישע שטוב שיינע לוסטערס, א טייערע לעזיבוי, און קאלירטע טעפיכער.

אגב, האט דיר חסידות עפעס געטשעפעט אז דו קוקסט אויפן טפל?


זיי מיר מוחל זייער נאריש געפליקט.....
א אידישע שטוב איז אלעמאל געווען אויך חינוך הבנים והבנות און היינט אויך
קיינער האט נישט חתונה כדי צו האבן א לעיזיבוי. דאס איז אלעס צו צולייגן צו די הרחבת הדעת
איינער מער און איינער ווייניגער ווענדט זיך וויפיל ער האט געלערנט ספרי חפץ חיים וועגן לוקסוס
אבער די גאנצע פאמפע דעראמפע פון אללע חסידות (עיין ערך בליק, וואך, עולם כולו, וכל חבריהם הן כבתב הן באימייל) האט גארנישט מיט קיין חסידות


ווען א רבי אן קיין "פאמפע דעראמפע" וועט רעדן וועגען עבודת ד' וועסטו טרעפען א אנדערע פראבלעם מיט אים. אבי אז דו דארפסט נישט צושטעלען און דינען איין ג-ט.


רב שטאפיק ..
ב"ה איך דריי מיך ביי עטליכע משפיעים (דאס וואס מ'האט אמאליגע צייטן גערופן רבי וואס איז משפיע חסידות און מוסר) סיי וועכנטליכע שיעורים און סיי שלש סעודות און טישן
ב"ה קיינער פון זיי זענען נישט קיין איין וואך אין די פאמפע דעראמפע אזוי גערופענע אידישקייט אויסגאבעס.. . (און זיי זענען שטארק מואס דערין)

זאלסט אבער וויסן לא אלמן ישראל דער באשעפער האט נאך אין דעם דור אויך זיינע מענטשן, זיך אויף וועסטו טרעפן
מ'דארף וויסן וואל מ'וויל
מתוקים
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 10:22 am

Re: מבאר זיין די אלע דרכי החסידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתוקים »

מעכל קנעכל האט געשריבן:איך זע נישט פארוואס מען האט זיך ארויפגעכאפט אויף מתוקים'ס ווערטער, ער זאגט דאך דברים ידועים ופשוטים, איינער קריגט זיך בכלל מיט אים?
ער האט גארנישט גערעדט קעגן חסידות אדער א געוויסע חסידות, ער האט גערעדט קעגן די פאלשע פאמפע וואס אפאר נארישע מענטשן פון יעדע חסידות זענען פארנומען און האט נישט קיין שייכות מיט די חסידות, איינער דא האלט אנדערש אז דאס איז די נקודה פון חסידות?
סך הכל דארפן אונז זיין קליג און זיך האלטן צו די אמת'ע חסידות און פנימיות און נישט ווערן נאכגעשלעפט פון שקר און חיצוניות און דאס איז לית מאן דפליג.


מעכיל כיהודה ועוד לקרא
;l;p-
שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע: עיה"ק ירושלם תובב"א

Re: מבאר זיין די אלע דרכי החסידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

מעכל קנעכל האט געשריבן:איך זע נישט פארוואס מען האט זיך ארויפגעכאפט אויף מתוקים'ס ווערטער, ער זאגט דאך דברים ידועים ופשוטים, איינער קריגט זיך בכלל מיט אים?
ער האט גארנישט גערעדט קעגן חסידות אדער א געוויסע חסידות, ער האט גערעדט קעגן די פאלשע פאמפע וואס אפאר נארישע מענטשן פון יעדע חסידות זענען פארנומען און האט נישט קיין שייכות מיט די חסידות, איינער דא האלט אנדערש אז דאס איז די נקודה פון חסידות?
סך הכל דארפן אונז זיין קליג און זיך האלטן צו די אמת'ע חסידות און פנימיות און נישט ווערן נאכגעשלעפט פון שקר און חיצוניות און דאס איז לית מאן דפליג.


וואס איז די חילוק צווישן "הרחבת הדעת" אין שטיב מיט די ווארעמקייט וואס א מענטש קען שפירן דורך טאנצען אויף פארענטשעס מיט א פאר הונדערט אידן. א סך מאל רעדט מען פון די זעלבע מענטש.

גילוי דעת: איך געהער צו א קליינע פלאץ, נישט קיין פאמפע און איך בין גאר שטארק צופרידען אזוי.
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: מבאר זיין די אלע דרכי החסידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

איך האב נישט גערעדט צו ס'גוט צו ס'נישט גוט, איך האב גערעדט צו דאס איז חסידות צו נישט און פון דעם אז מען מאכט דערפון א טראסק כאילו דאס שטעלט פאר די חסידות,
אבער א ווארעמע פלאץ איז אוודאי א גוטע זאך, אבער נישט דאס איז חסידות און נישט וועגן דעם איז דא בעלזא גור סאטמאר וויזניץ חב''ד וכו', דאס אלעס זענען דרכים אין עבודת ה',
חחח...
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: מבאר זיין די אלע דרכי החסידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

געשריבן אז אמאל האט חסידות געמיינט דאס, היינט מיינס עד די וואך און די בלאט און די אימעיילס.
מהיכי תיתי?
דאס אז די וואך האט בילדער פון א רבי, מאכט נישט אנדערש קיין עבודה.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4110
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: מבאר זיין די אלע דרכי החסידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

הבעש''ט האט געשריבן:
גראזעלעך האט געשריבן:שוין א לאנגע צייט וואס איך לערן ספרי חסידות און ליין סיפורי צדיקים פון אלע צדיקי החסידות, און איך פרוביר אביסל ארויסצונעמען די דרך און שיטה פון די צדיק, איז אפשר קען מען אינאיינעם שמועסן איבער דעם.

איך וועל זאגן בערך וואס איך מיין.
אין קאצק האט מען זייער אסאך גערעדט פון אמת אן קיין פניות און שקר,
אין טשערנאביל איז געווען א גרויסע עסק אין די ענין פון התקשרות לצדיק,
אין ראפשיץ איז די דרך געווען הצנע לכת,
אין צאנז איז געווען שטארק פשוטע אידישקייט און תורה בהתמדה און תפלה ביגיעה,
אין חב''ד איז געווען א עיקר אין מח און דעת פון השגת אלוקות,
אין ברסלב האט מען געמאכט א עסק פון רצונות און התבודדות און שמחה און התקשרות לצדיק,
אין קארלין פון תפלה בכח און אהבת חברים,
אין סלאנים פון שפלות און שמחה און יגיעה בעבודת ה',
אין איזשביצא פון וויסן מען קען גארנישט אליין און אלעס איז פונעם אייבערשטן,
אין אמשינוב און אין לעלוב פון אהבת ישראל,
אין ריזשין פון אמונת צדיקים,
אין בעלזא פון מנהגים און תורה,
און נאך און נאך.

ס'דאך דא דא אסאך חסידים פון אלע סארט חסידות'ן וואס גייען אויף די דרך פון זייערע רבי'ס, און אויך אסאך אידן וואס זענען עוסק אין ספרי מחשבה און דרכים,
איז אויב איינער קען למשל צונעמען א געוויסע דרך, ווי סלונים קארלין איזשביצא חב''ד וכו' און עס אראפלייגן אביסל פארן עולם, וואלט עס געווען א שיינע זאך צו בלייבן לדורות פאר ווער עס וויל אביסל פארשטיין די אלע הייליגע דרכים אין עבודת ה'.

איך וועל אויך פרובירן אי''ה צו אריינקומען מיט מיינע פאר צענט, אבער איך בעט ווער עס קען זאל שרייבן.

אין זידיטשוב-קאמארנא האט מען משלב געווען א דרך בנגלה ובנסתר אפילו פאר פשוטי עם.
אין קאסוב-וויזשניץ האט מען געלייגט א דגוש אין עבודת התפילה געקאכט אין חביבות המצות בפרט שבת ויו"ט.
אין קוזמיר-מאדזיץ מכבדים את ה' מגרונם היכל הנגינה.

לעצטערע חסידות'ן:
קערעסטיר - לשובע ולא לרזון
טאהש - עבודת עבודה
שו"א תו"א - אמונה ויסוד
פשעווארסק - חסד ואמת
סקולען - נעי"ם זמירות ישרא"ל
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: מבאר זיין די אלע דרכי החסידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

גראזעלעך האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:איך האב אמאל מיטגעהאלטן א שמועס פון הרה"ג יאמ שליט"א
ווי א אינגערמאן האט פרובירט צו לייגן אזעלכע הנחות בערך ווי דער פותח האשכול טוט אין זיין פתיחת האשכול תגובה
ער האט עס אוועקגעמאכט בכל התוקף אלץ שטותים והבלים.


ביטע מבאר זיין קלאר וואס איר מיינט.

איך האב נישט קיין פראבלעם צו הערן אלע צדדים, אבער סתם שרייבן אז ס'שטותים און הבלים אן קיין הסבר איז נישט שיין און אויסגעהאלטן. אדרבה, לאמיר אויסשמועסן.

און ווער איז יאמ?


וואס איך האב געמיינט איז אזוי,

איך בעצם פאר מיר, האב נישט קיין ידיעה און חסידות מה זה, און יעדע קרייז וואס זענען די חילוקים, ווייסעך אודאי נישט, איך האב נאר ציטירט ווטס איך האב געהערט פון אן אדם גדול אויף די נושא, און געטראכט אז אפשר וועט עס מאכן אנדערע טראכטן, אבער וואס קען איך אריין רעדן דערין?

לאמיר זיך אויסשמועסן? סימיר קלאר וואס דו האלטסט, און וואס ער האלט, איך זיך דיר נישט צו קאנווינסן, איך האב עס נאר געברענגט פאר food for thought ווי מען זאגט.

איך קען טרייען עס אראפ צולייגן לויט ווי איך האב עס פארשטאנען, און כאמור, איך בין נישט באהאווענט אין די ענינים, במילא מוז נישט זיין אז איך האב עס גוט פארשטאנען

וואס איז דאס א איד,
תורה, יראת שמים, און עבודת מדות.

און דאס האבן אלע חסידישע רביים געלערנט צוגלייך,

יעדע איד דארף זיך פירן על פי הלכה, און ארבעטן אויף די מדות,
(עבודת המדות איז נישט עפעס און צוגאב פון זיך פירן עפ"י הלכה, עס איז איינס און איטעגרעיטעד דערמיט, והא בלא הא אי אפשר, לא מבעי בין אדם לחברו נאר אפי' בין אדם למקום איז נישט מעגליך צו טוהן חובתו אויב ארבעט מען נישט אויף זיך)

(און אין דעם איז נכלל די אלע זאכן פון לימוד התורה, עבודת התפלה, שטייגן, דבקות, וכו וכו)

יעדע יחיד איז א וועלט פאר זיך, און אמאל דארף מען אן אינדעווידאעל עצה, ולפעמים להיפך, נישט פארהאן קיין שום פאקעס אויף א מיטל אלעס איז לפי המקום והזמן,

אלע עצות וואס ווערן דערמאנט אין ספרי חסידות זענען תורת אמת, און קיין איין צדיק איז נישט מחולק אויפן עצם הענין

במילא איז מאכן פון א זאך וואס מען האט אמאל געזאגט לפי המקום והזמן און אוועקשטעלן דערפון א גאנצע דרך

ספעציעל ווען די הגדרות ווערן געמאכט דורך אנשים פשוטים,

קרוב לומר אז מען רעדט שטותים.

שוין, הארכתי לכבודך, ואתכם הסליחה
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: מבאר זיין די אלע דרכי החסידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

גראזעלעך האט געשריבן: זונטאג יוני 20, 2021 12:58 pm
שוין א לאנגע צייט וואס איך לערן ספרי חסידות און ליין סיפורי צדיקים פון אלע צדיקי החסידות, און איך פרוביר אביסל ארויסצונעמען די דרך און שיטה פון די צדיק, איז אפשר קען מען אינאיינעם שמועסן איבער דעם.

איך וועל זאגן בערך וואס איך מיין.
אין קאצק האט מען זייער אסאך גערעדט פון אמת אן קיין פניות און שקר,
אין טשערנאביל איז געווען א גרויסע עסק אין די ענין פון התקשרות לצדיק,
אין ראפשיץ איז די דרך געווען הצנע לכת,
אין צאנז איז געווען שטארק פשוטע אידישקייט און תורה בהתמדה און תפלה ביגיעה,
אין חב''ד איז געווען א עיקר אין מח און דעת פון השגת אלוקות,
אין ברסלב האט מען געמאכט א עסק פון רצונות און התבודדות און שמחה און התקשרות לצדיק,
אין קארלין פון תפלה בכח און אהבת חברים,
אין סלאנים פון שפלות און שמחה און יגיעה בעבודת ה',
אין איזשביצא פון וויסן מען קען גארנישט אליין און אלעס איז פונעם אייבערשטן,
אין אמשינוב און אין לעלוב פון אהבת ישראל,
אין ריזשין פון אמונת צדיקים,
אין בעלזא פון מנהגים און תורה,
און נאך און נאך.

ס'דאך דא דא אסאך חסידים פון אלע סארט חסידות'ן וואס גייען אויף די דרך פון זייערע רבי'ס, און אויך אסאך אידן וואס זענען עוסק אין ספרי מחשבה און דרכים,
איז אויב איינער קען למשל צונעמען א געוויסע דרך, ווי סלונים קארלין איזשביצא חב''ד וכו' און עס אראפלייגן אביסל פארן עולם, וואלט עס געווען א שיינע זאך צו בלייבן לדורות פאר ווער עס וויל אביסל פארשטיין די אלע הייליגע דרכים אין עבודת ה'.

איך וועל אויך פרובירן אי''ה צו אריינקומען מיט מיינע פאר צענט, אבער איך בעט ווער עס קען זאל שרייבן.
ראדאמסק - פרנסה
שינאווא - קאריץ - מידת האמת
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”