רבי יצחק לייפער אדמו"ר מבארדיטשוב-גרינוויל זצ"ל - ד’ תמוז תשפ”א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

רבי יצחק לייפער אדמו"ר מבארדיטשוב-גרינוויל זצ"ל - ד’ תמוז תשפ”א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

מיט גרויס צער האבן תושבי גרינוויל בפרט און חסידים ומעריצים פונעם רבין בכל קצוי העולם בכלל אויפגענימען די שווערע בשורה פונעם הסתלקות פון רבין רבי יצחק בן רבי יוסף מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע אין עלטער פון 74.

די רבי ז"ל איז געבוירן געווארן אום תש"ז אין שטאט טעמעשוואר, ראמעניע אלס בן בכור צו זיין טאטע האדמו"ר רבי יוסף לייפער מ'נאדבורנה (שפעטער אין פתח תקוה), בן רבי אריה מ'נאדבורנה טעמעשוואר ז"ל.

אלס קינד איז ער ארויף קיין ארץ ישראל אינאיינעם מיטן ברודער האדמו"ר מ'טעמעשוואר בני ברק, און אלס בחור האט ער געלערענט אין ישיבת חכמי לובלין אלס תלמיד פון הגאון רבי שמואל וואזנער בעל שבט הלוי זי"ע.

ער האט חתונה געהאט מיט יבלחט"א די חשובן רעבעצין בת הגה"צ האדמו"ר ר' מרדכי מזוועהיל זי"ע. ער האט געפירט זיין באשיידענע עידה אין זיין בית המדרש אין בארא פארק פאר לאנגע יארן און בשנת תשע"ו האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין זשערזי סיטי יצ"ו ווי ער האט איבערגעפלאנצט די חסידות בבית מדרשו החדש אויף די ווילקינסאן גאס אין גרינוויל וועלעכע איז אויסגעשטיגן אלס צענטער לתורה תפילה וחסידות.

די רבי איז באקאנט געווען אלס גרויסער תלמוד חכם ווענגלייך זיין זעלטענער באשיידענהייט. ווער ס'איז געקומען אין בארירונג מיט אים איז ארויס פון התפעלות פון זיינע ידיעות בכל חכמני התורה וחסידות, און ער פלעגט זיך דאך שטענדיג אראפלאזן רעדן מיטן יעדן מיט סיי וואספארא ענינים העומדים על הפרק מיטן בתוך עמי אנכי יושבת מיט א געוואלדיגע פריינטליכקייט און צוגעלאזנקייט.

די רבי ז"ל איז געווען א געוואלדיגע לייכטורעם פארן נייעם ישוב אין זשערזי סיטי ווי ער איז געווען דער ראש המדברים מיט זיינע טרעפליכע ווערטער און טייטשן בנופת ציף באשיינענדיג אלע מעמדים ומסיבות אינעם שטאט די אלע יארן זינטן גרינדונג, כולן שוין לטובה.

אין די לעצטערע תקופה האט זיך די רבי זייער נישט גוט געשפירט זייענדיג נעבאך אונטערן ביטערן מחלה אבער ממש ביז עטליכע וואכן צוריק איז ער געהעריג אנגעגאנגן מיטן סדר היום כאילו לא היה מיט א שטארקע אומגלויבליכע מסירת נפש.

ליידער איז געקומען די שווערע בשורה היינט אינדערפריה אז שקעה חמה שלא בעונתה און יהדות גרינוויל און מעריצים פון רבין בכלל זענען איינגעהילט געווארן באבל מרה אויפן ביטערן אבידה.

די לוי וועט ארויסגיין פון שומרי הדת אין בארא פארק, דערנאך פארענט פון בית מדרשו קהל לוי יצחק בכרדיטשוב אין גרינוויל, אויפן וועג קיין ארץ ישראל ווי ער וועט קומען לקבירה אויפן הר הזיתים.

פנה זיוה פנה הודה פנה הדרה. זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום מאנטאג יוני 14, 2021 12:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

א בילד פון הערשט עטליכע וואכן צוריק מיט האדמו"ר מהרי"י מ'סאטמאר שליטא און מיט אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליטא.
אטעטשמענטס
Screenshot_20210614-121703_Gallery.jpg
Screenshot_20210614-121703_Gallery.jpg (466.34 KiB) געזען 2552 מאל
WhatsApp Image 2021-04-18 at 3.03.17 PM.jpeg
WhatsApp Image 2021-04-18 at 3.03.17 PM.jpeg (95.5 KiB) געזען 2552 מאל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ביים פארלערנען א שיעור בבית מדרשו בגרינוויל אין די ערשטע יארן.
אטעטשמענטס
IMG-20210614-WA0014.jpg
IMG-20210614-WA0014.jpg (192.96 KiB) געזען 2531 מאל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

בשיח קודש מיט יבלחט"א כ"ק אדמור מסקווירא גרינוויל
אטעטשמענטס
IMG-20210614-WA0016.jpg
IMG-20210614-WA0016.jpg (128.27 KiB) געזען 2471 מאל
IMG-20210614-WA0017.jpg
IMG-20210614-WA0017.jpg (120.98 KiB) געזען 2471 מאל
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

בד"ה.

האמיר נישט געקענט דעם איד, אבער ווי ס'שיינט איז עס א שטארקע פארלוסט פאר די שטאט.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

די בילדער מיט סקווירא גרינוויל (ווער איז דאס?) זענען ווייזט אויס פון ת"ב, ווייל מ'זעהט די רבי זצ"ל מיט קראקס, און די סק"ג רבי שליט"א אן שיך.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

פנימחדשות האט געשריבן:די בילדער מיט סקווירא גרינוויל (ווער איז דאס?) זענען ווייזט אויס פון ת"ב, ווייל מ'זעהט די רבי זצ"ל מיט קראקס, און די סק"ג רבי שליט"א אן שיך.

ריכטיג
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

זעה דעם פענסטער מיט דעם זון אונטערגיין
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
בטיש בטישין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

Re: בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטיש בטישין »

ווער זענען די קינדער
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

פנימחדשות האט געשריבן:די בילדער מיט סקווירא גרינוויל (ווער איז דאס?) זענען ווייזט אויס פון ת"ב, ווייל מ'זעהט די רבי זצ"ל מיט קראקס, און די סק"ג רבי שליט"א אן שיך.

בן אדמו"ר מסקווירא פלטבוש זצ"ל
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

Re: בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

Screenshot_10.jpg
Screenshot_10.jpg (649.05 KiB) געזען 2045 מאל


עם אחיו:
פון ר. צו ל.

1. ?
2. רבי ישכר בערצי שליט"א
3. רבי יחיאל שליט"א
4. ?
5. רבי יצחק זצ"ל מבארדיטשוב
6. רבי מאיר שליט"א מדינוב ביתר
7. רבי אהרן לייב שליט"א
8. רבי בנימין שליט"א - ירושלים
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

װיאזױ איז זײן יחוס צום בארדיטשובער זי״ע?
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

Re: בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

עפעס א מענטש האט געשריבן:
Screenshot_10.jpg


עם אחיו:
פון ר. צו ל.

1. ?
2. רבי ישכר בערצי שליט"א
3. רבי יחיאל שליט"א
4. רבי מנחם האראנטציק שליט"א מלעלוב (שוואגער פון אלע אחים וואס ווערן געזעהן אינעם בילד)
5. רבי יצחק זצ"ל מבארדיטשוב
6. רבי מאיר שליט"א מדינוב ביתר
7. רבי אהרן לייב שליט"א
8. רבי בנימין שליט"א - ירושלים
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלם תובב”א
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

Re: בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירו לו »

ליפשיטץ האט געשריבן:
עפעס א מענטש האט געשריבן:
Screenshot_10.jpg


עם אחיו:
פון ר. צו ל.

1. ?
2. רבי ישכר בערצי שליט"א
3. רבי יחיאל שליט"א
4. רבי מנחם האראנטציק שליט"א מלעלוב (שוואגער פון אלע אחים וואס ווערן געזעהן אינעם בילד)
5. רבי יצחק זצ"ל מבארדיטשוב
6. רבי מאיר שליט"א מדינוב ביתר
7. רבי אהרן לייב שליט"א
8. רבי בנימין שליט"א - ירושלים

דער ערשטער רעכטס איז מן הסתם פאריסובע רבי'ס זון וואס איז אויך א איידעם דארט,
פעלט נאר דער טעמעשווארע רבי זז"ג, און ר' ירמי' ניישלאס
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע: אין ביבליאטעק

Re: בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:װיאזױ איז זײן יחוס צום בארדיטשובער זי״ע?

1) ר' יצחק בן ר' יוסף מטעמעשוואר פ''ת בן ר' ארון לייב מטעמעשוואר בן ר' יחיאל ממיהאלאוויץ חתן ר' צבי אלימלך רעסלער מבארגוי בן ר' בנימין מבארשא בן ר' חיים מנאדווארנא בן ר' דוד לייב מנאדווארנא (בן הצמח ה' לצבי) חתן ה'כתר תורה' מ'בארדיטשוב בן הקדושת לוי
2) ר' צבי אלימלך רעסלער הנ''ל חתן ר' מאיר פרענקל בן ר' משולם זלמן מבוקארעסט חתן ר' אליעזר ליפא חתן הקדושת לוי
3) ר' ארון לייב הנ''ל חתן ר' אלעזר אלימלך וואלדמאן מבארדיוב חתן ר' משולם זלמן פרענקל מבארדיוב בן ר' אברהם יהושע העשיל בן (ר' שמואל בן) ר' משולם זלמן הנ''ל
4) ר' יוסף הנ''ל חתן ש''ב ר' ארון לייב לייפער מביסטריץ בן ר' יצחק מבארשא חתן ר' אלימלך וואלקענפעלד מברזיסטיק חתן ר' זושא ווייסבלום מנאדווארנא וצפת חתן ר' דוד לייב מנאדווארנא הנ''ל
5) ר' ארון לייב מביסטריץ הנ''ל חתן ר' חיים רעסלער מוואסלוי בן ר' צבי אלימלך הנ''ל
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

.
אטעטשמענטס
gcfcfjcy.jpeg
gcfcfjcy.jpeg (173.45 KiB) געזען 1810 מאל
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

יעצט געטראפן דער אשכול, חבל על דאבדין ולא משתכחין!

די רבי זצ"ל איז אוועק אין די וואך פון מיין חתונה, כ'בין שוין געווען דאן אין ענגלאנד, דערפאר בין איך נישט געווען ביי זיין לוי'.

כ'האב ביי מיר אין די ארכיוון בילדער פונעם רבי'ן אין פארשידענע זמנים, איך וועל עס ארויפלייסגן אי"ה נאך שבת.

כ'פלעג זיין א וועכענטליכע מתפלל ביים רבי'ן, ליידער פלעגט זיך דער רבי שטארק מוטשענען מיט מנין יעדע וואך, אין די ערשטע יאר איז בארדיטשוב געווען די איינציגסטע אנדערע אפציע צו דאווענען אחוץ די צענטראלע ביהמ"ד, שפעטער האבן נאך אידן גע'עפענט שולן, אויך האט זיך גע'עפענט די נייע גרויסע ביהמ"ד, האט מען יעדע וואך געדארפט שלעפן מנין, כ'האלט עס פאר א גרויסע זכיה אז איך פלעגס דארט דאווענען יעדע תפילה, אזוי האב איך מחי' געווען א עלטערע ערליכע איד.

ווען איך בין א חתן געווארן בשעה טובה ומוצלחת האט מיר די רעבעצין זאל זיין געזונט געזאגט, אז אין זכות פון דאווענען אין בארדיטשוב בין איך א חתן געווארן...

ליידער איז די ביהמ"ד היינט פארשפארט, ס'געפונט זיך אין ביהמ"ד א גאנצע מתיבתא ש"ס, אויב וואוינט איר אין גרינוויל, אדער איר זענט דארט פאר א באזוך, גייט אריבער פאר א באזוך, אריינצושעפן אביסל בארדיטשוב'ע לופט, אין ביהמ"ד פלעגט די רבי האבן די בענקל פון זיין טאטע זצ"ל.

ס'איז ידוע די רבי'ס שארפקייט קעגן שמועסן ביים דאווענען, ס'פלעגט אים זייער וויי טון אויב מ'פלעגט רעדן ביים דאווענען.

די רבי איז געווען א אוהב שלום ורודף שלום, ווען געוויסע האבן אינטערגעשריבן זיין נאמען שלא ברשות אויף א צעטל וואס מ'האט ארויסגעגעבן צו שטעכן אנדערע, האט ער געהאלטן א פייערדיגע שלש סעודות תורה וואס איז געווען די געשפרעך פון טאג אין שטאט, בקהלם על תחד כבודי האט ער געשריגן.

יהא זכרו ברוך!
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

איך פאנג אן צו ברענגען פון די ארכיוון פון זשערסי סיטי אשכול, ביז ווילאנג ס'וועט זיין א שיינע אוצר איבער די בארדיטשובע רבי ז"ל
אטעטשמענטס
IMG_20160929_212219.jpg
IMG_20160929_212219.jpg (34.42 KiB) געזען 1189 מאל
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

פון די ארכיוון
אטעטשמענטס
a-20-2.jpg
a-20-2.jpg (35.19 KiB) געזען 1023 מאל
aa.jpg
aa.jpg (31.22 KiB) געזען 1023 מאל
sss.jpg
sss.jpg (20.87 KiB) געזען 1023 מאל
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

.
אטעטשמענטס
a-18-2.jpg
a-18-2.jpg (37.28 KiB) געזען 1019 מאל
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

פון די ארכיוון
אטעטשמענטס
a-55-2.jpg
a-55-2.jpg (31.02 KiB) געזען 969 מאל
image065.jpg
image065.jpg (41.3 KiB) געזען 969 מאל
2017-07-09-19.30.gif
2017-07-09-19.30.gif (175.48 KiB) געזען 969 מאל
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

דורך צולייגער » זונטאג יולי 16, 2017 4:20 am

די וואך האט כ״ק אדמו״ר מבארדיטשוב שליט״א אפגעראכטן בבית מדרשו א קידושא רבה וסעודת הודאה, נאכדעם וואס עס איז אריבער א יאר זינט דער רבי שליט״א האט זיך ארויסגעדרייט פון די שווערע מחלה ל״ע און אלע מרעין בישין וואס דאס האט גורם געווען.

נאך מוסף זענען אריבערגעקומען צום בארדיטשוב'ער ביהמ״ד דער מרא דאתרא הגה״צ שליט״א צוזאמען מיט אלע מתפללי ביהמ״ד בית זאב דוב, וועלכע זענען געקומען לכבודו פונעם בעל השמחה דער בארדיטשוב'ער רבי שליט״א, דער רבי שליט״א האט אפגעגעבן בשער בת רבים א שבח והודאה פארן בוכ״ע, און פארציילט אין קורצן כל התלאה אשר מצאתיו, און אויסגעפירט מיט א בקשה על העתיד. דערביי האט דער רבי שליט״א אויך גערעדט בשבח דעם מרא דאתרא שליט״א און אלע בני הקהילה וואס שטייען גרייט צו הילף איינער פארן צווייטן, און דערמיט העלפן דאס אויפבליה פונעם שיינעם ישוב.

דער רבי שליט״א האט געגעבן דאס ווארט פארן מרא דאתרא שליט״א וועלכער האט ארומגערעדט בשבחו פונעם רבין שליט״א און זיין עבודת התפלה וואס איז נודע לשם ולתהלה, און אנגעוואונטשן ער זאל האבן קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש לאורך ימים ושנים טובים מתוך בריאות השלימות.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

איי, מעמארי'ס...
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: בד"ה: כ"ק אדמו"ר מ'בארדיטשוב-גרינוויל זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

היינט איז די ערשטע יארצייט, זאל ער זיין א גוטע בעטער פאר אונז אלע!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”