מתוקים האט געשריבן:שטייגען האט געשריבן:הארזים האט געשריבן:שב"ק די וואך האט מען במעמד כולם, ובמעמד בני המשפחה, אויפגענימען בנו ההולך בדרכיו הרה"ח רבי נחמי' שליט"א אלס מ"מ פארצולערנען אין צו פארשפרייטן ווייטער דעם אור פון רביה"ק הננמ"ח פארן חבריה אינעם בית מדרש,
פלעגט שוין פארלערנען די לעצטע פאר יאר
אין ער אייביג פארשפרייט די אור,
אין ברסלב איז קיינמאל קיין מ״מ געווען
oh
ווער גייט אויסרופן די עליות יעצט ?
הצלחה און ברכה מיט אסאך סייתא דשמיא פאר ר' נחמי' שליט"א
דערמאנסט דיך מיך די מעשה פון א גור'ע אינגל וואס האט געזעהן זיין טאטן זייער וויינען ביים לוי' פונעם לב שמחה, פרעגט דער אינגל דער טאטע פארוואס וויינסטו? זאגט ער ווייל די רבי איז נפטר געווארן, פרעגט די אינגל, דאס איז עס? עס איז מער נישט דא קיין רבי? זאגט דער טאטע, נעה מען האט אויפגענומען א נייע רבי, ווער איז דער נייער רבי? זאגט דער טאטע אז דער וואס איז ביז יעצט געווען דער ראש ישיבה איז געווארן רבי, פרעגט דער אינגל, אויב אזוי ווער איז געווארן ראש ישיבה? ענטפערט דער טאטע, אז דער וואס איז ביז יעצט געווען דער מגיד שיעור אין ישיבה איז געווארן ראש ישיבה, פרעגט ער ווייטער, סאו ווער איז יעצט געווארן מגיד שיעור? ענטפערט דער טאטע, דערווייל איז נישט דא קיינער וואס האט אים איבערגענומען.
פרעגט דער אינגל מיט א פליאה עצומה, סאו טאטי פארוואס וויינסטו? סך הכל גייט אלעס ווייטער אן, בלויז א מגיד שיעור פעלט אונז............
לענינינו בלייבט יעצט בלויז איבער א חלל ווער עס גייט אויסרופן די עליות.... אוודאי איז דאס נאר א ווערטל אין אזא ביטערע מצב, רבי שמשון איז געווען פשוט פון די צדיקי הדור, אזא דערהויבענע איידעלע איד, וחבל על דאבדין ולא משתכחין.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך