רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ער צדיק אליין האט מבטיח געווען, כפי עדותו של חתנא דבי נשיאה הרה"ג רבי שמואל גראס זצ"ל הי"ד בספרו עלה שמואל: אמר מו"ח הה"צ זצ"ל קודם פטירתו, ששאלו אותו האיך מניח אותנו, והשיב שבאם יבואו לביתו יוושעו כמו עד עתה. אויב אידן וועלן קומען צו מיין שטוב, וועלן זיי געהאלפן ווערן אזוי ווי ביז היינט!
אטעטשמענטס
SK99.jpg
SK99.jpg (75.88 KiB) געזען 12259 מאל
SK88.jpg
SK88.jpg (128.09 KiB) געזען 12259 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

א מופת פון ר' ישיעל'ע געשריבען און עלון נחלת יעקב יהושע ביי די תגובת המערכת
bjk, hgec hvuag.PNG
bjk, hgec hvuag.PNG (197.34 KiB) געזען 12096 מאל
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

An historic newly discovered photo attributed to be R’ Shayele of Kerestir zt”l in his youth was recently discovered and is now being made public for the first time.
https://www.theyeshivaworld.com/news/pr ... youth.html
אטעטשמענטס
615baeed39fc2.jpg
615baeed39fc2.jpg (224.85 KiB) געזען 11942 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

א לוסטיגן תמיד!
דביה תחדי נפשא
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

בן בוזי האט געשריבן:An historic newly discovered photo attributed to be R’ Shayele of Kerestir zt”l in his youth was recently discovered and is now being made public for the first time.
https://www.theyeshivaworld.com/news/pr ... youth.html

דאס איז בנו רבי אברהם זצ"ל
אטעטשמענטס
AKKKK.jpg
AKKKK.jpg (36.87 KiB) געזען 11908 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
ש. שרייבער
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2019 8:21 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ש. שרייבער »

שוין ב''ה אונז בלייבן מיטן אלטן רבי ישעי'לע
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

דער בילד האב איך שוין געזעהן א האלב יאר צוריק וואס איז יעצט?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

דער אויווען וואס מען האט פאריאר אנדעקט ווייסט מען שוין אויכעט מער פון 5 יאר צוריק דערפון, מענטשען רייטן אויפן ציבור
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

dovidal האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:An historic newly discovered photo attributed to be R’ Shayele of Kerestir zt”l in his youth was recently discovered and is now being made public for the first time.
https://www.theyeshivaworld.com/news/pr ... youth.html

דאס איז בנו רבי אברהם זצ"ל

דאס איז נישט ר' אברהם'לע, נאר א זוהן פון דער סנינא רב חתן רבי ישעיה'לע
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

ישלהוסיף האט געשריבן:

סנינא רב האט נישט געהאט קיין קינדער ל"ע
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ווייסט איינער צו רבי ישעלע זי"ע האט אמאל געגעבן זילבערנע ה"א לסגולה
כך שמעתי מפי נכדו
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

מעלבוירן - די לעצטערע וואכן וויילט הגאון רבי שלמה קאהן שליט"א גאב"ד מעלבוירן אין ארץ ישראל. ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דער רב שליט"א געקומען צו פארן צום געבורט פון אן אייניקל, טראץ דעם וואס די טויערן פון לאנד זענען דערווייל הארמאטיש פארשלאסן. אין א דרשה האט דער רב שליט"א אליינס דערציילט אז עס איז געלונגען צו באקומען די ערלויבעניש, נאך לאנגע וואכן וואס די העכסטע פאליטישאנס האבן געטאפט א וואנט, בזכות פון דעם צדיק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, ווען אנשטאט שיקן איינמאל און נאכאמאל די געפאדערטע פאפירן האט דער עסקן פשוט אריינגעשיקט א בילד פון רבי ישעי'לע... און פון דארט און ווייטער איז די זאך געפארן געשמירט, צום שטוינונג פון די הויכראנגיקע ערוויילטע באאמטע.
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

מחותנו של הרה"ק רבי ישעילע זצ"ל רבי מיכאל זירקער זצ"ל
אטעטשמענטס
ZIRKA 56.jpg
ZIRKA 56.jpg (191.27 KiB) געזען 2130 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
חייםושלום

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייםושלום »

נייע איידיע: איר קענט אפדינגען א כתב יד פון ר׳ ישעילע...

לינק צו בראשור

Screen Shot 2022-03-29 at 2.13.26 PM.png
Screen Shot 2022-03-29 at 2.13.26 PM.png (1.73 MiB) געזען 1954 מאל
ואזכה
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 06, 2021 10:47 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואזכה »

איין קאפיטל תהלים איז מער ווערט ווי אלעס און די באשעפער הערט צו פאר פרי ..
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

חייםושלום האט געשריבן:נייע איידיע: איר קענט אפדינגען א כתב יד פון ר׳ ישעילע...

לינק צו בראשור

Screen Shot 2022-03-29 at 2.13.26 PM.png
Screen Shot 2022-03-29 at 2.13.26 PM.png (1.73 MiB) געזען 1795 מאל

ווזאזוי זענען זיי גאראנטירט אז דאס קומט צוריק?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

רבי ישעי'לע מיט דעם הייליגער דברי חיים
רבי ישעי'לע איז נאָך די פטירה פון הייליגן ליסקער רב געפאָרן קיין צאַנז. דער הייליגער דברי חיים פלעגט רופן יעדע נאַכט עטליכע אנשים חשובים זיי זאָלן זיין אָנוועזנד ביי די ביינאַכט סעודה. דעמאָלט ווען רבי ישעי'לע איז דאָרט געווען, זענען געשטאַנען אין קאָרידאָר פילע אנשים מכובדים, צווישן זיי גרויסע רבנים וגאונים, און אַלעס האָט אַרויסגעקוקט זוכה צו זיין צו געלאַדנט ווערן פונעם הייליגן צאַנזער רב צו קענען מיטהאַלטן זיין טיש.
ווי ערשטוינט זענען זיי געוואָרן ווען דער צאַנזער רב האָט ביים אַהיימקומען זיך אָנגערופן: "ישעיה, קום צו די וועטשערע". האָבן די פאַרזאַמלטע רבנים געבעטן רבי ישעי'לען ער זאָל זיי אַרויסברענגען פון די שיריים פון דעם צדיק. ביי די סעודה האָט מען געגעבן צו עסן גריס, וואָס דער צאַנזער רב האָט געגעסן די מאכלים מיט געוואַלדיגע דביקות און מיט הויכע כוונות. דער מאכל איז געווען אויסטערליש הייס אַז מען האָט דאָס אפילו נישט געקענט אַריינלייגן אין מויל, אָבער דער צאַנזער רב האָט געגעסן דערפון כאילו לא היה, ווען זיינע הייליגע אויגן זענען פאַרמאַכט געווען נישט שפּירנדיג בכלל אַז ער עסט. רבי ישעי'לע האָט עס נישט געקענט עסן צוליב די גרויסע היץ און פונדעסטוועגן האָט ער פּרובירט עסן פּאַמעליך.
ווען דער צאַנזער רב האָט געענדיגט זיין טעלער, איז נאָך רבי ישעיל'עס טעלער געווען פול. האָט דער צאַנזער רב געעפנט די אויגן, צוגערוקט צו זיך דעם אָנגעפילטן טעלער פון רבי ישעי'לע, און זיך אָנגערופן: "נו, לאָמיר עסן באַנאַנד"... און וואָס די צדיקים האָבן איבערגעלאָזט האָבן די רבנים וגאונים וואָס האָבן געוואַרט אינדרויסן געכאַפּט שיריים.
**************************
איינמאָל איז רבי ישעי'לע אָנגעקומען קיין צאַנז אין אַן ערב שבת, ער האָט נאָכנישט עספּייעט צו זוכן אַן אכסני', נאָר ער איז ערשט אַריבער נעמען שלום ביים הייליגן צאַנזער רב זי"ע. נאָכן שלום נעמען האָט אים דער צאַנזער רב געפרעגט: ישעיה, דו האָסט עפּעס געלט? האָט ער געענטפערט אַז יאָ. האָט דער צאַנזער רב אים געהייסן: נו, געב עס אַהער. רבי ישעי'לע האָט אַרויסגענומען געלט פון טאַש און עס געגעבן דעם הייליגן דברי חיים. דער צאַנזער רב האָט ווייטער געפרעגט צי ער האָט עפּעס געלט, און רבי ישעיל'ע טראַכט נישט קיין סאַך נאָר ער הייבט אָן זוכן אין די טאַשן און ער נעמט אַרויס אפילו דאָס געלט וואָס ער האָט צוגעגרייט פאַר די אכסני' און פאַר הוצאות הדרך צו קענען צוריק אַהיימפאָרן.
די סומע האָט באַטראָפן בערך זעקס הונדערט רייניש. און די צורה פון הייליגן דברי חיים האָט אויפגעשיינט פון דעם גרויסן סכום.
יענעם שבת האָט דער צאַנזער רב אַרויסגעוויזן אַ ספּעציעלע קירבות צו רבי ישעי'לען, פיל מער ווי צו אַנדערע רבנים און גאונים וואָס זענען געוואָרן דאָרט אויף שבת. איינער אַ גרויסער בנש"ק האָט געהאַט שטאַרק חלישות הדעת פאַרוואָס דער הייליגער רב צייגט דעם בחור מער חביבות ווי אים, האָט דער צאַנזער רב געענטפערט: "דער בחור האָט מיר היינט געגעבן זעקס הונדערט רייניש, און האָט מיט דעם מחיה געווען כמה וכמה יתומים ואלמנות, און עס איז נישט איבערגעבליבן אפילו איין פרוטה".
************************
לאַנג שפּעטער, ווען רבי ישעי'לע האָט שוין געוואוינט אין קערעסטיר און געפּראַוועט רבי'סטעווע, איז ער געווען צו גאַסט אין צאַנז. מען האָט דעמאָלט שטאַרק אָנגערעדט ביים דברי חיים אַז רבי ישעי'לע נעמט קוויטלעך וכדו', דער צאַנזער רב איז געזעסן פאַרקאָכט מיט שטאַרק דביקות אויף זיין בענקל און נאָך עטליכע מינוט האָט ער זיך אונטערגעהויבן און אָנגערופן בלשון קדשו: "טוב עין הוא יבורך, ישעיה וועט בענטשן".. [חסידים האָבן שפּעטער געזאָגט אַז דער צאַנזער רב האָט מכון געווען 'טוב עין הוא יבורך', רבי ישעי'לע זאָל קענען אָנוואונטשן אידן בכל מילי דמיטב].
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

זי זוכט אויף דעם צדיק
ווי באקאנט פלעגן זיך צוזאמענקומען מענטשען פון איבעראהל קיין קערעסטיר צו הרה"ק המפורסם רבי ישעי'לע זי"ע, ווייל ביי דעם צדיק פלעגט יעדער ארויסגיין א געהאלפענער, און דערפאר איז זייער שווער געועהן צוצוקומען צום רבין ווייל מ'האט געדארפט ווארטען דארט טאג און נאכט אויף אריינצוגיין און צוצוקומען צום רבי'ן. אמאהל איז אנגעקומען א פרויא צו פארן פון זייער א ווייטע שטאדט. און זעענדיג אז א גרויסער עולם שטייט נאך פאר איר, און דא איז שוין זייער שפעהט אין די נאכט, האט זי זיך זייער שטארק געבעטן ביים גבאי'ן אז זי וויל כאטש נאר א בליק געבן אויפ'ן רבי'ן, דער גבאי האט דאס איר צוליב געטוהן , און אזוי ווי דער גבאי האט נאר געעפנט די טיר פון רבינ'ס שטוב האט די פרויא א קוויטש געגעבן "אוי דאס איז דאך דער רבי וואס איך זיך ארום"
די מענטשען דארט האבין איר קוים געקענט בארואיגען ווייל זי האט זייער שטארק געוויינט , און אזוי ווי זי איז צו זיך געקומען האט מען איר געפרעגט "וואס האט איר אזא קוויטש געגעבען?!" האט זי אנגעהויבען צו דערציילען איר וואונדערליכע געשיכטע און דער עולם האט זיך צוגעהערט מיט גרויס באגייסטערונג.
צוריק מיט א יאר אנדערטהאלבען איז זי פלוצלינג זייער קראנק געוואראן ל"ע און זי דערזעהט זיך ביים בית דין של מעלה .מען נעמט די וואגשאל, מען לייגט ארויף אלע מצוות און מעשים טובים אויף איין זייט און די חובות מיט די עבירות אויף די אנדערע זייט ליידער האבען די חובות איבערגעוואויגען די מעשים טובים, האט דאס בית דין של מעלה גע'פסק'נט אז זי קען נישט צוריקגיין אויף דעם עולם, זי מוז פארלאזען די וועלט, איידער דאס בית דין האט אפגעשריבען דעם פסק, קומט פלוצלינג אריין א רבי אנגעטוהן אין קליידער אזוי ווי מען גייט דא אויף דער וועלט מיט א ברייטען ביבערהוט און א ווייסע בארד מיט א ליכטיגע צורה, און זאגט "איך בין נישט מסכים צו דעם פסק, ווייל זי האט זעקס קליינע קינדערלעך און זי איז נאך זייער יונג, זי קען נאך טוהן א סאך גוטס אויף דער וועלט און קען נאך תשובה טוהן און אפצאלען די חובות"..דאס בית דין האט צוגעשטימט צו זיין פסק און מען האט איבערג'פסקנ'ט אז זי קען צוריקגיין אויף דער וועלט אזוי ווי דער רבי האט געזאגט.
איך האב מיר גוט איינגעחזר'ט אין מיין זכרון דאס געשטאלט פון דעם צדיק, און אזוי ווי איך בין ב"ה געזונט געוארען האב איך מיר אונטערגענומען אז קודם מוז איך פאלגען דעם פסק, און תשובה טוהן, געבין צדקה אויסרייניגען די שטוב פון נישט כשר'ע און שאלה'דיגע עסענס, קליידונג און ביכער, און פארבעסערען און פארשענערען דעם חינוך פון די קינדער, מיט די צייט איז ב"ה פיל בעסער געווארען ביז איך בין אינגאנצען ב"ה געקומען צו די כוחות.
אזוי ווי געלט האב איך ב"ה, האב איך געפילט א פליכט צו גיין באדאנקען פאר דעם צדיק וואס האט מיר דאס לעבען געראטעוועט, איך האב אבער נישט געוויסט ווי דער רבי געפינט זיך, האב איך מיך ארויסגעלאזט זוכן איבער גאנץ פוילן פון איין רבי'ן צום צווייטען איך האב געטראפען גרויסע רבי'ס אבער דאס אויסזעהן וואס עס ליגט מיר אין זכרון האב איך נאך אלץ נישט געזעהן, ביז מ'האט מיך געראטען אז איך זאל פארען אויף אונגארן ווייל דארט זענעען אויך דא צדיקים און גרויסע רבי'ס.
האב איך געפאלגט און מיך ארויסגעלאזט איבער אונגארן. אויך דא האב איך געטוהן דאס זעלבע געפארן פון שטאדט צו שטאדט און פון רבי צו רבי. ביז איך בין אנגעקומען דא אהער קיין קערעסטיר, און אזוי ווי דער גבאי האט מיר געעפנט די טיר און איך האב דערזעהן דעם רבי'ן האב איך מיך נישט געקענט צוריקהאלטען און א געשריי געגעבען "אוי דאס איז דער רבי וועם איך זיך ארום" פונקט אזוי האט ער אויסגעזעהן מיט'ן זעלבן לבוש און די זעלבע צורה,דאס איז דער רבי וואס האט מיך געראטעוועט און אויסגעבעטן אז איך זאל נאך בלייבען לעבן.מיין וויינען איז געוועהן פאר גרויס שמחה אז איך האב נאך אזוי פיל יארען ארומזוכען ענדליך געטראפען דעם צדיק וואס ביי אים איז מקויים געווארן "צדיק גוזר והקב"ה מקיים", אז דער צדיק גוט ארויס זיין באפעל אפילו פאר'ן בית דין של מעלה און השי"ת טוט זיין ווילען. זי"ע ועכ"י.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

צוקער פאר א רפואה
אן אשכנזי‘שער איד, האט אמאהל ביומא דהילולא פון רבי ישעי‘לע געגעבן תיקון כנהוג, און ער האט דערציילט וואס זיין שייכות איז מיט רבי ישעי‘לע. ווען ער איז געווען א קינד האט ער אראפגעשלונגען אביסל “יואד“ וואס איז זייער שעדליך. ער האט באלד באקומען שרעקליכע שמערצן, אז ער איז געקראכן אויף די גראדע ווענט. מ‘איז געלאפן צו דאקטורים און אפילו קיין וויען צו א פראפעסאר, אבער מ‘האט אים נישט געקענט העלפן. האט מען געראטן פאר די עלטערין צו פאהרן קיין קערעסטיר צו רבי ישעי‘לע, דער גרויסער בעל מופת, וואו מ‘וועט זיכער געהאלפן ווערן. זיי זענען געפאהרן, און דערציילט דעם צדיק זיין צושטאנד. האט רבי ישעי‘לע אים געגעבן צוויי קלעצלעך צוקער. אזוי ווי ער האט אראפגעשלונגען איין קלעצל, איז אים באלד לייכטער געווארן פון די שמערצן, דערנאך האט רבי ישעי‘לע אים געהייסן אויפעסן דאס צווייטע שטיקל צוקער. ער האט אזוי געטוען, און געווארן אינגאנצן געזונט. דער איד האט אויסגעפירט אויף אונגאריש, “עהש מאשקטאו איט וואדיאק“, ד.ה. און יעצט בין אין דא!
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

זייער שיין!
איר נעמט עס פון ערגעץ אדער איר שרייבט עס אליינס?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

Ban Mazel האט געשריבן:רבי ישעי'לע מיט דעם הייליגער דברי חיים
רבי ישעי'לע איז נאָך די פטירה פון הייליגן ליסקער רב געפאָרן קיין צאַנז. דער הייליגער דברי חיים פלעגט רופן יעדע נאַכט עטליכע אנשים חשובים זיי זאָלן זיין אָנוועזנד ביי די ביינאַכט סעודה. דעמאָלט ווען רבי ישעי'לע איז דאָרט געווען, זענען געשטאַנען אין קאָרידאָר פילע אנשים מכובדים, צווישן זיי גרויסע רבנים וגאונים, און אַלעס האָט אַרויסגעקוקט זוכה צו זיין צו געלאַדנט ווערן פונעם הייליגן צאַנזער רב צו קענען מיטהאַלטן זיין טיש.
ווי ערשטוינט זענען זיי געוואָרן ווען דער צאַנזער רב האָט ביים אַהיימקומען זיך אָנגערופן: "ישעיה, קום צו די וועטשערע". האָבן די פאַרזאַמלטע רבנים געבעטן רבי ישעי'לען ער זאָל זיי אַרויסברענגען פון די שיריים פון דעם צדיק. ביי די סעודה האָט מען געגעבן צו עסן גריס, וואָס דער צאַנזער רב האָט געגעסן די מאכלים מיט געוואַלדיגע דביקות און מיט הויכע כוונות. דער מאכל איז געווען אויסטערליש הייס אַז מען האָט דאָס אפילו נישט געקענט אַריינלייגן אין מויל, אָבער דער צאַנזער רב האָט געגעסן דערפון כאילו לא היה, ווען זיינע הייליגע אויגן זענען פאַרמאַכט געווען נישט שפּירנדיג בכלל אַז ער עסט. רבי ישעי'לע האָט עס נישט געקענט עסן צוליב די גרויסע היץ און פונדעסטוועגן האָט ער פּרובירט עסן פּאַמעליך.
ווען דער צאַנזער רב האָט געענדיגט זיין טעלער, איז נאָך רבי ישעיל'עס טעלער געווען פול. האָט דער צאַנזער רב געעפנט די אויגן, צוגערוקט צו זיך דעם אָנגעפילטן טעלער פון רבי ישעי'לע, און זיך אָנגערופן: "נו, לאָמיר עסן באַנאַנד"... און וואָס די צדיקים האָבן איבערגעלאָזט האָבן די רבנים וגאונים וואָס האָבן געוואַרט אינדרויסן געכאַפּט שיריים.
**************************
איינמאָל איז רבי ישעי'לע אָנגעקומען קיין צאַנז אין אַן ערב שבת, ער האָט נאָכנישט עספּייעט צו זוכן אַן אכסני', נאָר ער איז ערשט אַריבער נעמען שלום ביים הייליגן צאַנזער רב זי"ע. נאָכן שלום נעמען האָט אים דער צאַנזער רב געפרעגט: ישעיה, דו האָסט עפּעס געלט? האָט ער געענטפערט אַז יאָ. האָט דער צאַנזער רב אים געהייסן: נו, געב עס אַהער. רבי ישעי'לע האָט אַרויסגענומען געלט פון טאַש און עס געגעבן דעם הייליגן דברי חיים. דער צאַנזער רב האָט ווייטער געפרעגט צי ער האָט עפּעס געלט, און רבי ישעיל'ע טראַכט נישט קיין סאַך נאָר ער הייבט אָן זוכן אין די טאַשן און ער נעמט אַרויס אפילו דאָס געלט וואָס ער האָט צוגעגרייט פאַר די אכסני' און פאַר הוצאות הדרך צו קענען צוריק אַהיימפאָרן.
די סומע האָט באַטראָפן בערך זעקס הונדערט רייניש. און די צורה פון הייליגן דברי חיים האָט אויפגעשיינט פון דעם גרויסן סכום.
יענעם שבת האָט דער צאַנזער רב אַרויסגעוויזן אַ ספּעציעלע קירבות צו רבי ישעי'לען, פיל מער ווי צו אַנדערע רבנים און גאונים וואָס זענען געוואָרן דאָרט אויף שבת. איינער אַ גרויסער בנש"ק האָט געהאַט שטאַרק חלישות הדעת פאַרוואָס דער הייליגער רב צייגט דעם בחור מער חביבות ווי אים, האָט דער צאַנזער רב געענטפערט: "דער בחור האָט מיר היינט געגעבן זעקס הונדערט רייניש, און האָט מיט דעם מחיה געווען כמה וכמה יתומים ואלמנות, און עס איז נישט איבערגעבליבן אפילו איין פרוטה".
************************
לאַנג שפּעטער, ווען רבי ישעי'לע האָט שוין געוואוינט אין קערעסטיר און געפּראַוועט רבי'סטעווע, איז ער געווען צו גאַסט אין צאַנז. מען האָט דעמאָלט שטאַרק אָנגערעדט ביים דברי חיים אַז רבי ישעי'לע נעמט קוויטלעך וכדו', דער צאַנזער רב איז געזעסן פאַרקאָכט מיט שטאַרק דביקות אויף זיין בענקל און נאָך עטליכע מינוט האָט ער זיך אונטערגעהויבן און אָנגערופן בלשון קדשו: "טוב עין הוא יבורך, ישעיה וועט בענטשן".. [חסידים האָבן שפּעטער געזאָגט אַז דער צאַנזער רב האָט מכון געווען 'טוב עין הוא יבורך', רבי ישעי'לע זאָל קענען אָנוואונטשן אידן בכל מילי דמיטב].

פון הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן'ס גליון
הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע , איז אין זיין לעצטן יאָר אויף דער וועלט געפאָרן קיין צאַנז אויפ'ן יאָרצייט פון הייליגן צאַנזער רב זי"ע (כ" ה ניסן), וואו ער האָט געהאַט גרויס כבוד. אידן זענען איהם נאָכגעלאָפן, און זיך כסדר מזכיר געווען פאַר איהם. אינמיטן דעם טומל , האָט עמיצער געטרעטן אויף דעם פוס פון רבי ישעי'לע, עס האָט גערונען בלוט און דער פוס איז געוואָרן פאַרגיפטעט רח"ל. רבי ישעי'לע האָט זיך געשפירט נישט גוט מיט שווערע יסורים ל"ע האָבן די גבאים געוואָלט דינגען אַ "שנעל-צוג", מ'זאָל קענען אָנקומען אַהיים וואָס פריער, כדי צו קומען צו זיך פון דעם שווערן וועג. רבי ישעי'לע האָט אָבער נישט איינגעשטימט דערצו, זאָגנדיג אַז עס איז אַ שאָד אויסצוגעבן אידיש געלט אויף אַ "שנעל -צוג". (כאָטש עס האָבן זיך "געוואַלגערט" ביי הרה"ק רבי ישעי'לען גרויסע געלטער, איז אָבער אַלעס געווען מוקדש פאַר די ריזיגע סומעס וואָס ער האָט געטיילט אויף צדקה, אָבער פאַר זיין פריוואַטן לעבן, האָט רבי ישעי'לע נישט געוואָלט געניסן פון גאַנצן געלט). איז מען טאַקע אַהיים געפאָרן מיט דער נאָרמאַלער באַן, און אויפן וועג האָט הרה"ק רבי ישעי'לע זיך זייערנישט גוט געשפירט. ווען מ'איז סוף כל סוף אָנגעקומען קיין קערעסטיר, האָט מען געוואָלט ברענגען אַ דאָקטאָר צו פאַרלייכטערן זיינע יסורים , אָבער רבי ישעי'לע האָט נישט מסכים געווען, זאָגנדיג אַז אַ דאָקטאָר וועט נישט קענען העלפן, ווייל די גזירה איז שוין נגזר געוואָרן און עס האָט שולט געווען אַן עין הרע ל"ע .ער האָט צוגעגעבן, אַז באמת האָט איהם געשאַדט אַן עין הרע אין צאַנז אויך אַ יאָר פריער, נאָר ווען מ'האָט זיך צוריקגעקערט אַהיים פון צאַנז קיין קערערסטיר, און מ'איז אַדורכגעגאַנגען די גרעניץ צווישן גאַליציע און אונגאַרן,האָבן די גרעניץ-וועכטער אויפגעהאַלטן עטליכע מקורבים און שטוב -מענטשן וועמענס פאספאָרטן" און אַריינפאָר -וויזעס זענען געווען געפעלשט . דער עגמת נפש איבער זייער אַרעסט האָט ממתיק געווען די גזירה אַז ער איז געבליבן לעבן נאָך אַ יאָר אויף דער וועלט .
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פין דער רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

מצלמה האט געשריבן:הרב יוסף חיים גרי״וו שליט״א פארציילט א מעשה נורא:

כידוע האט זיך רבי ישעי-ה׳לע קיינמאל נישט געבייזערט אויף קיינעם. יהי׳ מי שיהיה. ער איז קיינמאל נישט געווארן אין כעס, פון אלץ קינד עד יום פטירתו.

ער איז געווען א מעביר על מידותיו למעלה מהשגותינו.

ווען רבי ישעיה׳לע איז קראנק געווארן - איידער ער איז אוועק פון דעם עולם, האט ער געלאזט רופן דעם גבאי זיינעם און געזאגט אז ער גייט נסתלק ווערן פון דעם עולם, ווייל איינער - א גדול - האט געלייגט אויף אין א עינא בישא, און דאס איז גורם אז ער זאל אוועק פון דעם עולם.

רבי ישעיה׳לע זאגט: איך ווייס ווער דאס איז - אבער איך בין נישט ברוגז אויך אים. איך בין אים מוחל בכל לבבי!

ער האט נישט מגלה געווען ווער יענער גדול איז געווען.

נורא נוראות.

זייער שטארק סאיז מורא'דיג
אויף די מצבה שטייט לא כעס מעולם
לויב
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 2:56 pm

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לויב »

viewtopic.php?p=2707699#p2707699
איינער וויסט מער וועגן זיין ברודער
אפשר כדי צו מאכן א עקסטערע אשכול
אוועטאר
דוד'יע
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 8:38 am

Re: רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד'יע »

לויב האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2707699#p2707699
איינער וויסט מער וועגן זיין ברודער
אפשר כדי צו מאכן א עקסטערע אשכול

טאקע נייגעריג. ער לייגט אין סטעטען איילענד
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”