איטשע האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:איינער האט מיר צוגעשיקט אויף בליץ-פאסט א מקור פון ספר 'מליצי אש' אז ר' מענדל מלינסק אביו של הגה"ק מראפשיץ איז געווען א תלמיד פון רבי'ן ר' אלימלך זצ"ל, אפצולשאגן די טענה פון ר' איטשע אז עס איז נישט דא קיין מקור מוסמך דערצו (זעה בייגעלייגט).
אבער לפע"ד האט יענער א טעות, ווייל ר' איטשע שרייבט אז עס איז נישט דא קיין מקור אז ר' מענדל איז געווען אן אייניקל פון מהר"ם טיקטין, נישט אויפן חלק פון זיין א תלמיד פון רבי', ר' אלימלך וצ"ע.
במח"כ אבער מליצי אש איז נישט קיין מקור מוסמך, דער ספר איז מלא וגדוש מיט טעותים.
איך ווייס נישט פארוואס יענער אנאנימער אימעיל שיקער וויל נישט שרייבען בפנים וועל איך מעתיק זיין וואס דער איד איז מוסיף בהנושא:
אודות מי הי' חותנו של ר' יעקב מלינסק הרבה זמן עבדתי על זה, בקיצור ס'איז דא כמה דעות אלע איז נישט מעגליך זאל שטימען
אין לתולדות הקהלות בפולין שרייבט ער בטעות אז ער איז געווען חתן ר' יצחק היילפרין, בו בזמן שבן בנו הי' חתנו, ואין צריך להשיב עליה שאי אפשר להיות לפי השנים בכלל
בראש ספר שפתי צדיקים יש מגלת יוחסין, שם כותב שהי' חתן בתו של ר' נתן דאברימילער, והיא טעות שאי אפשר להיות בכלל לפי השנים, ויש תשובות בשארית נתן ביניהם והי' אפילו מבוגר ממנו בכמה שנים
סוף דבר, בספר משפחות עתיקות בישראל, כתב שהי' חתן ר' יוקל, אם אמת איני יודע אבל היא היחידה שמעיק סענס... לפי השנים ולפי המחותנ'שאפט
על כל פנים מקור יש לזה, ר' איטשע צועק שאין לזה שום מקור ובודאי לא מוסמך, מקור כבר יש
ואם יטען שמשפחות עתיקות גם כן מלא טעויות סאו בי איט