רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע: עיה"ק ירושלם תובב"א

Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

dovidal האט געשריבן:
איז דאס רבי מענדעלע לינסקער ? ליסקא ?
זעהט די הסכמה
ליסקא איז די עכטע נאמען פון שטאט.
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9581
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

שטאפיק האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:
איז דאס רבי מענדעלע לינסקער ? ליסקא ?
זעהט די הסכמה
ליסקא איז די עכטע נאמען פון שטאט.
ווייס איך
אבער פארוואס שרייבן זיי קיינמאל ניט לינסק ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

עותק הגה"ק רבי מנחם מענדל ראבין אב"ד לינסק אבי הרה"ק רבי נפתלי צבי מרופשיץ.


https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/app ... 9F?lang=he


12.jpg
12.jpg (159.8 KiB) געזען 484 מאל
13.jpg
13.jpg (340.9 KiB) געזען 484 מאל
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

אם מותר לשאול על דבר גדול מאן יימר, כי איני רואה שם חוץ שאנשים החיים אתנו מאשרים מאיזה סיבה, מה ההוכחה שמדובר בלינסק ?
הרי רובין והורביץ יש הרבה מאד בכל עיירות, ואף שיכול להיות שכן, הרי יכול להיות שלא, יש איזה הוכחה לכך.
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

וודאי שמותר לשאול, מען קין אלעס אויסשמועסן רוהיגערהייט.

קודם קוקט מען וואס עס שטייט אינעם ספר שלפנינו "שייך להגאון מהר"ם ראבין" און בלועזית Marcus Rabin, Mandel Horowitz.

דהיינו א גאון וואס זיין ערשטע נאמען הייבט זיך אן מיטן אות מ וואס האט געהייסן ראבין (נישט רובין) און אויך מענדל הארוויץ.

דערנאך קוקט מען ווען די כתבים הנ"ל זענען געשריבן געווארן. פון די צורת הכתב והדיו קוקט עס אויס צו זיין פון די ערשטע האלב משנות התק.

יעצט שטעלט מען צאם די פאקטן אז א גאון מענדל ראבין/הארוויץ פון יענע יארן מיינט רבי מענדעלע לינסקער.

דערנאך פרעגט מען אן ביי די מומחים הידועים פון די גזע דהיינו הרבנים האחים הארוויץ מו"ל הספר הנפלא זרעא קדישא-לינסק וואס האבן שוקל געווען די זאך און צוגעקומען צו די זעלבע מסקנה. אויך איז די ספר געווען למראה עיני המבין הרב שמעריל ציטראנענבוים.

גראדע איז דער ספר שפעטער געווען פאר לאנגע יארן אין א געוויסע גאליציאנע אוסף.

צו מען קען על סמך דעם מתיר זיין א עגונה לשוק? געוויס נישט, אבער דאס איז די נענסטע צום אמת וואס מען קען מברר זיין, ספעציעל ווען עס איז היינט כמעט גארנישט פארבליבן פון רבי מענדעלע לינסקער.
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

יישר כח פארן שיינעם ענטפער, אבל עדיין לא נושענו
פארוואס עפעס איז ער דער איינציגסטער גאון בשם מ' אין תקופת הת"ק
מ'קען זאג אז ס'איז אפשר ער, אבער ס'איז נישטא קיין שום הוכחה מדבריך, ס'ווערט עפעס אראפגעשטעלט ווי א פאקט בלי שום ספק, עס האט נישט קיין ראי'.
ווער זאגט בכלל אז מארקוס רובין און מאנדל הורביץ איז איינס? חוץ מזה איז ידוע אז די רבנים האבן געהייסן בשם ראבין, זייער גאנגבאר, מסתמא ווייסטו
נאכן קוקן גרונטליכער יעצט, זעט מיר אויס, אז עס שטייט דארט, מארקוס רובין, ... נאך איינער רובין.. אין לעמבערג, דערנאך מאנדעל האראוויטץ, אונטן שטייט 'ברין' זעהט אויס.
אויב שטייט טאקע אזוי, איז עס אפשר איינע פון די לעמבערגע ת"ח
הרב @הסרפד קענסט העלפן אויסליינען ?
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

נאכאמאל עס שטייט נישט ראבין אדער ראבינער הורוויץ. עס שטייט קלאר אז דער גאון'ס משפחה נאמען איז געוואן ראבין. נא אדרבה געב א שיס אפאר נעמען פון גאנים ממחצית הראשון של שנות הת"ק וואס זייער משפחה נאמען איז ראבין, זייער ערשטע נאמען הייבט זיך אן מיט מ, און זיי הייסן אויך הארוויץ.
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

יש מבין האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:48 pm
נאכאמאל עס שטייט נישט ראבין אדער ראבינער הורוויץ. עס שטייט קלאר אז דער גאון'ס משפחה נאמען איז געוואן ראבין. נא אדרבה געב א שיס אפאר נעמען פון גאנים ממחצית הראשון של שנות הת"ק וואס זייער משפחה נאמען איז ראבין, זייער ערשטע נאמען הייבט זיך אן מיט מ, און זיי הייסן אויך הארוויץ.
האסט זעט אויס נישט פארשטאנען אדער געליינט וואס איך שרייב, ווייל איך באריר די אלע זאכן.
משפחה נאמען רובין איז געווען גאר א גאנגבארע נאמען פאר רבנים, געווען היבש אסאך.

עס שטייט נישט אז ער הייסט אויך הורביץ, דאס איז דיין חידוש.

עס שטייט אויך נישט אגב אז דער גאון'ס נאמען הייבט זיך אן מיט א מ"ם, עס קען זיין ער האט געהייסן מהר"ם, אבער דאס איז שוין נישט אזוי מסתבר.

נאך אלע מעשיות זע איך נאך אלץ נישט די ברירות אפילו לשיטתך איז עס נישט מער ווי א ספק א גוטע השערה, אדער מער, אבער בכלל נישט קיין דבר פשוט.
גערעכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:38 pm

Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכט »

ער שרייבט דאך קלאר אז ס'איז אייגענע השערות ווייל ווער דען קען עס זיין
קודם איז ווי די זאגסט אסאך צדיקים האט מען גערופן ראבין אלס ראבינער אין די אלטע היים אין שטיפענעשט האט מען די צדיק רבי אברהם מתתיהו גערופען " מארלה ראבין " צדיקים וואס האבן געהייסן מ ראבין איז רבי מאיר ראבין פון גלאגוב, רבי מענדעלע רובין פון גלאגוב ( רובין און ראבין איז דאך ממש איינס אזוי ווי איינער שרייבט הגר אדער האגער משפחה נאמען רובין זענען דא חתימות פון זיי עטליכע שרייבן רבין, אדער ראבין, אדער רָבין, און עס זענען דא אייניקלעך (פון די גלאגובער משפחה) וואס האלטן דאס פאר א מסורה און שרייבן נאך היינט אזוי.

אפשר איז עס איינער משפחה מיט רבי שמואל אהרן ראבין תלמיד פון צאנזער רב וואס ער אליין האט געהאט א זון רבי מנחם מענדל ראבין אדער גאר א ערליכע שוסטער מיסטער ראבין פון די אלטע היים....

בקיצור אזוי צו אזוי איז עס נישט ברור, דאס אז ס'איז געווען למראה עיני רבי שמערל זאגט דאך גארנישט.. לאמיר הערן וואס ער האט געזאגט... אז די ווילסט וויסן מער מאך א טעלעפאן קאל צו איינער פון די הורוויץ וואס זיי שרייבן הער פון אים און זיי פושט די ספק ספיקא ביז דערווייל איז עס א תיקו
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

קען אויך זיין א קרוב פון ר' מענדלע לינסקער, איינער פון די משפחת רובין פון לינסק, וואס האבן געהייסן רובין און געווען א רבני'שע משפחה.
גערעכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:38 pm

Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכט »

loyodea האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:07 am
קען אויך זיין א קרוב פון ר' מענדלע לינסקער, איינער פון די משפחת רובין פון לינסק, וואס האבן געהייסן רובין און געווען א רבני'שע משפחה.
אלעס קען זיין, אבער אויף א זיכערע זאך צו זאגן אז סאיז פון אים איז ווייט פון זיכער
ווערים
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2023 4:42 pm

Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערים »

מיללער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 29, 2010 8:07 am
אויסער דעם ראפשיצער רב זצ"ל, האט ר' מנחם מענדל מלינסק געהאט נאך א זוהן ר' יעקב יוקל מבאלחוב, וועלכער איז שוין דערמאנט געווארן אין אנדערע אשכולות (בעיקר אינעם גארליצער אשכול).

ר' יוקל מבאלחוב האט געהאט א זון וועלכער האט אים ממלא מקום געווען אין באלחוב, ר' מנחם מענדל הורוויץ בעמח"ס שושנת יעקב על חו"מ, זיין זוהן ר' לוי יצחק הורוויץ איז געווען שפעטער דער רב אין באלחוב, דא האט אן אייניקל ארויפגעשטעלט בילדער פון די דריי מציבות הרבנים ממשפחת הורוויץ מבאלחוב.

ווי דערמאנט איז ר' שמואל ט"ב אב"ד גארליץ ב"ר אלעזר ניסן בן מרן היש"מ, געווען אן איידעם ביי ר' מנחם מענדל מבאלחוב הנ"ל.

איך בין דא מעתיק א תגובה פונעם ארטיגען אשכול וועלכע באהאנדלט דעם איידעם פון ר' לוי יצחק מבאלחוב
די גארליצע אשכול לעבט נאך? (ארבעט נישט ביי מיר)
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

ווערים האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 1:25 pm


די גארליצע אשכול לעבט נאך? (ארבעט נישט ביי מיר)
עס עקזיסטירט נאך, דער לינק איז אפילו ריכטיג, משום מה ארבייט עס נישט. אפשר אויף דעם פארמאט:
מיללער האט געשריבן: מאנטאג מארטש 01, 2010 9:09 am
מיללער האט געשריבן:
ר' שמואל איז געבוירן צו זיין פאטער ר' אלעזר ניסן ט"ב אב"ד דרוהביטש בן מרן הישמח משה מאוהעל און צו זיין מוטער בתה של הרה"ק ר' אהרן מחודרוב, כשהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביי הרה"ק ר' מנחם מענדל הורוויץ מסקאהל ובאלחוב בעמח"ס שושנת יעקב על חושן משפט, ב"ר ישראל יעקב יוקל מבאלחוב.
מען האט דא דערמאנט ר' מנחם מענדל הורוויץ מבאלחוב, וועל איך דא צושטעלן איבער אים וואס איז געמאלדון געווארן אויף די שפאלטענעס פון 'זשאיש זשען' רבנישע אפטיילונג, און אפשר אז עס וועט עפעס ווערן קענען די גבאים מאכען א באזונדערע אשכול איבער די איש-הורוויץ משפחת הלווים.

אויפן פלאץ פון ר' מנחם מענדל מבאלחוב איז אויפגענומען געווארן זיין זוהן ר' לוי יצחק הלוי איש-הורוויץ אלס אב"ד באלחוב, דער ר' לוי יצחק האט געהאט אן איידעם ר' גור-ארי' הכהן הורנשטיין וועלכער איז ווייזט אויס געווען א באיאנער חסיד און ליגט אין וויען סמוך ונראה צו רבו מבאיאן זצ"ל (ווי אויפגעקריצט אויף זיין מציבה, זעה בילד).

היצט, דער נאמען 'גור ארי' און 'הארנשטיין' געפונען זיך ביידע אין חב"ד (ווי ערווענט האט דער מהריי"צ געהאט אן איידען ר' מנחם מענדל הארנשטיין וועכלער איז געווען א חבד'סקער אייניקל) איז די שאלה צו דער איז אויך פון די ליובאוויטשער משפחה, און ווי ער קומט קיין באיאן?
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

הסרפד האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 3:49 pm

עס עקזיסטירט נאך, דער לינק איז אפילו ריכטיג, משום מה ארבייט עס נישט. אפשר אויף דעם פארמאט:
עס מאכט נישט אסאך אויס, אבער דער לינק איז נישט ריכטיג [שטייט index במקום viewtopic]
וכצ"ל viewtopic.php?p=328206#p328206
ווערים
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2023 4:42 pm

Re: רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערים »

יישכ”ח

מ'האט געמעקט דעם אנדערן אשכול ממילא ברענג איך עס אהער,

(אהל נפתלי סימן רכז)
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 71&hilite=

ער שרייבט אז ר’ יוקל איז געווען פארכאפט אין די שטאט בארדיטשוב ביי תלמידי הרמ”ד שר”י און חברת ברלין והיה לאביו צער על זה ובשביל זה נסע לר’ מיכלי זלאטשיווער ונעשה חסיד
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”