אונגארישע הייזער האט געשריבן:איך גיי מיך מיט ענק נישט טענה'ען מער איבער דעם ענין בל"נ, די גירסא פונעם וויזניצער רבי'ן זצ"ל קוקט אויס קראנט.
אבער איינער פון ענק קען די מעשה מיט ר' יוסף צבי דושינסקיא זצ"ל אלס חוסטער רב ווען ער האט געארבעט פאר די אגודה, וואס עס איז אריבער צווישן איהם מיטן מונקאטשער רב זצ"ל? אויב יא שטימט אלעס זייער פיין, די אלע מעשיות זענען קיין שום סתירה לפי דרכו.
בכלל נישט קיין דמיון.
א. מען רעדט נישט דא פון קיין שארפע מימרות וכו', מען רעדן פון געבען די האנט ווייל איינער האט תומך געווען אין די אגודה.
ב. מען רעדט דא צו מנחת אלעזר האט זיך נישט געוואלט טרעפען מיט דעם אהבת ישראל ווייל זיין תמיכה באגודת ישראל [ביז די סיפור המופת], וואס ווי אויף געוויזען האט ער זיך יא געטראפען מיט איהם מקודם, און בכלל האט ער זיך געטראפען מיט אסאך תומכים פון אגודת ישראל בכל השנים.
ג. די מחלוקה מיט מהרי"צ האט נישט געהאט צו טוען וועגען אגודה בכללות, אלא אגודה באונגארין ובק.פ.ר. ויחי ההבדל. והשנית והוא העיקר די מלחמה וועגען די ק.פ.ר. ארטאדאקסישע קאנצעליי.
ד. בענין האגודה בק.פ.ר. ראה מכתב האהבת ישראל הנדפס בתיקון עולם סימן עה.
ויחי ההבדלים!
אבל אם אתה רוצה להתעקש תמשיך להתעקש.