בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7414
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

ליל שישי, אין די שפעטעריגע נאכט שעות, איז נסתלק געווארן די משפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל, שריד לדור ישן, 95 יאהר אלט.
רבי דוד מאיר זצ"ל איז געווען באקאנט אלס בעל תפילת שחרית ימים נוראים אין בעלזא, ער האט איבערגענומען די גרויסע תפקיד פון הרה"ח ר' אברהם לייב בארגויפן ז"ל וואס איז נאך געווען א בעל תפילה ביי כ"ק מרן מהר"א מבעלזא זי"ע, און ביי די יאהרו תשל"ו מיט תשל"ז האט ער איהם איבערגענומען און געדאוונט אנשטאט איהם די תפילות פון יום הקדוש, און פון תשל"ח אויף די תפילות פון ראש השנה.
זיינע תפילות זענען געווען געווייקט מיט טרטען, און האט מעורר געווען ווער עס האט איהם נאר געהערט, זיין טיפן קרעכץ און זיין הארציגן געבעט האבן באגלייט טויזנטע יודן במשך קרוב צו פערציג יאהר וואס ער איז געשטאנען פארן עמוד, ביי די הויכע זמנים.

געועען א שריד לדור ישן, איבערגעגבן מעשיות אויף אלע צדיקי הדור וואס ער איז געווען א מקור נאמן דערצו, כמעין המתגבר האט ער פארציילט מעשיות פון צדיקי בית בעלזא, זידיטשויב, ויז'ניץ, סאטמאר, ספינקא און נאך אסאך, ער פלעגט זיצן יאהרן לאנג יעדע ליל שיש אין א בית המדרש נעבן זיין שטוב אויף רחוב צפניה אין פארציילט הערליכע מעשיות און משפיע געווען תורה וחסידות.
זיין אייניקל הרה"ח ר' יהושע העשיל קאטינא שליט"א האט געדריקט עטליכע ספרים מיט זיינע סיורי קודש, איינס פון דעם איז די ספר "מדור לדור" סיפורים אויף צדיקי בית בעלזא. בילד

געווען שטארק מקורב צי עטליכע גדולי ישראל, ביניהם הגה"צ רבי יהודה'לע זצ"ל וואס האט געוואוינט בשכנות מיט איהם.
די לעצטע יאהר האט ער געוואוינט ביי זיין איידעם הרה"ג ר' יהודה צבי כהנא מחשובי חסידי ויז'ניץ און רב ביהמ"ד 'זכרון יהודה' אין שטאט בית שמש.
די לוויה וועט ארויסגיין היינט מיטאג פון ביהמ"ד זכרון יהודה און דערנאך פון בית המדרש הגדול דחסידי בעלזא בעיה"ק ירושלים, גארט ווי ער האט זיך אויסגעוויינט צענדליגע יאהרן, און וועט נטמן ווערן אחר חצות היום בפניא דמעלי שבתא אין הר המנוחות.
בילד
צעהן יאהר צוריק - הגה"צ ר' דוד מאיר רעדט ביי א סעודת הילולא פון זיין טאטע זצ"ל.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7414
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

צוויי וואכען צוריק איז ער נאך געווען ביי די ציון פון זיין טאטן הגה"צ ר' אברהם צבי ווייס זצ"ל גאב"ד נווה אחיעזר, וואס ליגט אין בית החיים סגולה אין פתח תקוה.
אזוי אויך האט ער נאך צוויי וואכן צוריק זיך משתתף געווען ביי א חתונה פון א איר אייניקל און פארן חתונה געווען אין כותל המערבי שריד בית מקדשינו.
אטעטשמענטס
הגה''צ ר' דוד מאיר.png
הגה''צ ר' דוד מאיר.png (451.71 KiB) געזען 2038 מאל
הגה''צ ר' דוד מאיר ווייס.png
הגה''צ ר' דוד מאיר ווייס.png (354.77 KiB) געזען 2038 מאל
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

Re: בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

קיינער שרייבט נישט דעם פאקט אז ער איז געווען מיט'ן גאנצ'ן רמ"ח ושס"ה א תלמיד מובהק פאר מרן מהרי"ץ דושיסנקיא זצוק"ל.
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7414
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

מענטשאלע האט געשריבן:קיינער שרייבט נישט דעם פאקט אז ער איז געווען מיט'ן גאנצ'ן רמ"ח ושס"ה א תלמיד מובהק פאר מרן מהרי"ץ דושיסנקיא זצוק"ל.

ריכטיג, געלערנט אין זיין ישיבה, און פלעגט אסאך פארציילן דערויף.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7414
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אין בין געווען עטליכע חדשים צוריק ביי די חתונה פון זיין יונגסטע אייניקל, די יונגסטע טאכטער ביי זיין זוהן.
לכבוד דעם איז ער בעבליבן לענגער אויף די חתונה.
ס'דא מענטשן וואס ביי די יונגסטע קינד טאנץ מען מיט א בעזעם, דארט האט איינער פון די משפחה צוגעגרייט כביכול'דיגע בעזעמעס - שטעקענעס מיט בילדער פון זיינע זיידעס, זיינע רעבי'ס און די קברים פון זיינע עלטערן, אזוי אויך פון די לאגער.
עס איס זייער מרגש געווען צו זעהן ווי די יוד קוקט זיך אוהם אויף זיינע איר איר אייניקלעך טאנצן פאר דעם מיטן נצחון אויף אלע רשעים, און ער האט ממשיך געווען אזא שיינע דור, הונדערטע אייניקלך און איר איינקלעך אוין אויך א פופטע דור, כולם אהובים כולם ברורים חסידיש און פארצייטיש. דור ישירים יבורך.

זיינע קינדער זענען:
הרה"ח ר' שמואל שליט"א פון ירושלים חתן הרה"ח ר' יצחק מענצער ע"ה.
הרה"ח ר' מנחם מענדל שליט"א פון ירושלים, חתן הגה"ח ר' יעקב אליעזר ווייס זצ"ל
הרה"ג ר' אשר זאב שליט"א פון בני ברק, ראש ישיבת בעלזא לצעירים 'בית מרדכי' אין אשדוד, חתן דומץ ויז'ניץ הגה"צ ר' זושא לוריא זצ"ל [גיסו של הגה"צ ר' דוד מאיר זצ"ל]
הרה"ג ר' ישעיה שליט"א, ר"מ אין ישיבת בעלזא 'אוהל יהושע' אין חיפה, חתן הרה"ח ר' בערל ראזנפעלד שליט"א פון בני ברק.
זיינע איידעמער:
הרה"ג ר' יחזקאל שרגא קטינא שליט"א פון ירושלים, זון פון הרה"ק ר' יעקב קטינא ע"ה א אייניקל פון הגה"צ בעמח"ס רחמי האב.
הרה"ג ר' יהודה צבי כהנא שליט"א, רב ביהמ"ד זכרון יהודה דחסידי ויז'ניץ בעיר בית שמש, זון פון הרה"ח ר' יעקב כהנא ע"ה פון בני ברק.
הרה"צ ר' יצחק שלום שיינפעלד שליט"א פון ירושלים, זון פון הגה"צ ר' יהוסף חיים שיינפעלד שליט"א רב קרית הרצוג אין בני ברק.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

ס'כאפט א ציטער ווען מען דערמאנט זיך פון זיין לב נשבר ביים עמוד. ערש"ק מברכין זמני תשובה ממשמשים ובאים.
ירוושלמי22
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

Re: בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוושלמי22 »

ברוך דין האמת
געווען א ספינקער אייניקל
ריכטיג?
זיין צורה האט זייער גהענדלט צו ר' הערשעלע מספינקע זצוק"ל

ער האט געהאט עפעס א בענקל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע
לעמטענס איז געווען א פרסום דערפון
אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

Re: בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואנאוויטשער »

ירוושלמי22 האט געשריבן:ברוך דין האמת
געווען א ספינקער אייניקל
ריכטיג?
זיין צורה האט זייער גהענדלט צו ר' הערשעלע מספינקע זצוק"ל

ניין
ער איז געווען א איינקל פון דער בענעדקוויצער רב, דער ברודער פון הייליגן אמרי יוסף פון ספינקא.
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א

ס'דארמאנטצעך זיין טיפע קוועטש הייליגע טעג ביים עמוד: יח...ל ישרא....ל אל ה'.
אזוי האך דארמאנטמען זעך די בכיות ביי יעלה ויבוא.
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
חבצלת השרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

Re: בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבצלת השרון »

וואנאוויטשער האט געשריבן:ס'דארמאנטצעך זיין טיפע קוועטש הייליגע טעג ביים עמוד: יח...ל ישרא....ל אל ה'.
אזוי האך דארמאנטמען זעך די בכיות ביי יעלה ויבוא.

גייט נישט ארויס פון מיין אויערן, יעדעס מאהל איך זאג דע ווערטער...
אם אבן הוא נימוח...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אויב געדענק איך גוט, איינע פון די יארן נאכן דאווענען, איז די רב זז"ג צוגעגאנגען צו איהם און איהם געבעטן אז ער וויל זיך טוישן מיט איהם מחזור, זייט דעמאלטס האט ער געהאט דעם רב'ס מחזור און געדאוונט אין דעם
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

"נאאאאאא כל מידה נכונה..."
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

איז דא ערגעץ א רעקארדינג פון זיינע תפילות? אדער פון זיינע שמועסן?
---
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7414
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

וואנאוויטשער האט געשריבן:
ירוושלמי22 האט געשריבן:ברוך דין האמת
געווען א ספינקער אייניקל
ריכטיג?
זיין צורה האט זייער גהענדלט צו ר' הערשעלע מספינקע זצוק"ל

ניין
ער איז געווען א איינקל פון דער בענעדקוויצער רב, דער ברודער פון הייליגן אמרי יוסף פון ספינקא.

די עשטע מאהל וואס ער איז געווען ביים בעלזע רב זכרונו לברכה איז געווען זומער תש"ה, ער איז געשטאנען פון אונטער די בענקל, און ער איז געווען שטארק צובראכן [ער האט נאכנישט געוויסט אז זיין טאטע האט איבערגעלעבט], און אינמיטן האט איהם די רב זכרונו לברכה גפרעגט עפעס אויף זיין זיידן הגה"צ רבי אהרן ווייס זצ"ל אב"ד בענעדקוויץ.
ר' דוד מאיר פלעגט זאגן אז ער האט דעמאלס געשפירט ווי די רב לייגט אריין אין איהם א חיות, דעמאלס האט ער מחליט געווען צו ווערן א בעלזער חסיד.

אגב, ר' דוד מאיר פלעג זאגן אר ער האט אמאל גהערט די בעלזע רב זכרונו לברכה ביים טיש זאגן שטילערהייט פאר זיך, - ווער עס איז מיר מקנא, בין איך איהם נישט מקנא - ע"כ לשון קדשו.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7414
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
מענטשאלע האט געשריבן:קיינער שרייבט נישט דעם פאקט אז ער איז געווען מיט'ן גאנצ'ן רמ"ח ושס"ה א תלמיד מובהק פאר מרן מהרי"ץ דושיסנקיא זצוק"ל.

ריכטיג, געלערנט אין זיין ישיבה, און פלעגט אסאך פארציילן דערויף.

געווען שטארק דבוק און איהם, פלעגט איהם רופן די רבי זכרונו לברכה, לעומת די בעלזער רב פלעגט ער זאגן די רב זכרונו לברכה.
ער איז געווען פון די איינציגסטע וואס האבן געהאט רשות צו פארן אויף שבתים קיין תל אביב צום בעלזער רב, די אנדער תלמידים פלעגן אסאך מאהל פארן אן רשות [ווייל נישט אייביג האבן זי באקומען] אהער ער לפעגט יעדן מאהל גיין בעטן רשות צו פארן און ער האט אויך באקומען, אמאל האט ער מסביר געווען אז ער האט שנעלער באקומען רשות ווייל ער איז געווען פון דערהיים פון חסידישע משפחה ממילא האט ער געדארפט פארן מער צו א רבי, לעומת די אנדערע בחורים וואס זענען געקומען פון אונגערישע משפחות.
עטליכע מאל האט מהרי"ץ דושינסקי זצ"ל מיט געשיקט מיט איהם א גריס צום בעלזע רב, און אמאהל האט די בעלזע רב איהם געזוכט שבת און געפרעגט די משמש ווי איז די בחור וואס האט געברענגט א גריס פונעם חוסט'ע רב [אזוי פלעגט איהם די בעלזע רב רופן].
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7414
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

געווארן א משגיח אין בעלזע ישיבה גדולה זומער תשכ"ו, און ממשיך געווען צו דינען אלס משגיח צענדליגע יאהרן, וואס ער האט משפיע געווען תורה וחסידות פאר די בחורי החמד.
אטעטשמענטס
הגהח רבי דוד מאיר ווייס זצל עם להבלחטא מרן שליטא 1.jpg
הגהח רבי דוד מאיר ווייס זצל עם להבלחטא מרן שליטא 1.jpg (136.88 KiB) געזען 1487 מאל
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7414
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

ירוושלמי22 האט געשריבן:ער האט געהאט עפעס א בענקל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע
לעמטענס איז געווען א פרסום דערפון

בילד
בילד
בילד
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7414
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

און בכלל איז ר' דוד מאיר געווען שטארק קשור צום סאטמאר רב זצ"ל, אין געווען פון די איינציגסטע ואוס האבן געוויסט צו פארציילן פון די תש"ו יאהרן ווען די סאטמאר רב האט געוואוינט און מאה שערים און גאס ראש פינה, געווען שטארק מקורב צו איהם, און סאטמאר רב האט איהם אויך פארהערט אויף זיינע לימודים הדק היטיב.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

Re: בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:און בכלל איז ר' דוד מאיר געווען שטארק קשור צום סאטמאר רב זצ"ל, אין געווען פון די איינציגסטע ואוס האבן געוויסט צו פארציילן פון די תש"ו יאהרן ווען די סאטמאר רב האט געוואוינט און מאה שערים און גאס ראש פינה, געווען שטארק מקורב צו איהם, און סאטמאר רב האט איהם אויך פארהערט אויף זיינע לימודים הדק היטיב.

ר' דוד מאיר ע"ה קשר מיט סאטמער רב זצ"ל
האט זיך אנגעהויבען נאך אין שטאט סאטמער
ווי ר' דוד מאיר האט גערלערנט ביים סאטמער רב זצ"ל א פאר זמנים
ר' דוד מאיר איז דאך געווען א אייניקעל
פין דער סאטמערע דיין
הגה"צ ר' ישעי קליינמאן זצ"ל
אין דער סאטמערע דיין איז געווען א אייניקעל פין דער ברידער פין ר' ישעלע מקערנסטיר זצ"ל
אטעטשמענטס
IMG_4885.JPG
IMG_4885.JPG (28.48 KiB) געזען 1482 מאל
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7414
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

יערסלוב האט געשריבן:

ר' דוד מאיר ע"ה האט פארציילט אז פאר די חתונה פון האדמו"ר ר' הערשל'י מקרעטשניף זצ"ל זענען ביידע צוזאמען ארויף צום סאטמאר רב און גערופן צום חתונה.
סאטאמר רב בשברון לבבו האט געזאגט, וואס ווילט עטץ פון מיר, און בין גארנישט וכו' וכו'.
האט ר' הערשלי קעטשניפער געזאגט אונז גדענקען נאך אז די רבי איז געווען איינע פון די גרעסטע רעביס פארן מלחמה, און די סאטמערע רב האט איבערגעפרעגט, אזוי? דו גדענקסט נאך...?
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

Re: בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

ר' הערשעלע מקרעטשניף זצ"ל
האט פארציילט אז ער איז געווען אין דער לאגער צוזאמען מיט ר' דוד מאיר ע" ה
דער ברכת התורה ווי אזוי ר' דוד מאיר האט געזאגעט יעדען צופרי אין דער לאגער ביי דער מלחמה
איז געווען אזוי שטארק ווי אונז דאווענען יום הקדוש ביינאכט
אין דע מעמד פין ברכת התורה באגליט מיך דער גאנצע לעבען
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7414
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

ערב יום כיפור ביים סעודה המפסקת איז ר' דוד מאיר ע"ה געזעצן און געוויינט בדמעות שליש, מ'האט איהם געפרעגט וואס איז די טרערן?
האט ער גענטפערט אז עס גייט נישט ארויס פון זיין קאפ ווי די רבי זכרונו לברכה [הרב דושינסקי זצ"ל] איז גזעצן אין געוויינט ביי די סעודה, ער האט פארציילט אז ביז הושענא רבא איז זיין אויגן מיטן נאז געווען רויט פון די וויינעריי וואס ער האט געוויינט ביי די תפילות!
אזוי אויך פלעגט ער פארציילן אויפן תיקון חצות ווי די ערד איז נאס געווארן פון די טייכן טרערן פשוטו כמשמעו!
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
מר דרור
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 08, 2018 6:59 am

Re: בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר דרור »

בילד
מנ"א תשע"ט - שמחת הפארשפיל לבן אדמו"ר מנדבורנה ירושלים שליט"א
א פייערדיגע טאנץ מיט יבלחט"א כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
ווי הרה"צ זצ"ל האט קובע געווען מקום תפילתו די פאר לעצטע יאר,
און האט מאציל געווען א הוד קדומים אויף די מתפללים און מסתופפי חצר הקודש וואס האבן געהאט די זכיה נהנה צו זיין פון אזא יוד און זיך מקשר צו זיין דורך איהם צו אפאר דורות צוריק.
זיין התבטלות און התקשרות צום פלאץ און צום רבי'ן איז א עקסטערע פרשה פאר זיך הצריכה לימוד.
הרה"צ זצ"ל אוז אויך געווען א ידיד קרוב צום רבי'ן ה'באר יעקב' זצוק"ל משנות לימודם ביים כ"ק מהרי"צ דושינסקיא זצוק"ל
לעצט פארראכטן דורך מר דרור אום דינסטאג יוני 23, 2020 12:05 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: בד"ה המשפיע הגה"צ רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל מזקני חשובי חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
יערסלוב האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:און בכלל איז ר' דוד מאיר געווען שטארק קשור צום סאטמאר רב זצ"ל, אין געווען פון די איינציגסטע ואוס האבן געוויסט צו פארציילן פון די תש"ו יאהרן ווען די סאטמאר רב האט געוואוינט און מאה שערים און גאס ראש פינה, געווען שטארק מקורב צו איהם, און סאטמאר רב האט איהם אויך פארהערט אויף זיינע לימודים הדק היטיב.

ר' דוד מאיר ע"ה קשר מיט סאטמער רב זצ"ל
האט זיך אנגעהויבען נאך אין שטאט סאטמער
ווי ר' דוד מאיר האט גערלערנט ביים סאטמער רב זצ"ל א פאר זמנים
ר' דוד מאיר איז דאך געווען א אייניקעל
פין דער סאטמערע דיין
הגה"צ ר' ישעי קליינמאן זצ"ל
אין דער סאטמערע דיין איז געווען א אייניקעל פין דער ברידער פין ר' ישעלע מקערנסטיר זצ"ל

ר' דוד מאיר ע"ה האט פארציילט אז פאר די חתונה פון האדמו"ר ר' הערשל'י מקרעטשניף זצ"ל זענען ביידע צוזאמען ארויף צום סאטמאר רב און גערופן צום חתונה.
סאטאמר רב בשברון לבבו האט געזאגט, וואס ווילט עטץ פון מיר, און בין גארנישט וכו' וכו'.
האט ר' הערשלי קעטשניפער געזאגט אונז גדענקען נאך אז די רבי איז געווען איינע פון די גרעסטע רעביס פארן מלחמה, און די סאטמערע רב האט איבערגעפרעגט, אזוי? דו גדענקסט נאך...?

בילגורייא קרעטשניף ירושלים.jpg
בילגורייא קרעטשניף ירושלים.jpg (208.14 KiB) געזען 1276 מאל

בשמחת השבע ברכות של האדמו"ר מקרעטשניף כפר אתא-ירושלים זצ"ל, נראה החתן, לימינו כ"ק מהר"ם מבילגורייא זי"ע ומאחוריו שעון על הכסא הגה"ח רבי דוד מאיר ווייס ז"ל.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”