רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

שטייט עפעס נאך דער נאמען צירל, איך קען עס אבער נישט ליינען.

image_2021-07-21_181151.png
image_2021-07-21_181151.png (116.58 KiB) געזען 954 מאל
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הרב מגאליציען האט געשריבן:בכלל וואו קומט אריין אין א טויט שיין די נעמען פון קינדער.

מנהג קאנגרנעס פולין בהרבה ערים
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי שמואל ריישער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

הרב מגאליציען האט געשריבן:איז על סמך די פאמיליע נאמען ענגילסבערג האט עמיצער מחליט געווען אז ר' יחיאל איז געווען א זוהן פון ר' שמואל ריישער

די משפחה נאמען פון רבי יחיאל אינעם סענסוס פון קארעץ שנת תקצ"ד איז "לובלינער".
דארט זעט מען אז ער איז אן איידעם ביי רבי מרדכי מקאריץ.
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

דאס אז די זאבנא איינקליך זענען לובלינ’ע איינקליך איז יא זיכער ?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי שמואל ריישער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

נחוניא האט געשריבן:
הרב מגאליציען האט געשריבן:איז על סמך די פאמיליע נאמען ענגילסבערג האט עמיצער מחליט געווען אז ר' יחיאל איז געווען א זוהן פון ר' שמואל ריישער

די משפחה נאמען פון רבי יחיאל אינעם סענסוס פון קארעץ שנת תקצ"ד איז "לובלינער".
דארט זעט מען אז ער איז אן איידעם ביי רבי מרדכי מקאריץ.

ווי הייסט אשת ר' יחיאל דארטן?
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

הרב מגאליציען האט געשריבן:שטייט עפעס נאך דער נאמען צירל, איך קען עס אבער נישט ליינען.

image_2021-07-21_181151.png

לכאורה שטייט ZONA ובפולנית פירושו אשתו
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

צ"ל żona (קרי: זשאָנאַ) ולא עם Z פשוט (קרי: זאנא)
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי שמואל ריישער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

הסרפד האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
הרב מגאליציען האט געשריבן:איז על סמך די פאמיליע נאמען ענגילסבערג האט עמיצער מחליט געווען אז ר' יחיאל איז געווען א זוהן פון ר' שמואל ריישער

די משפחה נאמען פון רבי יחיאל אינעם סענסוס פון קארעץ שנת תקצ"ד איז "לובלינער".
דארט זעט מען אז ער איז אן איידעם ביי רבי מרדכי מקאריץ.

ווי הייסט אשת ר' יחיאל דארטן?

מירל, נולדה בשנת תקס"א.
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: רבי שמואל ריישער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

נחוניא האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
הרב מגאליציען האט געשריבן:איז על סמך די פאמיליע נאמען ענגילסבערג האט עמיצער מחליט געווען אז ר' יחיאל איז געווען א זוהן פון ר' שמואל ריישער

די משפחה נאמען פון רבי יחיאל אינעם סענסוס פון קארעץ שנת תקצ"ד איז "לובלינער".
דארט זעט מען אז ער איז אן איידעם ביי רבי מרדכי מקאריץ.

ווי הייסט אשת ר' יחיאל דארטן?

מירל, נולדה בשנת תקס"א.

אזוי הייסט אשת ר' יחיאל אויך אין דער הייראט רשימה פון ר' ישראל אלימלך מזאבנא
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

כבוד הרב האט געשריבן:דאס אז די זאבנא איינקליך זענען לובלינ’ע איינקליך איז יא זיכער ?

אזוי האט מען געקריצט אויף די מצבות פון אסאך אייניקלעך
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

Entry#364
It took place in the Province City of Lublin on October 3/15, 1849 at 10:00 o’clock in the morning. Presented themselves the Jews Herszek Retach, day-laborer, 41 years old and Nasyn Elli Szternfinkiel, the Synagogue writer, 26 years old, both of them residing in Lublin, and they have stated that yesterday, at 5:00 o’clock in the morning, here in Lublin, in the house number 406 has died Cyrla Engielsberg, married, with children, born and residing in Lublin, 75 years old, daughter of Jakob Icek and Matla, the married couple already deceased, she has left with her death her husband Szmul and four souns: Kopel, Hiel, Motel, and Icek, daughter: Motla. After seeing with one’s own eyes the deceased Cyrla Engielsberg, this document was read to the ones who have presented themselves, the friends of the deceased, and it was signed by the same.
Herszek Retach, Nusyn Ella Szternfinkiel, Leopold Schutltz the Civil Registrar.
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

ראש הקהל האט געשריבן:Entry#364

ייש"כ וצ"ע
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: רבי שמואל ריישער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

נחוניא האט געשריבן:
הרב מגאליציען האט געשריבן:איז על סמך די פאמיליע נאמען ענגילסבערג האט עמיצער מחליט געווען אז ר' יחיאל איז געווען א זוהן פון ר' שמואל ריישער

די משפחה נאמען פון רבי יחיאל אינעם סענסוס פון קארעץ שנת תקצ"ד איז "לובלינער".
דארט זעט מען אז ער איז אן איידעם ביי רבי מרדכי מקאריץ.

ר' יחיאל'ס עלטערן'ס נעמען ווערן דארט אויכעט דערמאנט?
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי שמואל ריישער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הרב מגאליציען האט געשריבן:

אין דיע סארט רוסישע רשימה (מען רופט עס א צענסוס' אבער עס איז א ביסל מער קאמפליצירט, זוך 'revision list') וועט מן הסתם שטיין נאר דער פאטער'ס נאמן

זיין פאטער'ס נאמען אליין איז אויך גוט צו וויסען
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אפשר קען ר' נחוניא מכריע זיין.
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

אז מ'פרעגט שוין על איך צולייגען, א טאכטער מאטל ווערט דארט אויך פארשריבן?
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: רבי יחיאל מקאריץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

האב איך יעצט געפונען דעם ארטיקל פון רנ"א וועקשטיין אין המודיע ויתילדו מאמר 284, (וואס עמיצער דא האט מסדר געווען תשוח"ח לו).
ער איז זיך דארט סותר מיני' ובי'. פריער ביי די תולדות פון ר' יוסלי טארטשינער ברענגט ער פון דער קאריצער צענזוס תקצ"ד, אז ער האט געהאט א טאטכער מרים דבורה געבוירען תק"ע, אשת ר' יחיאל, בן גיסו ר' שמואל, חתנו של הרבי מלובלין.
ווידער אין די תולדות פון ר' שמואל, שרייבט ער - ג"כ ע"פ די קאריצער רעקארדס הנ"ל, אז זיין זוהן ר' יחיאל האט חתונה געהאט מיט מרת מירל וואס איז געבוירען תקס"א, טאכטער פון ר' מרדכי אב"ד קאריץ די שווער פון ר' יוסלי טארטשינער.

תולדות ר' יוסף מטארטשין-ויתילדו
תולדות ר' יוסף מטארטשין-ויתילדו
1.PNG (110.22 KiB) געזען 794 מאל
המשך
המשך
2.PNG (54.25 KiB) געזען 794 מאל
תולדות ר' יחיאל מקאריץ
תולדות ר' יחיאל מקאריץ
3.PNG (61.39 KiB) געזען 794 מאל

נו וואס שטייט טאקע אין די קאריצער רשימות, איז ר' יחיאל געווען אן איידעם ביי ר' יוסלי אדער ביי חותנו ר' מרדכי???

[נ"ב אויב איז מרת מירל/מרים דבורה טאקע געבוירען תק"ע, קען דאך נישט זיין אז ר' ישראל מיילעך מזאבנא האט חתונה געהאט שנת תקצ"ה, מיט בתה מרת מאטל ווען זו איז געווען 18 יאר, ווי ס'איז פארשריבן אין זיין הייראט רשימה אין קאזניץ, וואס לויט דעם קומט אויס אז מרת מאטל איז געבוירן שנת תקע"ו-ז', ווען איר מוטער איז לכל היותר אלט געווען 7 יאר.]
לעצט פארראכטן דורך הרב מגאליציען אום מיטוואך יולי 21, 2021 11:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

פאלגענד איז דאס וואס עס שטייט אינעם תקצ"ד סענסוס פון קאריץ:

ר' מרדכי ב"ר פנחס פערלשטיין, געווען 54 יאר אין תקע"ו, נפטר געווארן תק"צ.
זיין טאכטער מרים דבורה 24 יאר אין תקצ"ד.
זיין איידעם ר' יחיאל ב"ר שמואל לובלינער, געווען 16 יאר אין תקע"ו, 34 יאר און תקצ"ד.
זיין פרוי מירל 33 יאר אין תקצ"ד.
ר' יחיאלס טעכטער: מאטל 12 יאר אין תקצ"ד, רחל צביה 6 יאר אין תקצ"ד.
ר' יחיאל'ס זין: פנחס 10 יאר אין תקצ"ד. מרדכי שלום א האלבע יאר.

איז קלאר אז עס שטייט דא צוויי טעכער פון רבי מרדכי מקאריץ.
1) מרים דבורה געבוירן תק"ע. עס שטייט אבער נישט ווער עס איז איר מאן.
2) מירל געבוירן תקס"א. איר מאן אז ר' יחיאל ב"ר שמואל לובלינער געבוירן תק"ס.
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

יישר כחו פאר'ן קלאר מאכן. איז טאקע אריינגעפאלן א שיינער פאר גרייזען אין יענעם ארטיקל.

אינטערסאנט צו באמערקן, ר' מרדכי האט א נאמען געגעבן זיינער טעכטער מרים דבורה און מירל וואס איז דאך בעצם איין נאמען.

אויב האט ר' ישראל מיילעך זאבנא חתונה געהאט מיט אט די מאטל בת ר' יחיאל ומירל בת ר' מרדכי מקאריץ, עט זיין א סתירה צווישן די רעקארדס, ווייל לויט דער קאריצער צענזוס איז זו געווען תקצ"ד 12 יאר אלט, ואילו לויט דער קאזניצער רעקארד איז זו געווען תקצ"ה 18 יאר. (קיין קשיא איז דאס נישט, ס'זעהר שכיח ס'זאל אריינפאלען אזלעכע גרייזען אין ציווילע רעקארדס, אדער איז דאס א טעות אין די העתקה אויף JRI.) נאך א נקודה, לויט דעם קומט אויס, אין תקצ"ד האט ר' יחיאל געוואוינט אין קאריץ, אין תקצ"ד האט ער שוין געוואוינט אין לובלין, ווי הסרפד איז מעיד.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הרב מגאליציען האט געשריבן:יישר כחו פאר'ן קלאר מאכן. איז טאקע אריינגעפאלן א שיינער פאר גרייזען אין יענעם ארטיקל.

אינטערסאנט צו באמערקן, ר' מרדכי האט א נאמען געגעבן זיינער טעכטער מרים דבורה און מירל וואס איז דאך בעצם איין נאמען.

אויב האט ר' ישראל מיילעך זאבנא חתונה געהאט מיט אט די מאטל בת ר' יחיאל ומירל בת ר' מרדכי מקאריץ, עט זיין א סתירה צווישן די רעקארדס, ווייל לויט דער קאריצער צענזוס איז זו געווען תקצ"ד 12 יאר אלט, ואילו לויט דער קאזניצער רעקארד איז זו געווען תקצ"ה 18 יאר. (קיין קשיא איז דאס נישט, ס'זעהר שכיח ס'זאל אריינפאלען אזלעכע גרייזען אין ציווילע רעקארדס, אדער איז דאס א טעות אין די העתקה אויף JRI.) נאך א נקודה, לויט דעם קומט אויס, אין תקצ"ד האט ר' יחיאל געוואוינט אין קאריץ, אין תקצ"ד האט ער שוין געוואוינט אין לובלין, ווי הסרפד איז מעיד.

עס איז נישט קיין טעות פון JRI. אויף פויליש שטייט אויכעט אזוי. נאר נישט די רוסן און נישט די פאלאקן זענען שטארק נאמן אויף אזעליכע נומערן, ולא קשיא.
אויכעט וואלט איך מיך נישט פארלאזט אויף די הייראט רשימה צו זאגן אז ר' יחיאל האט דארט ממש געוואוינט, נאר עפעס א שייכות. (ואגב, דארט שטייט אז מ' מאטל בת ר' יחיאל איז געבוירן אין לובלין, אין א תקופה פון וואס עס זענען פארבליבן די רשימות, וליתא.)
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: רבי ישראל מיילך מזאבנא

הוא הדבר אשר דברנו, דלמא תרי ר' יחיאל ומירל איכא בשוקא, איינער א זוהן פון ר' שמואל חתנו של הרבי מלובלין, און אן איידעם פון ר' מרדכי מקאריץ, וואס ער האט געוואוינט אין קאריץ לאורך ימים ושנים.

והשני, אן איידעם פון ר' יוסף מטארטשין בנו פון דער רבי פון לובלין וחתן ר' מרדכי מקאריץ, וואס ער האט מאז ומקדם פון אייביג געוואוינט אין לובלין, וואס דארטן איז איהם געבוירן זיין טאכטער מאטל, און מיט איר האט ר' ישראל מיילעך חתונה געהאט, ווען זו איז אלט געווען אכצען יאר. [אזוי איז מקובל אין די משפחה ביי זיינער אייניקלעך, אז ר' יחיאל שווער פון רי"א הנ"ל איז געווען אן איידעם ביי ר' יוסלי טארטשינער, כן ראיתי בסו"ס מבית אבותי ורבותי פון הרה"ח ר' בערל הלברשטאם ע"ה, א בא"ב פון ר' ישראל מיילך זאבנער, כפי מה ששמעתי איז ער א בעל דמיון נישט געווען, א חוקר אויך נישט, זעהט אויס ער האט דאס געהאט מקובל במסורה.]

ועל הישנות החלום דער נאמען מירל וואס מ'טרעפט ביי ביידער, איז גארנישט קיין חידוש, היות אז ר' יוסף איז אויכעט געווען אן איידעם ביי ר' מרדכי מקאריץ, און ווי עס שיינט איז דאס א משפחה נאמען. ווידער דער נאמען פונ'ם טאטכער מאטל איז דאך פשוט, אלע אייניקלעך פונ'ם רבי פון לובלין האבען געהאט קינדער מיט'ן נאמען מאטל.

גארנישט איז מוכרח, אבער ס'איז פארט א מעגליכקייט.

א פארקערטער מעגליכקייט איז אויך פארהאן, ס'איז דאך אלעמאל געווען מקובל ביי די משפחה אז ר' ישראל מלך'ס שווער ר' יחיאל, איז געווען אן אייניקל סיי פונ'ם רבי פון לובלין און סיי פון ר' פנחס'ל קאריצער (כאשר נמצא חרות על מצבת ר' יוסף אלימלך מקשאנוב בן בתו של ר' ישראל מלך), וואס דאס שטאמט לכאורה פונ'ם טעות אז ר' מרדכי מקאריץ איז געווען א זוהן פון ר' פנחס'ל קאריצער. ממילא האט מען משער געווען, אז ר' יחיאל איז געווען אן איידעם ביי ר' יוסף טארטשינער זוהן פונ'ם רבי פון לובלין און אן איידעם ביי ר' מרדכי מקאריץ. אבער לויט ווי עס איז היינט נתברר געווארן אז ר' יחיאל ב"ר שמואל חתנו של הרבי מלובלין איז אויך געווען אן איידעם ביי ר' פנחס, קען שוין זיין אז דאס איז ער, הוא ואין בלתו, און ביי איהם איז ר' ישראל מיילעך געווען אן איידעם. (וסמוכין לדבר, ווייל אין דער לובלינער רשימות ווערט קיינמאל נישט דערמאנט א ר' יחיאל.)
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב מגאליציען האט געשריבן:
אינטערסאנט צו באמערקן, ר' מרדכי האט א נאמען געגעבן זיינער טעכטער מרים דבורה און מירל וואס איז דאך בעצם איין נאמען.

וואס מיינט אז עס,איז בעצם איין נאמען? לו יצוייר אז מירל איז א כינוי צו מרים (איך בין נישט זיכער) איז עס אויך א אידישע נאמען בפני עצמה. (ועי' ערך יהודה אריה לייב ליבוש, אז אסאך אידן האבן א נאמען געגעבן צוויי קינדער פון די דערמאנטע וואריאציע, והדברים עתיקים)
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

מיללער האט געשריבן:
הרב מגאליציען האט געשריבן:
אינטערסאנט צו באמערקן, ר' מרדכי האט א נאמען געגעבן זיינער טעכטער מרים דבורה און מירל וואס איז דאך בעצם איין נאמען.

וואס מיינט אז עס,איז בעצם איין נאמען? לו יצוייר אז מירל איז א כינוי צו מרים (איך בין נישט זיכער) איז עס אויך א אידישע נאמען בפני עצמה. (ועי' ערך יהודה אריה לייב ליבוש, אז אסאך אידן האבן א נאמען געגעבן צוויי קינדער פון די דערמאנטע וואריאציע, והדברים עתיקים)

א. מירל איז א כינוי אויף מרים.
ב. ליב צו יהודה און ארי' איז קיין צושטעל נישט, היות דאס איז א כינוי וואס ענדעלט גארנישט דער שם הקודש, ס'כאפט א גרויסע נפק"מ לגבי נשתקע שם הקודש ואכמ"ל.
שטעל דיך פאר איינער זאל היינט א נאמען געבן זיינער טעטכער, איינער מרים און דער צווייטער מירל.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב מגאליציען האט געשריבן:]

א. מירל איז א כינוי אויף מרים.
ב. ליב צו יהודה און ארי' איז קיין צושטעל נישט, היות דאס איז א כינוי וואס ענדעלט גארנישט דער שם הקודש, ס'כאפט א גרויסע נפק"מ לגבי נשתקע שם הקודש ואכמ"ל.
שטעל דיך פאר איינער זאל היינט א נאמען געבן זיינער טעטכער, איינער מרים און דער צווייטער מירל.

שטייט פאר אייך א איד וואס האט צוויי טעכטער, איינע מרים און דאס אנדערע מירל, צו לאנגע געזונטע יארן.

וכבר האריכו בזה באתרא קדישא הדין
viewtopic.php?p=997681#p997681
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”