רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

דער וואס פארשטייט פארשטייט, און ווער נישט נישט. הה״ד והמב״י כט״ס.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

ווייסט איינער אויב ר’ שמואל ענגעלסבערג חתן הרבי מלובלין היה לוי?
יש לי קרוב משפחה שהוא נכד ר’ אורי הלוי ענגעלסבערג, חתן הרה”ג ר’ אליהו צבי וועבער ז”ל אב”ד ברעזשוב - Brzozów, שהיה חתן בזוו”ר של הרה”ק ר’ שמעון מיערסלוב זצוק”ל,
אין די מעטריקל מעיר Brzozów שטייט ר’ אורי הוא מעיר הובנוב Uhnów בגליל ראווע רוסקא, ונפטר בצעירותו בברעזשוב בשנת 1915, בערך בגיל מ”ד.
יש להם בקבלה שר’ אורי היה לוי, ובניו היו נקראים בשם משפחת אמם ’וועבער’
עדיין לא מצאתי שם אביו ואמו
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

Jhon האט געשריבן:ווייסט איינער אויב ר’ שמואל ענגעלסבערג חתן הרבי מלובלין היה לוי?
יש לי קרוב משפחה שהוא נכד ר’ אורי הלוי ענגעלסבערג, חתן הרה”ג ר’ אליהו צבי וועבער ז”ל אב”ד ברעזשוב - Brzozów, שהיה חתן בזוו”ר של הרה”ק ר’ שמעון מיערסלוב זצוק”ל,
אין די מעטריקל מעיר Brzozów שטייט ר’ אורי הוא מעיר הובנוב Uhnów בגליל ראווע רוסקא, ונפטר בצעירותו בברעזשוב בשנת 1915, בערך בגיל מ”ד.
יש להם בקבלה שר’ אורי היה לוי, ובניו היו נקראים בשם משפחת אמם ’וועבער’
עדיין לא מצאתי שם אביו ואמו

מיינס איין עלטער-[...]-פעטער איז געוועהן איין איידים ביי משפחת ענגעלסבערג פון הובניב. צי לוי צי נישט קען איך נישט זאגן, אבער אויב וואלט דער זיידע פון יענעם זייט געוועהן א מחותן מיט א לובלינער אייניקל גלייב איך אז מיין עלטער-זיידע (וואס האט פארשריבען אלע סארטן שמועות פון יחוס, אפילו אזעליכע וואס שטימן נישט) וואלט עפעס גערעדט דערפון.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:ליין איבער דער אשכול, איז דא א העתק פון דער תעודת מיתה פון הרבנית צירל ע"ה אשת רבי שמואל מריישא ענגעלסבערג ז"ל. שטייט דארט קלאר אז איר מוטער אשת הרה"ק החוזה מלובלין זצ"ל האט געהייסען 'מטל', און פיר זוהן, רבי קאפיל, רבי יחיאל, רבי מרדכי', און רבי יצחק, און א טאכטער 'מטל'.

מען שרייבט אז ר' אורי לאנדמאן מפודוליי (נולד לאביו רצ"ה אב"ד סטרעליסק בשנת תקצ"ג) איז געוועהן אן איידעם ביי ר' מרדכי מאפטא ואשתו מטל בת ר' שמואל מריישא, איז באקאנט ווער איז דער ר' מרדכי מאפטא ? און וואס איז געווען שם אשת ר' אורי ?
פון גשר גלציה קומט לכאורה אויס אז זי האט געהייסן רבקה איידל
זיין ברודער ר' פנחס לאנדמאן (נולד תקי"ד) האט חתונה געהאט מיט זיין טאכטער (כמדומה לי שרה צירל !) און איז געוועהן רב אין קרילוב (עפעס א שייכות מיט וואס הרב מגאליציה שרייבט ?)

דאס איז ביי מיר פארשריבן:
ג] מאטל. אשת רבי מרדכי וויינבערג מאפטא. נולד בשנת תקס"ד. נפטר באפטא י"ג אייר תרי"ז בן נ"ג שנה.
אצל צאצאי רבי אורי לאנדמאן אב"ד פאדילאוי מקובל שהיה חתן רבי מרדכי מאפטא חתן רבי שמואל מריישא חתן הרה"ק מלובלין (וכן מובא בספר "החוזה מלובלין" עמ' קצט. ובמגילת יוחסין בסו"ס עשר קדושות מובא על רבי מרדכי לאנדמאן אב"ד אדזשאד שהוא בן הרבנית דבורה בת הרבנית מאטיל בת הרבנית שרה בת הרה"ק מלובלין). והנה במאטריקאל של אפטא אנו מוצאים שביום י"ג אייר תרי"ז נפטר רבי מרדכי וויינבערג איש דת באפטא (כנראה שהיה איזה כלי קודש רב או מו"ץ), ושם זוגתו מאטיל, ויש לו בן יצחק. והנה בקובץ "שפתי צדיקים" גליון יא נדפס מפנקס ביהכ"נ מהרש"ל בלובלין אודות מכירת מקום בביהכ"נ בזה"ל "נתן הרב מו"ה שמואל ענגעלסבערג את המקום הנ"ל לנכדו מו"ה יעקב יצחק וויינבערגער". וכנראה שזה הג"ר יעקב יצחק וויינבערג אב"ד לאטאוויטש שהיה נכד הרה"ק מלובלין.

דא שטייט "שייך לי הצעיר באלפי יהודה וישראל יעקב יצחק לאנדמאן... בקרית יאסי הבירה בלאאמו"ר הרב הגאון מו"ה אורי ז"ל אבד"ק פאדול, נכד להגאונים השל"ה ולהב"ח ולט"ז... ולהצדיקים הקדושים מלובלין והק' מסטרעליסק והק' מזאקלוקוב בעהמ"ח ס' ליקוטי מהרי"ל עה"ת. כו"ח [=כותב וחותם] ביום א' י"ב טבת בשנת התר"ץ" אויב ער מיינט נישט דרך אשתו (מי היתה ?) האט מען דא דער יחוס פון ר' שמואל

אין פאדילוי האט מען געטראפן די מציבה פון דבורה אשת רבי אורי לאנדמאן מפאדילוי, און עס שטייט אויך אז זי איז אן אייניקל פון הרה"ק מזאקליקוב.
נפ' ב' מרחשון תרנ"ז, פ"נ האשה הרבנית הצדקת המפורסמת בת קדושים מ' דבורה בת הרב הצדיק ר' מאטיל מאפטא, אשת הרב הגאון בנש"ק ר' אורי שליט"א אבדפ"ה, נכדת הה"ק מזקלקיב ולהה"ק רשכבה"ג רבנו יעקב יצחק מלובלין זי"ע בעהמ"ח ספר דברי אמת לפרט תנצב"ה
בעלזא אייניקעל
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:56 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלזא אייניקעל »

פי המסורה הי' לו ג' זיווגים
א. הראשונה שהתגרש ממנה
ב. מרת שפרינצא בת ר' צבי הירש מלאנצהוט = ויש המביאים שמה כטילא [תהלה] או טילא שפרינצא. וממנה רוב ילדיו
ג. האחרונה בילא בת ר' מאיר אב"ד מאסט [נולד לה בן אחד שנפטר]

ווייסט איינער מער פרטים אויף בילא אין אויף איר פאטער ר' מאיר ?וואס איז דער מקור אז ער איז געווען אבד"ק מאסט?ווער זענען זיינע קינדער?
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

דער חוזה פון לובלין איז געווען אן אייניקל פון רבי יצחק הגדול מפוזנא?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

Jhon האט געשריבן:
דער חוזה פון לובלין איז געווען אן אייניקל פון רבי יצחק הגדול מפוזנא?
פארוואס פאלט דיר איין אזוי?
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

איטשע האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:
דער חוזה פון לובלין איז געווען אן אייניקל פון רבי יצחק הגדול מפוזנא?
פארוואס פאלט דיר איין אזוי?
וועקשטיין האט געהאט א מאמר וועגן די יחוס פונעם הייליגן לובלינער זצ"ל
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

נחוניא האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:
דער חוזה פון לובלין איז געווען אן אייניקל פון רבי יצחק הגדול מפוזנא?
פארוואס פאלט דיר איין אזוי?
וועקשטיין האט געהאט א מאמר וועגן די יחוס פונעם הייליגן לובלינער זצ"ל
כמדומני ער האט געהאט עטליכע, און ער האט צוריקגעצויגן.
(יתכן אז ער ס׳איז געווען בע״פ).
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

איטשע האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:
דער חוזה פון לובלין איז געווען אן אייניקל פון רבי יצחק הגדול מפוזנא?
פארוואס פאלט דיר איין אזוי?
וועקשטיין האט געהאט א מאמר וועגן די יחוס פונעם הייליגן לובלינער זצ"ל
כמדומני ער האט געהאט עטליכע, און ער האט צוריקגעצויגן.
(יתכן אז ער ס׳איז געווען בע״פ).
דא אין ספר גדול בישראל (תולדות רבי ישראל גרוסמן) ברענגט ער אז די חוזה האט געזאגט פאר הרה"צ ר' יצחק דוד מאמדור אז ער איז זיין קרוב דורך, כי הגאון הקדוש רבי יצחק הגדול מפוזנא אבי זקניכם, הוא גם היה הדוד שלי

למעשה האב איך אויסגערעכנט די יחוס פון ר' יצחק דוד, קומט אויס פונקט פארקערט, רבי יצחק מפוזנא איז געווען א זיידע פון ר' יצחק דוד'ס פעטער, רבי יצחק דוד איז אן אייניקל פון הג"מ ר' זכריה מענדל מבעלז מח"ס באר היטיב (דורך בנו הג"מ רבי יצחק אב"ד סקאהל) בן הג"מ ר' ארי' ליב מקראקא, ר' זכרי' מענדל האט געהאט א ברודער הג"מ ר' אפרים פישל פו"מ לאדמיר חתן הג"מ רבי יעקב בן הג"מ רבי יצחק הגדול מפוזנא
במילא טראכט איך די מעשה איז געווען פארקערט, די חוזה האט אים פארציילט אז ער איז אן אייניקל פון ר' אפרים פישל מלאדמיר חתן בנו ר' יעקב ב"ר מר' יצחק מפוזנא, און ער איז א קרוב, אבער דורך דעם איז ר' יצחק מפוזנא נישט זיין פעטער שטימט עפעס נישט
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

במח״ג פון די גרוסמן משפחה, אבער זיי האבן געהאט א שוואכקייט צו יחוס, והמ״י, וכבוד ה׳ הסתר דבר. מען קען נישט בויען דערויף.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

דא שטייט נאך נישט ר׳ יצחק ״הגדול״
ווי עס שיינט איז עס צוגעוואקסן.
עכ״פ ר׳ אברהם דער פאטער פון ר׳ יצחק הגדול איז נישט געווען קיין רב בכלל, זיכער נישט אין פוזנא.
ווידער א צוויטער רב אים פוזנא מיט די נאמען ר׳ יצחק ב״ר אברהם איז נישט געווען אין די היסטאריע פון די שטאט.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

מען דארף וואוסן נאך א פונקט.
דער רבי פון לובלין, האט מגלה אסאך סדרי יוחסין. געוויסע סדרי יוחסין שטעלט זיך ארויס צו זיין בכל הכבוד הראוי [איך ווייס נישט ווי אזוי עס בעסער ארויסצוברענגן מיט די גאנצע דרך ארץ, פאר אזא איש קדוש], נישט אזוי פונקטליך. דאס שטעלט אוועק אן הנחה, אז ווען דער רבי פון לובלין האט גערעדט פון יחוס האט ער זיכער נישט געמיינט כמות שהוא, נאר ליבערשט העכערע ענינים - דעריבע איז זייע שווער צו בויען דערויף.
ווי עס שיינט האט מען דאס שוין געוואוסט אינדערהיים. ווען ר׳ אברהמ׳לי הירשפרונג האט ארויסגעבען די צאנזער מגילת יוחסין פון דעם קדושת ציון. האט ער נישט אריינגעלייגט די סדרי יוחסין, וואס שטאמט מפ״ק הרה״ק מלובלין אין דעם מגלת יוחסין גופא, נאר בלויז אלס אן הערה אויף דער זייט.
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

ווען איר אטאקירט דער סעראצקער רב וכדומה החרשתי.
דא רעדט מען פונ'ם הייליגן לובלינ'ער וואס איז געווען א צופה ברוה"ק כידוע
איך ווייס נישט פונקט וואס פאר "אסאך סדרי יוחסין" ער האט מגלה געווען (מיר ליגט יעצט אויפן זכרון דאס אז דער בני יששכר שטאמט פון שבט יששכר) אבער דאס מאכן א נישט דרך-ארצ'דיגע הנחה ווייל עפעס שמעקט נישט אזוי "פונקטליך", ממילא מוז זיין ער רעדט פון "העכערע ענינים" איז א גרויסע געלעכטער
אפשר דרייט ארום דאס רעדל, אין זייט תולה דער טעות אונ'ם מעתיק השמועה. מען רעדט נישט אז אונז האמיר דאס געהערט מפי קודשו פונ'ם לובלינ'ער, אדער געזעהן געשריבן בכתיבת יד קודשו, לויט ווי איך פארשטיי רעדט מען סך הכל פון איינער וואס דערציילט אז ער האט געהערט פון א צווייטער וואס האט געהערט פונ'ם לובלינ'ער..
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

איך בין מיט @עוג מלך הבשן, ווייל ווי איך געדענק פון פריערדיגע מקורות איז דער חוזה געווען א גרויסער ידען אין יחוס, און דאס וואס אברהמ’לע לייגט עס אין די זייט, איז לכאורה ווייל עס איז שוין אריבער אין אזוי סאך כלים

און איך שטים צו צו @איטשע אביסל
איך ווייס נישט צו דאס האט צו טיען מיט רוח הקודש (נישט יעדער זאך האט מען געניצט רוה”ק כידוע, און אוודאי נישט ביי הלכה, מען קריגט זיך אפילו מיט בעלי רוה”ק) אדער ער האט געהאט א ספעציעלער חוש, ווי ס’איז משמע פון פריערדיגע, ער האט געהאלטן יחוס איז א גרויסער זאך ביי שידוכים, במילא האט ער מדייק געווען

א סברה פארקערט, כמה פעמים האט אויך געהאט מיט רוה”ק, 1. ביי שמחות ווי מען האט אפגעווארט די עלטערן וואס קומען אראפ, האט ער דאך געזעהן פון וועם מען איז אן אייניקל
2. ס’דא עפעס א מעשה פון א יונגערמאן איז אריינגעקומען האט ער זיך אויפגעשטעלט פאר אן אייניקל פונעם אר”י הקדוש, ס’קען אבער אויך זיין ווייל ער האט געקענט די משפחה, אבער כ’מיין די מעשה גייט ער האט געזאגט ער שמעקט דעם אר”י הקדוש, עפעס אזוי, כ’וועל עס בלינ”ד נאכקוקן (כ’בין גראדע אויך אייניקל פונם אר”י הקדוש, וועסטו זיך אויפשטעלן נעקסטיים הא? :wink:

אין לגבי עס שייט נישט ’הגדול’ ס’מאכט נישט אויס לדעתי

איז ער נישט געווען רב אבער סתם בעל הבית זעכער נישט, אפשר ר”מ.... דער בעל המעשה האט עס פארציילט אביסל אנדערש, גראדע שוין גיהערט די מעשה יארן צוריק, ס’זעכער דא נאך מקורות, חוץ משפחת גרוסמן
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

Jhon האט געשריבן:
איך ווייס נישט צו דאס האט צו טיען מיט רוח הקודש (נישט יעדער זאך האט מען געניצט רוה”ק כידוע, און אוודאי נישט ביי הלכה, מען קריגט זיך אפילו מיט בעלי רוה”ק) אדער ער האט געהאט א ספעציעלער חוש, ווי ס’איז משמע פון פריערדיגע, ער האט געהאלטן יחוס איז א גרויסער זאך ביי שידוכים, במילא האט ער מדייק געווען
פון אא"ז לאנצהוט'ער רב'ס הקדמהאיז משמע אז עס האט אסאך צו טוהן מיט רוה"ק
אטעטשמענטס
1A9AB696-DE15-4C3C-A598-4DE848DAE3E7.jpeg
1A9AB696-DE15-4C3C-A598-4DE848DAE3E7.jpeg (244.47 KiB) געזען 947 מאל
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

עוג מלך הבשן האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:
איך ווייס נישט צו דאס האט צו טיען מיט רוח הקודש (נישט יעדער זאך האט מען געניצט רוה”ק כידוע, און אוודאי נישט ביי הלכה, מען קריגט זיך אפילו מיט בעלי רוה”ק) אדער ער האט געהאט א ספעציעלער חוש, ווי ס’איז משמע פון פריערדיגע, ער האט געהאלטן יחוס איז א גרויסער זאך ביי שידוכים, במילא האט ער מדייק געווען
פון אא"ז לאנצהוט'ער רב'ס הקדמהאיז משמע אז עס האט אסאך צו טוהן מיט רוה"ק
ס'איז בכלל נישט קיין ראיה פון דעם צו ענינים פון יוחסין, און מען קען זיך אויך אין דעם דינגען, ווי עס שטייט שוין פון בעש"ט הק' אפשר גאר פון רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, דאס היינטיגע דורות אין יעדער מענטש בפרט זענען פארמישט נפש רוח ונשמה משורש פון פארשידענע שבטים, וועגן דעם האט דער בעש"ט הק' אנגענומען פארשידענע חלקים אין תפלה פון נוסח ספרד (כמובא מן הקאמארנער זי"ע, אז נישט אלעס האט דער בעש"ט הק' געדאווענט נוסח ספרד ווי מיר בימינו) און לגבי די בני יששכר האט דער חוזה פון לובלין געזעהן ער איז משורש נפש רוח ונשמה כולו פון שבט יששכר, כ'שרייב אז מען קען זיך דינגען (במילא הייסט מען נאך נישט קיין אפיקורס, ווייל ס'דא פארשידענע הסבירים), אבער ס'קוקט יא אויס ער האט גערעדט פון שבטו ממש פון ווי ער שטאמט, כ'מיין וועגן דעם האט דער בני יששכר געטוישט נאמען צו 'שפירא' פון 'מילער' (מקור ביטע?),

אבער בעצם קענסט זיין גערעכט ווי כ'האב שוין פריער געשריבן, (געברענגט אפילו פון אסאך קלענערע צדיקים דאס זיי האבן זיך געטראפן מיט די אבות ביי די שמחות)
כש"כ דער הייליגער חוזה, צו קוקן שורש נשמה, און יחוס פון איינעם איז מן הסתם געווען א קלייניגקייט, סווערט שוין געברענגט אין כתבי האר"י ז"ל כוונות אויף דעם... כ'מיין ס'איז פון א' פון מדריגות... דער קאמארנער האט אפילו געקענט דיר אויס'משל'ען די צורה פון א תנא פונקטליך וויאזוי ער האט אויסגעקוקט, און אפילו פון א מענטש פון א אנדערע שטאט, ווי ער ברענגט אליינס אין היכל הברכה, און הרה"ק רבי אליעזר בנו שרייבט אז ער מיינט זיך אליינס ווען ער רעדט פון די מדריגות
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

אז מען רעדט שוין דא פון יחוס צו מען קען עס וויסן דורך רוה"ק,
כ'וועל פארציילן א מעשה, וואס איינער אין מיין משפחה וואס וואוינט אין א"י האט געהאט מיט א געוויסער מקובל

ער איז אריינגעקומען האט ער אים דער מקובל געזאגט 'א אייניקל פון רבי אלימלך מליזענסק'
האט ער אים געפרעגט פון ווי ווייסט איר אז איך שטאם פון רבי אלימלך פון ליזענסק
האט ער אים געענטפערט האסט א ברודער וואס הייסט אזוי? און אן אנדערע ברודער וואס הייסט אזוי? אזוי האט ער אים אויסגערעכנט אפאר נעמען, און ממשיך געווען זעהסט איך ווייס, עד כאן המעשה

למעשה האט אונזער באבע תחי' לאיט"א וואס האט איבערגעלעבט אוישוויץ אלס צווילינג, געהאט מקובל אז זי איז אן אייניקל פונעם הייליגן רבי'ן אלימלך פון ליזענסק
אבער די מסורה וויאזוי איז נישט באקאנט, און די משפחה האט נישט געלייגט צופיהל דגוש אויף די מסורה ווייל וואס א קליין קינד געדענקט פון פארן קריג, ס'שווער צו בויען דערויף, שפעטער האט מען געפינען די מצבה פון איר עלטער באבע אין יוראפ בגלילות ליזענסק, וואס עס שטייט דערויף איר טאטע איז געווען א נכד מרבי אלימלך מליזענסק...

נאכן טרעפן די מצבה האט מיר א קאזן פארציילט דאס דער האט עפעס א מעשה, האב איך עס מברר געווען ווי אויבן געשריבן...
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

ר' יוהן, דער רבי פון לובלין רעדט פון אפשטאם נישט חלקי נשמה
חלקי נשמה וואס איר דערמאנט (וואס דער מהרח"ו רופט 'עיבור נשמה') האט קיין קשר מיט'ן שער הכולל ונוסח ספרד. איר מאכט א גרויסן טשאלענט בדברים העומדים ברומו של עולם וואס האט לענ"ד קיין שייכות אהער
יחוס מיינט מען עהרליכ'ע (בלשון אשכנז) אפשטאם נישט נשמות, גלגולים, קין הבל, אדער נר"נ אין אויך נישט ח"י ודי ליודעי דבר…
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

שפירא האט נישט מיט שבט יששכר צו טוהן. בפשטות האט ער געטוישט וועגן מיליטער בשעת ער איז אנטלאפן צום רומנוב'ער אלץ בחור נאכן נס מיט'ן בריק. ולדידי חזי (אדער נדמה בדמיון) אז זיין מאמע איז געווען א שפירא מיוחס'ת זעה מיינע תגובות דערין דא אויפ'ן וועלטל
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

עוג מלך הבשן האט געשריבן:
ווען איר אטאקירט דער סעראצקער רב וכדומה החרשתי.
דא רעדט מען פונ'ם הייליגן לובלינ'ער וואס איז געווען א צופה ברוה"ק כידוע
איך ווייס נישט פונקט וואס פאר "אסאך סדרי יוחסין" ער האט מגלה געווען (מיר ליגט יעצט אויפן זכרון דאס אז דער בני יששכר שטאמט פון שבט יששכר) אבער דאס מאכן א נישט דרך-ארצ'דיגע הנחה ווייל עפעס שמעקט נישט אזוי "פונקטליך", ממילא מוז זיין ער רעדט פון "העכערע ענינים" איז א גרויסע געלעכטער
אפשר דרייט ארום דאס רעדל, אין זייט תולה דער טעות אונ'ם מעתיק השמועה. מען רעדט נישט אז אונז האמיר דאס געהערט מפי קודשו פונ'ם לובלינ'ער, אדער געזעהן געשריבן בכתיבת יד קודשו, לויט ווי איך פארשטיי רעדט מען סך הכל פון איינער וואס דערציילט אז ער האט געהערט פון א צווייטער וואס האט געהערט פונ'ם לובלינ'ער..
הונדערט פראצענט גערעדט, איך האב באצי צו די סדרי יוחסין וואס מען זאגט נאך פון דעם הייליגן רבין פון לובלין.
וטעות לעולם חוזר.

לגבי ״הגדול״ ס׳מאכט א גרויסע נפ״מ, די שאלה איז צו מען רעדט דא פון ר׳ יצחק הגדול, אדער פון אן אנדער אומבאקאנטע ר׳ יצחק וואס האט געהאט א רבני׳שע פאסטן אין פוזנא.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

עוג מלך הבשן האט געשריבן:
שפירא האט נישט מיט שבט יששכר צו טוהן. בפשטות האט ער געטוישט וועגן מיליטער בשעת ער איז אנטלאפן צום רומנוב'ער אלץ בחור נאכן נס מיט'ן בריק. ולדידי חזי (אדער נדמה בדמיון) אז זיין מאמע איז געווען א שפירא מיוחס'ת זעה מיינע תגובות דערין דא אויפ'ן וועלטל
ער האט נישט געשטוישט, זיין טאטע האט זיך געקליבן איין משפחה נאמען, און ער א צוויייטן. די משפחה נעמען גזירה איז געווען בימיהם.
די זעלבע איז גילטיג פאר די שיף טייטלבוים משפחה, סאפרין אייכנשטיין משפחה, ועוד רבות
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

Surname Given Name Year Born Town Born House Patronymic Father Mother Mother Surname Comments Extra Info Image
ENGELSBERG Szmul 1782 Olpin [Olpiny], Galicia 406 Herszek Fajga Click Here
ENGELSBERG Cyrla 1784 Lancut 406 Jakob Frayda Click Here
ENGELSBERG Kopel 1792 Lublin 406 Szmul Cyrla Click Here
ENGELSBERG Szewa 1796 Redem [Radymno], Galicia 406 Herszek Rajca Click Here
ENGELSBERG Icek 1815 Lublin 406 Szmul Cyrla Click Here
ENGELSBERG Icek 1816 Lublin 406 Kopel Szewa Click Here
ENGELSBERG Izrael 1818 Lublin 406 Kopel Szewa Click Here
ENGELSBERG Hersz 1834 Lublin 406 Icek Cypa Click Here
ENGELSBERG Maytla 1837 Lublin 406 Icek Cywia Click Here
ENGELSBERG Mortka Hersz 1838 Lublin 406 Icek Cywia Click Here
Surname Given Name Year Born Town Born House Patronymic Father Mother Mother Surname Comments Extra Info Image
ENGIELSBERG Cywia Dobra 1817 Krasniczyn 406 Wolf Szajndla Click Here
ENGIELSBERG Hena 1818 Laszczow 406 Josef Dyna Click Here
ENGIELSBERG Matla 1837 Lublin 406 Icek Cywia Dobra Click Here
ENGIELSBERG Jochfet 1838 Lublin 406 Izrael Hena Click Here
ENGIELSBERG Ryfka 1838 Lublin 406 Icek Cywia Dobra Click Here
ENGIELSBERG Dawid 1842 Glusk 406 Icek Cywia Dobra Click Here
ENGIELSBERG Chawa 1847 Lublin 406 Izrael Hena Click Here
ENGELSBERG Szmul 1782 406 Hersz Fajga Name and information crossed out Widower. Deceased Click Here
ENGELSBERG Icek 1815 Lublin 406 Szmul Cyrla Click Here
ENGELSBERG Herszek 1834 Lublin 406 Icek Cypa Click Here
Surname Given Name Year Born Town Born House Patronymic Father Mother Mother Surname Comments Extra Info Image
ENGELSBERG Kopel 1792 Lublin 406 Szmul Cyrla Click Here
ENGELSBERG Szewa 1796 Lublin 406 Hersz Rojza Click Here
ENGELSBERG Cypa Doba 1817 Lublin 406 Wolf Szandla Click Here
ENGELSBERG Hena 1818 Lublin 406 Josef Dyna Click Here
ENGELSBERG Izrael 1818 Lublin 406 Kopel Szewa Click Here
ENGELSBERG Icek 1826 Lublin 406 Kopel Szewa Click Here
ENGELSBERG Malka 1837 Lublin 406 Icek Cypa Name and information crossed out Click Here
ENGELSBERG Jochwet 1838 Lublin 406 Izrael Hena Click Here
ENGELSBERG Rywka 1838 Lublin 406 Icek Cypa Click Here
ENGELSBERG Dawid 1842 Lublin 406 Icek Cypa Click Here
Surname Given Name Year Born Town Born House Patronymic Father Mother Mother Surname Comments Extra Info Image
ENGELSBERG Cyrla 1850 Lublin 406 Izrael Hena Click Here
ENGELSBERG Cyrla Fajga 1850 Lublin 406 Icek Cypa Click Here
ENGELSBERG Nechuma 1851 Lublin 406 Izrael Hena Click Here
ENGIELSBERG Szmul 1855 Lublin 406 Icek Cypa Click Here


אייניקלעך פון הרה"ק מלובלין זי"ע.

דו שאלה איז רבי קאפיל ענגעלסבערג ז"ל מלובלין, זוגתו מרת בתשבע ע"ה בת רבי יעקב הירש וזוג' חיה מעיר רעדאמי גאליציע, וועלעכע שטאט איז דעס און ווער איז דער רבי יעקב הירש?

בנו רבי ישראל ענגעלסבערג ז"ל מלובלין נשא זוג' מרת הענא ע"ה בת רבי יוסף וזוג' דינה [ברכה] מעיר לעסזטשוב, וועלעכע שטאט איז דעס און ווער איז ער געוועהן.
נעמען וואס לויפט און דו משפחה דארט, נישט מצד לובלין, זענען, יוסף, יחיאל מיכל, חיה/חוה, יוכבד, אליהו, דינה ברכה, הינדא

אגב, ביי משפחת שפיגעל וואס זענען אייניקלעך פון דעם רבי ישראל ענגעלסבערג ז"ל, האבען זיי אן אינוועטעישען נאך אסאך פאר'ן קריג וואס שטייט אויסגעשריבען אז זיי זענען אייניקלעך פון קאריץ, מאיר נתיבים, און זלאטשוב. ווייסט איינער וויאזוי צו ציען פעדעמער און ווי אזוי ס'קען זיין? און פון וועמען.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אוצרות ליסקא האט געשריבן:
בנו רבי ישראל ענגעלסבערג ז"ל מלובלין נשא זוג' מרת הענא ע"ה בת רבי יוסף וזוג' דינה [ברכה] מעיר לעסזטשוב, וועלעכע שטאט איז דעס און ווער איז ער געוועהן.
נעמען וואס לויפט און דו משפחה דארט, נישט מצד לובלין, זענען, יוסף, יחיאל מיכל, חיה/חוה, יוכבד, אליהו, דינה ברכה, הינדא

אגב, ביי משפחת שפיגעל וואס זענען אייניקלעך פון דעם רבי ישראל ענגעלסבערג ז"ל, האבען זיי אן אינוועטעישען נאך אסאך פאר'ן קריג וואס שטייט אויסגעשריבען אז זיי זענען אייניקלעך פון קאריץ, מאיר נתיבים, און זלאטשוב. ווייסט איינער וויאזוי צו ציען פעדעמער און ווי אזוי ס'קען זיין? און פון וועמען.
לאשטשאוו, והיא לאשצוב (בגליל לובלין לא רחוק מגבול גאליציע) בלשוננו
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

איז באקאנט ווער דער רבי פון לובלין'ס פאטער'ס פאטער איז געווען?
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”