רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

ווייסט איינער דעטאלן וואו וואס ווען ?!
אטעטשמענטס
unnamed (13).jpg
unnamed (13).jpg (213.49 KiB) געזען 720 מאל
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

בעל החבית האט געשריבן:
ווייסט איינער דעטאלן וואו וואס ווען ?!
יויש... כ'באמערק יעצט די מאדנע קעפל "בשורה טובה תדשן מ-א-ר-ץ" - פון וואו נעמט מען אזאנס ?
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
גוטע משרת
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 9:58 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע משרת »

א בילד פין ר׳ צבי הירש השני
אטעטשמענטס
2AED0451-F545-4F75-9957-14B69C67EDCA.jpeg
2AED0451-F545-4F75-9957-14B69C67EDCA.jpeg (166.17 KiB) געזען 569 מאל
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

היינט איז די יארצייט פין 'שרה די בעקערין' אמו של הרה"ק מליסקא האשה שרה בת רפאל הכהן זי"ע
קערעסטירער-הויף
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2022 11:47 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קערעסטירער-הויף »

מצו"ב גליון קערעסטירער הויף פר' ואתחנן תשפ"ג - 205. בגליון יש מאמר מיוחד לקראת היארצייט של רבינו

https://drive.google.com/file/d/1wR78Iw ... sp=sharing
קערעסטירער-הויף
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2022 11:47 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קערעסטירער-הויף »

בגליונות שלנו, קערעסטירער הויף, אנו מבארים בכל שבוע קטע מספריו הקדושים, בד"כ אך פרי תבואה, ולפעמים גם מהישר והטוב. כמו"כ סדרנו בכל המועדים מנהגי הקודש שנהגו בליסקא ואח"כ בקערעסטיר.
מצורף הקישור להוריד את הגליונות שלנו viewtopic.php?t=57418
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט דער הילולא קדישא פון דער הייליגע אך פרי תבואה זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבי צבי הירש ב"ר אהרן זי"ע, (פריעדמאן), בעל אך פרי תבואה, מליסקא
"הנקרא ר' הערשעלע ליסקער"

ער איז געבוירן אין שטאט אוהעל, ה' אייר בשנת תקס"ח,

צו זיין טאטן הגה"ק החסיד המפורסם וצדיק נסתר רבי אהרן פרישמאן זי"ע,
און צו זיין מאמע הצדקת מרת שרה ע"ה, וואס איז געווען באקאנט מיטן נאמען "שרה די בעקערין", און נאך איר פטירה פלעגן אידן זעהן גרויסע ישועות ביי איר קבר,

דעם נאמען פריעדמאן האט זיך דער צדיק געטוישט ווען ער האט זיך געוואלט ארויס דרייען פון די מיליטער,

צדיקים בדורו האבן עדות געזאגט אז דער טאטע איז געווען א צדיק נסתר און א גאר הייליגער איד,

ליידער איז דער טאטע נסתלק געווארן כ' מנחם אב תקע"ו, ווען דער קינד הערשעלע איז געווען 8 יאר אלט, און דער קינד איז אויפגעצויגן געווארן דורך דעם מאמען הצדקת שרה ע"ה,
ווערט דערציילט אז די מאמע האט אפ געראכטען יעדע נאכט תיקון חצות און פארלאזט טייכן טרערן אויף גלות השכינה, און מיט די טרערן וואס זי האט צוזאמען גענומען האט זי אפ געוואשן דעם שטערן פון איר זוהן צבי הירש,

ער איז געווען א עילוי בתורה און א גאון עצום וחריף גדול וחסיד מאוד, בקי בש"ס ופוסקים, א קודש וטהור, בעל מופת נפלא און א גרויסע פועל ישועות,
ער איז געווען מפורסם אלס א געוואלדיגע עניו, זיין עבודת השם איז געווען מיט א געוואלדיגע מסירת נפש, אויך האט ער לוחם געווען במלחמתו של תורה מיט א געוואלדיגע מסירת נפש,

ער איז געווען מפורסם אלס א גרויסע מליץ יושר אויף אידישע קינדער און א אוהב ישראל אמתי, און ער האט כסדר דן געווען אידישע קינדער לכף זכות, און אייביג מתפלל געווען צום באשעפער אז ביי אידן זאל אייביג זיין השפעות לרוב,

דער צדיק וקדוש איז געווען מפורסם אלס א גרויסע בעל צדקה, ער האט גרויסע סכומים געטיילט פאר צדקה, און עוסק געווען אין מידות צדקה מיט א געוואלדיגע מסירת נפש,
עס איז געווען באוויסט, אז געלט האט ביי דעם צדיק כמעט נישט איבער גענעכטיגט, יעדע צובראכענע איד האט ביי דעם צדיק געטראפן אפענע טירן פאר סיי וואס יענער האט געברויכט,

אמאל איז איינער פון זיינע חסידים געווען אונטערוועגס אויף מסחר און ער איז דורכגעפארן די שטאט ליסקא, האט ער באשלאסן זיך אפצושטעלן און אריינגיין צו זיין רבי'ן רבי צבי הירש.
וויבאלד ער פלעגט שטענדיג ברענגען צום רבי'ן מכל טוב וטוב, האט ער דאסמאל אויך נישט געוואלט קומען מיט ליידיגע הענט און ער האט געקויפט צוויי שאכטלעך ליכט עס צו געבן פארן רבין.
אריינקומענדיג צום רבי'ן, האט ער געטראפן א טיש פיל מיט געלט, און ער האט דערלאנגט פאר'ן רבי'ן די לעכט. רבי צבי הירש האט זיך זייער באדאנקט פאר אים פאר די ליכט זאגנדיג אז ווען נישט ער ברענגט עס ווייסט ער נישט פון וואו ער וואלט געהאט ליכט אויף שבת.
אויפ'ן חסיד'ס וואונדער האט דער רבי אים ערקלערט די פארשידנארטיגע צדקות מיט וועלכע ער איז פארנומען און ער האט אויס גערעכענט א פונקטליכן חשבון ווי יעדע פרוטה וועט גיין, אזוי אז ס'וואלט טאקע נישט איבער געבליבן קיין געלט פאר לעכט אויף שבת.

גאנץ אנפאנג האט אים די מאמע געטראגן לערנען קיין דעמביץ, און דארט האט ער געלערנט תורה ביי זיין רבין הגה"ק רבי אברהם מדעמביץ זי"ע, וואס איז געווען באקאנט אלס א גאון עצום,

שפעטער איז ער געפארן לערנען ביי הגה"ק רבי צבי הירש הלר בעל טיב גיטין מבוניהאד זי"ע, וואס מען האט גערופן "ר' הירש חריף", און טראץ וואס רבי הערשעלע ליסקער איז דאן נאך געווען גאנץ יונג, האט ער זוכה געווען צו א געוואלדיגע חביבות ביי זיין רבין ר' הירש חריף,
זיין רבי האט שוין דאן מעיד געווען אויף די חריפות פונעם יונגן גאון, און איינמאל ווען זיין רבי האט געזאגט א גאר טיפן פלפול אין שטאט בראד, האט די רבי געזאגט אז נאר דריי תלמידים האבן פארשטאנען דעם טיפן פלפול און איינע פון די איז געווען דער תלמיד רבי הערשעלע ליסקער,

אויך האט ער געלערנט בחברותא מיט הגה"ק רבי שלמה גאנצפריד בעל קיצור שולחן ערוך זי"ע,

ביי די 15 יאר איז ער שוין געווען א בקי בש"ס ופוסקים און אויך אין שולחן ערוך אורח חיים און חושן משפט, מיטן קצות החושן בעל פה,

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת קלרה קריינטשא ע"ה, בת הרה"ח רבי יצחק הכהן לעפקאוויטש מאוהעל זי"ע, חתן הרה"ח רבי גרשון אברהם קליין מליסקא זי"ע,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

רבי הערשעלע האט דערציילט ווי אזוי ער איז נתקרב געווארן צום דרך החסידות, גאנץ אנפאנג האט ער געלערנט ביי זיינע רבי'ס וואס זענען נישט געווען צווישן די חסידים, און פארשטייט זיך אז ער איז אויך געווען ווייט פון חסידות,

נאך די חתונה האט דער צדיק אנגעהויבן לערנען חכמת הקבלה און ער האט זיך מסגף זיין מיט תעניתים בהפסקה, וואס מיינט ער האט דעם גאנצן טאג געפאסט און ביינאכט האט ער אויס געפאסט מיט ממש טועם זיין עפעס, און אזוי האט ער געטון פאר 40 טאג, ער האט זייער געוואלט פאסטן משבת לשבת,

נאך א שטיק צייט וואס די תעניתים זענען געווען זייער שווער פאר אים איבער הויפט אז עס האט אים געשטערט פון זיין עבודת הקודש מיטן לערנען, האט ער אפגעמאכט צו פארן צו צדיקי הדור און זיך מסתופף זיין בצלו פון די צדיקים און אזוי אפשר וועט ער אנקומען צו זיינע שאיפות,

איין טאג איז ער אנגעקומען קיין ראזלא צום צדיק הרה"ק רבי יהודה צבי מראזלא זי"ע, און פון גרויס שוואכקייט איז ער דארט צוזאמען געפאלן, און מיט שווערעקייטן האט מען אים דערמינטערט, און ווען ער איז צו זיך געקומען האט ער געזען אז ער האט אנגעהויבן זעהן אויפן שטערן פון אידן זייערע מעשים ווי עבירות און מצוות, און דער צדיק האט אנגעהאנגען דעם מדרגה אויף זיינע תעניתים און סיגופים,

אבער אזוי ווי ער איז אריין דאס ערשטע מאל צום צדיק מראזלא, האט דער צדיק געזאגט פאר רבי הערשעלע בזה"ל, "אויב א מענטש פאסט און איז זיך מסגף מיינט מען שוין אז מען האט שוין איין געקויפט עולם הבא אין איין שעה, צו קענען זעהן באהאלטענע זאכן, ניין מען ווערט נישט קיין נביא אין איין רגע",

דאן האט דער צדיק רבי הערשעלע געזען אז דער צדיק רבי יהודה צבי מראזלא זי"ע איז א בעל רוח הקודש, און ער איז דארט געבליבן פאר א שטיק צייט,

דערנאך איז ער געפארן צום צדיק רבי מאיר מפרמישלאן זי"ע, און דער רגע וואס ער האט אריינגעטרעטן אין שטוב פון רבי מאיר'ל, האט ער אים געפרעגט, זאג נאר דער הייליגער ראזלא רב האט דיך שיין אויף גענומען, דאן האט ער שוין געזען אז די חסידישע רבי'ס זענען אלע בעלי רוח הקודש און זעהן זאכן וואס נישט יעדער זעהט, און ער האט זיך דאן מדבק געווען אונעם דרך החסידות, און שפעטער איז ער געווארן איינע פון די גרעסטע רבי'ס אין אונגארן,

וואוינענדיג אין שטאט אוהעל האט ער זיך מדבק געווען מיט א מוראדיגע דביקות צום צדיק הרה"ק בעל ישמח משה מאוהעל זי"ע, און דארט ביים צדיק האט ער געשעפט גאר אסאך תורה עבודה און קדושה מיט זיין גרויסע דרך החסידות, און רבי הערשעלע האט כל ימיו געזאגט אז דעם דרך וואס ער האט מקבל געווען אין אוהעל האט אים באגלייט זיין גאנץ לעבן,
אויך האט ער דארט געלערנט בחברותא מיטן אייניקל פונעם ישמח משה, הרה"ק בעל ייטב לב מסיגוט זי"ע,

ער האט זיך גאר אסאך מסתופף געווען ביי צדיקים בדורו, ובתוכם,
הרה"ק רבי ישראל מרוזין זי"ע,
והרה"ק רבי מאיר מפרמישלאן זי"ע,
והרה"ק רבי יהודה צבי מראזלא זי"ע,
והרה"ק רבי צבי הירש מרימנוב זי"ע,
והרה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע,
והרה"ק רבי אליעזר מדזיקוב זי"ע,
והרה" רבי נפתלי צבי בעל זרע קודש מרופשיץ זי"ע,
והרה"ק רבי אשר ישעי' בעל אור ישע מרופשיץ זי"ע,
והרה"ק רבי מנחם מענדל בעל הצמח צדק מויזניץ זי"ע,
והרה"ק רבי מאיר בעל אור לשמים מאפטא זי"ע,

אבער א גאר ספעציעלע קשר האט ער געהאט מיט הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, וואס האט דעם צדיק וקדוש זייער מקרב געווען און גאר אסאך משפיע געווען פאר דעם צדיק, ער האט דעם צאנזער רב געהאלטן אלס זיין רבו מובהק און קיינמאל נישט גענומען קיין קוויטלעך ווען ער איז געווען אין צאנז אלס כבוד פון זיין רבין,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

בהמלצת פון זיין רבי דער הייליגער ישמח משה זי"ע, האט מען אים אויף גענומען אלס רב אין שטאט ליסקא, און דאן האבן זיך אנגעהויבן מסתופף זיין ביי אים טויזענטער אידן פון גאנץ אונגארן ובתוכם זענען געווען גאונים און גדולים בדורו,
בשנת תר"א ווען זיין רבי דער הייליגער ישמח משה איז נסתלק געווארן האבן רוב פון די תלמידים און חסידים פון זיין רבין אים אויף גענומען אלס ממלא מקום פון זיין רבין, און דאן איז דאס חסידות אין ליסקא געוואקסן גאר גרויס אז ליסקא איז דאן פאררעכענט געווארן פון די גרעסטע חסידות'ער אין גאנץ אונגארן,

ער איז יעדע יאר געפארן צוזאמען מיט זיינע חסידים צום ציון ביום היארצייט פון זיין רבו מובהק הרה"ק בעל ישמח משה מאוהעל זי"ע, און דארט האט ער גאר אסאך ישועות געפויעלט פאר אידישע קינדער,

טויזענטער חסידים זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצלו פון דעם צדיק וקדוש, און גרויסע ישועות און מופתים האבן אידן געזען ביי דעם צדיק, ער האט גאר אסאך מקבל געווען גרויסע יסורים כדי צו מכפר זיין אויף צער פון כלל ישראל, און מיט דעם מגין געווען אויפן דור,

אידן זענען געקומען זיך מזכיר זיין אין די טויזענטער לדבר ישועה, און גרויסע געלטער האט מען איבער געלאזט ביי דעם צדיק, פאר זיך האט דער צדיק געלעבט מיט א געוואלדיגע פשטות און כמעט גארנישט פון די געלט געהאלטן ביי זיך, נאר רוב רובם פון די געלטער זענען אנגעקומען צו צובראכענע אידן וואס זענען געקומען צום צדיק פאר ישועות, כמעט יעדן טאג איז דער טיש געווען אנגעהויפענט מיט גרויס געלט, אבער ביינאכט איז דאס שוין געווען ליידיג ווייל אלעס איז געווארן אויסגעטיילט פאר צדקה,

ברוב קדושתו האט ער כמעט נישט געפילט קיין טעם אין עסן און עוסק געווען בתעניתים רוב פון זיין לעבן, אויך דעם גרויסע הייליגע עבודת התפלה איז געווען קודש קדשים, דאס התלהבות דקדושה וואס מען האט געזען ביים דאווענען האט מעורר געווען אידישע קינדער צו יראת ה' און אהבת השם יתברך,

ער האט מקפיד געווען צו לערנען מוסר מיט זיינע תלמידים און געזאגט אז א טאג אן מוסר הייסט נישט געלעבט, ער האט גאר אסאך געלערנט דעם הייליגען מוסר ספר חובת הלבבות,

אין זיין צוואה האט ער געבעטן זיינע תלמידים און קינדער און אייניקלעך אז מען זאל זיך מדבק זיין אין צדיקי הדור און זיכער מאכן כאטש איינמאל א יאר צו פארן זיך מסתופף זיין בצלם פון די צדיקי הדור אויף א שבת קודש אדער א יו"ט, ווייל דאס איז א יסוד גדול פאר תורה און עבודת השם,

ער איז געווען זייער בידידות מיט די צדיקים בדורו און אפילו זייענדיג פון די גרעסטע רבי'ס בדורו איז ער אבער געפארן אליין זיך מסתופף זיין בצלו פון די צדיקי הדור, ובתוכם,
הרה"ק רבי אייזיק'ל מקאמארנא זי"ע,
והרה"ק רבי משולם פייש השרף מטאהש זי"ע,

אסאך צדיקים בודור געקומען זיך מסתופף זיין בצלו, ובתוכם,

הרה"ק רבי יהושע העשיל הכהן פריעד בעל זכרון יהושע אב"ד קאפיש זי"ע,
והגה"ק רבי מרדכי לייב ווינקלער בעל לבושי מרדכי אב"ד מאד זי"ע,

ער האט געהאט תלמידים גאונים צדיקים וקדושים, ובתוכם,
הרה"ק רבי חיים פריעדלענדער בעל טל חיים וברכה זי"ע, חתנו וממלא מקומו בליסקא,
הרה"ק רבי הירצקא'לע מראצפערט זי"ע,
הרה"ק רבי מרדכי ראזענבערג אב"ד טערצאל זי"ע,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

זיין תלמיד מובהק, הרה"ק מופת הדור רבי ישעי' ב"ר משה מקרעסטיר זי"ע, וואס איז געווען גאר שטארק צוגעבינדן צו זיין רבין, ער האט זיך פאריפן אלס משמש ביי זיין הייליגען רבין, ווי מען זעהט ווי ער האט זיך אייביג אינטער געשריבן בזה"ל, "הק' ישעי' בן מו"ה משה שהיה משמש בקודש אצל הרב הצדיק מליסקא זי"ע", און ער פלעגט כסדר זאגן אז זיין גאנצע כח קומט נאר פון זיין רבין מליסקא.

רבי הערשעלע האט אים ממנה געווארן אז ער זאל טיילן די חלות שבת ביים טיש, און פלעגט זאגן בזה"ל, "ווען ישעי' טיילט בילקעס קומט אין זיי אריין א ברכה".

איין שבת איז א גרויסער עולם געקומען קיין ליסקא, און כדרכו בקודש האט רבי ישעי'לע געטיילט די בילקעס, ביי שלש סעודת בשעת ער האט געטיילט די חלות איז שוין געווען שפעט און די גבאים זענען געקומען זאגן פאר רבי הערשעלע אז מען זאל זיך שוין שטעלן דאווענען מנחה.

אבער רבי הערשעלע איז געשטאנען און באטראכט ווי רבי ישעי'לע טיילט חלות און זיך אנגערופען "איך שטיי און קוק ווי ישעי' טיילט גוט די בילקעס",

די גבאים האבן מיט וואונדער געפרעגט וואס איז דען דער חידוש, ער טיילט דאך די בילקעס יעדע וואך, האט זיך ר' הערעשלע אנגערופען "קוקט, די זאק איז ליידיג און ער טיילט ווייטער".

הערענדיג די ווערטער זענען די גבאים צוגעלאפן און א כאפ געטאן די זאק און צו זייער וואונדער איז עס טאקע געווען ליידיג, אבער וויבאלד זיי האבן דאס געטון האט זיך אפ געשטעלט די ברכה און ער האט אויף געהערט טיילן.

אויך האט דער תלמיד מובהק רבי ישעי'לע געזאגט אז ער האט מקבל געווען פון זיין גרויסן רבין דער הייליגער רבי מליסקא זי"ע, "א גוי דארף זיך אדער בייגן, אדער זיך לייגן",

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע דברי תורה אין זיינע ספרים,

ספר אך פרי תבואה, על התורה,
ספר הישר והטוב, דרשות והספדים,

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער,

ליידער האט דער צדיק געהאט 7 זין וואס זענען אלע ליידער נעדר געווארן יונגערהייט בחייו פונעם טאטן זי"ע,

בתו הרבנית הצדקת מרת הענא ע"ה, אשת הגה"ק רבי יוזפא גאלדבערגער זי"ע, וואס זיין זון הרה"צ רבי זאב וואלף זי"ע האט געדריקט דעם הייליגען ספר אך פרי תבואה,
בתו הרבנית הצדקת מרת זלאטא ע"ה, אשת הרה"צ רבי אברהם שווארץ זי"ע, בן הר"ר קלמן ז"ל, בן הרה"ק רבי מענדל הענדלעס זי"ע, פון די אשווארער חבריא תלמידים פונעם הייליגען קאלובער זי"ע,
בתו הרבנית הצדקת מרת חיה שרה ע"ה, אשת הרה"ק רבי חיים פריעדלענדער בעל טל חיים זי"ע, ממלא מקום פונעם שווער אין ליסקא, און שפעטער א איידעם ביים שוואגער הרה"צ רבי אברהם שווארץ זי"ע,

דער הייליגער אך פּרי תבואה האָט געהאַט אַ מנהג אַז דעם ערשטן טאָג שבועות, זמן מתן תורתינו, האָט ער אַליין עולה געווען מפטיר, ער האָט מקפּיד געווען אויף די עלי' ווייל מען ליינט דעמאָלט די הפטורה פון "מעשה מרכבה".

אינעם לעצטן יאָר פון זיין לעבן, בשנת תרל"ד, האָט דער אך פּרי תבואה באַפוילן מען זאָל געבן מפטיר פאַר זיין איידעם דעם טל חיים, דער עולם אין בית המדרש האָט נישט געוואוסט דערפון און ווען דער טל חיים איז אַרויפגעקומען אויף די בימה צו מפטיר האָט דאָס אַרויסגערופן גרויס וואונדער, קיינער האָט נישט פאַרשטאַנען פאַרוואָס דער רבי, וועלכער האָט אַלע יאָרן געהאַט אַזאַ קפּידה אויף די עלי' און דאָס נישט געלאָזט אַוועקגעבן פאַר אַ צווייטן, האָט דאָסמאָל יאָ מכבד געווען זיין איידעם מיט די עלי'.

ערשט צוויי חדשים שפּעטער ווען דער אך פּרי תבואה זי"ע איז ליידער נסתלק געוואָרן, ביום י"ד אב, האָבן תושבי ליסקא פאַרשטאַנען למפרע די כוונה פונעם אך פּרי תבואה, אַז מיט'ן כיבוד פון מפטיר ביום א' דשבועות האָט ער אים פאַקטיש איבער געגעבן דעם שרביט הרבנות און אים מסמיך געווען אַלס ממלא מקומו.

נסתלק לגנזי מרומים י"ד מנחם אב תרל"ד, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט ליסקא,

יארן לאנג איז שוין דער ציון פונעם הייליגען צדיק מליסקא, א מקום ווי אידן קומען שופך שיח זיין דורכן יאר, און ספעציעל ביים יארצייט י"ד אב, און אידן דערציילן גרויסע ישועות וואס מען זעהט ביי דעם מקום קדוש, אויך ליגט דארט אונעם זעלבן אוהל זיין איידעם דער הייליגער טל חיים מליסקא, וואס איז געווען באקאנט אלס א גרויסע פועל ישועות און א גרויסע בעל מופת,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבינו יואל טייטלבוים מסאטמאר זי"ע האט כסדר געזאגט, אז בעפאר תקיעת שופר איז מסוגל צו רעדן פון צדיקים קדמונים אז דער זכות זאל אונז ביישטיין און זיין פאר אונז א מילץ יושר צום יום הדין, אסאך מאל האט רביה"ק גערעדט פון דעם גדלות פונעם הייליגען רבי הערשעלע ליסקער זי"ע און כמה פעמים האט ער נאר געזאגט בזה"ל, "הרה"ק מליסקא איז געווען א ערליכער איד, אדער א צדיק אמת",

הרה"ק רבי ישעי' מקרעסטיר זי"ע האט נאך געזאגט בשם זיין רבין רבי הערשעלע ליסקער זי"ע, אז איינמאל איז א איד געקומען צום רבין ר הערשעלע ליסקער זי"ע, און זיך אפגערעדט אז די מאכלי שבת קודש ווי די טשולענט און אנדערע מאכלים זענען מקלקל זיין מאגען און מאכט אים געפערליכע בויך וויי,

האט דער הייליגער צדיק מליסקא געזאגט, ח"ו אזוי צו זאגן, באמת די עסן פון שבת קודש ברענגען א רפואה פארן מענטש און ברענגט אריין א ברכה אין די מאגען פאר די גאנצע וואך, נאר נאכן עסן די הייליגע מאכלי שבת קודש וואלט א איד געברויכט האבן שכל און פאסטן צוויי טאג כדי צו לאזן די ברכה זאל בלייבן אונעם גוף, אבער וואס זאל מען טון אז גלייך נאך שבת קודש זעצט מען זיך עסן מאכלי חול, און דאס איז מקלקל דעם מאגען,

מען זאגט נאך בשם דעם צדיק רבי הערשעלע ליסקער זי"ע, פארוואס רופט מען דעם קופת צדקה מיטן נאמען "רבי מאיר בעל הנס", ווייל די גמרא זאגט דאך (מסכת קידושין דף ל"ו) רבי מאיר אומר, בין כך ובין כך נקראים בנים למקום, און דערפאר געט מען צדקה פאר קופת רבי מאיר בעל הנס, אז אפילו אידישע קינדער זענען ח"ו נישט ראוי, מיט דעם אלעם וועט השי"ת זיך מרחם זיין אויף זיינע קינדער און שיקן שפע ברכה והצלחה און ממלא זיין כל משאלותם לטובה, כרחם אב על בנים,

אין ספר הישר והטוב ווערט געברענגט, אז רבי הערשעלע ליסקער זי"ע האט אמאל געהערט ווי זיין איידעם איז זיך מתווכח מיט איינעם פון די חסידים, איבער דעם וואס דער קדושת לוי זי"ע שרייבט אין פרשת יתרו, אויפן פסוק "ומשה עלה", אז אויב א איד איז זוכה, הערט ער יעדן יו"ט שבועות דאס קול וואס רופט אויס "אנכי ה' אלקיך", און די צוויי האבן זיך מתווכח געווען צו די כוונה איז א קול ממש, האט זיך רבי הערשעלע ליסקער זי"ע אנגערופן בזה"ל, "דאס מיינט ממש א קול, און איך ווייס אויך אז עס איז אמת",

הרה"ק רבי אייזיק מקאמארנא זי"ע, פלעגט יעדעס יאר קומען אויף עטליכע וואכן קיין אונגארן, און עס האבן געשטראמט פילע חסידים וואס זענען געקומען מיט האלטן די געהויבענע שבתים, און צווישן די חסידים פלעגט אויך רבי הערשעלע ליסקער קומען, און ווען רבי הערשעלע ליסקער איז אריינגעקומען, האט זיך רבי אייזיק'ל אויפגעשטעלט פון בענקל און קעגן געגאנגען דעם צדיק און געזאגט א ברכת שהחיינו בשם המלכות,

דערציילט מען אז דאס ערשטע מאל וואס רבי הערשעלע ליסקער זי"ע איז געפארן צום צדיק רבי מאיר'ל מפרמישלאן זי"ע איז ער געפארן צוזאמען מיט זיין חבר הגה"ק רבי מנחם גרשון גרינוואלד אב"ד קערעסטיר בעל מרגליות טובה זי"ע, און דעם ערשטען שבת קודש זענען זיי נישט נתפעל געווארן פון די עבודה פונעם הייליגען פרעמישלאנער צדיק, און זיי זענען גלייך נאך שבת אהיים געפארן,

אבער אזוי ווי דער הייליגער צדיק מליסקא איז אנגעקומען אהיים האט ער מרגיש געווען א ירידה אין זיין עבודת השם און דער תורה לערנען איז נישט געגאנגען ווי בעפאר, האט ער אנגעפרעגט זיין חבר מקערעסטיר, און ער האט אויך געזאגט אז ער האט אויך מרגיש געווען א ירידה,

זענען די צוויי צדיקים צוריק צום צדיק רבי מאיר'ל מפרמישלאן זי"ע און מזכיר געווען אז זיי זענען ביידע מרגיש א ירידה אין זייער עבודת השם, האט דער הייליגער רבי מאיר'ל געזאגט בזה"ל, "דער דרך העולם איז, אז עס געפעלט נישט איין מאהל ווארט מען נאך א שבת, אבער איר זענט גלייך אוועק, אבער רבי מאיר'ל דארף דעם "מרגליות טובות", און דערפאר האט ער צו גענומען א משכון, אבער נאדער צוריק דעם משכון" און פון דאן זענען די צוויי שוין געבליבן זיך מסתופף זיין בצלו פון רבי מאיר'ל און האבן ביידע צוריק באקומען דעם כוח און מדרגה אין עבודת השם,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבי הערשעלע ליסקער איז געווען באוואוסט מיט זיין זעלטענע מצות הצדקה. פאר זיך אליין האט ער זייער מצמצם געווען און זיך באגענוגנט מיט גאר ווייניג, אבער פאר די ארימעלייט וועלכע פלעגן אנקלאפן ביי אים אין טיר האט ער שטענדיג געגעבן מיט א ברייט האנט, און אזוי ארום פלעגט ער דאס גאנצע געלט וואס די גרויסע עשירים האבן אים געגעבן, פארטיילן פאר צדקה.

אמאל האט זיך רבי הערשעלע פארהאלטן אויף שבת אין שטאט מונקאטש. די דארטיגע חסידים האבן שוין זייער געווארט אויף אזא געלעגנהייט, ווייל דאס עבודה און קדושה פון רבי הערשעלע האט ביי זיי שטארק אויס גענומען. אלע שטאט-לייט זענען געקומען מיט קוויטלעך און פדיונות צו באקומען א ברכה פונעם צדיק אזוי אז ס'האט זיך ביי אים אנגעזאמלט א ריזיגן סכום געלט.

צווישן די מענטשן דארט, איז געקומען א איד א גרויסער עני ואביון, און ער האט זיך אויסגעוויינט פאר רבי הערשעלע'ן איבער זיין ביטערן גורל, אז נאך א לאנגע צייט מיט פיל שוועריקייטן איז אים ענדליך געלונגען צו טון א לייטישן שידוך מיט זיין איינציגן טאכטער, און דאס אויך נאר נאכדעם ווי ער האט זיך מתחייב געווען אראפצולייגן א שיינעם נדן, יעצט למעשה נאך צוויי יאר וואס ער קען נישט צאלן דעם נדן, דראעט דער מחותן אפצולאזן דעם שידוך, ח"ו.
הערנדיג דעם שרעקליכן צושטאנד פון דעם ארעמאן האט רבי הערשעלע זייער רחמנות געקריגן אויף אים און ער האט אים באלד דערלאנגט דעם גאנצן ריזיגן סומע וואס איז געליגן אויפ'ן טיש, פאר נדן, וואונטשנדיג עס זאל זיין מיט מזל און ברכה.

אינדערזייט איז געשטאנען א חשובער איד פון שטאט, און ער האט צוגעזען וואס רבי הערשעלע האט געטון. דער מעשה האט אים שטארק פארדראסן און ער איז צו געגאנגען צום רבי'ן מיט א טענה, הלמאי ער ווארפט זיך אזוי מיט אזעלכע ריזיגע סכומים אין דער צייט וואס דער ארעמאן קען אליין גיין קלייבן נדבות ביי די הייזער.

ווען רבי הערשעלע האט געהערט די טענה פון דעם איד האט זיך רבי הערשעלע דערמאנט א מעשה וואס האט פארסירט מיט אים אין זיינע יונגע יארן, און ער האט זיך גענומען דערציילן,

אין זיינע יונגע יארן פלעגט רבי הערשעלע פארן קיין בעלזא, צו הרה"ק רבי שלום דער ערשטער בעלזער רב זי"ע. אין יענע צייטן איידער ער איז אליינס מפורסם געווארן איז די דחקות ביי אים אין שטוב געווען גאר גרויס און קיין שפעזן אויף הוצאות הדרך איז נישט געווען.

עס איז געווען פאר שבועות ווען רבי הערשעלע האט דאן זיך פארגליסט צו זיין שבועות אין בעלזא ביים הייליגן בעלזער רב. פון דעם מאגערן געהאלט וואס ער האט פארדינט פון מלומדות האט ער נישט געהאט גענוג צו דינגען א פערד און וואגן, אבער די חשק האט שטארק געברענט אין זיין הארץ און דעריבער האט ער זיך ארויס געלאזט צופוס אין וועג קיין בעלזא.

דער מהלך איז נישט געווען קיין קורצע און פארשטייט זיך אז דאס גיין צופוס קיין בעלזא איז פאר רבי הערשעלע נישט אנגעקומען גרינג. אונטער וועגנס איז ער דורך געגאנגען דעם שטאט לעמבערג, מיד און מיט געשוואלענע פיס האט ער זיך צוגעשלעפט צום שול פון רבי הערשעלע זידיטשובער, וואס האט געהייסן "חדשים", זיך אביסל אפצורוען פון דעם שווערן וועג. (רבי הערשלע זידיטשובער האט אויף געשטעלט בתי מדרשים אין דריי שטעט און ער האט יעדע איינס אנגערופן מיט איינער פון די ווערטער אין פסוק "חדשים, לבקרים, רבה אמונתיך").

דאן זענען דארט פארביי געפארן א שיירה בעלזא חסידים פון מונקאטש און זיי האבן זיך פאר א וויילע אפגעשטעלט דארט אין ביהמ"ד, רבי הערשעלע האט דאן באשלאסן אז ס'וואלט געווען א גוטע פלאן ווען ער זאל זיך קענען מיטכאפן מיט די חסידים קיין בעלזא, ווייל אנדערש האט ער שוין ממילא נישט קיין אויסזיכט אנצוקומען פאר יום-טוב.

דער הויפט צווישן זיי וואס האט מסדר געווען די נסיעה האט אבער געבעטן דערפאר זעכציג גרייצער. און רבי הערשעלע האט נישט פארמאגט מיט זיך אפי' איין גרייצער. די תחנונים זיינע האבן נישט ווייכער געמאכט די הארץ פון דעם אינגערמאן, יענער האט אים בלויז מייעץ געווען אז ער האט צוויי שעה ביז זיי פארן ווייטער, און דערווייל קען ער גיין קלייבן נדבות ביי גוט הארציגע אידן פון לעמבערג.

בלית ברירה האט רבי הערשעלע אנגענומען דעם עצה, לעמבערג איז דאן געווען אן עיר ואם בישראל, און עס איז דארט געווען איינגעפירט צו געבן פאר די ארעמע לייט וואס זענען ארומגעגאנגען נאך געלט אזעלכע בלעכלעך וואס מ'האט געקענט פארטוישן פאר געלט ביים פרנס החודש, אדער סחורה מיט וואס זיי האבן עוסק געווען.

ווען רבי הערשעלע איז אנגעקומען אין ערשטן געשעפט האט אים דער געשעפט מאן געפרעגט: אינגערמאן, געלט אדער סחורה? רבי הערשעלע האט ביי זיך געטראכט אז אויב ער וועט אים געבן סחורה וועט ער עס מעגליך קענען פארקויפן פאר א גרעסערן סכום ווי די געלט וואס ער וויל אים געבן און ער האט געבעטן סחורה. דער סוחר האט אים אפגעשניטן א מעטער פאדעם און עס אים 'העפליך' דערלאנגט.

אזוי איז אויך געווען אינעם צווייטן געשעפט, דער געשעפט מאן האט אים דערלאנגט א קנעפל, און דער דריטער געשעפטמאן האט אים געגעבן א נאדל, און רבי הערשעלע האט זיך שנעל געמאכט א חשבון אז דערפון וועט ער קיין זעכציג גרייצער נישט פארדינען. ער האט געהאט דערפון גרויס עגמת נפש, און ווען ער איז אריין אינעם פערטן געשעפט און דער סוחר האט אים געפרעגט: געלט אדער סחורה, האט רבי הערשעלע אויס געבראכן אין א ביטערן געוויין.

הערנדיג דעם מצב פון רבי הערשעלע האט דער סוחר זייער רחמנות געהאט אויף אים און ער האט אים דערלאנגט די גאנצע זעכציג גרייצער. רבי הערשעלע האט זיך דערמיט זייער דערפרייט און ער איז אוועק געפארן בשמחה קיין בעלזא צוזאמען מיט די אנדערע חסידים.

דעם סיפור האט רבי הערשעלע דערציילט און ער האט אויסגעפירט: און זינט דאן האב איך זיך פארגענומען אז איך וועל קיינמאל נישט אוועקשיקן א ארעמאן, און ווען א נצרך וועט ביי מיר אנקלאפן וועל איך אים געבן זיין גאנצע הצטרכות אין וואס ער וועט זיך נויטיגן.

ווען דער רבי האט געענדיגט דערציילן האט זיך רבי הערשעלע געוואנדן צו דעם חשוב'ן איד וואס האט אים מעורר געווען, און ער האט אים געזאגט: געוויס האסטו זיך שוין דערמאנט אז דו ביסט געווען יענער אינגערמאן וואס האט מיר געשיקט קלייבן נדבות און פון דיר האב איך זיך אויסגעלערנט נישט אזוי צו טון פאר אן ארעמאן!
דער איד האט זיך טאקע דערמאנט אין דעם מעשה און ער האט אויסגעבראכן אין א שטארקן געוויין און איבער געבעטן רבי הערשעלע פאר די צער וואס ער האט אים גורם געווען און ער האט זיך אונטער גענומען זיך מער מרחם צו זיין אויף ארימעלייט און נצרכים
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבי משה טויב בעל עת רצון מקאליב זי"ע האָט דערציילט אַז ווען רבי הערשעלע ליסקער איז געווען ביים רוזשינער, האָט ער געזען ווי מען גיט צו עסן צוקער פאר די פערד וואָס האָבן באַלאַנגט צום ריזשינער'ס שטוב. ס'האָט אים זייער פאַרדראָסן פאַרוואָס מען פיטערט פערד מיט אַזאַ קאָסטבאַרע זאַך ווי צוקער, וואָס האָט באַטראָפן אַ גרויסע סומע און מען וואָלט דערמיט געקענט מהנה זיין אָרימעלייט. איז ער באַלד אַריבערגעלאָפן צום רוזשינער אים פרעגן פשט דערין.

ווען ער איז אָנגעקומען נעבן טויער פון שטוב האָט ער אָנגעהויבן קלערן, אויף וועמען האָב איך קשיות, ווער בין איך און אויף וועמען האָב איך קשיות איז ער אַזוי געשטאַנען פאַרטראַכט ביי די טיר עטליכע רגעים. פּלוצלינג הערט ער דעם רוזשינער'ס קול, ווי ער רעדט צו אים אַרויס פון שטוב: "ליסקער רב, איך וועל אייך שוין מאָרגן אַלעס פאַרענטפערן".

דעם אַנדערן טאָג האָט אים דער רוזשינער געזאָגט, איר זאָלט וויסן אַז מען ברענגט מיר פאַרשידענע געלטער, ס'זענען דאָ אַזעלכע געלט וואָס זענען נישט ראוי צו נוצן נאָר פאַר פערד, וויבאַלד איך וויל די געלטער זאָלן זיך שנעל אויסניצן, דעריבער הייס איך קויפן פונעם געלט צוקער וואָס קאָסט זייער טייער און דאָס געבן פאר די פערד.

דער רוזשינער האָט אים בשעת מעשה געוויזן אויפ'ן טיש וואו ס'איז געלעגן הויפנס מיט געלט, זאָגנדיג: "ליסקער רב, פון די אַלע געלט וואָס איר זעט דאָ, קומט מיר נישט אויס אפילו פאַר אַ סעודה אחת".
און כידוע אַז ביי דעם ענין האָט זיך דער הייליגער ליסקער אויך אַזוי געפירט. ער האָט מברר געווען אַסאַך געלט וואָס איז אים געקומען אונטער די הענט, און ער פלעגט אַריינוואַרפן געלט אין בית הכסא, אדער פלעגט ער פארברענען די געלט,

דער טעמעשוואַרער רב ברענגט אַז ער האָט דערציילט די מעשה פאַר מרן רביה"ק מסאַטמאַר זי"ע, וועלכער האָט עס זייער משבח געווען, און ער האָט אויף דעם דערציילט די פאָלגענדע מעשה:

אַמאָל האָט רבי הערשעלע ליסקער געגעבן אַ גרויסן סכום געלט פאר זיין גבאי'ן און אים געהייסן עס באַלד פאַרברענען. איז געווען דאָרט פּונקט בשעת מעשה רבי הערשעלע'ס איידעם הרה"צ רבי יוזפא זי"ע, וועלכער האָט געפרעגט זיין הייליגן שווער אויב ער קען קויפן פון די געלט האָלץ פאַר אָרימעלייט אויפן ווינטער וואָס קומט שוין אָט אָט, און ס'וועט אויך האָבן אַ דין ווי שריפה, ווייל די העלצער וועלן ברענען. אָבער דער הייליגער ליסקער רב האָט נישט מסכים געווען בשום אופן, נאָר געהייסן פאַרברענען די געלט ממש, אַזוי ווי ער האָט פריער געזאָגט.

שפּעטער האָט פּאַסירט אַז עמיצער האָט גענומען דאָס געלט, און מיט אַ גוטע כוונה לשם מצוה איז ער געגאַנגען באַצאָלן רענט פאַר אַ געוויסן אָרימאַנ'ס דירה, וועלכער איז שוין געווען שולדיג שכירות פון אַ גאַנץ יאָר און דעריבער האָט אים דער בעל-הבית געוואָלט משלח זיין פון די דירה. פאַקטיש האָט זיך עס נישט גוט אויסגעלאָזט. ווייל יענער אָרימאַן וועמען מען האָט אויסגעצאָלט די דירה געלט איז קראַנק געוואָרן און ער האָט באַקומען אויפ'ן גאַנצן קערפּער אַן אויסשלאַג ל"ע. מען האָט פאַרשטאַנען אַז דאָס קומט צוליב וואָס ער האָט הנאה געהאַט פון אַזעלכע געלט וועלכער דער הייליגער ליסקער האָט געהייסן פאַרברענען.

איז מען געקומען מזכיר זיין דעם אָרימאַן פאַר רבי הערשעלע'ן, און מען האָט אים בלית ברירה דערציילט די גאַנצע געשעעניש, אַלעס וואָס מען האָט פאַקטיש געטאָן מיטן געלט. האָט רבי הערשעלע זיי געזאָגט, וואָס האָט איר געטאָן, דאָס געלט האָב איך דאָך געקריגן פון אַ גרויסן בעל עבירה וועלכער האָט געהאַט די זעלבע מחלה ה' ישמרנו, און איך האָב נישט געזען קיין אַנדערע עצה ווי צו פאַרברענען דאָס געלט. אַצינד אַז איינער האָט הנאה געהאַט פון אַזאַ סאָרט געלט האָט פּאַסירט וואָס דאָ איז ליידער געשען, השי"ת ישמרנו ויצלינו מכל רע.

ווען דער הייליגער צדיק רבי הערשעלע ליסקער זי"ע איז נאך געווען א יונגערמאן און געוואוינט אין אוהעל, איז ער געזעצן על התורה ועל העבודה יומם ולילה, און האט געלערנט תורה מתוך הדחק, ער האט ממש נישט געהאט קיין פרוטה אויף איינצוקויפן א שטיקל ברויט צו שטילן די הונגער ביי זיך אין שטוב,

איינמאל איז אריבער דריי טאג וואס עס איז נישט געווען אין שטוב פון דעם צדיק קיין שטיקל ברויט און עס איז ממש געווען א שרעקליכע הונגער, דעם דריטן טאג האט פאסירט אז א פרוי איז זייער קראנק געווארן און זי איז געווען אין א שרעקליכע סכנה, מען האט נישט געוויסט ווי אזוי זיך א עצה געבן איר צו ראטעווען דאס לעבן,

ביינאכט האט זיך די מאמע פון די פרוי גע'חלומ'ט אז די צדקת מרת שרה ע"ה די מאמע פון רבי הערשעלע ליסקער זי"ע איז געקומען פונעם עולם האמת, און זאגט פאר די פרוי, היות איר זון רבי הערשעלע האט שוין נישט דריי טאג געהאט קיין עסן, זאגט צו איר צו אז אויב זי וועט אריבער גיין און געבן פאר איר זון א פערציגער (וואס דאס איז געווען א קליינע מטבע בימים ההם), כדי ער זאל האבן וואס צו עסן, וועט איר טאכטער געזונט ווערן,

די פרוי איז גלייך צופרי אריבער געלאפן צום שטוב פון רבי הערשעלע און דערציילט די מעשה און אהין געגעבן די פערציגער פאר רבי הערשעלע אז ער זאל זיך קענען גיין קויפן א שטיקל ברויט, און גלייך איז מען געקומען מבשר זיין די גוטע בשורה אז די טאכטער איז געזונט געווארן,

שפעטער האט רבי הערשעלע ליסקער אויף דעם געזאגט, אז זעט אויס אז פון הימל וויל מען נישט אז ער זאל האבן מער געלט, ווייל ווען יא וואלט דאך די מאמע געקענט הייסן יענע פרוי אים געבן הונדערט גולדן, און די פרוי וואלט דאך דאס גערן געגעבן כדי די טאכטער זאל געזונט ווערן, אבער די מאמע האט געהייסן נאר געבן א קליינעם מטבע אז ער זאל זיך קענען קויפן אביסל ברויט,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

ווי באקאנט האט דער צדיק פארטיילט כמעט דאס גאנצע געלט וואס ער האט באקומען פון די פדיונות וואס אידן האבן ביי אים איבער געלאזט ביים זיך קומען מזכיר זיין, און ער האט געהאט א ספעציעלע עבודה פון איינטיילן דאס געלט אויף באזונדערע צדקות,

איינמאל איז די רעבעצין די צדקת קריינטשא ע"ה אריין געקומען אין שטוב פון איר הייליגער מאן, און זי זעהט ווי די גאנצע טיש איז אנגעפילט מיט גרויסע געלטער וואס דער צדיק האט איינגעטיילט צו געבן פאר ארימעלייט און אנדערע צדקות,

און וויבאלד ביי אים אין שטוב האט דאך געהערשט א געוואלדיגע דחקות, האט די רעבעצין געקרעכצט און געזאגט פארן צדיק, אזוי פיל געלט גיבסטו אוועק פאר ארימעלייט, און פאר אונז לאסטו כמעט גארנישט איבער, און די קינדער ליידן דאך פון הונגער,

האט דער הייליגער צדיק רבי הערשעלע ליסקער געזאגט פאר זיין רעבעצין, ווילסטו דען אז איך זאל דיר געבן געלט וואס געהער נישט צו מיר, די אלע געלט וואס איך באקום זענען דאך נישט מיינע, איך בין בלויז א גבאי צדקה אוועקצוגעבן דאס געלט פאר אנדערע ארימעלייט דא אדער אין ירושלים,

אמאל ווען דער צדיק רבי הערשעלע ליסקער זי"ע איז נאך געווען א קינד און געוואוינט אין שטאט אוהעל, איז געווען א שיינע שבת אין שטאט און אסאך אידן זענען געקומען אויף שבת קודש צום הייליגען ישמח משה זי"ע, און ווי עס איז געווען איינגעפירט האט דער ישמח משה געהאלטן א גאר טיפע דרשה מיט א פלפול ביי יעדע שיינע שבת,

דער קינד הערשעלע האט געזען אז עס איז געקומען א בחור א מופלג בתורה אויף שבת אין שטאט, און דער קינד האט פארשטאנען אז דער בחור וועט זיך זיכער מפלפל זיין ביי די דרשה מיטן הייליגען ישמח משה, און דערפאר האט זיך דער קינד הערשעלע גאר גוט צוגעגרייט אויף די סוגיא כדי ער זאל זיך קענען אננעמען פארן כבוד פון זיין הייליגען רבין דער ישמח משה זי"ע,

אזוי איז טאקע געווען, ווען דער ישמח משה האט אנגעהויבן דעם דרשה האט דער בחור אנגעהויבן אריין פרעגן, אבער דער קינד הערשעלע האט גלייך אפגעוואנדן דעם בחור, און אזוי איז אנגעגאנגען דעם גאנצן דרשה, ווען דער בחור האט אפגעפרעגט וואס דער ישמח משה האט געזאגט האט דער יונגער הערעשלע גלייך אפגעפרעגט דעם בחור, דער גאנצער עולם איז ממש ארויס פון התפעלות פון דעם חריפות פין דעם יונגן קינד,

און רבי הערשעלע ליסקער האט שפעטער דערציילט, אז ער האט ביי זיך געהאט אפגעמאכט אז אפילו ער וועט נישט האבן וואס צו ענטפערן, וועט ער מיט דעם אלעם זיך נישט אפהאלטן פון צוריקשרייען אויף דעם בחור, נאר כדי זיך אנצונעמען אויפן כבוד פון זיין רבין,

אויפן וועג אהיים נאכן דרשה איז רבי הערשעלע ליסקער אהיים צוזאמען מיטן הייליגען ישמח משה, און זיין רבי האט זיך אנגערופן צו רבי הערשעלע, וואס האט געוואלט דער שוטה, און דער ליסקער רב האט דערציילט אז ער האט געקענט דעם בחור שפעטערע יארן און יענער האט ל"ע געשטאמעלט ביים רעדן,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ח רבי אייזיק לעפקאוויטש ע"ה איז געווען א גרויסע סוחר, און יעדעס מאל ער איז געפארן צום מארק איז ער קודם אריבער צו זיין רבין רבי הערשעלע ליסקער צו באקומען א ברכה,

איינמאל ווען ער איז אריינגעקומען זיך געזעגענען צו גיין צום מארק, זאגט אים דער צדיק, ווען די וועסט זיין אויפן וועג און די וועסט זעהן צוויי זשאנדארן, זאלסטו זיי אויפנעמען אויפן וואגן, עס איז געווען א פלא פארן חסיד רבי אייזיק, אבער ער האט אריין גענומען אין קאפ די ווערטער פון זיין רבין און אהיים געגאנגען,

א טאג בעפאר די מארק טאג איז דער רבי אייזיק געפארן צום שטאט בערעגסאז כדי ארויס צו נעמען געלט פון די באנק פארן מארק טאג, און אויפן וועג אהיים האט ער געטראפן צוויי זשאנדארן וועלכע גייען אויפן גאס, דערמאנענדיג זיך די ווערטער פון זיין רבין, האט ער האט ער זיי פאר געשלאגן אז זיי זאלן ארויף קומען אויף זיין וואגן, און ער האט זיי געטראגן צו זיך אהיים און אוועק געגעבן זיין מאגאזין אז זיי זאלן קענען דארט איבער נעכטיגן,

אינמיטן די נאכט הערט ר' אייזיק איינעם שטארק קלאפן אויף זיין טיר, און יענער האט געהייסן אז ער זאל יעצט אויפמאכן די טיר ווייל אויב נישט וועט ער אים הרגע'נען, בלית ברירה האט ער אויף געמאכט דעם טיר, און ער זעהט א באנדיט מיט א מאסק שטייט דארט, און דער באנדיט פאדערט פון אים אז ער זאל ברענגען זיין גאנצע געלט, און ווען ר' אייזיק האט פראבירט צו זאגן אז ער האט נישט מיט זיך קיין געלט, האט דער באנדיט אים אנגעווארענט מיטן לעבן אז ער זאל שוין אהער געבן דאס גאנצע געלט,

דאן האט זיך ר' אייזיק דערמאנט פון די צוויי זשאנדארן וואס שלאפן ביי אים אין מאגאזין, איז ער אריין דארט כאילו ער גייט ארויס ברענגען דאס געלט, און דאן האט ער פאר די זשאנדארן דערציילט וואס דא קומט פאר, האבן די זשאנדארן געהייסן אז ער זאל פאר דעם באנדיט געבן דאס גאנצע געלט, און זיי די זשאנדארן וועלן דעם גנב אפווארטן אינדרויסן און וועלן צוריק ברענגען דאס געלט,

ר' אייזיק האט טאקע דאס געטון, און אזוי ווי דער באנדיט איז ארויס געקומען האבן די זשאנדארן אים גלייך געבינדן די הענט און אים אפגעפירט צו די פאליציי, און דאן האט ר' אייזיק געזען אז דער באנדיט איז געווען דער איינגעשטעלטער ביי די באנק וואס האט געוויסט אז ר' אייזיק האט ארויס גענומען א גרויסע סכום געלט, און דערפאר איז ער געקומען פארשטעלט כדי צו גנב'נען די געלט,

דאן האט ר' אייזיק שוין פארשטאנען פארוואס די רבי האט אים געהייסן ארויף נעמען די זשאנדארן אויפן וואגן, אבער ווען ר' אייזיק האט געזוכט די צוויי זשאנדארן כדי זיך צו באדאנקען האט ער צו זיין גרויס וואונדער געזען אז זיי זענען פארשוואונדען געווארן, דאן האט ער שוין פארשטאנען אז די צוויי זשאנדארן זענען געווען שלוחים מן השמים אים צו ראטעווען בזכות פון דעם גרויסן צדיק רבי הערשעלע ליסקער זי"ע,

הגה"ק רבי יהודה גרינוואלד אב"ד סאטמאר זי"ע האט דערציילט, אז איינמאל איז דער צדיק רבי הערשעלע ליסקער געפארן צו זיין רבין דער הייליגער ישמח משה זי"ע, און איינער האט אים געבעטן אז ער וויל אים באגלייטן אויף די נסיעה,

האט רבי הערשעלע געזאגט פאר דעם איד, אז ער נעמט אים מיט נאר בתנאי אז דורכאויס די וועג וועט ער גארנישט בעטן פון קיינעם, און יענער האט מסכים געווען,

אויפן וועג האט פאסירט אז קיינער האט זיי נישט גערופן צו עסן, און דער הייליגער ליסקער רב איז געווארן זייער אפגעשוואכט, אבער אנקומענדיג אין א גרויסע שטאט זענען זיי פארבייגעגאנגען א הויז, און דער מענטש וואס האט דארט געוואוינט האט ארויסגערופן הויעך, אז די מענטשן פון אונגארן זאלן אריין קומען צו אים, און דער מענטש האט זיי מכבד געווען מיט עסן און טרינקען און זיי שטארק מחי' געווען,

דאן האט דער מענטש דערציילט, אז ער איז א אייניקל פונעם הייליגען ש"ך זי"ע, און די נאכט איז דער זיידע דער ש"ך אים געקומען אין חלום און געזאגט, אז איינער פון אונגארן פארט דא יעצט דורך, און ער לערנט גאר אסאך אין זיין ספר ש"ך לשם שמים, און געהייסן אז ער זאל אים גלייך אריינרופן און מכבד זיין מיט עסן,
קערעסטירער-הויף
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2022 11:47 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קערעסטירער-הויף »

בגליון קערעסטירער הויף מתבאר בכל שבוע קטע מהספר אך פרי תבואה
ניתן להוריד את הגליונות בקישור הבא
viewtopic.php?t=57418
ישיש
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:18 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיש »

ווי קען מען זעהן די צוואה פונעם הייליגן אך פרי תבואה?
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

ישיש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 10:20 pm
ווי קען מען זעהן די צוואה פונעם הייליגן אך פרי תבואה?
און דו הקדמה פונעם אך פרי תבואה.
ישיש
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:18 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיש »

[quote="אוצרות ליסקא" post_id=4549793 time=1693278832 user_id=7240]
[quote=ישיש post_id=4549647 time=1693275618 user_id=32427]
ווי קען מען זעהן די צוואה פונעם הייליגן אך פרי תבואה?
[/quote]

און דו הקדמה פונעם אך פרי תבואה.
[/quote]

שטייט נאר א העתקה פין די צוואה... ווי קען מען זעהן די גאנצע?

[attachment=0]Screenshot_20230830_154922_Chrome (1).jpg[/attachment]
אטעטשמענטס
Screenshot_20230830_154922_Chrome (1).jpg
Screenshot_20230830_154922_Chrome (1).jpg (377.59 KiB) געזען 155 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”