רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מסתם ביים מו"ל ר' הערשל בר"א לויפער
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

יוראפ האט געשריבן:מסתם ביים מו"ל ר' הערשל בר"א לויפער

א נומערע האט איר אפשר?
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אוהב ספרים האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:מסתם ביים מו"ל ר' הערשל בר"א לויפער

א נומערע האט איר אפשר?

קוקינישי

יוראפ האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:מסתם ביים מו"ל ר' הערשל בר"א לויפער

א נומערע האט איר אפשר?

קוקינישי

דאנקע שעין
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פין הרה"ק מליסקא זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1942
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

תולדות צדיק - רבי הערשעלע ליסקער זי"ע האָט געהאַט 7 זין וואָס אַלע זענען ל"ע נעדר געוואָרן בחייו (ער האָט געהאַט אַ זון אהרן וועלכער איז נפטר געוואָרן אַלט זייענדיג 12 יאָר, אין ספה"ק אך פרי תבואה פ' תצא ווערט געברענגט אַ דבר תורה בשמו).
זיינע טעכטער און איידעמער זענען געווען: 1) הרבנית הענא ע"ה אשת הגאון הצדיק רבי יוזעפף גאָלדבערגער זצ"ל. זיין זון הרה"צ רבי זאב וואָלף ז"ל איז געווען דער מו"ל און מסדר פונעם ספה"ק אך פרי תבואה און הישר והטוב. אַזוי אויך פונעם ספר דרכי הישר והטוב;
2) הרבנית זלאַטא ע"ה (זי איז נאָך נפטר געוואָרן בחיי אביה), די רביצין פון הרב הצדיק המפו' רבי אברהם שוואַרץ זצ"ל, בן רבי קלמן ז"ל, זון פון הרה"ק רבי מענדל הענדלעס זצוק"ל דער ראש פון די אָשוואַרער חבריא, תלמידים פון הייליגן קאַלובער זי"ע (ער ווערט דערמאַנט אין ספה"ק היכל הברכה פון הרה"ק רבי יצחק אייזיק מקאָאַמארנא זי"ע, סוף פרשת מטות, וזלה"ק: "בהיותי כבר עשרים ושמנה שנה הייתי במדינת אונגאַרן ואמרתי וכו', ובמסיבה זאת הי' שם צדיקים אחד מוה"ר מענדל תלמיד הרב הקדוש מו"ה אייזיק מקאַליף והשני לו מוהר"ר זאב וואָלף תלמיד הנ"ל, ובפיהם הי' שגור כל כתבי האר"י על פה ממש").
3) די דריטע איז געווען הרבנית חיה שרה ע"ה (אויך נפטר געוואָרן בחיי אביה, כ"ז תשרי תרל"א. אַ הספד פון רבי הערשעלע איז געדרוקט אויף איר אין ספה"ק הישר והטוב ח"ב דף כב עמ' ב), די רביצין פון הגה"ק רבי חיים מליסקא זי"ע, בעמח"ס "טל חיים" וועלכער איז געזעסן אויפ'ן כסא הרבנות אין ליסקא, ביז ט' אייר תרס"ד ווען ער איז נסתלק געוואָרן לישיבה של מעלה און איז נטמן געוואָרן אין אהל הקדוש, צו די לינקע זייט פון זיין גרויסן שווער אין ליסקא.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1942
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

הרה"צ רבי משה טויב זצ"ל אדמו"ר מקאַלוב האָט דערציילט אַז ווען רבי הערשעלע ליסקער איז דאַן געווען ביים רוזשינער, האָט ער געזען ווי מען גיט צו עסן צוקער די פערד וואָס האָבן באַלאַנגט צום ריזשינער'ס שטוב. ס'האָט אים זייער פאַרדראָסן פאַרוואָס מען פיטערט פערד מיט אַזאַ קאָסטבאַרע זאַך ווי צוקער, וואָס האָט באַטראָפן אַ גרויסע סומע און מען וואָלט דערמיט געקענט מהנה זיין אָרימעלייט. איז ער באַלד אַריבערגעלאָפן צום רוזשינער אים פרעגן פשט דערין.
ווען ער איז אָנגעקומען נעבן טויער פון שטוב האָט ער אָנגעהויבן קלערן: אויף וועמען האָב איך קשיות? ווער בין איך און אויף וועמען האָב איך קשיות?! איז ער אַזוי געשטאַנען פאַרטראַכט ביי די טיר עטליכע רגעים. פּלוצלינג הערט ער דעם רוזשינער'ס קול, ווי ער רעדט צו אים אַרויס פון שטוב: "ליסקער רב, איך וועל אייך שוין מאָרגן אַלעס פאַרענטפערן".
דעם אַנדערן טאָג האָט אים דער רוזשינער געזאָגט: איר זאָלט וויסן אַז מען ברענגט מיר פאַרשידענע געלטער, ס'זענען דאָ אַזעלכע געלט וואָס זענען נישט ראוי צו נוצן נאָר פאַר פערד... וויבאַלד איך וויל די געלטער זאָלן זיך שנעל אויסנוצן, דעריבער הייס איך קויפן פונעם געלט צוקער וואָס קאָסט זייער טייער און דאָס געבן די פערד. דער רוזשינער האָט אים בשעת מעשה געוויזן אויפ'ן טיש וואו ס'איז געלעגן הויפנס מיט געלט, זאָגנדיג: "ליסקער רב, פון די אַלע געלט וואָס איר זעט דאָ, קומט מיר נישט אויס אפילו פאַר אַ סעודה אחת".
און כידוע אַז ביי דעם ענין האָט זיך דער הייליגער ליסקער אויך אַזוי געפירט. ער האָט מברר געווען אַסאַך געלט וואָס איז אים געקומען אונטער די הענט, און ער פלעגט אַריינוואַרפן געלט אין בית הכסא.

דער טעמעשוואַרער רב ברענגט אַז ער האָט דערציילט די מעשה פאַר מרן רביה"ק מסאַטמאַר זי"ע, וועלכער האָט עס זייער משבח געווען,
און ער האָט אויף דעם דערציילט די פאָלגענדע מעשה:

אַמאָל האָט רבי הערשעלע ליסקער געגעבן אַ גרויסן סכום געלט זיין גבאי'ן און אים געהייסן עס באַלד פאַרברענען. איז געווען דאָרט פּונקט בשעת מעשה רבי הערשעלע'ס איידעם הרה"צ רבי יוזעפף זצ"ל, וועלכער האָט געפרעגט זיין הייליגן שווער אויב ער קען קויפן פון די געלט האָלץ פאַר אָרימעלייט אויפן ווינטער וואָס קומט שוין אָט אָט, און ס'וועט אויך האָבן אַ דין ווי שריפה, ווייל די העלצער וועלן ברענען. אָבער דער הייליגער ליסקער רב האָט נישט מסכים געווען בשום אופן, נאָר געהייסן פאַרברענען די געלט ממש, אַזוי ווי ער האָט פריער געזאָגט.
שפּעטער האָט פּאַסירט אַז עמיצער האָט גענומען דאָס געלט, און מיט אַ גוטע כוונה לשם מצוה איז ער געגאַנגען באַצאָלן רענט פאַר אַ געוויסן אָרימאַנ'ס דירה, וועלכער איז שוין געווען שולדיג שכירות פון אַ גאַנץ יאָר און דעריבער האָט אים דער בעל-הבית געוואָלט משלח זיין פון די דירה. פאַקטיש האָט זיך עס נישט גוט אויסגעלאָזט. ווייל יענער אָרימאַן וועמען מען האָט אויסגעצאָלט די דירה געלט איז קראַנק געוואָרן און ער האָט באַקומען אויפ'ן גאַנצן קערפּער אַן אויסשלאַג ל"ע. מען האָט פאַרשטאַנען אַז דאָס קומט צוליב וואָס ער האָט הנאה געהאַט פון אַזעלכע געלט וועלכער דער הייליגער ליסקער האָט געהייסן פאַרברענען.
איז מען געקומען מזכיר זיין דעם אָרימאַן פאַר רבי הערשעלע'ן, און מען האָט אים בלית ברירה דערציילט די גאַנצע געשעעניש, אַלעס וואָס מען האָט פאַקטיש געטאָן מיטן געלט. האָט רבי הערשעלע זיי געזאָגט: וואָס האָט איר געטאָן? דאָס געלט האָב איך דאָך געקריגן פון אַ גרויסן בעל עבירה וועלכער האָט געהאַט די זעלבע מחלה ה' ישמרנו, און איך האָב נישט געזען קיין אַנדערע עצה ווי צו פאַרברענען דאָס געלט. אַצינד אַז איינער האָט הנאה געהאַט פון אַזאַ סאָרט געלט האָט פּאַסירט וואָס דאָ.
ביז דאָ האָט דערציילט מרן רבינו הקדוש מסאַטמאַר זי"ע, והשי"ת ישמרנו ויצלינו מכל רע (גדולת יהושע שם אות צא).
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ייש"כ פאר די שיינע סיפורים
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

בחרדת קודש ובדחילו ורחימו זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.

דו הייליגע זיידע הרה"ק הבעל הילולא בעל אך פרי תבואה זי"ע האט געזאגט גלייך פארן הסתלקות צו זיינע קינדער, גלייבטס מיר טייערע קינדער, אז איך האב ענק גוט אנגעוואקסן, ווי עטס וועטס נאר זיין פארשפרייט, גלייבטס מיר, איך האב ענק גוט אנגעוואקסען, און איך וועל מחזק זיין ווער ס'איז מחזק מיינע קינדער, עכל"ק.

אלס אייניקעל וויל איך אנווינטשען כל הקהל הקודש הזה בתוך כלל ישראל מיט כל השפעות טובות ברחניות ובגשמיות, וימלא ה' כל משאלות לבכם לטובה ולברכה, להפקד בדבר ישועה ורחמים, אמן ואמן, וכן יהי רצון.

תיקון טעות:

Ban Mazel האט געשריבן:די רביצין פון הגה"ק רבי חיים מליסקא זי"ע, בעמח"ס "טל חיים" וועלכער איז געזעסן אויפ'ן כסא הרבנות אין ליסקא, ביז ט' אייר תרס"ד ווען ער איז נסתלק געוואָרן לישיבה של מעלה און איז נטמן געוואָרן אין אהל הקדוש, צו די לינקע זייט פון זיין גרויסן שווער אין ליסקא.

הרה"ק הטל חיים והברכה זי"ע, היה כפי צוואתו בעל פה ובכתב ממלא מקומו וממשיך דרכו ברבנות ובאדמורו"ת ליסקא, שרבים וטובים בני עלייה תלמידי חכמים חסידים ואנשי ביתו וחסידי חמיו הסתופפו אצלו בצלא דמהימנותא ליהנות מאורו, ומהדר גאון עוזו, ולהפקד בדבר ישועה ורחמים.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

אוצרות ליסקא האט געשריבן:
תיקון טעות:

Ban Mazel האט געשריבן:די רביצין פון הגה"ק רבי חיים מליסקא זי"ע, בעמח"ס "טל חיים" וועלכער איז געזעסן אויפ'ן כסא הרבנות אין ליסקא, ביז ט' אייר תרס"ד ווען ער איז נסתלק געוואָרן לישיבה של מעלה און איז נטמן געוואָרן אין אהל הקדוש, צו די לינקע זייט פון זיין גרויסן שווער אין ליסקא.

הרה"ק הטל חיים והברכה זי"ע, היה כפי צוואתו בעל פה ובכתב ממלא מקומו וממשיך דרכו ברבנות ובאדמורו"ת ליסקא, שרבים וטובים בני עלייה תלמידי חכמים חסידים ואנשי ביתו וחסידי חמיו הסתופפו אצלו בצלא דמהימנותא ליהנות מאורו, ומהדר גאון עוזו, ולהפקד בדבר ישועה ורחמים.

וואס זענט איר מתקן, אתמהה.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
genazym
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 7:07 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך genazym »

https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/sou ... 9D?lang=he
מכתב הדרכה בעניין בניית מקווה מאת הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא. תר"ל [1870]
מכתב בחתימת יד קודשו של הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא, אל רבי יעקב כ"ץ אב"ד אנאד.
"אודות שאלתו בענין המקוה... אין ראוי לעשות מקוה אשר מתחילת בנינה, תהיה נבנית על ידי שאלה, ולמה זה למעלתו להכניס עצמו בספיקות, לכן עשו לכם מקוה... שלא יהיה בה שום חשש בעולם".
בהמשך המכתב מציע הרב דרך מעשית באיזה אופן לחמם את מי המקווה, ומזמין את אחד מבני העיר אנאד שיבוא לליסקא לראות איך בנו שם את המקווה.
בשולי המכתב חתימת יד קדשו: "א"ד [אלו דברי] ידידו ואוהבו הק' צבי הירש בהר"א ז"ל אב"ד דק"ק ליסקא יע"א".
הרה"ק מליסקא היה רבו של הרה"ק רבי שעיהל'ה קערעסטירער, והרב שעיהל'ה היה רגיל לחתום הק' ישעי' בן מו"ה משה ז"ל שהיה משמש בקודש אצל הרב הצדיק מליסקא זי"ע". (ראה בסמוך מוצר 180#)
על עבודת הקודש של רבי צבי הירש כותב נכדו שזכה לשמשו רבות: "אם היה מרגיש אא"ז זצ"ל באיזה מקום שיש לו לזכות את ישראל בדרכי השי"ת ובפרט בעניני מקוה טהרת ישראל, לא היה עצל והלך אפילו למרחוק" ('דרכי הישר והטוב', מונקאטש תר"ע, דף לה, א).
הרה"ק רבי צבי הירש פרידמן אב"ד ליסקא (תקנ"ח-תרל"ד), מגדולי צדיקי החסידות, נודע ב"הוד קדושתו וטהרתו" (הסכמת רבו הרה"ק רבי חיים מצאנז ל'אך פרי תבואה') והתפרסם במופתיו. בקי עצום בנגלה ובנסתר; נולד בעיר אויעהל, גדל בצל הרה"ק בעל 'ישמח משה' והיה בן בית אצלו. לאחר פטירת ה'ישמח משה', החלו לנהור אליו המונים וביניהם גדולי רבני וצדיקי הונגריה.
על אף טרדותיו הרבות והיותו בעל צדקה גדול, לא עזב את עול ההוראה, ובתור אב"ד ענה לשאלות הלכתיות – דוגמת מכתב זה.
תורתו פורסמה בספרים 'אך פרי תבואה' ו'הישר והטוב'; תולדותיו ומופתיו - בספר 'דרכי הישר והטוב'.
מרחץ פאראד [סמוך לקהילת ווערפעלעט] תר"ל [1870]. גודל: 21*17 ס"מ. מעט כתמי מים, השלמות נייר ברסטורציה אומנותית בשוליים.
בילד
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

genazym האט געשריבן:https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/source/favorites/auction/18766/lot/130322/%D7%A2%D7%A9%D7%95-%D7%9C%D7%9B%D7%9D-%D7%9E%D7%A7%D7%95%D7%94-%D7%A9%D7%9C%D7%90-%D7%99%D7%94%D7%99%D7%94-%D7%91%D7%94-%D7%A9%D7%95%D7%9D?lang=he
מכתב הדרכה בעניין בניית מקווה מאת הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא. תר"ל [1870]
מכתב בחתימת יד קודשו של הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא, אל רבי יעקב כ"ץ אב"ד אנאד.
"אודות שאלתו בענין המקוה... אין ראוי לעשות מקוה אשר מתחילת בנינה, תהיה נבנית על ידי שאלה, ולמה זה למעלתו להכניס עצמו בספיקות, לכן עשו לכם מקוה... שלא יהיה בה שום חשש בעולם".
בהמשך המכתב מציע הרב דרך מעשית באיזה אופן לחמם את מי המקווה, ומזמין את אחד מבני העיר אנאד שיבוא לליסקא לראות איך בנו שם את המקווה.
בשולי המכתב חתימת יד קדשו: "א"ד [אלו דברי] ידידו ואוהבו הק' צבי הירש בהר"א ז"ל אב"ד דק"ק ליסקא יע"א".
הרה"ק מליסקא היה רבו של הרה"ק רבי שעיהל'ה קערעסטירער, והרב שעיהל'ה היה רגיל לחתום הק' ישעי' בן מו"ה משה ז"ל שהיה משמש בקודש אצל הרב הצדיק מליסקא זי"ע". (ראה בסמוך מוצר 180#)
על עבודת הקודש של רבי צבי הירש כותב נכדו שזכה לשמשו רבות: "אם היה מרגיש אא"ז זצ"ל באיזה מקום שיש לו לזכות את ישראל בדרכי השי"ת ובפרט בעניני מקוה טהרת ישראל, לא היה עצל והלך אפילו למרחוק" ('דרכי הישר והטוב', מונקאטש תר"ע, דף לה, א).
הרה"ק רבי צבי הירש פרידמן אב"ד ליסקא (תקנ"ח-תרל"ד), מגדולי צדיקי החסידות, נודע ב"הוד קדושתו וטהרתו" (הסכמת רבו הרה"ק רבי חיים מצאנז ל'אך פרי תבואה') והתפרסם במופתיו. בקי עצום בנגלה ובנסתר; נולד בעיר אויעהל, גדל בצל הרה"ק בעל 'ישמח משה' והיה בן בית אצלו. לאחר פטירת ה'ישמח משה', החלו לנהור אליו המונים וביניהם גדולי רבני וצדיקי הונגריה.
על אף טרדותיו הרבות והיותו בעל צדקה גדול, לא עזב את עול ההוראה, ובתור אב"ד ענה לשאלות הלכתיות – דוגמת מכתב זה.
תורתו פורסמה בספרים 'אך פרי תבואה' ו'הישר והטוב'; תולדותיו ומופתיו - בספר 'דרכי הישר והטוב'.
מרחץ פאראד [סמוך לקהילת ווערפעלעט] תר"ל [1870]. גודל: 21*17 ס"מ. מעט כתמי מים, השלמות נייר ברסטורציה אומנותית בשוליים.
בילד

בדרכי הישר והטוב דף ל"ח ע"א יש עובדא בזה"ל: פעם אחת הייתי עמו במרחץ פאראד, ושם צוה עלי בשב"ק שלא לצאת מבית החוצה שלא לראות איזהו חילול שבת ח"ו וכו'.

כ'האב נישט געוויסט אז רבו של וכו' איז א מעלה פאר איינער וואס איז אונטרעסירט צו קויפען דעם כתב יד, ס'טוט מיר וויי צו ליינען, כ'האב נאכנישט געזעהן ביי קיין שום 'באקאנטע' צדיק, מ'זאל דארפן שרייבען רבו וכו', אבער שוין.
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

אוצרות ליסקא האט געשריבן:כ'האב נישט געוויסט אז רבו של וכו' איז א מעלה פאר איינער וואס איז אונטרעסירט צו קויפען דעם כתב יד, ס'טוט מיר וויי צו ליינען, כ'האב נאכנישט געזעהן ביי קיין שום 'באקאנטע' צדיק, מ'זאל דארפן שרייבען רבו וכו', אבער שוין.

ס'דערמאנט פון דעם משולח וואס האט פראבירט צו שלעפן א נדבה ביי דעם עושר פאר מוסדות קבר רחל, דער עושר טענה'ט ער ווייסט נישט פון וואס מ'רעדט בכלל, דער משולח ווען ער טאפט א וואנט נוצט ער זיין לעצטע פייל: "איר ווייסט, זי איז געווען די באבע פון ר' ישעי'לע"... דער עושר ברעכט זיך גלייך "אזוי?!?" און שרייבט אויס א שיינעם טשעק. :lol:
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

שיעור יומי בספר הק' אך פרי תבואה
https://chat.whatsapp.com/Fk2p9X8dJt479ogVTg0GIo
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9581
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

אך פרי תבואה דפוס ראשון חתימת נכדו הרב טוביה בן רבי אברהם יהושע גראס מסאטמאר חתן הטל חיים מליסקא זצ"ל
אטעטשמענטס
TGROSS.jpg
TGROSS.jpg (168.12 KiB) געזען 852 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

ר' אליעזר ב"ר אברהם שווארץ חתן האך פרי תבואה זי"ע (בודאפעסט)
אטעטשמענטס
pic (980).JPG
pic (980).JPG (337.37 KiB) געזען 618 מאל
משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שטינקאוויטש »

לכבוד די יארצייט
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פון די הייליגע אך פרי תבואה זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

זכותו הגדול יעדן עלינו ועל כל ישראל אמן!

לינק צים שיעור יומי בספה"ק אך פרי תבואה
https://chat.whatsapp.com/Fk2p9X8dJt479ogVTg0GIo
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

מוראדיגע מעשה ווי ר' הערשעלע ליסקער זי"ע האט זיך מתגלה געווען פאר תלמודו הבית היוצר מחוסט זצ"ל, אין געזאגט נישט צי זאגען תחנון ביומה דהילולו י"ד אב.
Screenshot_20220810-214301_Xodo Docs.jpg
Screenshot_20220810-214301_Xodo Docs.jpg (119.62 KiB) געזען 539 מאל
לעורר לב
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2021 7:04 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעורר לב »

פארוואס טאקע האט ר' הערשעלע ליסקער נישט געזאגט תחנון זונטאג'ס??
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

לעורר לב האט געשריבן:
פארוואס טאקע האט ר' הערשעלע ליסקער נישט געזאגט תחנון זונטאג'ס??
לחיים טובים ולשלום. זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן.
און ליסקא האט מען נישט געזאגט קיין תחנון זונטאג און פרייטאג, ביידע.
זונטאג וויבאלד ס'איז נאך געוועהן א המשך צו שבת ביי איהם, און ליסקא האט מען זיך נישט געוואשען צו מלוה מלכה, און ער פלעגט צו מאל זונטאג ביי מיטאג זינגען אתקינו סעודתא, האט ער נישט געזאגט קיין תחנון.
לעורר לב
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2021 7:04 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעורר לב »

א אייגענע זאך אדער מרבו הישמח משה?
קערעסטירער-הויף
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2022 11:47 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קערעסטירער-הויף »

מצורף בזה הגליונות קערעסטירער הויף במשך השנים שכתבו על כ"ק אדמו"ר מהרצ"ה מליסקא זי"ע בעל "אך פרי תבואה"
ובכלל יש לציין, היות וכ"ק אדמו"ר ר' ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע, היה נוהג ללמוד בטישן שלו מתוך הספר הק' אך פרי תבואה, או הישר והטוב, לכן בגליון "קערעסטירער הויף, יש בכל שבוע, קטע מתוך הסרים אך פרי תבואה, או הישר והטוב, ומבוארים היטיב בידי אמן, הרב יהודה פרידמן הי"ו.

גליון 36 - דברים תשע"ט
https://drive.google.com/file/d/1fpnhQI ... sp=sharing

גליון 64 - ואתחנן תש"פ
https://drive.google.com/file/d/1DoyYn- ... sp=sharing

גליון 110 - דברים תשפ"א
https://drive.google.com/file/d/1vzDUER ... sp=sharing

גליון 111 - ואתחנן תשפ"א
https://drive.google.com/file/d/1e5qZOf ... sp=sharing

גליון 161 - דברים תשפ"ב
https://drive.google.com/file/d/1dJdJzI ... sp=sharing

גליון 162 - ואתחנן תשפ"ב
https://drive.google.com/file/d/13hGIkr ... sp=sharing
קערעסטירער-הויף
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2022 11:47 pm

Re: רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קערעסטירער-הויף »

viewtopic.php?f=135&t=57418
הלינק שאפשר לראות גליונות קערעסטירער הויף
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”