רבי שלום הלוי ראזענפעלד מקאמינקא זצ"ל - כ' חשון תרי"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ווי אזוי איז די געלט אנגעקומען אין קעשענע?
צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושויער »

די עפענונג צום קעשענע איז נאך העכערן גארטל, און דאס געלט פליט אראפ צום תחתית פון קעשענע.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

עולם הפוך.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

האט קאמינקא רב זיע"א געזאגט, אז מנהג העולם איז,ווען א'רייכע בעל הבית קומט קויפן פון א'געשעפטסמאן גיט ער אים אויף בארג און פארצייכענט עס אראפ אין זיין ביכל,אבער ווען א'ארעמאן קומט צו גיין, גלייבט ער אים נישט,און גיט אים נישט פאר בארג,און ער מוז אים באצאלען גלייך אויפן פלאץ.

למעשה וואלט געדארפט זיין פארקערט,די רייכע מענטש וואס האט שטענדיג געלט ביי זוך,וואלט געדארפט צאלן אויפן פלאץ,און די ארעמאן וואס האט נישט קיין געלט צו בייצאלען וואלט ער אים געדארפט אראפ שרייבן אויף בארג .
איי,און דאס וואס די געשפטסמאן האט מורא אז ער וועט אים נישט בייצאלען שפעטער,איז עס און גאנצן קיין חשש נישט ,ווייל אפילו ס'איז אמת וועט ער גארנישט שאדן האבען,ווייל מיט דעם וואס ער וועט אים נישט צאלען, וועט ער דאך אויכעט ווערן א'ארימאן (ווייל דאס איז לשיטתו זיין גאנצע חשש) און די געשפעטסלייט וועלען אים אויך געבן אויף בארג,און ממילא וואס האט ער פארלארען?.
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:בשנת תרכ"ד, כשהביא הגה"ק מגארליץ לדפוס את ספרו הראשון של אביו, מרן מצאנז , דב"ח על שמות גיטין במצוות אביו,שהה זמן מה בזאלקווא,לשם סידור הספר,ולא רצה לשבות בזאלקווא,נסע לשבתות דווקא אל הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זי"ע. [ אף שהיו שם גם רביס אחרים ].

למה לא רצה לשהות בזאלקווא ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ר׳ שלום האט שוין דעמאלטס לאנג נישט געלעבט.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

פשט באמירת מדרש שלא היה ולא נברא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ביים ערשטן בעלזא רב, הרה"ק רבי שלום זיע"א איז געווען איינגעפירט אז ביים טיש האט איינער געזאגט א'מדרש, און בעלזא רב האט געזאגט תורה דערויף.

אמאל איז געקומען דארטן א'בעל בית א'גראבער יונג נישט געוויסט פון בחייכון וביומייכון, און מ'האט פארשטאנען אז מ'גייט אים מכבד זיין מיט א'מדרש,האט אים קאמינקער רב זיע"א אויסגעלערנט צו זאגן א'מדרש וזה לשונו, "מי מכה בחנם-שופך יין בחנם,הרי זה בור,ההא דכתיב מי מכה בדופי ושופך יין בבכורות הרי זה בור".

דער בעל הבית האט עס איבער געחזר'ט אפאר מאל ביז ער האט עס גוט געדענקט,וכך הוה און מ'האט אים מכבד געווען מיט זאגען א'מדרש,און ער האט בתמימות נאך געזאגט די מדרש,ווען בעלזא רב האט עס געהערט האט ער פארשטאנן אז דאס האט קאמינקע רב אנגעדרייט,האט ער אים געפרעגט פשט דערויף.

האט קאמינקער רב גענטפערט,דאס מיינט אזוי ,"מי מכה בחנם",אז איינער וואס קלאפט אומזיסט ביי די ווארט "דופי" ביי תחנון,נישט וויסענדיג אז דברנו -דופי גייט צו זאמען,און מ'דארף קלאפן בלויז איין מאל ביי ביידע ווערטער,איז דער מענטש "שופך יין בחנם",דאס מיינט אז ביים סדר נאכט ווען ער קומט צו די צען מכות,גיסט ער בחנם עקסטערע וויין ביי די ווארט "מכת" און עקסטערע ביי די ווארט "בכורות,ווייל ער ווייסט נשט אז ביידע ווערטער גייט צוזאמען, איז א'סימן אז הרי זה בור(עם הארץ).

ווען בעלזא רב זיע"א האט עס געהערט האט ער הנאה געהאט און זיך צו לאכט.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

געפארען קיין בעלזא מיט צוויי קל וחומר'ס און צוויי גזרות שוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ווען קאמינקע רב זיע"א איז אמאל געפארן צו זיין רבי, הרה"ק רבי שלום זיע"א קיין בעלזא,האט זיך אונטער וועגענס צובראכען אלע פיר רעדער פון די וואגען, ענדליך ווען ער איז אנגעקומען קיין בעלזא האט ער פארציילט בעלזא רב אז ער איז דא געקומען מיט צוויי קל וחומר'ס, און צוויי גזרות שוות.

האט ער זיך מסביר געווען,ווען די ערשטע ראד פון די וואגען האט זיך צובראכן און ס'איז געבליבען נאך דריי רעדער,האב איך געמאכט א' קל וחומר פון די וועגענער'ס וואס פארען אויף צוויי רעדער,מה דאך די וועגנער וואס האבען נאר צוויי רעדער און ס'קען פארען,מיינס וואס האט דריי רעדער א'וודאי געוויס אז מ'קען פארען דערמיט.

שפעטער ווען ס'האט זיך צובראכען א'צווייטע ראד,האב איך געמאכט א'גזרה שוה,אזוי ווי די וועגנער'ס וואס קענען פארען אויף צוויי רעדער,אזוי אויך מיינס וועט קענען פארען אויף צוויי רעדער,ווען ס'האט זיך צובראכען די דריטע ראד,האב איך ווייטער געמאכט א'קל וחומר, פון א'שליטען (וואס האט און גאנצען נישט קיין רעדער און ס'פארט אויף שניי),מה דאך א'שליטען וואס פארט אינגאנצען אן קיין רעדער,על אחת כמה וכמה מיין וואגען וואס האט נאך איין ראד אינו דין אז ס'זאל נאך פארען.

און ווען די פערטע ראד האט זיך צובראכען,האב איך געמאכט א'גזרה שוה פון א'שליטען,אזוי ווי א'שליטען פארט אן רעדער אזוי וועט מיין וואגען פארען אן רעדער,און אזוי בין איך געפארען קיין בעלזא,מיט צוויי קל וחומר'ס און צוויי גזרות שוה'ת.

די מעשה פלעגט פארציילען נכדו הרה"ק רבי שלמה'לע הראשון מ'באבוב זצוק"ל,און ער האט צוגלייגט, אז ער קען זאגען א פאר כוונות אין די מעשה.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

פשט והיא שעמדה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

אמאל די ערשטע נאכט פסח פארן סדר,איז די בעלזא רב הרה"ק רבי שלום זצ"ל געווען זייער ערנסט,האט אים קאמינקע רב זצ"ל געוואלט דערפרייען זיין הארץ,האט ער אים אזוי געזאגט.

איך וועל פארציילען דעם רבי'ן וואס איך האב געהערט פון א'דארפסמאן,וואס האט איינגעטיישט דעם פסוק "והיא שעמדה",און אזוי געזאגט,בעלזא רב שטייט א'צינד און בעט פאר אונז אז מיר זאלן געהאלפן ווערן מיט אלעם גוט'ענס,

און דאס איז פשט אינעם פסוק,והיא-בעלזא רב ,שעמדה לאבותינו ולנו-וואס שטייט שטענדיג און דאווענט פאר אונז,אבער די אמת איז,אז נישט נאר בעלזא רב דאווענט פאר אונז,ווייל אין א'יעדען דור זענען דא צדיקים וואס דאווענען פאר אונז,און דאס מיינט די פסוק,שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו,נישט נאר בעלזא רב שטייט און דאווענט פאר אונז,(לכלותינו איז אזוי ווי לחלותינו צו בעטן),
אלא שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו,אבער איין זאך בעטן מיר ,והקב"ה מצילנו מידם,אז די אייבערשטער זאל אונז ראטעווען פון די צדיקים אזוי ווי בעלזא רב און דאס גלייכן,אז מ'זאל נישט דארפן אנקומען צו זייערע טובות אז זיי זאלן דארפן דאווענען פאר אונז ,נאר ס'זאל אונז זיין גוט'ס אן זיי.

ווען בעלזא רב האט עס געהערט האט ער זיך צו שמייכעלט און געווארן אין א'פרייליכע גיסטע.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ארויף געברענגט לכבוד די הילולא קדישא היינט נאכט
זי''ע ועכי''א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
טשאלנט טאפ
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 12:15 am
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלנט טאפ »

יציב פתגם האט געשריבן:.

איז דא עפעס א שענערע בילד פונעם מצבה?
ווי איז מנוחת כבודו?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי שלום הלוי ראזענפעלד מקאמינקא זצ"ל - כ' חשון תרי"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

רשימת נישואי הרה"ק מקאמינקא חתום בעצם כתי"ק והרבנית

(כולל מקצת פרטים חדשים על משפחת אמו וחמותו)
https://szukajwarchiwach.pl/35/1964/0/1 ... eljGrlRrOQ
מצאתי ע"י JRI, אבל שם נרשמו הפרטים בשיבוש קצת (שם החתן "שול", וכו')
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי שלום הלוי ראזענפעלד מקאמינקא זצ"ל - כ' חשון תרי"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

בזאמושטש (למה?), 1812 למס', רשימה מס' 67.
החתימות בעמוד הבא.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי שלום הלוי ראזענפעלד מקאמינקא זצ"ל - כ' חשון תרי"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

החתימות:
R. Sh. Kaminker.png
R. Sh. Kaminker.png (97.99 KiB) געזען 1132 מאל
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי שלום הלוי ראזענפעלד מקאמינקא זצ"ל - כ' חשון תרי"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

וכבר ידוע מכמה מקומות ששם הרבנית מקאמינקא 'חנה גאלדא', והכל עולה יפה. ובעצם הרשימה מבואר ששם אמה רחל, כמו שכתב ר' בנימין מפ"ת ע"פ כתב ידו של בעלה: http://toladot.blogspot.com/2011/03/nor ... e.html?m=1
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי שלום הלוי ראזענפעלד מקאמינקא זצ"ל - כ' חשון תרי"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

און פון דיע רשימות ווערט מען געוואהר אז ר' שמואל ב"ר נפתלי הערצקי אבי אמו של הרבנית מקאמינקא האט געהייסן אויפן משפחה נאמן 'אונגער'.

אין אנדערע זאמושטשער רשימות פון יענע יאהרן ווערט דערמאנט ר' הירש גראף וזוגתו מ' רחל 'נפתלאוויטש'. מסתבר איז אז היא היא, נאר דער '-אוויטש' פעהלט א דור - איך האב שוין געזעהן אזוינס.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי שלום הלוי ראזענפעלד מקאמינקא זצ"ל - כ' חשון תרי"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אגב, משום איזה סיבה (זעהט זיך אויס אז אין זאמושטש האט מען דעמאלטס אזוי געטוהן) איז די הייראט רשימה איבער גע'חזר'ט דריי מאהל - נאר די דריטע (נומ' 67) האט די חתימות. טייל פון די פרטים (שמות אם החתן והכלה) קומען אפשר פון די אנדערע רשימות (נומ' 64, 65), וואס איך מוטשע מיך זיי צו ליינען.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי שלום הלוי ראזענפעלד מקאמינקא זצ"ל - כ' חשון תרי"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

דאס קען איך יא ליינען, אז עס שטייט בפירוש אז דער חתן איז פון ראווא.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי שלום הלוי ראזענפעלד מקאמינקא זצ"ל - כ' חשון תרי"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

קומענדיגע שבת איז דער יא''צ פין הרה"ק רבי שלו' מקאמינקא זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: רבי שלום הלוי ראזענפעלד מקאמינקא זצ"ל - כ' חשון תרי"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

ווער זענען היינט צוטאגס די איינקליך בא"ב ?
ארי וואהרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 9:47 am

Re: רבי שלום הלוי ראזענפעלד מקאמינקא זצ"ל - כ' חשון תרי"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארי וואהרמאן »

כבוד הרב האט געשריבן:ווער זענען היינט צוטאגס די איינקליך בא"ב ?

עס איז נישט דא קיין איינילעך היינט בן אחר בן , אלע זיינע אייניקלעך היינט זענען פין זיין זוהן הרה״ק יהושע זצ״ל ( וואס זיין יאהרצייט איז געווען נעכטען י״ז חשון ) אלע באבוב אייניקלעך , פין זיין זוהן הרה״ק ר׳ שלום ( השני ) אין די איינקלעך פין הרה״ק אלעזר מ׳אושפיצין , אבער נישט דא קיין אייניקלעך היינט וואס הייסען ראזענפעלד
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

טשאלנט טאפ האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:.

איז דא עפעס א שענערע בילד פונעם מצבה?
ווי איז מנוחת כבודו?

גא"מ לשאלות.
ייש"כ.
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

אנא עבדא האט געשריבן:
טשאלנט טאפ האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:.

איז דא עפעס א שענערע בילד פונעם מצבה?
ווי איז מנוחת כבודו?

גא"מ לשאלות.
ייש"כ.

הרה"ק ר' שלום קאמינקא'ער זי"ע נפטר בקאמינקא ושם מנוחתו כבוד
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

סופרים שטיבל האט געשריבן:
אנא עבדא האט געשריבן:
טשאלנט טאפ האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:.

איז דא עפעס א שענערע בילד פונעם מצבה?
ווי איז מנוחת כבודו?

גא"מ לשאלות.
ייש"כ.

הרה"ק ר' שלום קאמינקא'ער זי"ע נפטר בקאמינקא ושם מנוחתו כבוד

ייש"כ.
יעצט דארף איך נאר א בילד...
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: רבי שלום הלוי ראזענפעלד מקאמינקא זצ"ל - כ' חשון תרי"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

עפעס האב איך שוין געטראפן.
די שאלה איז וואס איז דו מצב מיט'ן ציון היינט צו טאג'ס.

מצבה רבי שלום מקאמינקא.png
מצבה רבי שלום מקאמינקא.png (186.15 KiB) געזען 799 מאל
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי שלום הלוי ראזענפעלד מקאמינקא זצ"ל - כ' חשון תרי"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אגב פארשענדיג משפחות אבותי מנו"כ אין קאמינקא, בין איך אריבער עטליכע מעטריקל רשימות למשפחת הצדיקים מקאמינקא, פון די יאהרן צווישן די ערשטע און צווייטע וועלטס קריעג. (מעטריקל ביכער וואס זענען פארהאנען אנליין אבער נאך נישט זוך-באר אויף JRI.)
אויב ליגט איינער אין דעם, און איז אינטערעסירט, קען איך שיקן א סעריע פון לינקס.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”