סוד שיח האט געשריבן:נחוניא האט געשריבן:אינעם מאמר ויתילדו געדרוקט פאריגע וואך (מספר 299) צייכנט צו הרב וועקשטיין צו א מגילת יוחסין געשריבן דורך הרב אברהם איטינגא (געדרוקט אינעם ספר "תורת מנחם" - מונקאטש תרס"ג), וואס ער דערמאנט דארטן הג"ר יוסף אב"ד זלאטשוב, און אין די הערה שרייבט הרב איטינגא: "ובכתב היחס שתחת ידי ידידי הרב החריף ר' יקותיאל זלמן שור נ"י מפה כתוב, שהגאון מ' יוסף הנ"ל הוא ג"כ אביו זקינו של הגאון הק' מאפטא זי"ע, ולא נודע לי איככה".
הרב וועקשטיין שרייבט דערויף אז די יחוס גייט מסתמא דורך זיין טאטע'ס מאמע [אשת רבי אריה ליב אב"ד עיר חדש], וואס עס איז נישט באקאנט ווער זי איז געווען. ווייל אלע אנדערע נאנטע זיידעס פונעם אפטער איז מבואר היטב אין די כתב יוחסין וואס דער אפטער רב'ס טאטע און דער אפטער רב האבן געשריבן.
צו באמערקן, אז לפי סדר השנים איז מוכרח, אז אויב איז דער אפטער רב טאקע געווען אן אייניקל פון דעם רבי יוסף אב"ד זלאטשוב, רעדט זיך עס טאקע אז רבי אריה ליב אב"ד עיר חדש איז געווען ביי אים אן איידעם, ווייל רבי יוסף איז לכאורה נישט געבוירן פריער פון שנת ת"מ, ווייל זיין איידעם רבי אברהם שור איז נישט געבוירן פריער פון שנת ת"צ. און רבי אריה ליב אב"ד עיר חדש איז געבוירן בשנת תנ"ו אדער תנ"ט.
אתה רוצה לומר ששם יוסף משה ע"ש ר' יוסף אב"ד זעליכואוו?
מה השם משה?
[יש ספר שלשלת היוחסין של הרה"ק מאפטא עד הט"ז והב"ח]
עס וועט בלייבן א חידוש דעמאלט, אז ווען רבי שמואל - פאטער פונעם אפטער רב - האט געשריבן זיין כתב יחוס בשנת תצ"ז, פארוואס האט ער נישט דערמאנט זיין זיידען רבי יוסף אב"ד זלאטשוב וואס האט נאך דעמאלט געלעבט.
אגב, רבי שמואל האט טאקע געהאט א זון רבי יוסף, און דער אפטער רב האט געהאט א זון רבי יוסף משה, וואס איז א שטיקל סמך אז די נאמען "יוסף" איז געווען א נאמען אין די משפחה.
מצד אחד אכן לא נזכר בכתב היחוס מאביו של הרב מאפטא שנרשם בשו"ת הריב"ש. מצד שני, גם היחוס לט"ז לא מופיע שם, אלא בכת"י אחר של הרב מאפטא עצמו, כך שלא ראינו אינו ראיה.
נדמה לי שהקושי היותר גדול הוא בסדר השנים, נדמה לי שראיתי כי ר' יוסף אב"ד זלוטשוב חתום משם כאב"ד בשנת תק"ח, והגיע לכהן שם אחרי ר' משה בנו של המעשה רוקח. זה אומר שר' יוסף צ"ל סבו ממש של הרב מאפטא, ורק בדוחק במרחק דורות גדול יותר, אם כי אפשרי. ועוד קושי, הוא כי לפי כתב היחוס בתורת מנחם היה ר' יוסף מזלוטשוב גם זקינו של רמ"ל מסאסוב. האם יש תימוכין לכך כי היתה קרבה, כ"כ קרובה, בין הרב מאפטא לרמ"ל?
אולי אפשר ליישב ולומר כי שגגה נפלה אצל מוסר המידע לרבי אברהם איטינגא, שבד"כ כתיבתו אמינה. ואולי הכוונה שר' יוסף אב"ד זלוטשוב היה קרובו של הרב מאפטא, שכן שניהם התיחסו לרבי ר' העשיל, אך זו כמובן השערה בעלמא.
לענין מקור השם "משה", כמובן שאין לדעת בודאות, אך די לומר שלרב מאפטא היו מספר "זקינים" בשם "משה", ובין היתר רבי משה פרנס דט' קהילות (בן רבי מאיר אב"ד לובלין ועוד), וכן רבי משה בן רבי מאיר וואהל אב"ד בריסק.