רבינו משה איסרליש - הרמ"א - מקראקא זצ"ל - ל"ג בעומר

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבינו משה איסרליש - הרמ"א - מקראקא זצ"ל - ל"ג בעומר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבי משה איסרליש הרמ"א ל"ג בעומר
אטעטשמענטס
IMG_0277 (Custom).JPG
מצבת קדשו
מצבת קדשו
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער מקום ווי עס איז איינגעזינקן די חתונה זאל...
אטעטשמענטס
IMG_0274 (Custom).JPG
IMG_0275 (Custom).JPG
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

ווי איז דער מקור צו די מעשה פון די חתונה הנ"ל?
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

עס איז אויף די שטח ? נישט ממש קעגן איבער די שול ? ווי איך פארשטיי פון די בילד איז דאס עראונד די קארנער פון רמ"א שול.

דרך אגב. ווייסט איינער ווי גרויס קראקא איז געווען בימי הרמ"א, ווייל די שול איז אויסטערליש קליין עס גייט נישט אריין דארט מער ווי 50 אידן לכל היותר
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

איינער קען מיא זאגן וואס איז דער אדרעס פון די רמ"א שיל
אזויווי google האט א מאפע פון פיקטשער איז דא א זייטל פון פולין
http://www.norc.pl/
מען קען דארט שפאצירן אביסל אין קראקא
אין ווארשע אין נאך
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

בני יששכר האט געשריבן:איינער קען מיא זאגן וואס איז דער אדרעס פון די רמ"א שיל
אזויווי google האט א מאפע פון פיקטשער איז דא א זייטל פון פולין
http://www.norc.pl/
מען קען דארט שפאצירן אביסל אין קראקא
אין ווארשע אין נאך


אין שמחה כהתרת הספיקות
אז מען זיכט טרעפט מען איך האב היינט געטראפן אויף די וועב זייט די רמה'ס שיל
/www.norc.pl די וועב זייט איז אזוי ווי גוגל מעפס
ליידער פינקט ווען מען האט געכאפט די בילדער זענען געשטאנען דארט פרייע קינדער
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

מאטעס האט געשריבן:ווי איז דער מקור צו די מעשה פון די חתונה הנ"ל?


איך האב אמאל געהערט אז עס נישטא א מקור אויף די מעשה
אבער אין די שטאט מינקאטש איז דא א פלאץ וואס די בני יששכר זי"ע האט געשאלטן וועגן אזא מעשה פון א חתונה
און אויף יענע פלאץ האט מען קיינמאל נישט מער אויפגעבויט נאר עס האט פיר זאלן מיט א דאך
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

ווען דער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק האט געהערט אז גייט ארויס קימען די גזירה פון קאנטניסטן האט ער אנגעהויבן ציפארן קיין קראקא ער האט געוואלט גיין מתפלל זיין אויפן רמ"א ציון
האט מען מגלה געעוען אז ער זאל נישט פארן ווייל די גזירה איז שוין ארויס געקימען
אבער ער האט עס אפגעשטיפט אז עס זאל נישט ארויס קימען אין זיינע צייטן
קען מען זען ווי הייליג דאס פלאץ איז .
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

ר' מרדבי'לע נעדווערנה האט זיך געגרייט וואכן ארוף צי גיין צים ציון פון דער רמ"א
ווען ער איז שוין געווען אין קראקא האבן חסידים געוואלד מיט גיין האט ער זיך געבייזרט איך גרייט מיך צי וואכן און ענק ווילן סתם אזוי ארויף גיין
ווען ער געזען ר' ישעי'לע פון קרעסטיר האט ער אים גלייך מיט גענימען ער האט געזאגט אז ישעי' איז אלץ גרייט
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

ל"ג בעומר איז אויך די יארצייט פונעם הייליגן רמ"א , רבינו משה איסרליש דער בעל "הג"ה" אויפ'ן שלחן ערוך,וואס איז דער וועג ווייזער פונעם תורה'דיגן לעבן פאר אונז די בני אשכנז, צדיקים האבן אויף אים געזאגט דעם באקאנטן רמז "ובני ישראל יוצאים ביד רמ"א"

דער רמ"א איז געבוירן געווארן צו זיין פאטר רבי ישראל (ר' איסרל) ב"ר יוסף וועלכער איז געוועהן א זון פון חשוב'ע און רייכע עלטערן אין די באקאנטע שטאדט קראקא" אן עיר מלאה חכמים וסופרים, ארזי הלבנון אדירי התורה , גאוני ארץ, מיט וועם די וועלט האט זיך געשאקעלט נאר דערמאנענדיג זייערע נעמען ווי דער רבי ר' העשיל מקראקא, מהרש"ל , ב"ח, מגלה עמוקות, תוספות יום טוב, און נאך , זכר צדיקים לברכה.

דער זיידע פונעם רמ"א רבי יוסף איז געוועהן איינער פון די פרנסי העיר אין קראקא, זיי זון רבי איסר איז געוועהן א איידעם ביי רבי אליעזר שרענצילס וועמענס פרוי מרת דרעזל איז געווען א טאכטער פון הגאון רבי יחיאל לוריא , דער ערשטער רב פון בריסק ד'ליטא וועמענס יחוס האט זיך געצויגען פון רש"י הק' זי"ע, אויך דער מהרש"ל דער חבר פונעם רמ"א איז געוועהן דער דריטער דור פון דעם רבי יחיאל.

רבי איסר אליין איז אויך געוועהן א גאון און א גביר , "תורה וגדולה במקום אחד" , פרנס העיר פון קראקא , ער האט געמאכט גרויסע געשעפטען וואס צוליב דעם האט ער פון מאהל צו מאהל געמוזט אוועקפארן צו די מרחקים . בשנת ה' אלפים שי"א האט דער קעניג פון פוילן געגעבן רשות פאר צוויי איינוואוינערס פון די שטאדט קראקא צו מאכן געשעפעטן אין שטאדט ווילנא אן די מינדעסטע שטערונג מצד די הויכע באאמטע פון די רעגירונג, איינער פון זיי איז געוועהן רבי איסרל, ווען דער רמ"א איז דן אין די הלכה צו מ'מעג אראפגיין פון א שיף וואס ס'איז אנגעקומען אין שבת קודש מחוץ לתחום , שרייבט ער (דרכי משה או"ח סימן ת"ד) שמעתי מאבא מורי ש"ן (שיחי' נצח) אז איינמאהל איז ער אויך אנקעומען אזוי אין שב"ק און ער האט געמאכט א שפיצל (אן ערמה) דהיינו אז ער האט זיך ביים אנקומען אראפגעשטעלט ביים ארויסגאנג פון דער שיף אזוי אז ער האט געשטערט דאס אראפ גיין פון די שיף פאר די גוים, האבן זיי אים ארויסגעשטופט פון דארט און ער האט זיך געטראפען אינדערויסן פון דער שיף.

אויך פלעגט ער האבען געשעפטליכע באציאונגען מיט גוי'אישע פריצים און געלרענטע ,וואס פלעגן אים פרעגן קשיות וואס ס'איז זיי שווער געוועהן אין תנ"ך, און ווי דער רמ"א ברענגט אויף א פלאץ אין ספר "תורת העולה: " והנה זה לי ט"ו שנה שאל גוי אחד לאבא מורי ש"ן מה הי' כוונת שלמה בענין ריבוי הקרבנות אלו" ,אין פנקס הח"ק פון קראקא שטייט אויף רבי איסרל'ן "גאון וחבר" .

רבי איסר און זיי פרוי מלכה דינה האבן געבוירן 4 זין און דריי טעכטער , וועלכע איינער פון זיי איז געוועהן "ר'בינו מ'שה א'יסרליש
* * * * * * * * * * * * * * *
צוליב וועלכען זכות זיי האבן זוכה געוועהן צו אזא זון ווי דער הייליגער רמ"א ? שטייט אין ספר "רחמי האב" (אות נ"ד) אזוי "וצריך ליזהר מאוד להיות משומרי שבת קודש, " מ'דארף זען צו זיין פון די שומרי שבת קודש, דהיינו אז מ'זאל ווארטן אויפ'ן שב"ק אנצוקומען און נישט אז דער שב"ק זאל ווארטן אויף אים , וזריזין מקדימין , און נאך מער דארף מען מזרז זיין די געשעפטסלייט אז זיי זאלן זעהן צו צומאכן די געשעפעטן פרייטאג ווען ס'איז נאך גרויס טאג , ווייל נאנט צו שב"ק פארלייגט זיך דער בעל דבר און ברענגט אסאך קונים איינצוקויפן צרכי מצוה ווי צום ביישפיל , לעכט לכבוד שבת קודש, זאל מען זיך צו די דאזיגע קונים נישט צוהערן , וויל זיי זענען שלוחים פונעם בעל דבר און איך האב געהערט שרייבט ער ווייטער א מעשה נפלא פון דעם גביר רבי איסרל אז ער האט געהאט א גרויס סחורה געשעפט פון טייערע זיידענע סחורה און ער האט זיך געפירט אז פרייטאג ווען ס'איז געווארן חצות היום האט ער גלייך צוגעמאט זיין געשעפט.

איינמאהל האט זיך מתקנא געועהן אין אים דער ס"ם , איז ער אים געגאנגען אויספריווען ער האט זיך פארשטעלט ווי א גרויסער שר, און איז אריין צו אים אין געשעפט איינקויפן ער האט אויסגעקליבען זייער אסאך סחורה און געפרעגט אויף אלעם די פרייזען ער האט נאכנישט געהאט פונקטליך אויסגעמאסטען די מאס פון די אלע שטיקער סחורה ווי גרויס זיי זענען, אינצווישען איז געווארען 12 א זייגער דער ר' איסרל איז געגאנגען צושפארן דאס געשעפעט ווי געווענליך, דער שר נעמט זיך בעטן צו אים מיט תחנונים אז ער זאל נאך ענדיגן דאס געשעפט יעצט, ער דארף זייער וויכטיג האבען די סחורות, רבי איסר האט אבער בשום אופן נישט געוואלט אפען האלטן דאס געשעפט נאך חצות, ער האט טאקע גלייך צוגעשפארט איבערלאזענדיג די גאנצע סחורה , ער האט דאן פארלוירען א גרויסע סומע געלט , האט מען אים באצאלט פאר דעם פון הימעל און אים געגעבן אים אזא הייליגן זון דעם הייליגען רמ"א דער מאורן
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

די שוהל מבפנים

אויפען ערשטע בילד זעהט מען אויף די מזרח וואנט א טאבעל.
אויף יענעם טאבעל שטייט אז אויף דעם פלאטץ איז דער רמ"א געשטאנען בשעת התפילה
דער מקום איז דארט אפגעצוימט און קיינער קען זיך נישט אהון שטעלען ממש אויף זיין מקום.

בימי אבל אבי בין איך געווען יענעם ל"ג בעומר און קראקע. אינז האמער געדאווענט מנחה דארט און שוהל.
עס איז שווער צי מסביר זיין די הרגשים וואס איז מיר אדורך, שטייענדיג דארט ביים עמוד סמוך צום רמ"א ז"ל מקום.
אטעטשמענטס
KrakowK1.JPG
KrakowK2.JPG
Krakow_K3.JPG
the SCY is the limit
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

ווען די רמ"א ערשטע רעבצין איז אוועק איז געווען זייער קאלט .
אין די ערד איז געווען זייער שווער אויסציגראבן אין עס איז נישט געווען קיין כבוד פארן נפטר אז עס נעמט אזוי לאנג
איז דער רמ"א ציגעגאנגען אין ער האט געטון וואס ער האט געטון
אין די ערד איז געווארן ווייעך
ער האט איר זייער שיין מספיד געווען אין עס האט נישט געפאלן זיין שווער
ווייל ער האט געטראכט אז דער רמ"א האט זיך פארגעקיקט א הספד ווען זי האט נאך געלעבט
און וועגן דעם האט ער אים נישט געוואלט געבן זיין צווייטע טאכטער פאר א רעביצן
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דו מאכסט א מישמאש, די מעשה מיטן הספד איז געווען ביים טו"ז, דער איידעם פונעם ב"ח.
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

די מעשה איז עפ"י חשבון יא געווען מיט די רמ"א
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וועלכע חשבון? מעטאמאטיק? תקופת החמה? אדער חשבון המולדות?
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

בני יששכר האט געשריבן:די מעשה איז עפ"י חשבון יא געווען מיט די רמ"א


ס'איז יא געוועהן מיטן רמ"א, וואס איז געוועהן א איידעם ביי ר' שלום שכנא,
ס'איז א באקאנטע תורה, וואס דער רמ"א האט געזאגט, ער האט אויסגעטייטשט א פסוק אין נ"ך, אז זי איז זיכער נאר אוועק וועגן חטא פון אדה"ר,

(איך וועל נאכקוקן און ציטירן דאס גאנצע ווארט)
,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

ער איז געווען א איידעם ביי ר' שלום שכנא פון לובלין
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האלט מיך נישט ביים טענה'ן מיט ענק, און עס קען זיין איר זענט אלע גערעכט, אבער כך מקובלני מבית אבא אז די מעשה האט פאסירט ביים טורי זהב און זיין שווער דער ב"ח.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מציבת הרה"ק ר' שלום שכנא רבו של הרמ"א
אטעטשמענטס
Shachna.jpg
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

האט טאקע די מעשה מיטן איינגעפאלענעם זאל נישט קיין שום מקור?
דאן פארוואס האט איר פונקט אויסגעוועלט דעם ליידיגן ארט פארן פיקטשער?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ווייסט אפשר איינער ווי דער מעשה איז געדרוקט.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

געזעהן צוברענגען אין א ספר א בילד ווי אידן זענען מתפלל על ציון הרמ"א בשנת תרצ"א [אבער איך קען נישט אזוי גוט אויסליינען די נוסח המצבה, זעהן צו עס איז טאקע פונעם רמ"א, אבער עפעס שטימט עס נישט אזוי מיט די היינטיגע מציאות, וואס עס זענען דא נאך אפאר מצבות ארום, ווי אויך די היינטיגע מצבה איז גראד פון אויבן און דיעזע קוקט אויס רינדיג]
אטעטשמענטס
Poster5.jpg
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מצד השני
אטעטשמענטס
Poster2.jpg
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

די הערליכע צדקה פושקע
אטעטשמענטס
Poster2.jpg
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

וויפיל קינדער האט דער הייליגער רמ"א געהאט? מה שמם?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”