ס'איז ביי מיר א וואונדער דער סטיטשינער רב זצ"ל איז געוועזן א שוועסטער קינד פון סאטמארער רב זצ"ל, אייניקלעך פון ייטב לב זי"ע [דער סאטמארער רב זי"ע בן בנו, און דער סטיטשינער רב איז געווען נכד חתנו הרה"ק מראוזוואדוב זי"ע]. איז עפעס געווען א מידנסטע שייכות צווישן זיי בחיי חיותם?
אבן יקרה האט געשריבן:ס'איז ביי מיר א וואונדער דער סטיטשינער רב זצ"ל איז געוועזן א שוועסטער קינד פון סאטמארער רב זצ"ל, אייניקלעך פון ייטב לב זי"ע [דער סאטמארער רב זי"ע בן בנו, און דער סטיטשינער רב איז געווען נכד חתנו הרה"ק מראוזוואדוב זי"ע]. איז עפעס געווען א מידנסטע שייכות צווישן זיי בחיי חיותם?
יא, ער איז עם געגאנגען באזוכן, [כ'מיין אז ס'יז דא בילדער דערפון] ווי אויך האט ער אים געוויזן כתבי הה"ק מראזוואדאוו זי"ע [דער סאטמאר רב איז עם אויך געווען א פעטער מזיווג ראשון, און כידוע האט דער סאטמאר רב מורא'דיג געהאלטן פון זיין ערשטן שווער זי"ע]

אין "משולחן מלכים" איז לעצטענס געדריקט א שמועס צווישן מהר"א מסאטמאר שליט"א און הגה"צ ר' מאטיל סטיטשינער שליט"א, און ר' מאטיל האט איהם געפרעגט צו ער האט געקענט דער סטיטשינער רב, האט ער איהם גענטפערט אז אפשר ער האט איהם איין מאל געזעהן. ס'איז ביי מיר מויראדיגע חידוש געווען, דער ברך משה מיט איהם זיינען געווען צווייטע שוועסטער קינדער, געוואוינט אין ב"פ צוזאמען היפש שיינע יאהרן, און זיין עלטסטע זוהן האט איהם אפשר איין מאל געזעהן? איך פארשטיי עס נישט.
מיט'ן סאטמאר רב בעל ברך משה ווייס איך נישט, אבער מיט'ן סאטמאר רב בעל ויואל משה ודברי יואל האט ער געהאט א שטארקע שייכות. ווען סטיטשינער רב האט חתונה געמאכט איז דער רבי בעל ויוא"מ ודבר"י געווען ביי די שבע ברכות, חוץ דעים פלעגן זיי זיך באזוכן כסדר, געווען שטארק בידידות.
לויט ווי איך זעה אין משמי' דרבי תנחום וכך שמעתי, אז דער סטישינער רב איז געווען זייער שטארק באהאלטן, ער האט נישט געהאלטן פון גיין צו מסיבות, דינער'ס וכדומה, ער פלעגט נישט גיין צופיל באזוכן קיין אנדערע רבנים אא"וו. ממילא איז יתכן אז דער ברך משה וואס איז געווען איינס פון פילע רבנים אין בארא פארק האט נישט געהאט קיין ספעציעלע שייכות צו אים, ווייל ער האט מיט קיינעם נישט געהאט קיין שייכות.
אבער כאמור מיט'ן סאטמאר רבי'ן הויוא"מ האט ער געהאט א שטארקע שייכות, ושמעתי מזה הרבה מר' שלמה יעק'ל ז"ל
סידיראם האט געשריבן:מיט'ן סאטמאר רב בעל ברך משה ווייס איך נישט, אבער מיט'ן סאטמאר רב בעל ויואל משה ודברי יואל האט ער געהאט א שטארקע שייכות. ווען סטיטשינער רב האט חתונה געמאכט איז דער רבי בעל ויוא"מ ודבר"י געווען ביי די שבע ברכות, חוץ דעים פלעגן זיי זיך באזוכן כסדר, געווען שטארק בידידות.
לויט ווי איך זעה אין משמי' דרבי תנחום וכך שמעתי, אז דער סטישינער רב איז געווען זייער שטארק באהאלטן, ער האט נישט געהאלטן פון גיין צו מסיבות, דינער'ס וכדומה, ער פלעגט נישט גיין צופיל באזוכן קיין אנדערע רבנים אא"וו. ממילא איז יתכן אז דער ברך משה וואס איז געווען איינס פון פילע רבנים אין בארא פארק האט נישט געהאט קיין ספעציעלע שייכות צו אים, ווייל ער האט מיט קיינעם נישט געהאט קיין שייכות.
אבער כאמור מיט'ן סאטמאר רבי'ן הויוא"מ האט ער געהאט א שטארקע שייכות, ושמעתי מזה הרבה מר' שלמה יעק'ל ז"ל
מיטן קלויזענבורגער רב וואס איז אויך געווען דעם ייט"ל אייניקל און געוואונט צוויי גאסן אוועק פון עם האט ער דען יא געהאט?
הייבט זיך נישט אן, ער איז נישט געווען קיין פחדן. די מישט מסתמא אויס אבותיו די צדיקים לבית זשיקוב וואס זענען געווען פחדנים דארט ווי זיי האבן געוואלט זיין פחדנים... (לענין קמיעות ולענין התגרות בחיצונים והזהירות שלא לעורר כוחם וכדומה), אויף אים אליין האב איך קיינמאל נישט געזעהן און געהערט אז ער איז געווען א פחדן.
שלאפן אין די סוכה האט נישט קיין כי הוא זה שייכות מיט פחדנות, עס איז אן אלטע זשיקובע מנהג און קפידא נישט צו שלאפן אין די סוכה.
די מקור צו די מנהג, איז אז רבי יודעלע סטיטשינער האט זיך אזוי געפירט, געזעהן אזוי ביי זיין טאטן רבי איציקל סטיטשינער, געזעהן אזוי ביי זיין טאטן רבי משה ראזדובער, געזעהן אזוי ביי זיין טאטן רבי אליעזר זשיקובער.
הייבט זיך נישט אן, ער איז נישט געווען קיין פחדן. די מישט מסתמא אויס אבותיו די צדיקים לבית זשיקוב וואס זענען געווען פחדנים דארט ווי זיי האבן געוואלט זיין פחדנים... (לענין קמיעות ולענין התגרות בחיצונים והזהירות שלא לעורר כוחם וכדומה), אויף אים אליין האב איך קיינמאל נישט געזעהן און געהערט אז ער איז געווען א פחדן. ס'נישט אינגאנצן ווי דו זאגסט די דזיקובער רביס זענען געווען בטבע פחדנים שלאפן אין די סוכה האט נישט קיין כי הוא זה שייכות מיט פחדנות, עס איז אן אלטע זשיקובע מנהג און קפידא נישט צו שלאפן אין די סוכה.
די מקור צו די מנהג, איז אז רבי יודעלע סטיטשינער האט זיך אזוי געפירט, געזעהן אזוי ביי זיין טאטן רבי איציקל סטיטשינער, געזעהן אזוי ביי זיין טאטן רבי משה ראזדובער, געזעהן אזוי ביי זיין טאטן רבי אליעזר זשיקובער.
גענוג מקור?
דברי פי חכם חן (א פרישע מעשה דאס יעדע מנהג פרעגט מען באלד מקור? גיי פרעג זיך נאך אביסל פאר דו פרעגסט)
אז מ׳רעדט פון די שייכות צעווישן רבי יהודה׳לע מיטן סאטמארע רב איך ווייס נישט וויפיל מאל זיי האבן זיך געטראפן אבער ער האט זעהר גרויס געהאלטן פון אים, איידער דער סטיטשינע רב האט חתונה געמאכט זיין בת יחידה, (תשי״ח) איז ער אריין מיטן טאכטער צו סאטמארע רב מיט א קוויטל, סוכות תשל״ח ווען סאטמארע רב איז שוין געווען זעהר שוואך האט זיך דער סטיטשינע רב זיך נאכגעפרעגט אויפן סאטמארע רב וויאזוי ס׳איז געווען די תפילות, די נענועים, ער האט זיך איסגעדרוקט ״מ׳דארף אים היטן, מ׳טאר אים נישט איבערשטרענגען, ער איז דער לעצטער רבי אין דור״