רבי איתמר ראזענבוים זצ"ל - אדמו"ר מנדבורנה - תרמ"ו - כ”ב סיון תשל”ג
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
רבי איתמר ראזענבוים זצ"ל - אדמו"ר מנדבורנה - תרמ"ו - כ”ב סיון תשל”ג
[align=center]כבוד קדושת הרה״ק רבי איתמר ראזענבוים זצ״ל
מנדבורנה
הנקרא האדמו״ר הזקן[/align]
בן הרה״ק רבי מאיר מקרעטשניף
בן הרה״ק רבי מרדכי׳לי מנדבורנה
בן הרה״ק רבי בערצי מנדבורנה
בן רבי איציקל מקאליש
בן רבי אהרון לייב מפרימישלאן
בן רבי מאיר הגדול מפרימישלאן
נולד בה׳ תמוז שנת תרמ״ו
נישא לאישה בת הרה״ק רבי ישעי׳ רובין מקולבסוב
עוד בהיותו צעיר לימים, בחיי אביו, עוטר בכתר האדמורות, דר בעיר טשערנאוויץ, ושם גידל וחינוך בניו ובנותיו.
לאחר השואה קבע מושבו בארצות הברית, ויסד בית מדרשו בוואשינגטאן הייטס, ובסוף ימיו התיישב בא״י בתל אביב.
נסתלק כ״ב סיון שנת תשל״ג ונטמן בה הזתים בירושלים.
זכה שבניו חתניו ונכדיו וניניו יכהנו פאר באדמורות, מנהיגי עדה בערים שונות בא״י ובחו״ל.
בניו וחתניו:
כ״ק אדמו״ר רבי חיים מרדכי מנדבורנה
כ״ק אדמו״ר רבי יצחק אייזיק מזוטשקא
כ״ק אדמו״ר רבי ישכר בער מסטראזניץ
חתנו כ״ק אדמו״ר רבי אברהם אבא לייפער מפיטסבורג
[align=center]כבוד קדושת האדמו״ר הרה״ק רבי חיים מרדכי ראזענבוים זצ״ל
האדמו״ר מנדבורנה בני ברק
[/align]
נולד כבן הבכור לאביו הרה״ק האדמו״ר הזקן רבי איתמר מנדבורנה, בשנת תרס״ג לפ״ק בטשערנאוויץ.
בשנת תרע״ד כשנפגשו שני האחים האדמו״ר רבי איתמר מנדבורנה והאדמו״ר רבי אליעזר זאב מקרעטשניף, כשר׳ חיים מרדכי היה ילד בן אחד עשר נתן בו דודו עיניו לבתו והחליטו לבוא בקשרי שידוכין, כעבור שמונה שנים בר״ח אדר ב׳ שנת תרפ״ט התקיימו הנישואין בעיר סיגעט מקום מושבו של רבי אליעזר וואלף זצ״ל.
אברך צעיר לימים בשנות העשרים לחייו היה רבי חיים מרדכי כשהתעטר בכתר האדמורות והחל להנהיג עדה בעיר סערעט בראמעניע שם היה לו חצר הק׳ עד מלחמת העולם השניה.
ביקור בארץ ישראל עוד בשנת תרצ״ו בדעתו להתיישב שם אבל לא אסתייא מילתא וחזר לסערעט.
עלה ארצה בשנת תש״ז והתיישב בירושלים, אח״כ התיישב עיר יפו שע״י תל אביב והוקם שם ישיבה מאמר מרדכי ע״ש זקינו רבי ר׳ מרדכי׳לע מנדבורנה זי״ע, ובשנת תש״כ התיישב בבני ברק ושוכלל שם את החסידות נדבורנה לשם ולתפארת.
היה איש קדוש, תפילתיו היו בהשתפכות הנפש ובקול חוצב היה מפורסם ברב להושיע בברכותיו, היה במהות נחבא אל הכלים ואיש צנוע, רחוק מהווית העוה״ז, מיד כשפתח ישיבתו נמשכו אליו תלמידים רבים מכל החגים שידע איך לחדור לנשמתו של פרט ופרט ובאמרי נועם לחזקו.
י״ז שנים ישב בבני ברק וניהל שם את חצירו של תורה וחסידות.
ונסתלק ביום ט״ו טבת שנת תשל״ח ונטמן בהר הזתים אוהל אדמורי נאדבורנה
בניו: בנו מ״מ כ״ק האדמ״ר רבי יעקב ישכר בער זצ״ל
בנו הילד יצחק אייזיק ע״ה נפטר מיד כשהגיע לחוף חיפה לאחר השואה נהרג ע״י האנגלים ונקבר שם בחיפה.
חתניו: כ״ק מרן האדמו״ר רבי צבי הירש ראזענבוים זצ״ל - מקרעטשניף סיגוט - כפר אתא.
כ״ק מרן אדמו״ר רבי דוד משה ראזענבוים זצ״ל - מקרעטשניף רחובות.
וכ״ק מרן אדמו״ר רבי אליעזר זאב ראזענבוים - מראחוב.

לעצט פארראכטן דורך רבניש אום מיטוואך אוגוסט 23, 2017 10:44 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
רבניש האט געשריבן:בניו: בנו מ״מ כ״ק האדמ״ר רבי יעקב ישכר בער זצ״ל
בנו הבחור יצחק יהודה יחיאל אייזיק ע״ה נפטר מיד כשהגיע לחוף חיפה לאחר השואה נהרג ע״י האנגלים ונקבר שם בחיפה.
דער בחור אייזיק'ל, איז געווען נאר 14 יאהר אלט. גיבוירן י"ג אלול תרצ"ב אין די שטאט סערעט. געטראגט די נאמען פון זיין זיידע דער הייליגע קאמארנער זצ"ל. דער בחור האט זיך געוואלט נאכגיין נאך זיין עלטערע ברודער זצ"ל וואס האט שוין געלערנט אין ירושלים ביי הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זי"ע.
ב' דר"ה תש"ז אפאר טעג פאר ווען ער האט געדארפט ארויס גיין צו די נסיעה, אומלעגאל, זיין טאטע זצ"ל האט איהם מעלה געווען לתורה, און ווען ס'איז געליינט געווארן די פסוקים פו די עקידה "אלקים יראה לו השה לעולה בני" - חשכו עיניו. אין געגעבן א טיפע קרעכץ. זאגנדיג שפעטער: "איך האב גיזען און געשפירט די גזירה, איך האב געפריווט ויפיל איך האב געקענט מבטל זיי די גזירה, אבל אין תבונה ואין עצה נגד ה'".
אין סערעט האט מען משתדל געווען זאל די טאטע מאמע נישט הערן פון די שרעקליכע מאורע, ביז ס'איז געמאלדן געווארן אין דארטיגע צייטונג, האט מען פארשטאנען אז מ'קען מער נישט באהאלטן, האט מען געוועלט משלחת רבנים, צווישן זיי הרב יוסף נפתלי שטרן. אנקומענדיג אין שטוב פון רבי'ן הרב שטרן איז געבליבן שטייען ביים טיר, ווען זיינע ביידע הענט איינגעשטעקן אין די קאפ אנגעבויגן, אין הרב שיבר האט געזאגט: "לא אנשי בשורה אנחנו היום". הערענדיג די ווערטער האט רבי חיים מרדכי געגעבן א קלאפ מיט די הענט און אויסגערופן: "אוי וויי! אייזיק'ל!" גנח, פרש את כפיו כלפי מעלה, נשא עיניו לשמים ואמר: " די וויסט אז איך האב איהם געשיקט לערנען קיין ארץ ישראל, בישיבה של מטה, די האסט גיוואלט ער זאל לערנען בישיבה של מעלה, יהי שם ה' מבורך מעתה ועד עולם". ובירך ברכת "דיין האמת" בהתלהבות עצומה. על-פי עדות הנוכחים, הייתה זו אותה התלהבות בה נהג לברך "להדליק נר חנוכה".
"באותה שעה" - העיד הרב שטרן - "הבנתי על בוריה את המשנה 'חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה'".
בילדער פון זיין מצבה אין ביה"ח אין חיפה, צום ערשט די היינטיגע מצבה, נאכדעם די אלטע מצבה. (אינטרעסאנט ווער האט דאס געשריבן און ווער האט פאראכטן):
- אטעטשמענטס
-
- רוזנבוים-22.jpg (30.76 KiB) געזען 6080 מאל
-
- __רוזנבוים-11-_IMG.jpg (42.14 KiB) געזען 6080 מאל
זייט תרפ"ח האט רבי חיים מרדכי'לע געפירט רעביסטיווע אין סערעט.
ווען דער מקור ברוך זצ"ל, אנגעקרוינט אלס סערעטער רב תרצ"ו, טראץ דעם וואס ער איז געקרוינט אלס רבי אויך, ווען זיין טאטע דער אהבת ישראל איז אוועק יענע יאהר, אבער אין סערעט אליין האט ער נישט געפירט טיש ברבים נאר אין זיין שטוב, משום כבודו פון רבי חיים מרדכי זצ"ל. דאס איז איינע פון די זאכן וואס האט געברענגט די מויראדיגע הערצה וואס רי"נ שטרן האט געהאט צו ר' ברוכ'ל.
ווען דער מקור ברוך זצ"ל, אנגעקרוינט אלס סערעטער רב תרצ"ו, טראץ דעם וואס ער איז געקרוינט אלס רבי אויך, ווען זיין טאטע דער אהבת ישראל איז אוועק יענע יאהר, אבער אין סערעט אליין האט ער נישט געפירט טיש ברבים נאר אין זיין שטוב, משום כבודו פון רבי חיים מרדכי זצ"ל. דאס איז איינע פון די זאכן וואס האט געברענגט די מויראדיגע הערצה וואס רי"נ שטרן האט געהאט צו ר' ברוכ'ל.
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
רבי יעקב ישכר בער ראזענבוים זצ״ל - מנדבורנה בני ברק
כבוד קדושת מרן אדמו״ר הרב הצדיק המפורסם רב ברכות וישועות רבי יעקב ישכר בער ראזענבוים זצ״ל - האדמו״ר מנדבורנה - בני ברק.
נולד לאביו הרה״ק רבי חיים מרדכי בן האדמו״ר הזקן הרה״ק רבי איתמר׳ל זצ״ל, ביום אסרו חג פסח כ״ג ניסן שנת תר״צ לפ״ק. בסערעט שבבוקעווינע השוכן בין טשערנאוויץ ושאץ.
וקרא שמו בישראל ״יעקב ישכר בער״ בפקודת זקינו הרה״ק רבי אליעזר זאב מקרעטשניף דער שווער פון רבי חיים מרדכי וואס ער האט געשיקט אין א טעלעגראם פארן ברית וויאזוי מזאל רופן דאס קינד. שפעטער זיך טרעפענדיג מיטן שווער האט ער אים געפרעגט פשט אינעם נאמען, ישכר בער איז דער טאטע פון רבי מרדכי׳לע, אבער וואס איז דער יעקב? רבי אליזער זאב האט נישט געדענקט ער זאל האבן אפי׳ געשריבן אינעם טעלעגראם דעם נאמען יעקב האט רבי חיים מרדכי ארויסגעצויגן דעם טעלעגראם צייגענדיג דעם יעקב, האט די זיידע זיך אנגערופן דאס מוז זיין פשוט א נאמען מן השמים.
די שטאט סערט איז ווייט נישט געווען פון די ערליכע שטעט בימים ההם ווי די ידי זרים שלטו בה, און דער רוח האפיקורסת איז געווען די ווינט.
האט דער ״דבר חיים״ רבי חיים מרדכי געמאכט א אייגענעם תלמוד תורה פאר זיינע קינדער און פאר נאך געציילטע ערליכע שטובער אין סערעט, און האט אויפגענומען חשובע מלמדים מרביצי תורה יראי ה׳.
דארט אין די ווענט פון דעם תלמוד תורה בבית אביו הק׳ איז דער נאדבורנה רבי אויפגעוואקסן אין זיינע קינדער יארן און יונק געווען מבאר החיי״ם תורה, עבודה, קדושה, ויראה.
בימי הזעם איז ער געווען מיט זיין טאטען און די איבריגע משפחה אין א שטעטל אין טראנסניסטריה וואס איז אין מאלדעווע, דארט אין גלות האט ער אויך בר מצוה געהאט בשנת תש״ג.
סוף אדר תש״ד זענען זיי באפרייט געווארן דורך די רוסן די רויטע ארמיי, דאן איז ער אריבער וואוינען מיט די משפחה קיין טשערנאוויץ ביים זיידן אדמו״ר רבי איתמר׳ל פאר א שטיק צייט, (דער זיידע האט זייער מחבב געווען דעם אייניקל ״בערעלי״ ווי מזעהט פון די בריוון און אנדערע מקומות) דערנאך זענען זיי צוריק קיין סערעט, אנהייב קיץ תש״ו האט זיך דער נאדבורנה רבי ארויפגעזעצט אויף א אומלעגאלן שיף וואס טראגט אים אויפן וועג קיין ארץ ישראל, ווען ער איז זעכצן יאר אלט.
אין תמוז תש״ו איז דער נאדבורנה רבי ענדליך אנגעקומען נאך לאנגע וואנדערנישן קיין ירושלים עיה״ק, גלייך האט ער געוואנדן זיינע פיס צו די ישיבה הרמה פון הגה״ק מרן מהרי״ץ דושינסקיא זי״ע, און איז געווארן רבו המובהק עד יומו האחרון, די תלמידים פון יענע יארן ווייסן צו פארציילן אפי׳ זייענדיג א בחור מבית אדמורים האט ער דארט אין ישיבה פון מהרי״ץ אוועקגעלייגט אלע גינוני בנש״ק און איז געזיצן און געהארוועט אויף תורה מיט א גרויסע התמדה מיט א טיפע הבנה און שקידה שעות רצופות, און אויך זיך אפגעגעבן מיט סיגופים, אויפדערנאכט פלעגט ער אהיים גיין שלאפן נאר פאר דריי שעה און פלעגט גלייך דערנאך לויפן אין ישיבה מיט א הונגער פאר תורה, און אויך האט ער נישט געגעסן ווי געהעריג, און דער גוף האט אים אנגעהויבן ווערן איינגעפאלן און שוואך, ביז מאיז געקומען אויסזאגן פארן רבין מהרי״ץ דער רבי האט נישט געוויסט וויזוי אפיר צונעמען זיין חשובן תלמיד ווייל פון איין זייט האט ער זייער מעריץ געווען זיין תלמיד מיט זיין גרויס התמדה אבער פון די אנדערע זייט האט ער געוואלט ער זאל אכטונג געבן אויף זיין געזונט האט ער אים אריינגערופן און מוסר געזאגט אויף א רואיגן אופן אז מעדארף אכטונג געבן אויפן געזונט, און דאס איז נישט געמאכט פאר א בחורל צו שטייגן, און דעריבער איז ער אים שטארק מצער מיט אזא הנהגה.
אויך איז א מסירה׳לע אנגעקומען איבער דאס התנהגות פון רבין צו זיין טאטען ביז קיין סערעט דורכן שוואגער כ״ק אדמו״ר רבי הירש׳לע מקרעטשניף זצ״ל, וואס מזעט אין א בריוו ווי דער טאטע מוסרט אויס דעם זון דעם רבין ״שמעתי עליך לאמור שאתה בא בכל לילה שעה ג׳ ד׳ לישון ואתה מספגך יותר מדאי והננו מצטער מזה מאוד מאוד, ואיך תוכל ללמוד, ומהיכן יהיה כח אפי׳ לעמוד על הרגליים.״
שוין נאך די פטירה פונעם ירושלמיער רב הגרי״ץ האט דער דבר חיים געגרינדעט זיין ישיבה ״מאמר מרדכי״ אין יפו ווי ער האט דאן געוואוינט, דאן איז דער נדבורנה רבי אריין לערנען אין די ישיבה ביי זיין טאטען.
ט׳ תמוז תשי״ז נישא לבת הרה״ח רבי משה הערש ז״ל שו״ב דעיר אראד ומקורב להרה״ק בעל ״חקל תפוחין״ מקאלוב זצ״ל.
בט״ו בטבת תשל״ח כשנפטר אביו ה״דבר חיים״ ובעת ההלויה הוכרז שבנו יהיה הממלא מקום אביו, די נדבורנה חסידות די קריה (וואס די רבי ה״באר יעקב״ האט געבויעט) והחצר הק׳, הישיבה ומוסדותיה האט זיך הערליך שיין צעוואקסן אונטער די הנהגה פון דעם נדבורנה רבין, ווי עס איז געווארן א מקום לתורה ולחסידות רב הכמות ורב האיכות.
דער נדבורנה רבי האט געדינט דעם אויבערשטען מיט א געוואלדגיע פייערדיגע עבודה בנוסח אבותיו, און איז געווען באקאנט פאר א איש חכם ונבון, א אוהב את הבריות ומקרבן לתורה, און פון איבעראל איז מען געקומען נהנה זיין מאורו הטהור.
נסתלק ביום ז׳ אדר שנת תשע״ב - ונטמן בהר הזתים באוהל אדמורי נדבורנה.
בניו האדמורים ממשיכים דרכו לכהן באדמורות לבית נדבורנה, בבני ברק מכהן בנו הבכור מ״מ רבי אליעזר זאב שליט״א, ושאר הבנים בירושלים, אלעד, ביתר עילית.

- הילולא דצדיקיא
- שר האלפיים
- תגובות: 2420
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
- לאקאציע: באהלי צדיקים
רבניש האט געשריבן:כבוד קדושת האדמו״ר בוצינא קדישא, עושה פלאות, הרה״ק רבי חיים מרדכי ראעזנבוים זצ״ל, נולד לאביו הרה״ק האדמו״ר הזקן רבי איתמר מנדבורנה - בטשערנאוויץ.
נישא את בת דודו הרה״ק רבי אליעזר זאב ראזענבוים זצ״ל - מקרעטשניף שהיה דר בסיגוט.
עלה ארצה בשנת תש״ז והתיישב בירושלים, אח״כ התיישב ביפו והוקם ישיבה מאמר מרדכי ע״ש זקינו רבי ר׳ מרדכי׳לע מנדבורנה זי״ע, ובשנת תש״כ התיישב בבני ברק ושוכלל שם את החסידות נדבורנה לשם ולתפארת.
נסתלק ביום ט״ו טבת שנת תשל״ח ונטמן בהר הזתים אוהל אדמורי נאדבורנה
בניו: בנו מ״מ כ״ק האדמ״ר רבי יעקב ישכר בער זצ״ל
בנו הילד יצחק אייזיק ע״ה נפטר מיד כשהגיע לחוף חיפה לאחר השואה נהרג ע״י האנגלים ונקבר שם בחיפה.
חתניו: כ״ק מרן האדמו״ר רבי צבי הירש ראזענבוים זצ״ל - מקרעטשניף סיגוט - כפר אתא.
כ״ק מרן אדמו״ר רבי דוד משה ראזענבוים זצ״ל - מקרעטשניף רחובות.
וכ״ק מרן אדמו״ר רבי אליעזר זאב ראזענבוים - מראחוב.
אינטרעסאנט איר דערמאנט גארנישט, אז ווען כ"ק אביו הרה"ק זיע"א איז געקומען קיין ארץ ישראל, האט ער אים אוועק געגעבן זיין אדמורו"ת, ונהגו שניהם יחדיו, (ורבות פלאות מסופר ע"ז).
רבניש האט געשריבן:וקרא שמו בישראל ״יעקב ישכר בער״ בפקודת זקינו הרה״ק רבי אליעזר זאב מקרעטשניף דער שווער פון רבי חיים מרדכי וואס ער האט געשיקט אין א טעלעגראם פארן ברית וויאזוי מזאל רופן דאס קינד. שפעטער זיך טרעפענדיג מיטן שווער האט ער אים געפרעגט פשט אינעם נאמען, ישכר בער איז דער טאטע פון רבי מרדכי׳לע, אבער וואס איז דער יעקב? רבי אליזער זאב האט נישט געדענקט ער זאל האבן אפי׳ געשריבן אינעם טעלעגראם דעם נאמען יעקב האט רבי חיים מרדכי ארויסגעצויגן דעם טעלעגראם צייגענדיג דעם יעקב, האט די זיידע זיך אנגערופן דאס מוז זיין פשוט א נאמען מן השמים.
געהערט אמאל פון א נדבונרא אייניקל דערציילן, אז אלע וואס ווערן געבוירן אסרו חג פסח, ווערן גערופן מיט'ן נאמען 'יעקב ישכר בער' משום מעשה שהי' (וואס איך געדענק נישט יעצט), וגם כ"ק אדמו"ר מנדבורנא לינסק אין וומ"ס הייסט יעקב ישכר בער.
רבניש האט געשריבן:די תלמידים פון יענע יארן ווייסן צו פארציילן אפי׳ זייענדיג א בחור מבית אדמורים האט ער דארט אין ישיבה פון מהרי״ץ אוועקגעלייגט אלע גינוני בנש״ק און איז געזיצן און געהארוועט אויף תורה מיט א גרויסע התמדה מיט א טיפע הבנה און שקידה שעות רצופות,
להערה בעלמא, ער האט נישט אוועק געלייגט, אלע גינוני בנש"ק, נאר דאס איז טאקע גינוני בנש"ק, זיצן און הארעווען אויף תורה מיט התמדה גדולה
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:אינטרעסאנט איר דערמאנט גארנישט, אז ווען כ"ק אביו הרה"ק זיע"א איז געקומען קיין ארץ ישראל, האט ער אים אוועק געגעבן זיין אדמורו"ת, ונהגו שניהם יחדיו, (ורבות פלאות מסופר ע"ז).
[
די פארקערט איז די אמת, נישט אוועק געגעבן די אדמורו"ת, נאר אדרבה, ולא נהגו שניהם יחדיו, זה ביפו ולאחמ"כ בב"ב, וזה בשכונת יד אליהו בתל אביב, ומלבד בשמחות של בני המשפחה לא היו יחדיו. והפלא הכי גדול שאפשר לומר שרבות פלאות מסופר על זה. אמנם נהגו כבוד זה בזה, ואף שהבן רח"מ איז געווען אסאך מער מפורסם אין אר"י, און געהאט ממש א עדה פאר זיך, משא"כ דער טאטע ר' איתמר, אעפ"כ אין מלכות נוגעת בחברתה.
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
אבן יקרה האט געשריבן:הילולא דצדיקיא האט געשריבן:אינטרעסאנט איר דערמאנט גארנישט, אז ווען כ"ק אביו הרה"ק זיע"א איז געקומען קיין ארץ ישראל, האט ער אים אוועק געגעבן זיין אדמורו"ת, ונהגו שניהם יחדיו, (ורבות פלאות מסופר ע"ז).
[
די פארקערט איז די אמת, נישט אוועק געגעבן די אדמורו"ת, נאר אדרבה, ולא נהגו שניהם יחדיו, זה ביפו ולאחמ"כ בב"ב, וזה בשכונת יד אליהו בתל אביב, ומלבד בשמחות של בני המשפחה לא היו יחדיו. והפלא הכי גדול שאפשר לומר שרבות פלאות מסופר על זה. אמנם נהגו כבוד זה בזה, ואף שהבן רח"מ איז געווען אסאך מער מפורסם אין אר"י, און געהאט ממש א עדה פאר זיך, משא"כ דער טאטע ר' איתמר, אעפ"כ אין מלכות נוגעת בחברתה.
אמת נכון הצדק עם אבן יקרה
שרח״מ האט נישט געדארפט איבערגעבן דאס רעביסטווע פארן טאטען הרה״ק ווייל ער האט נישט געוואלט פירן רעביסטווע ווי געהעריג, די קינדער זענען געווען רביס און געפירט טישן ער האט נישט געוואלט פירן קיין טישן און פראווענען.
אין נדבורנה בכלל זענען די קינדער געווען געהעריג רביס בחיי אביהם, (היינט ווייס איך נישט אלעס גייט דאך אין א וועלט פון סיסטעם...) וואס דארפסטו מער אז רח״מ האט זיך גערופן נדבורנה רבי אלע יארן און דער טאטע האט געלעבט כמעט אזוי לאנג ווי אים. (א חילוק פון פינעף יאר)
און זיכער איז רח״מ געווען מער מפורסם ווי דעם טאטן אין ארה״ק, דער טאטע האדמו״ר הזקן רבי איתמר׳ל האט דאך געוואוינט אין אמעריקא אריבער צוואנציג יאר משא״כ רח״מ האט דאך געוואוינט פון תש״ז אין אר״י און געפארוועט רעסיבטווע, נו אוודאי איז ער געווען מער מפורסם דארט, אדמו״ר הזקן האט געוואוינט ס״ה פיר יאר אין אר״י, נאכדעם וואס זיין רעבעצין איז אוועק.
אדמו״ר רח״מ איז געפארן יאר יערליך צום טאטן קיין אמעריקא און געוויילט דארט א לאנגע צייט, אפי׳ סיז געווען א שווערע רייזע בטיטול הדרך, נישט ווי היינט וואס פאר די זעצט זיך ארויף על המטוס און די קישט שוין די ערד בארה״ק. (ומסתם גם לגייס כספים למוסדותיו)
די נדבורנה חסידים פארציילן אז נאך וואס די מאמע איז אוועק הרבנית הצ׳ מרת מלכה בכ׳ חשון תשכ״ח איז רח״מ געקומען בעטן דעם טאטען אז יעצט איז שוין צייט ארויף צוגיין אויף אר״י (ביז דאן האט ער קיינמאל נישט געוואלט ארויפגיין) האט דער טאטע אים געזאגט אז אן אלטן שאפע ריקט מען נישט פון פלאץ ווייל עס קען צעפאלן... האט דער זון געזאגט אז פיר יאר נעמט ער אויף זיך, וכך הוה, שהאדמו״ר הזקן חי ארבע שנים בדיוק על אדמת ארה״ק, הגיע לשם בסיון שנת תשכ״ט ונסתלק בכ״ב סיון שנת תשל״ג.
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
אן אינטערסאנטער הנהגה האט זיך האדמו״ר רח״מ געפירט בנוגע הבחירות באר״י.
בעת בחירות הראשונות חתם רח״מ על הבחירות מכיון שהרבי מבעלזא חתם ואמר שזהו הנהגת הדור שהוא גדול הדור. אבל לאחר הסתלקות הבעלזער רב זי״ע עוד לא חתם וגם לא הצביע, שאמר שעכשיו הוא הרבי מסאטמאר זי״ע גדול הדור והוא מתנגד להצבעה בבחירות ונמצא שזו הנהגת הדור, ע״כ לא חתם עוד.
בנו האדמו״ר ריי״ב זצ״ל מעולם לא חתם על הבחירות ולא הצביע. בהיותו תלמיד הגה״ק מהרי״ץ זי״ע, אבל ציית להכריז בבית מדרשו שמי שכן מצביע יצביע לאגודת ישראל.
בעת בחירות הראשונות חתם רח״מ על הבחירות מכיון שהרבי מבעלזא חתם ואמר שזהו הנהגת הדור שהוא גדול הדור. אבל לאחר הסתלקות הבעלזער רב זי״ע עוד לא חתם וגם לא הצביע, שאמר שעכשיו הוא הרבי מסאטמאר זי״ע גדול הדור והוא מתנגד להצבעה בבחירות ונמצא שזו הנהגת הדור, ע״כ לא חתם עוד.
בנו האדמו״ר ריי״ב זצ״ל מעולם לא חתם על הבחירות ולא הצביע. בהיותו תלמיד הגה״ק מהרי״ץ זי״ע, אבל ציית להכריז בבית מדרשו שמי שכן מצביע יצביע לאגודת ישראל.
- הילולא דצדיקיא
- שר האלפיים
- תגובות: 2420
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
- לאקאציע: באהלי צדיקים
רבותעם אתכם הסליחה
איך האב זיך נישט גוט אויסגעדריקט
איך האב געמיינט צו רעדן פון דעם פאקט, אז רח"מ איז געווען א גרויסע אנגענומענע פארהייליגטע רבי אין ארה"ק, און פלוצלינג איז אויסגעוואקסן זיין פאטער, און ביידע האבן געפירט אסאך צוזאמען, (כמובן רח"מ הי' יותר בהנהגה מאביו).
וע"ז מסופר פלאות, (לדוגמה קטנה, שמעתי מאחד, שזוכר ביפו שב"ק אחד איך ששניהם אמרו בריך שמיה על הנוסח, ונתנו באותו רגע אותו קפיצה באותו תנועה בתחילת אמירת 'בריך שמיה').
איך האב זיך נישט גוט אויסגעדריקט
איך האב געמיינט צו רעדן פון דעם פאקט, אז רח"מ איז געווען א גרויסע אנגענומענע פארהייליגטע רבי אין ארה"ק, און פלוצלינג איז אויסגעוואקסן זיין פאטער, און ביידע האבן געפירט אסאך צוזאמען, (כמובן רח"מ הי' יותר בהנהגה מאביו).
וע"ז מסופר פלאות, (לדוגמה קטנה, שמעתי מאחד, שזוכר ביפו שב"ק אחד איך ששניהם אמרו בריך שמיה על הנוסח, ונתנו באותו רגע אותו קפיצה באותו תנועה בתחילת אמירת 'בריך שמיה').
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:רבותעם אתכם הסליחה
איך האב זיך נישט גוט אויסגעדריקט
איך האב געמיינט צו רעדן פון דעם פאקט, אז רח"מ איז געווען א גרויסע אנגענומענע פארהייליגטע רבי אין ארה"ק, און פלוצלינג איז אויסגעוואקסן זיין פאטער, און ביידע האבן געפירט אסאך צוזאמען, (כמובן רח"מ הי' יותר בהנהגה מאביו).
וע"ז מסופר פלאות, (לדוגמה קטנה, שמעתי מאחד, שזוכר ביפו שב"ק אחד איך ששניהם אמרו בריך שמיה על הנוסח, ונתנו באותו רגע אותו קפיצה באותו תנועה בתחילת אמירת 'בריך שמיה').
אפשר הסיבה שהדמו״ר הזקן לא הנהיג ברעביסטווע כ״כ שחשש מאוד מן עין הרע, היות שנשאר בחיים לאחר השואה עם כל בניו אדמורים בעלי צורה ותמיד היה חושש של יזיק עין הרע ע״ז.
ע״כ הסתיר עצמו יותר מבניו - שכדמדומה לי אינדערהיים לפני השואה בטשערנאוויץ נהג ברעביסטווע ווי געהעריג.
וכן אפי׳ כשבא לארה״ק אמר לקרוא לנכדו רבי יעקב ישכר בער (בערלי ווי ער האט אים גערופן) ״בן״ האדמו״ר מנדבורנה. ״נדבורנה רבינס זון״
- יעקעלע פוקס
- שר חמש מאות
- תגובות: 988
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm
ווי שוין געשריבן אין אן אנדער אשכול האט ר' איתמר'ל האדמו"ר הזקן זצ"ל זוכה געוועהן אויף א זאך וואס -לכאורה - קיינער האט נאך דערווייל צו דעם נישט זוכה געוועהן:
איהר אייניקלעך רבי'ס בחייו!
דהיינו האדמו"ר מקרעטשניף רחובות ואחיו היה רבי'ס עם ווייסע זאקן אינדערוואכען משנת תשכ"ט אחר פטירת אביהם האדמו"ר הרה"ק ר' דוד משה זצ"ל שהיה חתן ר' חיים מרדכי בן האדמו"ר הזקן!
נישט נאר געפראוועט בחיי אביו אדער בחיי זקינו נאר גאר בחיי אבי זקינו!
געפראוועט געהעריג רבי'סטעווע מיט'ן גאנצען גלאנץ (9 יארד - בלשון המדינה) דהיינו חצר וישיבה וכל המסתעף

טעמו וראו כי טוב השם
רבניש האט געשריבן:כבוד קדושת מרן אדמו״ר הרב הצדיק המפורסם רב ברכות וישועות רבי יעקב ישכר בער ראזענבוים זצ״ל - האדמו״ר מנדבורנה - בני ברק.
.....
בניו האדמורים ממשיכים דרכו לכהן באדמורות לבית נדבורנה, בבני ברק מכהן בנו הבכור מ״מ רבי אליעזר זאב שליט״א, ושאר הבנים בירושלים, אלעד, ביתר עילית.
יוצאי חלציו:
▪ בנו מ"מ: רבי אליעזר זאב שליט"א מנדבורנא בני ברק (חתן אב"ד פשעמישל זצ"ל)
▪ בנו: רבי מאיר שליט"א מנדבורנא ירושלים (חתן רבי זאב טווערסקי זצ"ל במהר"י מראחמיסטריווקא זי"ע)
▪ בנו: רבי אשר ישעיה שליט"א מנדבורנא ביתר (חתן אב"ד קרית רמ"א בית שמש שליט"א)
▪ בנו: רבי יוסף נפתלי שליט"א מנדבורנא אלעד (חתן אדמו"ר מחוסט וומס"ב שליט"א)
▪ בנו: רבי אהרן דוד שליט"א (חתן אדמו"ר מקאמארנא בני ברק שליט"א)
▪ בנו: רבי שמואל שמעלקא שליט"א (חתן אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א)
▪ בנו: רבי ישראל שליט"א (חתן רבי חיים אליעזר האראנטשיק ז"ל חתן ה'ברכת משה' מלעלוב זי"ע)
▪ חתנו: רבי שלום אהרן אשכנזי שליט"א (בן גאב"ד מעלבאורן זצ"ל)
▪ חתנו: רבי זלמן שפירא שליט"א (בן אדמו"ר מנאראל שליט"א)
▪ חתנו: רבי אשר אנשיל כ"ץ שליט"א (בן אב"ד תולדות אהרן וומס"ב שליט"א)
▪ חתנו: רבי נפתלי שנעעבאלג שליט"א (בן אב"ד עדזשווער שליט"א)
- פריילעך אידל
- שר האלף
- תגובות: 1854
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm
רבניש האט געשריבן:האט מען געטוישט די מציבה פון רח״מ אזוי שנעל? דא קוקט אויס די מציבה אנדערש אביסל.
דאכצעך איך געדענק עפעס א באריכט אז דער אוהל איז וואנלדאליזירט געווארן (אדער דער קרעטשניפער אוהל) אפשר וועגן דעם האט מען געברויכט איבערמאכן.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
פריילעך אידל האט געשריבן:רבניש האט געשריבן:האט מען געטוישט די מציבה פון רח״מ אזוי שנעל? דא קוקט אויס די מציבה אנדערש אביסל.
דאכצעך איך געדענק עפעס א באריכט אז דער אוהל איז וואנלדאליזירט געווארן (אדער דער קרעטשניפער אוהל) אפשר וועגן דעם האט מען געברויכט איבערמאכן.
די נדבורנער אוהל איז נישט וואנדאליזירט געווארן, די קרעטשניפער אוהל איז. קיין אנונג וואסיז פשט פונעם נייעם מציבה.
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
טריסקער האט געשריבן:פריילעך אידל האט געשריבן:רבניש האט געשריבן:האט מען געטוישט די מציבה פון רח״מ אזוי שנעל? דא קוקט אויס די מציבה אנדערש אביסל.
דאכצעך איך געדענק עפעס א באריכט אז דער אוהל איז וואנלדאליזירט געווארן (אדער דער קרעטשניפער אוהל) אפשר וועגן דעם האט מען געברויכט איבערמאכן.
די נדבורנער אוהל איז נישט וואנדאליזירט געווארן, די קרעטשניפער אוהל איז. קיין אנונג וואסיז פשט פונעם נייעם מציבה.
אויסערליך קוקט אויס אז רח״מ מציבה זאל אויסקוקן אייניג מיטן זון,
אבער דאס איז א אינטרעסאנטע זאך צו טון פאר די סיבה
א מעשה פלא אויף רבי חיים מרדכי מנדבורנא:
דער בעלעדער רבי זצ"ל איז געווען א תלמיד פונעם דבר חיים און א בן בית ביי אים. בעת וואס זיין טאטע ר' יחזקאל טויסיג ז"ל איז געווען קראנק שוין סוף ימיו, פלעגט דער בעלעדער רבי דערמאנען זיין טאטע פארן דבר חיים טאג טעגליך פאר א רפו"ש, אבער דער דבר חיים פלעגט זיך אלס ארויסדרייען פון צוזאגן א רפואה פאר זיין טאטע.
איין טאג - בעת וואס דער בעלעדער רבי איז געווען ביים דבר חיים אינדערהיים - איז דארט געקומען א פרייע פרוי און געקלאפט אויפן טיר פונעם דבר חיים, די פרוי האט דערציילט פארן דבר חיים וויינענדיגערהייט אז איר מאן האט איר ארויסגעווארפן פונדערהיים איר אנשרייענדיג אז ער האט נישט קיין קינדער פון איר און דעריבער איז זי נישט ווערט פאר אים גארנישט.
דער דבר חיים, הערנדיג דאס, האט איר געזאגט אז ער איז גרייט זיי צוצוזאגן א קינד אויב זי איז מסכים זיך אונטערצונעמען היטן שבת, כשרות און טהרת המשפחה. האט זי געענטפערט אז פון איר זייט איז זי מסכים, אבער זי ווייסט נישט אויב איר מאן וועט מסכים זיין. האט איר דער דבר חיים געהייסן אהיימגיין פרעגן איר מאן אויב ער איז מסכים צו דעם פארשלאג, און אויב יא זאלן זיי ביידע צוריקקומען צו אים.
קורץ דערויף זענען זיי צוריקגעקומען און דער מאן האט אויסגעדריקט זיין צושטימונג צום פארשלאג און האט פייערדיג צוגעזאגט אז ער נעמט זיך אונטער צו היטן די דריי זאכן, און אזוי אויך האט די פרוי צוגעזאגט אז זי נעמט זיך דאס אונטער צו היטן.
דער דבר חיים האט דאן גענומען צוויי פאפירן און ארויפגעשריבן אויף ביידע די זעלבע נוסח: "היות אז די פארפאלק נעמט זיך אונטער צו היטן שבת, כשרות און טהרת המשפחה, זאג איך זיי צו אז ביז א יאר וועלן האבן א קינד, און אויב איז נישט דא קיין נשמה פארן קינד, זאל מיין נשמה ארויסגיין פון מיר און אריינגיין אין דעם קינד. ויעיד על זה בעל התולדות". ער האט דאן גענומען איין פאפיר און דאס אהינגעגעבן פארן פארפאלק, און די צווייטע פאפיר האט ער אריינגעלייגט אינעם ספר 'תולדות יעקב יוסף' אין זיין ספרים שאנק.
איבער א יאר איז דער בעלעדער רבי געקומען צום הויז פונעם דבר חיים לראות היעמדו דבריו. ווען דער דבר חיים האט אים באמערקט האט ער אים געזאגט: "ביזט מיר געקומען פארהערן? ווארט אביסל". אביסל שפעטער איז טאקע אנגעקומען א טעלעפאון קאל אז די פרייע פארפאלק האבן געהאט א קינד!
דא האט זיך דער בעלעדער רבי נישט געקענט איינהאלטן און האט געפרעגט זיין רבי: "מיין טאטע היט דען נישט שבת, כשרות און טהרת המשפחה??? פאר מיין טאטע קען דער רבי נישט פועל'ן???". האט אים דער דבר חיים געענטפערט: "פאר דיין טאטע דארף מען דען אויך ווייזן אז ס'פארהאן א גאט אויפן וועלט...? איך האב מיר מוסר נפש געווען צו ווייזן דעם פרייען פארפאלק אז ס'פארהאן א גאט אויפן וועלט!".
(מפי הרב שמעיה טויסיג שליט"א וואס האט דאס געהערט פון זיין שוועסטער-קינד דער בעלעדער רבי זצ"ל)

רבניש האט געשריבן:טריסקער האט געשריבן:פריילעך אידל האט געשריבן:רבניש האט געשריבן:האט מען געטוישט די מציבה פון רח״מ אזוי שנעל? דא קוקט אויס די מציבה אנדערש אביסל.
דאכצעך איך געדענק עפעס א באריכט אז דער אוהל איז וואנלדאליזירט געווארן (אדער דער קרעטשניפער אוהל) אפשר וועגן דעם האט מען געברויכט איבערמאכן.
די נדבורנער אוהל איז נישט וואנדאליזירט געווארן, די קרעטשניפער אוהל איז. קיין אנונג וואסיז פשט פונעם נייעם מציבה.
אויסערליך קוקט אויס אז רח״מ מציבה זאל אויסקוקן אייניג מיטן זון,
אבער דאס איז א אינטרעסאנטע זאך צו טון פאר די סיבה
זכרנו ווען מ'האט דאס געטון, און די סיבה איז טאקע ס'זאל אויסזיין אייניג (שלא ייראה כמו אדמו"ר מנדבורנה חדרה)
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי

נאך אן אינטערעסאנטע מעשה פון רבי חיים מרדכי מנדבורנא:
דער דבר חיים'ס איידעם רבי הערשעלע קרעטשניפער זצ"ל פלעגט מקרב זיין אידן אין כפר אתא און פלעגט זיי דערנאך שיקן צו די חסידישע צענטערן דארט וואוינען און בויען א בית נאמן בישראל.
איין אזא איד האט רבי הערשעלע אריינגענומען צו זיך ווען דער איד איז נאך געווען א קליין קינד אן קיין עלטערן גלייך נאכן קריג, ער האט אים אויפגעצויגן און אים אריינגעלייגט אין זיין ישיבה, און נאכן אים חתונה מאכן האט ער אים געשיקט וואוונען אין בני ברק וואו ער האט אים אריינגעשטעלט אינעם נדבורנא כולל פון זיין שווער. דער איד איז אבער אלץ פארבליבן א גאר שטארקער בן בית ביי רבי הערשעלע און איז געווען פאר אים ווי אן אייגן קינד ממש.
א צייט שפעטער איז פאר דעם איד געבוירן געווארן אן ערשטער אינגל, און ער האט איינגעלאדענט דעם דבר חיים צו דינען אלץ סנדק ביים ברית, און רבי הערשעלע האט ער גערופן און האט אים געזאגט אז סנדקאות געבט ער שוין פאר זיין שווער אבער ער וועט אים מכבד זיין מיט ברכות און קריאת השם. אבער הגם אז געווענטליך פלעגט רבי הערשעלע נישט פארן צו א ברית אויב האט ער נישט געהאט סנדקאות אלץ די טירחה צו פארן פון גליל וואס האט געדויערט לאנג און איז נישט געווען גרינג, האט ער דא געמאכט אן אויסנאם און איז יא געקומען קיין בני ברק צום ברית, טראץ דעם וואס ער האט נישט געהאט סנדקאות, נאר צוליב די נאנטשאפט פונעם בעל שמחה ביי רבי הערשעלע איז ער געפארן. פאר רבי הערשעלע האט דאס אבער פארדראסן, און ער האט געהאלטן אז זיין שווער וואלט געדארפט צוריקווייזן די סנדקאות וואוסענדיג אז רבי הערשעלע איז דער מגדל ומחנך פונעם בעל שמחה און כי לו נאה ויאה דעם כיבוד.
ביים סעודת הברית איז פאר רבי הערשעלע דורכגעלאפן א מחשבה אז היות זיין זוהן רבי ניסן שליט"א (אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים) ווארט א קינד, וועט ער נישט געבן די סנדקאות פאר זיין שווער וויבאלד דא האט אים זיין שווער דאס כאילו צוגעכאפט פון אים, נאר ער וועט דאס האלטן פאר זיך. באלד האט זיין שווער דער דבר חיים זיך אויסגעדרייט צום איידעם און אים געזאגט: "דיין ניסע'לע וועט האבן א מיידל...". וכך הוה! פאר רבי ניסן שליט"א איז דאן געבוירן געווארן זיין עלסטע טאכטער (אשת הרב משה אשכנזי שליט"א).
(מפי בעל המעשה רבי הערשעלע קרעטשניפער זצ"ל)

טריסקער האט געשריבן:נאך אן אינטערעסאנטע מעשה פון רבי חיים מרדכי מנדבורנא:

שיינער סיפור. דער אייניקל פון רבי הערשעלע מקרעטשניף האט מיר אנגעהויבן פארציילן די מעשה, אבער איז געבליבן שטעקן אינדערמיט....
אלזא יישר כח פארן ״גאנצן״ סיפור.