רבי מנחם שלמה טויב זצ״ל - אדמו״ר מקאלוב - בעל חקל תפוחין - ד׳ שבט תשל״ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי מנחם שלמה טויב זצ״ל - אדמו״ר מקאלוב - בעל חקל תפוחין - ד׳ שבט תשל״ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

כבוד קדושת הרב הגאון הצדיק חסידא ופרישא, אור מופלא, המקובל רבי מנחם שלמה טויב זצ״ל - האדמו״ר מקאלוב

איז געבוירן צו זיין טאטען הגה״צ רבי משה טויב (נפטר כ׳ אייר תרצ״ו - בעל מחבר ״עת רצון״) בשנת תרס״ב אין שטאט קאלוב.

ער איז געווען א פיפטער דור באח״ב צום הייליגן רבי אייזיקל קאלובער זי״ע (אולי אני טועה בהדור)

רבי מנחם שלמה איז געגאנגען וואוינען נאך די חתונה אין מיהאפאלווע (וואס איז נעבן דעברעצין) וואס דארט האבן געוואוינט פילע קאלובער חסידים און זיי האבן אים גערופן דארט צו זיין זייער מורה דרך.

ביים קריג איז ער געגאנגען קיין ראמעניע אין זיך באזעצט אין אראד.

נאכן קריג בשנת תש״ו איז ער אנגעקומען קיין נוי יארק קודם האט ער זיך באזעצט אין דעם אידישן בארא פארק, שפעטער און שנת תשט״ו איז ער אריבער זיך באזעצען אין דעם חסידישן וויליאמסבורג, ווי ער האט געגרינדעט זיין ביהמ״ד בית משה קאלוב, אויף הויז סט.

דער קאלובער רבי איז געווען באוויסט אלס א געוואלדיגער איש קדוש מאוד ועובד ה׳ וואס איז אנגעגאנגען מיט זיין באשיידענע עבודה מיט א מופלא׳דיגן צדקת מיט א קדושה עילאה און אלעס מיט א געוואלדיגע ענוה יתירה, דער קאלובער רבי איז כמעט נישט ארויס מפתח ביתו אויף די גאס אין די שטאט צוליב זיין קדושה און אפגעהיטענקייט, און כמעט נישט אנטייל גענומען אדער גערעד ביי קיין שום עפענטליכע מקומות, (הגם ער פלעגט יערליך פארן קיין מאנטרעאל אפשר נאך מקומות) נאר געזיצען און געלערנט זיינע שיעורי תורה יום ולילה און געדינט דעם אויבערשטען מיט חסידות און פרישת, אויסער דעם האט ער גארנישט געדארפט, ער איז געווען גרויס און באריהמט סיי בתורת הנגלה ורב גוברי׳ בתורת החן וקבלה.

חסידים פארציילן אז ער האט נישט געקענט אפי׳ די גאסן ארום זיין דירה, נאר דעם וועג צו די מקוה, און פון די מקוה אהיים, דורך זיינע סימנים ווי מעמאכט א רעכטס און ווי מעגייט ווייטער.

דעם קאלובער רבינס שכינים אויף הויז סט. און פון די אנדערע זייט אויף פענן סט. דענקן גוט דעם מחזה הוד ווי די רבי שפאצירט אין זיין הויף ארויף און אראפ מיטן זוהר אין די האנט, פאר לאנגע שעות שקוע ברעיונותיו.

קיין גרויסען עולם האט ער אויך נישט געהאט ווייל ער האט זיך שטארק געקליבן מיט וועם צו דאווענען למשל ער האט נישט געגליכן א מגולח ביי אים אין ביהמ״ד און צושיקן צום עמוד אוודאי נישט, אמאל האט איינע פון די מתפללים א מגולח וואס איז געווען א כהן געבעטן א פסוקי דזמרה אום ר״ה צוליב א יארצייט, פארשטייט זיך אז דער רבי האט דאס נישט געגעבן - אזוי האט ער שוין קיין כהן צום דוכענען אויך נישט געהאט....

אבער דער קאלובער רבי איז נישט דא געווען זיך צו שאפן ידידים חסידים, נאר צו דינען דעם אויבערשטען לויט זיין רצון און השגות.

קלוגע יודן וואס האבן געוואלט הערן און זעהן די הייליגע עבודה פון א באשיידענעם צדיק ונשגב פלעגן קומען הערן זיין דאווענען וואס איז געווען מיט א באזונדערע השתפכות הנפש, מיט זיין ספעציעלן נוסח וואס איז אריין טיעף אין די נשמה פון די שומעים. ספעציעל איז געווען באקאנט צו גיין הערן זיין עבודה ביי ספירה ציילן בנוסח מתוק.

עס איז באקאנט אז ער פלעגט קומען צו די שובבים תורת ביי מרן מסאטמאר זי״ע, און געמאכט זיכער אריינצוגיין ווען עס איז שוין געווען טינקל און געמאכט זיכער ארויסצוגיין בעת ווען עס איז נאך געווען טינקל, אזוי אז מזאל נישט דארפן מאכן א וועזן פון אים און דארפן זעצן אויפן אויבן אן...

און אזוי האט ער זיך געפירט בענווה יתירה צו יעדע צייט!

נפטר ביום ד׳ שבט שנת תשל״ח
ומנוחת כבודו בנוי דזערסי באוהל שהוקם שם בחלקת ק״ק פאפא.

בניו חתניו:
האדמו״ר רבי משה טויב שליט״א מקאלוב
האדמו״ר מאלעסק שליט״א
בנו הרה״צ ז״ל חתן הגאב״ד אודווארי שנפטר בדמי ימיו.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

איז דער קאלובער רבי געווען אן איידעם ביי א לינסקער רבי?
איז דאס געווען זיוויג ראשון ?

און ווי האט ער געלערנט בימי בחרותי ווער עס ווייסט ?
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

רבניש האט געשריבן:כבוד קדושת הרב הגאון הצדיק חסידא ופרישא, אור מופלא, המקובל רבי מנחם שלמה טויב זצ״ל - האדמו״ר מקאלוב

איז געבוירן צו זיין טאטען הגה״צ רבי משה טויב (נפטר כ׳ אייר תרצ״ו - בעל מחבר ״עת רצון״) בשנת תרס״ב אין שטאט קאלוב.

ער איז געווען א פיפטער דור באח״ב צום הייליגן רבי אייזיקל קאלובער זי״ע (אולי אני טועה בהדור)

פונקטליך!
רבי מנחם שלמה מקאלוב בעל חקל תפוחין
1. בן רבי משה מקאלוב בעל עת רצון
2. בן רבי יהודה צבי מראזלא
3. בן רבי שלמה מראזלא
4. בן רבי משה חיים מזידיטשוב
5. בן רבי אייזיקל קאלובער

רבניש האט געשריבן:בניו חתניו:
בנו מ"מ: האדמו״ר רבי משה טויב שליט״א מקאלוב
חתנו: האדמו״ר רבי יצחק אשכנזי מאלעסק שליט״א
בנו: הרה״צ רבי נפתלי אריה לייביש ז״ל חתן הגאב״ד אודווארי שנפטר בדמי ימיו.
חתנו: האדמו"ר רבי ישראל ראזענבוים זצוק"ל מסטאניסלאב מאנסי
חתנו: הרה"ג רבי נתן דוד ראזענבערגער שליט"א מוומס"ב בן אב"ד גמזו

רבניש האט געשריבן:איז דער קאלובער רבי געווען אן איידעם ביי א לינסקער רבי?
איז דאס געווען זיוויג ראשון ?

יא, דער חקל תפוחין איז געווען אן איידעם ביי רבי זונדל ישכר דוב רוקח מלינסק.
געווען זיין איינציגער זיווג כפי ידיעתי, עכ"פ ממנה ילדיו.
לעצט פארראכטן דורך טריסקער אום פרייטאג אוגוסט 18, 2017 10:35 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

טריסקער האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:כבוד קדושת הרב הגאון הצדיק חסידא ופרישא, אור מופלא, המקובל רבי מנחם שלמה טויב זצ״ל - האדמו״ר מקאלוב

איז געבוירן צו זיין טאטען הגה״צ רבי משה טויב (נפטר כ׳ אייר תרצ״ו - בעל מחבר ״עת רצון״) בשנת תרס״ב אין שטאט קאלוב.

ער איז געווען א פיפטער דור באח״ב צום הייליגן רבי אייזיקל קאלובער זי״ע (אולי אני טועה בהדור)

פונקטליך!
רבי מנחם שלמה מקאלוב בעל חקל תפוחין
1. בן רבי משה מקאלוב בעל עת רצון
2. בן רבי יהודה צבי מראזלא
3. בן רבי שלמה מראזלא
4. בן רבי משה חיים מזידיטשוב
5. בן רבי אייזיקל קאלובער

רבניש האט געשריבן:בניו חתניו:
בנו מ"מ: האדמו״ר רבי משה טויב שליט״א מקאלוב
חתנו: האדמו״ר רבי יצחק אשכנזי מאלעסק שליט״א
בנו: הרה״צ רבי נפתלי אריה לייביש ז״ל חתן הגאב״ד אודווארי שנפטר בדמי ימיו.

רבניש האט געשריבן:איז דער קאלובער רבי געווען אן איידעם ביי א לינסקער רבי?
איז דאס געווען זיוויג ראשון ?

יא, דער חקל תפוחין איז געווען אן איידעם ביי רבי זונדל ישכר דוב רוקח מלינסק.
געווען זיין איינציגער זיווג כפי ידיעתי, עכ"פ ממנה ילדיו.

ישר כחם פארן אויסקלארן די אלע פרטים

וועמענס זון (גזע) איז דער לינסקער רבי געווען, און ווי האט ער איבערגעלעבט דעם קריג אן אלטער איד?

זונען האט דער לינסקער רבי געהאט?
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

רבניש האט געשריבן:וועמענס זון (גזע) איז דער לינסקער רבי געווען, און ווי האט ער איבערגעלעבט דעם קריג אן אלטער איד?

דער לינסקער רבי איז געווען א בא"ב פונעם שר שלום מבעלזא זי"ע, און אן איידעם ביי רבי שמעון הורוויץ מלינסק א בא"ב פונעם ראפשיצער רב.

ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקע בשנת תרצ"ח.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

קאלובער רבי (לינקס פון חתן) ביי די חתונה פון זיין טאכטער מיטן איידעם אדמו״ר מאלעסק שליט״א - בן הגה״צ מעלברוינר רב ז״ל.

רעכטס פון חתן איז חותנו האדמו״ר מלינסק, דערנאך אבי החתן רבי אלימלך אשכנזי ממעלברוין.
אטעטשמענטס
IMG_3258.JPG
IMG_3258.JPG (584.87 KiB) געזען 4363 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

טריסקער האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:וועמענס זון (גזע) איז דער לינסקער רבי געווען, און ווי האט ער איבערגעלעבט דעם קריג אן אלטער איד?

דער לינסקער רבי איז געווען א בא"ב פונעם שר שלום מבעלזא זי"ע, און אן איידעם ביי רבי שמעון הורוויץ מלינסק א בא"ב פונעם ראפשיצער רב.

ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקע בשנת תרצ"ח.

דאס הייסט אז דער קאלובער רבי האט הערשט חתונה געהאט דאס ערשטע מאל דא אין אמעריקא? שטעלט זיך נישט אין שכל לויט די יארן
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

רבניש האט געשריבן:

וואס עפעס??? דער קאלובער רבי האט חתונה געהאט אסאך פארן קריג, ער איז געקומען קיין אמעריקע ערשט נאכן קריג, משא"כ זיין שווער איז געקומען אליין קיין אמעריקע נאך פארן קריג.

אגב, האסט געפרעגט אויף דער לינסקער רבי'ס קינדער:

ער האט געהאט 4 זוהן און 1 טאכטער און איידעם וואס זענען אומגעקומען ביים קריג (נאר זיין איידעם דער חקל תפוחין האט איבערגעלעבט):
▪ ר' אליעזר הי"ד
▪ ר' אברהם חיים הי"ד
▪ ר' יהודה הי"ד
▪ הב' דויד הי"ד
▪ אשת רבי נפתלי רוקח (השני) מנאווריא הי"ד

פששי הייסטעס אז פון די אלע קינדער זיינע איז פארבליבן דורות נאר פונעם קלובער רבין...!

ווי פונקטליך איז דער קאלובער רבי געווען ביים קריג ווייסט איר ?
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

רבניש האט געשריבן:ווי פונקטליך איז דער קאלובער רבי געווען ביים קריג ווייסט איר ?

לויט ווי איך פארשטיי האט ער דאן געוואוינט אינעם שטאט אראד אין ראמעניא.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

טריסקער האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:ווי פונקטליך איז דער קאלובער רבי געווען ביים קריג ווייסט איר ?

לויט ווי איך פארשטיי האט ער דאן געוואוינט אינעם שטאט אראד אין ראמעניא.

יא דאס האב איך געשריבן, כאב געקלערט אפשר ווייסט איר מער איבער דעם
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

עוד תמונה מחתונת חתנו מאלעסק שליט״א

אדמו״ר רבי איתמר׳ל מגיע, רואים המחותנים והסבא האדמו״ר מלינסק זצ״ל.

שטייענדיג זעהט מען; דער בחור מיט הויכען ביבער הוט און פיאות ארום די אויער מיט די ברילן איז רבי זלמן אשכנזי ז״ל - אויך זעהט מען האדמו״ר מקאלוב שליט״א.
אטעטשמענטס
IMG_3255.JPG
IMG_3255.JPG (532.44 KiB) געזען 4334 מאל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ביי די חתונה פון אדמו״ר מקאלוב רבי משה טויב שליט״א לרפו״ש, רעכטס איז כ״ק האדמו״ר מקאלוב זצ״ל - רבי מנחם שלמה, בעל ״חקל תּפוחין״ החתן, חותנו אדמו״ר מלינסק לאנדאן, ורבי אלחנן האלפערין סטעמפארד הילל.
IMG_2076.JPG
IMG_2076.JPG (183.26 KiB) געזען 4309 מאל

קרעדיט רבניש דא
דביה תחדי נפשא
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4575
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

מ'האט שוין דארט געשריבען אז ס'יז נישט אדמור מלינסק נאר אדמו"ר רבי לוי יצחק קלוגהויפט מסטרליסק לונדון זי"ע
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ווען ס'איז ארויסגעקומען די ספר ויואל משה האט די קאלוב'ע רבי געזאגט אז ו'יואל משה' איז ר"ת אנכי ולא יהי' לך מפי הגבורה שמענו
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

דריידל האט געשריבן:ווען ס'איז ארויסגעקומען די ספר ויואל משה האט די קאלוב'ע רבי געזאגט אז ו'יואל משה' איז ר"ת אנכי ולא יהי' לך מפי הגבורה שמענו

ווען דער קאלובער רבי אדער אנדערע האבן איבערגעזאגט דעם רמז פארן סאטמארן רב, האט ער זייער הנאה געהאט און געזאגט אינטערסאנט מיר איז דאס נישט איינגעפאלן...
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

אדמו״ר רבי איתמר׳ל כאפט א מצוה טענצל ביי די חתונה.

מזעהט דעם חתן אדמו״ר מאלעסק, דער מיטן לאנגען בארד און ווייסע זאקן איז דער סטאניסלאווער רבי חתן הקאלובער רבי - ונכד רבי איתמר׳ל וואס איז געקומען אלס א מחותן (אנעם שטריימעל אבער) לינסקער רבי די זיידע, דער קאלובער רבי זי״ע אין ווינקל, קאלובער רבי שליט״א אונטער ר׳ איתמר׳ל, מיטן רוקן איז האדמו״ר מזוטשקא זצ״ל אביו של הסטאניסלאווער, (אויך אנעם שטריימעל, זעהט אויס אמאל פלעגט מען נישט שטריימלען אזוי שנעל אפי׳ אלס א מחותן...)
אטעטשמענטס
IMG_3260.JPG
IMG_3260.JPG (494.63 KiB) געזען 4272 מאל
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

דער קאלובער רבי האט נאך אן איידעם
ר' נתן דוד ראזענבערגער שליט"א
זוכט איר דוי?
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

דונש האט געשריבן:דער קאלובער רבי האט נאך אן איידעם
ר' נתן דוד ראזענבערגער שליט"א

יא גערעכט הרב טריסקער האט דאס געשריבן אויבן
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

בני שלשים...
אטעטשמענטס
IMG_3287.JPG
IMG_3287.JPG (140.79 KiB) געזען 4196 מאל
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

רבניש האט געשריבן:בני שלשים...

בילד

ווער איז דער טאטע און וועלכע קינד?
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

רבניש האט געשריבן:דער קאלובער רבי איז כמעט נישט ארויס מפתח ביתו אויף די גאס .... נאר געזיצען און געלערנט זיינע שיעורי תורה יום ולילה און געדינט דעם אויבערשטען מיט חסידות און פרישת, אויסער דעם האט ער גארנישט געדארפט, ער איז געווען גרויס און באריהמט סיי בתורת הנגלה ורב גוברי׳ בתורת החן וקבלה.

בניו חתניו:
האדמו״ר רבי משה טויב שליט״א מקאלוב
האדמו״ר מאלעסק שליט״א
בנו הרה״צ ז״ל חתן הגאב״ד אודווארי שנפטר בדמי ימיו.

בתוך דברי ההספד ביים לוי', האט כ"ק אדמו"ר הגה"ק מפאפא זצוק"ל געזאגט ווי פאלגענד (נדפס בספה"ק ויחי יוסף פרשת וארא):

"דהצדיק בעת שעוסק בתורה אף שיושב בתוך ד' אמות בבית מדרשו, עכ"ז משפיע עי"ז תורה לכל תלמידי חכמים שבעולם אך שאינם בצוותא חדא עמו, כי ההשפעות התורה שלו יורדת מן השמים ומשפיע לכל תלמידי חכמים, וכדמיון בחוטי העלעקטער בגשמיות כשמדליקים במקום אחד מתפשט ניצוצי העלעקטער למרחוק....

וכן יש לומר על הצדיק אדמו"ר מקאלוב זצ"ל דבעת שהי' יושב ועוסק בתורה ועבודה בתוך ד' אמות בבית מדרשו הי' אור קדושתו זורח למרחוק והי' מאיר גם עלינו, ואף לאותן שלא באו בצל קורתו השפיע עליהם השפעות ניצוצי קדושה וממילא כאלו גמרינן מפומי' דמי...

... ועל כן לן יאית למבכי ולהוריד כנחל דמעה על העדר אור התורה שנעדר ע"י מיתת הצדיק הזה, וראוי לתת לב למלאות החסרון והאבידה הנעדרת שישאר להלאה אור תורתו...."

סוף הספד האט ער עפ"י צוואתו ממנה געווען בנו אלס ממלא מקום, וזל"ק:

"והנה כמו שהצדיק כתב בצוואתו שמבקש שבנו יהי' ממלא מקומו נקיים רצונו ונקבלו למלא מקומו, ויה"ר שיהי' ה' עמו להמשיך להלאה שלשלת הקדושה מאבותיו הקדושים, ויצליח להיות מנהיג..."
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

אלס בחור האט איינע פון מיינע מגי"ש אראפגעלייגט ווי אזוי דער קאלובער רבי זצ"ל האט נישט נהנה געווען מעולם הזה, אויב איך געדענק גענוי האט ער דערציילט, ווי אזוי זיין שטוב האט אויסגעקוקט, אפאר שוואכע האלב צובראכענע בענקלעך, קויף עפעס א שוואכע לייט, און אזוי איז ער געזעסן בד' אמותיו און געדינט דעם אייבערשטען באימה וביראה עילאה
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

ווי האט געוואוינט דער לינסקער רבי?
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

טר
יסקער האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:בני שלשים...

בילד

ווער איז דער טאטע און וועלכע קינד?

רעכטס ה״חקל תפוחין״ שטייענדיג איז בנו ומ״מ כ״ק אדמו״ר מקאלוב שליט״א מיט איינע פון זיינע קינדער
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”