רבי אפרים פישל הערשקאוויטש זצ״ל גאב"ד האליין ודומ"ץ צאנז קלויזענבורג - ב' סיון תשע"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

א ת"ח וואס גייט פון די וועלט דארפען זיך אלע מצטער זיין, רבי פישעלע זצ"ל איז יעדער מודה אהן קיין ספק אז ער איז געווען א ריזיגע ת"ח און גרויסער פוסק, און אפילו ווער ס'האט בחייו נישט געהאט קיין שייכות איז אויך מחוייב זיך מצטער זיין און מספיד זיין אזא אדם גדול, און זעכער נישט חס ושלום ווערען נכשל מיט א שמץ פון בזיון ת"ח, היזהר בגחלתן,
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ר' פישל'ס אן אייניקל דינט אלץ דומ"ץ אין מחנה בית רחל שע"י חסידי מהר"א
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
לחי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 7:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחי »

דריידל האט געשריבן:ר' פישל'ס אן אייניקל דינט אלץ דומ"ץ אין מחנה בית רחל שע"י חסידי מהר"א

הלא הוא הרה"ג ר' יצחק ב"ר ישראל אונסדארפער שליט"א דומ"ץ ק"ק שפע חיים צאנז וויליאמסבורג, און אין די זוממער איז ער אין מחנה בית רחל מהר"א
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

ווייסט איינער שבעה דעטאלן?
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

לוי' קרית צאנז.
אטעטשמענטס
IMG-20170529-WA0075.jpg
IMG-20170529-WA0075.jpg (141.22 KiB) געזען 4861 מאל
IMG-20170529-WA0077.jpg
IMG-20170529-WA0077.jpg (141.18 KiB) געזען 4861 מאל
IMG-20170529-WA0076.jpg
IMG-20170529-WA0076.jpg (128.12 KiB) געזען 4861 מאל
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ס'איז פנה הודה, פנה זיוה, פנה הדרה פון וויליאמסבורג. אפגעזעהן אלעס איז ער אבער געווען א שטאלץ פאר די שטאט נאך פאר יארן צוריק ווען אסאך פארצייטישע רבנים זענען נאך געווען בחיים אתנו. מיט זיין פטירה האט זיך געענדיגט די דור פון פארצייטישע רבנים וואס האבן דא משמש געווען ברבנות פון נאכ'ן קריג.
לא הניח אחריו כמותו, חבל על דאבדין דלא משתכחין
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

איז רב אונסדארפער (טאטע) דער רש הכולל אין בראשוב ?
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

זבחי צדק האט געשריבן:
סטראפקאוו האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
סטראפקאוו האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:ביודעי ומכירי קאמינא


גווען ידוע פאר תשס"ג אויך ?....

איך האב געשריבן פאר 22 יאר צוריק
קענסט רעכנען?


דאס אז די ווייסט פון איין סעפיציפישע מעשה מאכט עס נאכנישט פאר א מציאות, איי עס איז ידוע וויל איך וויסן ווען עס איז געווארן ידוע, צו פאר זמן הנ"ל איז עס אויך געווען ידוע

איך קען אייך נישט העלפן אויב איר האט א פראבלעם דערמיט...,
איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט, האמת והשלום אהבו, און כ'האף אז איר קענט אויך די גמרא אין יבמות אע"פ וכו' לא נמנעו בית שמאי ובית הלל מלישא נשים זה מזה...
איך וואלט געקענט שרייבן ווייטער, בנוגע זיין שייכות מיט נאך סאטמארע רבנים, אבער כ'זעה אז ס'טוט דיר עפעס וויי, סאו ה'עט מען מוזן זיך דא שטעלן, סארי



שמעתי בידיעה ברורה מאנשים נאמנים שהיו בשעת מעשה.

מרן רביה״ק מסאטמאר ביקש מעמו כמ״פ שיואיל בטובו להשאילו מאוצרו הטוב.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

צוויי אנעקדאטן
אין ביהמ"ד האט מען אמאל געענדיגט שלש סעודות פרי און ס'איז געווארן א מדובר צו מ'זאל ווארטן מיט'ן בענטשן אויף נאכ'ן זמן האט ר' פישל זיך אנגעריפן "שבת טאר מען נישט בענטשן"?

ער האט געהאלטן להלכה אז שבת טאר מען נישט גיין מיט א פלעסטיק אויפ'ן היט/שטריימל ווען ס'רעגענט, טראץ דעם וואס די קלויזענבורגע רב האט געהאלטן אז מ'מעג יא. די קלויזענבורגע אידן פלעגן טאקע גיין מיט פלעסטיקס אבער זיינע קינדער און אייניקלעך נישט.
( יש אומרים אז פאר דעם האט ער אזוי שטארק געוואלט די עירוב אין וומ"ס)
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:איז רב אונסדארפער (טאטע) דער רש הכולל אין בראשוב ?

זיין זוהן וואס איז די דומ"ץ צאנז ודומ"ץ סאטמאר קאנטרי איז אויך בראשוב'ע ראש הכולל
איזי
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

נאטרוליסט האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
סטראפקאוו האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
סטראפקאוו האט געשריבן:
גווען ידוע פאר תשס"ג אויך ?....

איך האב געשריבן פאר 22 יאר צוריק
קענסט רעכנען?


דאס אז די ווייסט פון איין סעפיציפישע מעשה מאכט עס נאכנישט פאר א מציאות, איי עס איז ידוע וויל איך וויסן ווען עס איז געווארן ידוע, צו פאר זמן הנ"ל איז עס אויך געווען ידוע

איך קען אייך נישט העלפן אויב איר האט א פראבלעם דערמיט...,
איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט, האמת והשלום אהבו, און כ'האף אז איר קענט אויך די גמרא אין יבמות אע"פ וכו' לא נמנעו בית שמאי ובית הלל מלישא נשים זה מזה...
איך וואלט געקענט שרייבן ווייטער, בנוגע זיין שייכות מיט נאך סאטמארע רבנים, אבער כ'זעה אז ס'טוט דיר עפעס וויי, סאו ה'עט מען מוזן זיך דא שטעלן, סארי



שמעתי בידיעה ברורה מאנשים נאמנים שהיו בשעת מעשה.

מרן רביה״ק מסאטמאר ביקש מעמו כמ״פ שיואיל בטובו להשאילו מאוצרו הטוב.


זיי האבן זיך בכלל אמאל געטראפן?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

נא_שכל האט געשריבן:פון וואו נעמט מען די פענע צו באשרייבן דעם גדול ופוסק? כ'בין דאך בכלל נישט קיין שרייבער, און כ'וועל נישט באשרייבן זיין גדלות בתורה, זיין כח הפסק, וואס אלע רבנים און דיינים האבן זיך באנוצט דערמיט און פסקנן נאכאלס לאור זיינע פסקים, אדער זיין געוואלדיגע עניוות, אבער כ'וועל פרובירן צו ארויסרוקן פון די מח קעמערלך עטליכע עובדות וואס כ'האב געהערט דורך די יארן.

***
הגה"צ ר' פישל'ע זצ"ל איז געווען בן בתו פון הגבאי ר' צבי אלימלך הכהן דים הי"ד.

ער האט געוואוינט אלס קינד אין מונקאטש, און דארט געלערענט.

ער איז געווען משורשו א ספינקא חסיד פונדערהיים, ער איז געווען א חסיד פונעם חקל יצחק זצ"ל, זיין טאטע פלעגט אים כסדר טראגן צו אים, און ער האט זיך כל ימיו געקאכט אין ספרי זוהר וספרי קאמארנא אזוי ווי חסידי ספינקא פונדערהיים.

און מונקאטש האבן זיי געדאווענט אין די ספינקא שטיבל.

ער איז געווען א פלאם פייער, זיין דאווענען איז געווען אזוי ווי א פארצייטישע חסידים, מיט א התלהבות נורא.

ער האט געפילעוועט אין אלע חסיד'שע ספרים, געשריבן דערויף הגהות והשוואות אזוי ווי ער האט געשריבען אויף אלס ספרים בנגלה. [די נועם אלימלך מיט הגהות איז פון זיין נוע"א].

***

נאך זיין חתונה האט ער געוואוינט אין ראצפערט.

ער האט גענומען די עיקר שימוש ביי זיין פעטער דער קאפישער רב זצ"ל (אגב: געהערט אמאל א סיפור, אז קאפישער רב האט אים אראפבאגלייט פון זיין הויז, און ר' פישלע איז אריין אין א ווארטענדע קאר, האט אים דער קאפישער רב אראפגעשריגן, אז די מאשין איז אסור צו פירן אום חול המועד).

כ'מיין אז ער האט אויך באקומען סמיכה פונעם פעסטער בית דין.

אין ראצפערט איז ער שוין געווען דער ראב"ד.

אין די אשכול פון טאהשער רבי ז"ל האט איינער געלייגט די דאקומענט מיט זיין חתימה אלס ראב"ד ראצפערט

בילד

***

נאך די קריג איז ער אויפגענומען געווארען אלס רב אין האליין, וואס איז געווען א די.פי. לאגער.

שפעטער איז ער געקומען קיין אמעריקע.

בתחלה האט ער געוואוינט אויף פען סט. העכער קראסנא בית המדרש (היינט אשוי) און העכער דעם קראסנא רב רבי הלל ל"ש זצ"ל.

ווען דער קראסנא רב זצ"ל האט געוואלט מברר זיין אן ענין, פלעגט ער אים רופן אז ער זאל קומען לערנען מיט אים. קראסנא רב איז געווען מער א מתון ומדקדק ומעמיק, משא"כ רבי פישעלע ז"ל האט געלערענט בחריפות ובמהירות. ס'מסתבר אז צוליב דעם האט זייער חברותה'שאפט נישט אנגעהאלטן צו לאנג.

שפעטער האט ער געוואוינט אויף סאוט 10.

און דערנאך האט ער געוואוינט אויף בעדפאר צוויי הייזער אוועק פון האדמ"ר מסאטמאר זצ"ל, העכער שרה שארמארשער, און אונטער משפחת בודק.

די בודק קינדער פארציילן אז ער פלעגט לערנען גאנצע נעכט. [אויך די איינוואוינער פון בעדפאר גארדענס - וואו ער האט געוואוינט די לעצטערע יאר פארציילן אויך וויאזוי ער פלעגט לערנען גאנצע נעכט, אפילו אין די סוכה פלעגט מען אים זען לערנען א גאנצע נאכט.]

ער האט פיל עוסק געווען אין די פארשטופטע ספרי הראשונים, ער פלעגט האבן אסאך כת"י פון ראשונים, ער פלעגט עס דורכקוקן און אנצייכענען מ"מ, און פיל מאל האט ער מפענח געווען ווער דער מחבר פון די כת"י איז.

אויך האט ער געארבייט יארן אויף די ספרי הראשונים של ר' משה יהודה בלוי, בשם סדרת "שיטת הקדמונים", און ער האט געשריבן די ציונים ומ"מ.

געטראפען דא אויפן וועלטעל אן אינטערסאנט בילד פון אים ביי א חופה.

בילד

***
אלע תלמידי חכמים פלעגן קומען צו אים שמועסן אין לערנען, מברר זיין כל הדברים הקשים הבאים אליהם, כ'האב געהערט פון איינער וואס האט דארט גענומען שימוש, אז ער פלעגט כסדר הערן וויאזוי דער לינדזער רב ז"ל זיין שותף אינעם קלויזענבוירגער בית דין רופט אריין און האט געפרעגט אסאך שווערע שאלות וויאזוי צו פסקנן.

ווי אויך איז באקאנט זיין ידידות מיט יבלחט"א הגה"צ ר' לייבוש לייזער שליט"א, און וויאזוי זיי פלעגן פיל שמועסן צוזאמען.

ר' יצחק שטערנהעלל בעל כוכבי יצחק ווען ער פלעגט קומען קיין נ.י. פלעגט ער אים קומען באזוכען, און זיי האבן זיך משתששע געווען בדברי תורה.

***
סדר קדשים האט ער געקענט די בעסטע, בעסער פון מג"א אויף או"ח (אזוי האט ער געזאגט). ער האט געשריבן פילע הגהות וחידושים אויף קדשים, און כ'מיין אז מ'האלט עס אינמיטן מסדר זיין לדפוס. און א שמועס מיט האדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר (זעה בייגעלייגט) ערווענט ער דעם חיבור.

***
ער איז געווען א געוואלדיגע אוהב ספרים, געקויפט פילע ספרים און עס דורכגעקוקט. כידוע אז ער פלעגט פארבארגן ספרים פאר האדמו"ר מסאטאמר זצ"ל.

זיין ש"ס, און זיינע ספרים זענען פיל מיט הגהות וחידושים, השוואות ממקום למקום.

אבער לא החזיק טיבותיה לנפשיה.

אמאל איז זיין זון אדער א אייניקל אריינגעקומען צו אים אין שטוב, האט ער געזען אז די ש"ס מיט זיינע פילע חידושים איז איינגעפאקט גרייט אוועקצוטראגן, האט מען געפרעגט וואס דאס איז, האט ער געזאגט, אז ס'דא געווען איינער (....) און ער האט אים געזאגט אז ער ברענגט אים א נייע עוז והדר ש"ס און ער גייט עס איינטוישן מיט זיין אלטע ש"ס... און ער האט מסכים געווען, פארשטייט זיך אז מ'האט גלייך אפגעשטעלט דעם על הגאולה ועל התמורה...

ס'דא נאך אסאך צו שרייבן אבער אין הזמן מספיק.

יהא זכרו ברוך ותנצב"ה.

א שטיקל שמועס פון אים מיט האדמו"ר מ'סאטמאר.
שיחת האדמור מהרא מסאטמאר עם הגאון רבי פישעלע הערשקאוויטש.pdf

זייער שיינע דברי הערכה.
אינטערעסאנט וואס דו זאגסט וועגן די ספרים זיינע מיט הגהות,
כ'האב אמאל געהערט פון עמיצען וואס איז געזעצן און פארברענגט ביי אים און ער האט געהאלטן אינמיטן לערנען ליקוטי מוהר"ן, ווען אינמיטן קומט אריין א ס' חסיד און וואונדערט זיך אויף דעם מראה.. ווען יענער איז ארויס האט ער כדרכו זיך צואווערטלט מיטן פריערדיגן גאסט און נאכדעם געזאגט אלע כתבי האריה"ק וזוהר הק' אין די תורות זיי זענען נישט בקי אפילו בשיחות חולין דילי', ר'פישעלע האט געקענט די קליינע אותיות.
לדבריך האט ער מסתמא געשריבן הגהות, מ'דארף שיקן די ברסלבע צו אים.
אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעטינגס »

לחי האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ר' פישל'ס אן אייניקל דינט אלץ דומ"ץ אין מחנה בית רחל שע"י חסידי מהר"א

הלא הוא הרה"ג ר' יצחק ב"ר ישראל אונסדארפער שליט"א דומ"ץ ק"ק שפע חיים צאנז וויליאמסבורג, און אין די זוממער איז ער אין מחנה בית רחל מהר"א
ער איז נישט ר' יעקב אלי'ס זוהן? כ'מיין ער איז אויך בראשוב ראש הכולל - אגב, כ'מיין ער איז אין מחנה בית רחל ווייל זיין ב''ב האט א פאסטן דארט, ס'דא דארטן נאך דיינים ווי ר' יושע געלב אין כ'דענק נישט די אנדערע נעמען, מעגליך אז ער איז די עלטסטע פין די דיינים
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

סעטינגס האט געשריבן:
לחי האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ר' פישל'ס אן אייניקל דינט אלץ דומ"ץ אין מחנה בית רחל שע"י חסידי מהר"א

הלא הוא הרה"ג ר' יצחק ב"ר ישראל אונסדארפער שליט"א דומ"ץ ק"ק שפע חיים צאנז וויליאמסבורג, און אין די זוממער איז ער אין מחנה בית רחל מהר"א
ער איז נישט ר' יעקב אלי'ס זוהן? כ'מיין ער איז אויך בראשוב ראש הכולל - אגב, כ'מיין ער איז אין מחנה בית רחל ווייל זיין ב''ב האט א פאסטן דארט, ס'דא דארטן נאך דיינים ווי ר' יושע געלב אין כ'דענק נישט די אנדערע נעמען, מעגליך אז ער איז די עלטסטע פין די דיינים

ר' ישראל איז א ברודער מיט ר' יעקב אלי'
אגב ווער עס ווייסט די אונסדארפער'ס זענען אביסל סאטמר גענויגט נאך די זיידע דוכט זיך ר' שמואל האט ער געהייסן

געהערט פון א לאנג יעריגע שכן פון ר' פישעלע יארן צוריק אז זיין טיר האט זיך נישט פארמאכט מיט מענטשען וואס זענען כסדר געקומען פרעגן.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

עצט בין איך שוין טאטאל צומישט. האם חתנו של רבי פישעלע ראש הכולל בראשוב או נכדו ?
ר שמואל אלכסנדר איז געווען א מחותן מיט ר פישל אדער שוין א זיידע ? (מחותנ׳ס טאטע?)
אגב אני הקטן זכיתי לעמוד על המבחן אצלו אם בני חבורתי כשלמדתי בכולל.
לחי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 7:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחי »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:עצט בין איך שוין טאטאל צומישט. האם חתנו של רבי פישעלע ראש הכולל בראשוב או נכדו ?
ר שמואל אלכסנדר איז געווען א מחותן מיט ר פישל אדער שוין א זיידע ? (מחותנ׳ס טאטע?)
אגב אני הקטן זכיתי לעמוד על המבחן אצלו אם בני חבורתי כשלמדתי בכולל.

רבי שמואל אלכסנדר אונסדארפער זצ"ל האט געהאט אפאר קינדער ובתוכם ר' יעקב אלי' פון מאנטריאל די "חברותא" פון האדמו"ר מסאטמאר קרית יואל, און נאך א זון האט ער געהאט וואס הייסט ר' ישראל פון וויליאמסבורג און ער (ר' ישראל) איז געווען אן איידעם ביי ר' פישעלע ז"ל, און דער ר' ישראל האט א זון ר' יצחק וואס ער איז דומ"ץ צאנז וראה"כ בראשוב ....
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

ראשון משמאל עם רבו האדמו"ר השפע חיים זצ"ל בבדיקת עוף

888.JPG
888.JPG (251.85 KiB) געזען 4353 מאל
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

גאט איט. יישר כחך. ר׳ יעקב אלי׳ ממונטרעאל איז א שוואגער מיט ר׳ יעקב שלמה מייזליש מלימנוב.
צוריק צום נושא.
יעצט אז דער גאון איז אוועק דארף מען זיך זעצן לערנען בהתמדה אנצופילן דעם חלל
לחי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 7:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחי »

יציב פתגם האט געשריבן:ראשון משמאל עם רבו האדמו"ר השפע חיים זצ"ל בבדיקת עוף

888.JPG

מ'זעהט אויך לינזע רב ז"ל, מיט רב ווילנער ז"ל און אויך כ"ק האדמו"ר מקלויזנבורג שליט"א און אויך כ"ק האדמו"ר מזוועיהל שליט"א לרפו"ש, ווי אויך זעט מען די משמשים בקודש ר' יהושע ווייצנבלום ע"ה און ר' בנציון רייך,
די מעמד עצמו איז א אינטערסאנטע בילד ס'זעט אויס ווי א בדיקת עוף.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

דריידל האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:שמעתי בידיעה ברורה מאנשים נאמנים שהיו בשעת מעשה.

מרן רביה״ק מסאטמאר ביקש מעמו כמ״פ שיואיל בטובו להשאילו מאוצרו הטוב.


זיי האבן זיך בכלל אמאל געטראפן?


כ'וועל פארציילן א מעשה (הגם כ'האב עס בתחלה נישט געוואלט שרייבן, אבער מ'דארף דאך עס ערגעץ שרייבן אז מ'זאל וויסן...) וואס רבי יעקב חיים אמסל ז"ל האט פארציילט אז ער איז דערביי געווען. די מעשה ווארפט אביסל א ליכט פארוואס ר' פישעלע האט געשפירט א התרחקות פון אנהייב אן אין סאטמאר, הגם ער איז געווען א עניו אמיתי וואס איז נישט בנמצא, און האט בכלל נישט געהאט קיין "שנאה" ווי מאנכע ווילן זאגן.

ר' פישל'ע ז"ל איז אריין צום רבי'ן זצ"ל נעמען "שלום" (און ווי ס'זעט אויס האט דער רבי זצ"ל אים נישט געקענט פון פארדעם), און דער רבי האט אים געפרעגט: אינגערמאן וואס טוט איר? האט ער גענטפערט: "אז איך לערן". האט דער רבי געזאגט אז ער זאל גיין זוכען עפעס ארבייט, ווייל מ'ברויך דאך טון עפעס. ע"כ המעשה.

און ר' פישעלע ברוב ענוותנותו האט גארנישט געזאגט פארן רבי'ן ווער ער איז, און אז ער איז געווען ראב"ד אין ראצפערט און רב אין האליין אא"וו.

ווי אויך האט זיך קיינער פון בית מדרש נישט געיאוועט צו גיין זאגן פארן רבין ווער ער איז.

ר' יעקב חיים האט זיך אלס מתאוננן געווען פארוואס ער איז נישט צוגעגאנען צום רבין זאגן אז דער 'אינגערמאן' קען יעדען תוס' פון ש"ס.

קאמענטארן זענען איבריג!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
לחי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 7:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחי »

נא_שכל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:שמעתי בידיעה ברורה מאנשים נאמנים שהיו בשעת מעשה.

מרן רביה״ק מסאטמאר ביקש מעמו כמ״פ שיואיל בטובו להשאילו מאוצרו הטוב.


זיי האבן זיך בכלל אמאל געטראפן?


כ'וועל פארציילן א מעשה (הגם כ'האב עס בתחלה נישט געוואלט שרייבן, אבער מ'דארף דאך עס ערגעץ שרייבן אז מ'זאל וויסן...) וואס רבי יעקב חיים אמסל ז"ל האט פארציילט אז ער איז דערביי געווען. די מעשה ווארפט אביסל א ליכט פארוואס ר' פישעלע האט געשפירט א התרחקות פון אנהייב אן אין סאטמאר, הגם ער איז געווען א עניו אמיתי וואס איז נישט בנמצא, און האט בכלל נישט געהאט קיין "שנאה" ווי מאנכע ווילן זאגן.

כיהודה ועוד ...
איין מאל האט איינער פון זיינע שוואגער'ס ממשפחת דים פון קרית יואל עם גערופן אויף סנדקאות און ער האט לכתחילה נישט געוואלט מסכים זיין ער האט געזאגט אז סנדקאות איז טאקע א גרויסע ענין אבער אויף פיקוח נפש איז ער נישט מחוייב....
למעשה איז ער יא געגאנגען אהין אין ער דעמאלטס שיין פארברענגט מיט אדמו"ר מהר"א (דעמאלטס'דיגע קרית יואל'ער רב).....
לחי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 7:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחי »

נא_שכל האט געשריבן:ווי אויך איז באקאנט זיין ידידות מיט יבלחט"א הגה"צ ר' לייבוש לייזער שליט"א, און וויאזוי זיי פלעגן פיל שמועסן צוזאמען.

אויב ס'שייך אביסל מער מאריך צו זיין און דעם please?
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

לחי האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:ראשון משמאל עם רבו האדמו"ר השפע חיים זצ"ל בבדיקת עוף

888.JPG

מ'זעהט אויך לינזע רב ז"ל, מיט רב ווילנער ז"ל און אויך כ"ק האדמו"ר מקלויזנבורג שליט"א און אויך כ"ק האדמו"ר מזוועיהל שליט"א לרפו"ש, ווי אויך זעט מען די משמשים בקודש ר' יהושע ווייצנבלום ע"ה און ר' בנציון רייך,
די מעמד עצמו איז א אינטערסאנטע בילד ס'זעט אויס ווי א בדיקת עוף.

זיכער נישט א געווענליכע פיפעקעל שאלה
דעם גאנצען בית דין?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

לחי האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:ווי אויך איז באקאנט זיין ידידות מיט יבלחט"א הגה"צ ר' לייבוש לייזער שליט"א, און וויאזוי זיי פלעגן פיל שמועסן צוזאמען.

אויב ס'שייך אביסל מער מאריך צו זיין און דעם please?

ס'דא אסאך מאריך צו זיין אבער מ'גייט דא סיי ווי אלעס מעקן..
איין זאך וועל איך דיר זאגן ששמעתי מא' מבניו שאמר לו ר' לייביש שליט"א שרוב חכמתו ממנו.
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

אדמו״ר מוויזניץ מאנסי שליט״א פלעגט הייסן זיינע אינגעלייט פרעגן זייערע שאלות פונעם נפטר זצ״ל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”