חותן רבי ארי' לייב שפירא מזיטאמיר

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:
דרך אגב:
שמעתי אז פאר אפאר יאר איז געטראפן געווארן [דארעך הרה"ג ר' גרשון האגער זליט"א פון גאלדעס גרין ובניו] אין שטאט סלאוויטא די מצבה פון הרה"ק ר' ארי' לייב מזיטאמיר זי"ע.
האט איינער א בילד פון דעם?
דאס ?
[איינער דען ליינן דער איטערשטע פאר שורות ?]

פרייליכע מענטשעלע
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 7:36 pm

Re: חותן רבי ארי' לייב שפירא מזיטאמיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכע מענטשעלע »

נח נפשי' ביום ב' כ"ו סיון תר"א לפ"ק
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: חותן רבי ארי' לייב שפירא מזיטאמיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

פרייליכע מענטשעלע האט געשריבן:
נח נפשי' ביום ב' כ"ו סיון תר"א לפ"ק
פ"נ
גברא יקירא וחשיבא
מוכתר בנימוסין בר
אורין ובר אבהן קדישין
מוהר"ר אריה יהודה ליב
בהרב הצדיק מהר"ר
שמואל אברהם
זצללה"ה שפירא נח
נפשיה ביום ב' כ"ז סיון
שנת תרנ"ו לפ"ק
תנצב"ה
פרייליכע מענטשעלע
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 7:36 pm

Re: חותן רבי ארי' לייב שפירא מזיטאמיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכע מענטשעלע »

יש"כ ריכטיג
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: חותן רבי ארי' לייב שפירא מזיטאמיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

נחוניא האט געשריבן: זונטאג מאי 17, 2020 3:04 pm
טריסקער האט געשריבן:
דער 'אמרי ברוך' פון וויזניץ איז געווען אן איידעם ביי רבי אריה לייב שפירא מזיטאמיר וואס איז געווען א בן אחר בן פון רבי פנחס קאריצער... יעצט דער איינציגסטער וועג וואס דער 'אהבת ישראל' האט געקענט זיין א זלאטשובער אייניקל איז נאר דורכן 'אמרי ברוך'ס שווער רבי אריה לייב מזיטאמיר, רבי אריה לייב מזיטאמיר אליין איז זיכער נישט געווען אן אייניקל ווייל זיין יחוס איז באקאנט, וואס בלייבט נאר פארן רעביצין פון רבי רבי אריה לייב, וואס מ'האט אויסגעפינען אז זי האט געהייסן 'רחל יענטא' און זי איז געקומען פון מעזיבוז.

איך וויל זיך למעשה שטעלן אויף דעם אז "אויב" איז אמת דאס וואס די חוקרי היוחסין זאגן אז זי (רחל יענטא אשת רבי אריה לייב מזיטאמיר) איז געווען א זבאריזער אייניקל, אויב יא וויאזוי.

דאס איז קלאר אז לויט די יארן קען זי נישט זיין א דור ווייטער ווי אן אייניקל פון רבי וועלוועלע, וואס דאס מיינט אז איר טאטע אדער מאמע איז געווען זיין קינד, איז לאמיר זען ווער זענען רבי וועלוועלע'ס קינדער און זען ווער קען זיין פון מעזיבוז.

בני רבי וועלוועלע:
1. בנו רבי יחיאל מיכל מזבאריז
2. חתנו רבי שלמה אליעזר מזבאריז
3. חתנו רבי זושא שטערנפעלד-הורוויץ מלובלין
4. חתנו רבי יצחק צבי מנחם אויערבאך מלעטיטשוב - מעזיבוז

דער איינציגסטער וואס קען זיין פון מעזיבוז איז "רבי יצחק צבי מנחם מלעטיטשוב". קומט אויס אז "אויב" (כנ"ל) איז אמת דער זבאריזער יחוס איז דאס נאר דורך רבי יצחק צבי מנחם מלעטיטשוב - מעזיבוז חתן רבי וועלוועלע זבאריזער, אז ער איז געווען דער שווער פון רבי אריה לייב מזיטאמיר.
שתי תשובות בדבר.

א] עס איז נישט דא קיין שום הוכחה אז בלויז די פיר דערמאנטע זענען די קינדער פון רבי וועלוועלע. עס איז בהחלט יתכן אז ער האט געהאט נאך קינדער. א שטארקע משמעות דערצו איז פון זיין צוואה וואס ער שרייבט א לשון רבים "בניי" און "כלותיי" משמע אז ער האט געהאט מער פון איין זון.

ב] עס איז בכלל נישט באקאנט לעת עתה וועלכע יאר רחל יענטא איז געבוירן. עס קען זיין פון תק"ע ביז תקפ"ז. און מען קען רואיג אריינלייגן צוויי דריי דורות צווישן איר ביז רבי וועלוועלע זבאריזער וועלכער איז געבוירן צווישן תקט"ז און תקכ"ב.

ממילא קען רואיג זיין אז אן אומבאקאנטער זון אדער אייניקל [און אפשר גאר אן אור-אייניקל] פון רבי וועלוועלע זבאריזער האט געוואוינט אין מעזיבוז, און ער האט געקענט דארטן זיין אן איידעם ביי סיי וועלכע וואוילער איד און נישט דווקא ביי אן אייניקל פונעם בעש"ט, און מען האט נישט קיין שום הכרח צו מחדש זיין אז רחל יענטא ווייל זי האט געוואוינט אין מעזיבוז האט זי געמוזט זיין א בעלשמסקער אייניקל.
היינט האב איך באקומען א פרישע סענסוס און דארטן שטייט אז רחל יענטא איז געבוירן בשנת תק"פ.
עס שטייט אבער נישט ווער איר טאטע איז געווען.
איך פראביר צו שאפן א פריערדיגע סענסוס, אפשר דארט וועט שטיין די נאמען פון איר טאטע.
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

Re: חותן רבי ארי' לייב שפירא מזיטאמיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

נחוניא האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 08, 2023 6:09 pm
פרייליכע מענטשעלע האט געשריבן:
נח נפשי' ביום ב' כ"ו סיון תר"א לפ"ק
פ"נ
גברא יקירא וחשיבא
מוכתר בנימוסין בר
אורין ובר אבהן קדישין
מוהר"ר אריה יהודה ליב
בהרב הצדיק מהר"ר
שמואל אברהם
זצללה"ה שפירא נח
נפשיה ביום ב' כ"ז סיון
שנת תרנ"ו לפ"ק
תנצב"ה
קומט אויס אז דער אמרי ברוך איז אוועק ווען זיין שווער ר' ארי' לייב האט נאך געלעבט?
איז באקאנט אז ער האט געהייסן אזוי ארי' יהודה לייב?
איז דא א סיבה פארוואס ביי די וויזניצע אייניקלעך איז כמעט נישטא א נאמען נאך דער אמרי ברוך'ס שווער?
לעצט פארראכטן דורך קיווי סטראבערי אום דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: חותן רבי ארי' לייב שפירא מזיטאמיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

קיווי סטראבערי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 1:52 pm
נחוניא האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 08, 2023 6:09 pm
פרייליכע מענטשעלע האט געשריבן:
נח נפשי' ביום ב' כ"ו סיון תר"א לפ"ק
קומט אויס אז דער אמרי ברוך איז אוועק ווען זיין שווער ר' ארי' לייב איז אוועק?
איז באקאנט אז ער האט געהייסן אזוי ארי' יהודה לייב?
איז דא א סיבה פארוואס ביי די וויזניצע אייניקלעך איז כמעט נישטא א נאמען נאך דער אמרי ברוך'ס שווער?
אינעם ספר "קדוש וברוך" שטייט אז דער אמרי חיים האט געזאגט אז מען האט נישט געגעבן א נאמען נאך אים.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”